Skip to main content

Full text of "Ṿayṭshepl shṭeṭl dBriṭn"

See other formats


תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ 


5 .סא 


א1{{אטע,81811םפ ועמםפ1צת/ 


יע 
4 ט 


64ת516 ממצטתגצאו תזגח012,/ 


צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1 
08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ 


2 


אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו 


פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג, 


אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


ווייטשעפל 
שטעטל דבריטן 


א. נ. שטענצל 


לאנדאן 1961 


פערלאג ,לשון און לעבן" 


חא 094 זי עט 2481150664 /51606 .20 .4 עס ,4860 /40160 2//6076861 שז" 
חרק 4064 ,2.1 ,ח0640ח10 5166 601100000064 .8149 0010/6ח26016 17 ,ח160 
1 ,1,04400 5166 /|/|סעםס 129-131 2/655 2/006 צט 2091606 מז 


צונויפזאַמלען אין ביכער מיינע עסייען, סדרן מיינע לירישע און עפישע לידער איז נישט 
פאַר מיינע כוחות און מעגלעכקייטן, אויך קיין דרינגלעכע נויטװוענדיקייט פאַר ניצלעכן 
געברויך מער פון ,קאָנסומענט* דאָ ; דאָס בוך איז אַ דאַנק אויסדרוק פאַר דער געהאַטער 
מעגלעכקייט צו טון דאָ יאָר"לאַנג מיין אַרבעט, און ווען עס גייט אין אַן אינערלעכער 
נויטװענדיקייט, נישט צו זיין קיין כפוי טובה, האַנדלט עס זיך שוין נישט מער, צי סאיז 
נויטיק פאַר וועם, עס גייט אַרײן אין גדר פון דער געטוענער אַרבעט. דער מאַטעריאל 
כאשטייט, דריי פירטל פון שטיינגעבליבענעם בלייזאַץ פון ,לשון און לעבן" -- א דאַנק 
דעם נאראָד-פערלאג -- און איין פירטל, פון די ערשטע לידער, געדרוקט ביי מיין אָנקומען. 
מיט מאַנכע פערזענלעכע איך-און קאַמף-לידער האָב איך מיך געראַנגלט ביים אַרייננעמען, 
אָבער דאָס בוך װאָלט פאַרלוירן זיין שפעקולאַטיוון כאַראַקטער, צומאָל די נויטיקע באַרעכטי 
קונג פון דער דערשיינונג. אפשר װואָלט אויך בעסער געווען אַז דער סדר זאָל זיין אויף א 
פאָעטערישן אופן, און דער ,רוח בין השיטין" א רחבותדיקער, די איינהייטלעכקייט פונם 
בוך איז מאטיוו-און שטימונג-ענדערונגען פון א פערטל יאָר הונדערט, כמעט, װואָס האָט 
דאָך איין גרונד'געפיל צום אָרט דאָ און צו די מענטשן, שווער צו רעדאַקטירן אייגענע זאַכן, 
בפרט ווען ס'לינט שוין אין בליי אויסגעזעצט. מאַנכעס געפרוווט אויסבעסערן, מערער 
נישט אַרײינגענומען. דאָס קאָרעגירן, אויף דער גיך, מסתם אויך נישט גאַנץ קאָרעקט. זאָלן 
די, װואָס וועלן לייענען דאָס בוך, זיך אַליין א ביסל צו העלפן און זיי וועלן זיך צו-'רעכט 
געפינען, 

ד, מ. - 


ווייטשעפל, כ"א שבט, ה.תשכ"א 


11 


 +‏ אי א א =א ‏ אע 


,פותחין בכבודה של אכסניא 


א ליכט-שאטן-און א קווער-שניט 
(פאַרטרעטן אין ג'ראַמען) 


,ורוח אלוקים מרחפת על פני המים" 7 


די באַלאַדע פון דר. ראָדריגאָ לאַפעץ 8 
די ערשטע ;היברוט" 2520 2250 10 
דגל מנשה א א 2 עו 
חנוכת:הבית פון דער שול ,שער" 
שמים* א א א יש 
די ערשטע דריי רבנים 050 12 
דער אַװאַנטוריסט סימאַן דע געלדערן 15 
דער לאַנדאַנער בעל-שם 206 17 
ספרדים, אשכנזים און נוסח-ספרד -- 20 
א למד-װואָניק באַלאַדע 22 21 
משה מאַנטעפיאָרץ 2260 200 24 
שמחה בעקער =ו יי א א א 20 
די ווידוי = א א 6 
א לעצטער-שפראַץ = א א 2 
מאָריס ווינטשעווסקי אַפאַטעאַז -- 233 
דער יינגער מאָריס ראָזענפעלד -- 28 
די באַלאַדע פונם טאַבעק-שקעטעלץ -- 29 
ר' בנימין השני 2260 2040 42 
;דור הולך"... - 250 44 
4 .. והור בא" א 2 
די אַדלער-דינאַסטיע 5 א א 2 
דער טאַטע און זון 2550 2040 47 
פרינץ קראָפאָטקין 2560 2020 48 
סאָנאַטע 1905 א 540 60 2840 49 
רודאָלף ראָקער 050 2000 49 
צו שלום עליכמען 5250 2240 50 
היימישע ערד א א 2 2 
= = =+ = יי א א א ר געט 
צוויי סאַנעטן = יי א אי יט 
לעיעלעס = א א א 2 


דער קראַנקער פאָעט נתן האַראָװיץ 54 
וי דער פאַעט שטאַרבט אויפן אייגענעם 


בעט = א א א 2 
יוסף חיים ברענער א א א עט 
אברהם וױיעוויאָרקע 2240 2440 600 
דער הייקאָמיסיאָנער א א א 2 


אַ סאָנעט איבער א ווייטשעפל-סענאַטאַר 61 


נחום סאָקאַלאָוו און אחד-העם - 
כהן לאַסק = א א 2 
פאָנאַטץ 1926 א א א 
דער שול-פרעזידענט א א 
די באַלאדע פון פרעזידענטס אתרוג 

פושקעלע = א א א 
,דער רבי זאָל לעבן" א 
,אייבי דע לאג" = א 
אַ הושע-פאראָדיע א 
דער גויאנאַ:עמיסעער 5560 
וולאדימיר זשאבאָטינסקי 5 
דער זעער = א א 
כאָטש רעד צום לאמטער = 
דער קאָזשעניצער פירט טיש אין 

ווייטשעפל א א א א 
רבי פרדס יי א א 
חבר , דזשאַזעף* א 
שמואל זיגלבוים , 5560 
דער , רעפיודשי" א א 
דר. חיים װוייצמאַן א א 
קאַצעט נומער אַזױ און אזוי - 
און װאָס וואָלט געווען ווען ברעג דאַ 

װאָלסט דערגרייכט = א 


+ + ++ 


.גי .1166 1666 444466000 16664600 


ביי שעקספירס קבר א 
שעקספיר =+ 
די קעניגין אין ווייטשעפל = א 
אין גאָרטן פון לאַמבעט-פאַלאַץ 2 
ביים מירמלשטיין טישל = יו 
אַ רביש פאָרטרעט 5 א 
דער ווונדער דיוואן א א 
פראָפּעסאָר זעליג בראָדעצקי 

אסתר קרייטמאַן = א 
קייטי בראון און ס, פאַלמע יי 
יוסף הלל לעװי = א א 
בודא, סאַכאַטשעווסקי 5560 
משה עובד 5 א א 
שלום אש א א א 


אויף יעקב עפשטיינס ארון 


דוד באָמבערג 
יאַנקל אַדלער - 
יוסף הערמאַן - 
ביין זעלבסט-װויניעט 
ווייטשעפל = 


8 8 


דאָס לעצטע הייזל 
אױסגעגראָכענע 


דאָס שולכל אין מיין ניובאָלדגעסל 


64 


ייג 


2646+ 


ייט 


2. 


ווייא 


+י254 


5416 


יט 


4554 


,656*+ 


,66++ 


2544 


+= 


יט 


אויף ווייטשעפל גאַס 


וויאַזױ אליהו האָט זיך באַװויזן אין 


ווייטשעפל - 
,שמע ישראל" 


ווייטשעפל ירושלים דיבריטן 


על נהר טעמוע 


אין נעפל און אין בליץ 


2,944 


248 


דאָס בעז-ביימל אין מיין הייפל 


דער געזאַנג פון די שפערל 


אין א געסל דאָ 


+56י, 


יי יט 


יויייא 


2.4 


+י2645 


5 


יט 


ייט 


ייט 


יט 


ייט 


2564 


5 אַן אונטערגעװואָרפענער ממזר 


130 


ס'פלאַטער געפלאַטער פון הויף צו הויף 132 


פון טאוער-טורעמל 


צַ טשוויטשערדיק שװואַלבל 
אויף דער זייט טעמזע 


טעמזע אין נעפל 
פערד אין נעפל 

צי אַ בוים אין נעפל 
נאַוועמבער טעג 
אין נעפל 5555 
דער שוואן - 
לאָנדאָנער , פאָגץ" 
ציענדיקע קאָשמאַרן 
די טעמז - 


+י4די, 


25:44* 


יי 


יייייל 


2591 


2556 


,5555* 


**י2:4 


,.4** 


2644 


יט 


*יי:25 


י25666 


2546 


ייט 


456: 


ייט 


133 


142 


טעמזע -- אין אָפּפלוס און צופלוס 142 
די ווייטשעפל פּלאַטאַנען 


פלאַטאַנען אין נעפל 
אַ זונטיק פרימאָרגן 


יי 


,4444+ 


= יט 


2:654* 


,6:44+ 


2,664 


די באַלאַדע פון די דריי טאַנצנדיקע 


טויבן = 
די פרוי מיטן הינט 


זומער-פייגעלע אויף ווייטשעפל 
א פאַרבלאַנקעט שניידעריש קעצל 
נחת פון קינדער, גאָטעני 


+יי5א, 


,66*+ 


545 


4441 


= יט 


ייו:4י4 


ר' משהלע פון פױיליש:עסטרייכישן 


שטיבל = 
א קרוב שמונים 
דאָס חנוכה לעמפל 
מוזעאום - 


יט 


24545* 


ווייטשעפעלער ,דערבי" 


ייט 


264 


2461 


,544* 


4604 


25446* 


*יוייש 


143 


148 


יום הקדוש - 


6661 


יוםיכפור אין ווייטשטפל 


דער רעשטלעך ראַמשער 


רומייל = א 
שטיל-לעבן - 
היימישע פיש = 
אין כשרן רעסטאָראַן 
מיט דער קאר 


+66י25 


,665*4 


ייו 


4464*+ 


244 


6554 


1514 


אויף אַ דערלאַנגט וויזטן-קאַרטל 
דער קומענדיקער סוחר 


,רי שאול" - 


אין איינזאַמער אָװנט שעה 


,5454* 


165 -.. 


דער שמירמית גאָרטן אין ווייטשעפל 166 


די חורבה פון פאַווילאַןרטעאַטער 


167 --- 


ד' באַלאַדע פון די בייגל-פאַרקויפערקע 


א'ן בריק-לע"ן - 
אין בריק-לעין 


דער קוש-אין דער פינסטער 
אויף דער ווייטשעפלער פאָטשענע 


אין דער ליין 555 


,לשון און לעבן, לשון און לעבן" 


מיין תפילת איצט 
רחום וחנו דו - 
די אַרמע חתונה 


דער ווייטשעפלער טראָטואַר 


א לעצטע געזאנג 
אין שפּיטאָל-בעט 


ייי אפ 


יט 


**י445 


= ייט 


*יייאץ 


182 


פון מיינע לידער , אין יידישן שפיטאָל" 184 


די שפחה - 
אַ סאָנעט - 
צוויי לידער - 
די באַשמירטע שולן 


8 8 + 


ייט 6666 


ייט 


ייי226 


פויוי. 


,ידינו לא שפכו את הדם הוה" 
און תמיד אונזער בלוט מיט גאָט עס 


טוט רינען - 


אין בליץ 


1ט 


פא 2250 2250 2260 200 196 = שטאָט אין פלאַמען = א א 
אונזער ליד דאָ = 260 260 169 אין די געסלעך דאָ א א 
אין א ,, בלעק-אוט? לבנה-נאַכט -. 197 (דירעקט היט" א א א 
די מעוועס ‏ =+ 66 60 220 199 די טילבורי אין לבנה-נאַכט = 
א טעפטעמבער' טאָג אזא  -‏ -- 200. די טללבורי אין דער פרי יו 
סוף-זומער-פעדצם   --‏ -- 26 201 לעבעדיק סאיז די שטאָט = 
פראַזשעקטאָרס 60 260 202 פרילינג 1941 אי א א א 
סוף-זומער ‏ = 6 260 260 204 ד' ביכער-שאַנק = 2 
לאָנדאָן 2050 250 2060 206 די פײיגל הי אָר = א 
װינסטאָן טשאָרטשיל  ..‏ .. -. 207/ בי השמשות = א א א 
אַנטאַני אידן =  --‏ -- 260 208 א פרלינגנאַכט הײאַאָר - 
האָר בעלישא -- -= 2 2620 209/ פללע לבנה = א א 
צוויי סאָנעטן צו די אַ היימקומענדיקע שאריען א א א 
פון דאנקירק 560 060 209 זון פלעקן = א יי 
אַ סאָנעט צו א מאמע -- 260 210 א ראָבאָט-סאַנעט = א א 
צוויי מלחמה-באלאדעס -- 2620 210 צו דער געבאָמכטער ווייטשעפל-קירך 
אַלע כוחות איצט צוזאמגענומען 2 - 211 /+ 5 *צ א א יי א א 
(ווידמונג) ר 506 2060 2050 212 די שאָט א ר א 2 
דענקמאָל-שטיין 2260 2620 2123 אי א סוף זומער טאָג 2 
5 א 5 אט 2560 250 2040 2020 2214 ווייטשעפלאידילעס 
צו די פייף באָמבעס איבער ווייטשעפל 215 ערב-פרילינג 1938 = א 
באַמבעס איבער לאַנדאַן 260 216 הערבסט-אידיליע = א א 
ביים ברעג 
ווייטשעפל און וועסטקליף ... -- 272 שואַנען געזאנג א 
ביים ים 2560 2260 2040 274 צוויי סאַנעטן א א א 
אין וועסטקליף ביים ים 2620 277 האלען א א א 
דאָס ליך פון ,גם זו לטובה" -. 277 אַן אַלטער טעמב א א 
צוויי סאָנעטן == = 220 --- 278 אי אַ וואָלקן א פיאָלעטן 5 
ים לאַנדשאַפט 2650 260 279 דאָרף אידיליע א א א 
אַ ,קאַיאַר ליך" 260 2620 280 דער אינזל-פעלז 5 א 
דער בליענדיקער קאַרשױבוים פון ארום פעלזן-שפיץ א א 
פעלזן-ברעג --- 260 260 280 אשיר -- אַ געזאַנג, השירים -- איבער 
גאָטס וועלדל = 2 25 20 280 אַלע געזאנגען" 5 א א 
ווערבעס, געזאַנג איבער צײַטיקע 0 סאָנעטן א א א 
תבואה, אין האָבער-פעלד, דאָס פערד נאָך פיר סאָנעטן א 
ביים צום, צוויי זומער פייגעלעך, קורץישלוס-סאָנעטן שא 2646 540 
דער מולד, אין אַ רעגן טאָג, דלד אמתודיק 5 א א א 
באַלאַדע פונם מעװן געזאַנג -- 284 א צום שלוס א 


מיט וזיפיל געזאַנגען דאָס שטעטל באַזונגען, 

עס צו באַשײנען ווערטער וי פערל געקליבן ‏ 
איצט, אז טויזנט און איין שטעטל מיר באַװויינען, 
אַ ווונדער, אַ טרער פאַר דיר נאָך איבערגעבליבן. 


איין טראָפן קאָן לעכערן דעם פעלזיקסטן שטיין, 
בלויז וי אַזױ לעכערט מען לעצטע טרער אינמיטן ? 
--- ווי אין אייגענעם האַרץ מען בויערט, מען בויערט, 
אַזױ-אַ אין אַ טרער זי זאָל זיך נישט צעשיטן, 


און דאָס רויטע שנירעלע זי אויפצוציען, 

און דעם צאַרטן האַלדז אים צניעותדיק צו באַצירן ? 
-- אויף פעדימל בלוט פון געלעכערטן האַרצן, 

פאַר דער טויטער בת-מלכה צו קבורה צו פירן ? 


בלויז צו באַשײנען די ווערטער ווו געפינען, 

טיפער וי אין תהום זיי זיינען דאָ פאַרזונקן -- -- 
זוי פינסטער-שװאַרץ זי ווערט, די לעצט-געבליבענע, 
אַז כסדר די פעדער רק אין איר געטונקן -- -- 


* אל אל 


צום ים דאָ, צום אינזל וויפיל כ'האָב נישט געזונגען, 
צו וויפיל, וי מיין אייגענער לייב מיר נאָנט געווען. 
בלויז מיין טאַטנס שטיקל הימל, תפילהדיק לויטער, 
מיין מאַמעס דריי שטערן -- אינערגעץ דאָ נישט געזען. 


אַ סך מאָל, ווען איך האָב די לידער-אָ געשריבן, 
שטיל-געבוקט איבער קאַפע-טישל, געזוכט אַ װאָרט, 
ראַפטים דערשפירט : טאַטע שטייט מיר אונטערן רוקן; 
און כ/דערהער, וי ער שעפטשעט עס אַרױס פון זיין באָרף, . 


1 


און דעמלט, איך ברויך בלויז די אויגן אויפצוהויבן, 
איבער מיין קאָפּ, מיין טאַטנס הימל ברייט אויסגעשפרייט, 
און ווען איך פאַרמאַך זיי : זע, מיין מאַמעס דריי שטערן, 
און איינער -- דירעקט איבער ירושלים שטייט, 


א א * 


מיין שטעטעלע, ירושלים, 

א ווו װועל איך געפינען מיין רו ? 

כ'טרעט אויף ערד דאָ און טראַכט פון ביידע } 
ושוין אין געדאַנק פון זיי ווערסט הייליק, 
געהערסט אויך צו זיי, ווייטשעפל, דו. 


מיט יעדן שריט אַלץ, װוי װאַקלדיק, 

צו לעצטן ברעג איצט איך טרעט שוין בלויז ; 
מיין שטעטעלע, ירושלים, 

וי כ'ציטער, איר זאָלט חלילה -- אַ שרעק ! -- 
ופון מיינע רעיונות נישט אַרױס. 


וי וויסט-פאַרװאָגלט ס'ווערן ווערטער -- 
מענטשן פאַרװואַלגערט אין דער פרעמד ווו ; 

ווען איך װאַנדל אין די געסלעך דאָ, 

טראַכטנדיק פון אייך, וי פון נאָנטע, : 
קומען די ווערטער היימישלעך צו. 


: *ִ אי 


מיט וויפיל װאָרצלען גראָבט זיך בוים אין דער ערד, 
ביז זיינע צווייגן ברייט און ווייט זיך צעשפרייטן? 
וויפיל זוימענדלעך פלאָשן אין ווינט פאַרװײטן, 

ביז איינס פערפלאַצט זיך אין אָנגענומען ווערט ? 


און אַז אָנגענומען שוין, וויפיל צעשטערט, 
און וויפיל שטאַמען ערשט צעשפאָלטן אויף שייטן, 
איידער פון איינעם, פון דער הויך, פון דער ווייטן, 
פון אַ פויגל העלדזל געזאַנג זיך דערהערט. 


וויפיל מוזן מעבר-לים אומגעקומען ? 
און וויפיל פון אומעט דאָס קול אָפּגענומען ? 
ס'מוזן טויזנט אָפּפּליען אז איינעם געלינגט, 


2 


אַ שפיץ-בוים ביים ברעג מיט בליק בלויז צו דערגרייכן, 
אַ פינטעלע אין די אומענדלעכע הייכן, 
האַלט עס זיך אויף זיינע פליגלעלעך און עס זינגט. 


: 2 א 


עס האָט מיך דיין נאָמען, ווייטשעפל, געצויגן, 
און נאָך אַ צווייטער, דער נאָמען -- שעקספיר !ּ 
און ווען אַלצדינג געלאָזן הינטער מיר, 

צום טויט שוין צו גיין מיט פאַרבונדענע אויגן, 


אַ מעווע אין נעפל כ'בין דאָ אָנגעפלויגן. 

שעקספיר, דיין גרויסקייט האָט זי דען אַ שיעור ? 
אַזױ לאָנדאָן די שטאָט -- --- בלויז איך דערשפיר : 
אייגן, קוקן מיר אין האַרץ אַריין, צוויי אויגן, 


און געלאָזן דיך הינטער מיר, שעקספיר, 
און דאָס גרויסע לאָנדאָן, און פאַר אַ טיר 
פון ווייטשעפל אַ בעטלער כ'בין שטיין געבליבן --- 


אַ שטעטל דערזען פון מיין ,יידיש-לאַנד* } 
אויסגעשרעקט מיט דאַנק וי ס'ציטערט מיין האַנד : 
ווייטשעפל, פאַר אַלץ װאָס כ'האָב דאָ אָנגעשריבן, 


ווייטשעפל, 19'טער נאָוועמבער, 1960 


,פותחין בכבודה של אכסניא" 


אַלצדינג אַצינד אַנדערש דאָ, געביידעס, מענטשן, 
אַ יידן שוין באַלד שווער דאָ צו דערקענען, 
בלויז דאָס שטיקעלע ערד געבליבן דאָס זעלבע ; 
אוב נישט אױיסגעקנאָטן פון איר מיר זענען, 
אָבער איר אָטעם איינגעאָטעמט מיר האָבן, 

צו לעבן דאָ און צו ווערן דאָ באַגראָבן, 


אויף די שייטערס אין שפאַניע נישט צו פאַרברענען, 
צו אַ מאַמע -- צו דיר, צוריקגעקומען ; 

און ווען פון קהעמאַטאָריע-פייער געלאָפן, 

וויפיל מיט מאַמע-ארעמס אויפגענומען; 

צווישן זיי, די אשכנזים און פאָרטוגעזן, 

אַ לויפנדיקער ייד איך בין אויך געוועזן. 


אַז גאַנץ דיר געהערן, דער מענטש מוז פאַרשטומען ? 
איז איידער נאָך, וויל איך דיר מיין דאַנק זאָגן } 

בלויז וי אַזױ, אויב נישט מיט אייגענע ווערטער ? 
כ'האָב אים לאַנג, דעם דאַנק, אין האַרץ אױסגעטראָגן, 
מיט יעדן טראָט, אָטעמדיק אויף דיר געטראָטן, 

מיין הייפעלע לעבן דאָ אַרײנגעקנאָטן, 


וי אַלץ איצט דאָ אַזאַ ניי פנים געקראָגן, 

דער הימל אפילו אַ גאַנץ אַנדערער -- 
ברייטלעך אויף די געביידעס אַלט-איינגעזעסן ; 
איך אָבער בין אַלץ דער זעלבער װאַנדערער, 
פול באַװוונדערונג, װוי אָקאָרשט אָנגעקומען, 

אַ זוונדער נאָר, ס'לשון מיר נישט אָפּגענומען -- 


צי קאָן דען זיין ווייטער און פונאַנאַנדערער, 

צווישן אייגענע אַ פרעמדער צו לעבן ? 

דאָס ציטערדיק אָפּגעשפאָרטע פון מויל צו מויל, 
נישט האָבן קיינעם מער איבערצוגעבן ? 

אַזאַ דאַנק, ס'האַרץ פון דער ערד, זאָל אים דערהערן, 
ווען באַשערט, אַ טיילכל פון איר דאָ צו ווערן. 


4 


א ליכט שאָטן און א קווער שניט 


ורוח אלוקים מרחפת על פני המים" (בראשית) 


(צוויי סאָנעטן און דאָס ליד פון די מאַראַנען) 


1 
מיר זיינען שוין אָנגעקומען דאָ אַהער, 
נאָך פֿאַרן ערשטן חורבן און נאָכן צווייטן ; 
און ערשט ביים געראַנגל אין בר-כוכבא'ס צייטן ! 
און דעם ,קינג אַרטור-גראַל* אַהערגעברענגט ווער ? 


די יאָמערלעכע געוויינען נאָך איך הער, 

אין דער פול-געפאַקטער יאָרקישול ביים זיך גרייטן, 
טאַטעס די אייגענע קינדערלעך צו טייטן --- 
ס'נעפלט נאָך אַלץ די זון דאָ אין יענער טרער. 


אָבער ווען פון שפאַנישע שייטערן אַנטלאָפן, 
איז ווידער די אינזל דאָ געשטאַנען אָפן ; 
ווען יוסף הנשיא זיין קרוין דאָ דערװואַרט, 


ביי די קעניגין האָט ער זיך אויסבאַהאַלטן } 
און שפעטער ערשט, די ,ארמאדא" צו צעשפאַלטן, 
וויפיל ביז צום קעניג-פאַלאַץ אָנגעשפאַרט. 


2 
אָן װאָרט, אָן ווינק, מען דערקענט זיך אין בליק, 
אַריר מיט אַן אויג-ווינקל און מען ווייסט } 
וװואָגיק דער שריט ווערט, קוקסט פאָראויס און גייסט, 
געצויגן פון אָנגעזענעם שטריק, 


ווען שטייסט שוין אויבן, אויף דער טעמזע-בריק, 
רופט מען דיך אָן ביים נאָמען, וי דו הייסט, 

און פון וועלכן לאַנד דו קומסט אָנגערײזט -- --- 
אין די אויגן דער ברענענדיקער בליק } 


מען זעט נישט דעם ליק, מען זעט נישט דאָס הויז, 

אַ חדר'ל ד'-על-די די גרויס -- -- --- 

אויף אַ בוידעם, אַ קעלער-שטוב, ווער ווייסט ווו ? 
7 


,.,. אדוני אלוקינו אדוני אחד? -- -- 
מיט דיינע אויגן זעסט דו דעמלט גאָט, 
?שותי" ! און פנים אל פנים שטייסט דו. 


אי א * 


נישט די פאַררעטער פון אַ פאַרפאָלגט פאָלק -- 
זיינע נקמה-נעמער מיר זענען! 

פאַקל-שיינען איבער ימים-וועגן, 

אָרום די שייטערהויפנס װאָס ברענען. 


קאָן מען ציילן די שטערן אין הימל, 

דעם זאַמד ביי די ברעגעס פון די ימען ? 
יעדער שטערן אַ שייטערהויפן-פונק, 
יעדעס זאַמדל --- אַש פון די פלאַמען. 


ס'וועט דער האַלב-אינזל -- דער צלם-שייטער, 
גאַנצע וועלט נישט פאַרברענען קענען! 
ס'בריטישע אינזל-פאָלק די שווערד אצינד, 

און אין גאָטס האַנט די ביבל --- מיר זענען. 


אז-ישיר-געזאַנג, וי משה דעם ים -- 
,די גרויסע אַרמאַדע* זיאיז צעבראָכן ! 
וי ברויזנדיקער ים אין שטורעם-ווינט, 
קאָנען הערצער אין נקמה אויפקאָכן. 


די באלאדע פון דר. ראדריגא לאפעץ 


1 
צום פעלז צוגעשליידערטע שיף, צווישן די ;ניי-קריסטן", 
איז אויך די מאַיעסטעטישע דאָנאַ גראַציאַ געווען ! 
מיט איר שיינקייט ס'איז די גאַנצע שטאָט באַלד פול געװאָרן, 
ווער פאַר איר דעם קאָפּ נישט טיף גענייגט האָט, ווען זי דערזען. 


צווישן די באַװונדערער, צווישן די צען-טויזנטער, 

דער אַקטיאָר, דער באַרימטער שעקספיר, דער גרויסער פאָעט. 
זיין קול, ראָקאָקאָיקלױסטער-גלעקל, קלאָרינק צעקלינגט ; 
;א קעניגרייך, פאַר דער קרוינונג-קאָטש פון עליזאַבעט !* 


8 


2 
װוי ווונדערלעך ליכטיק אין מאַמאָר-װוײיסן זיילן-זאָל, 
בלויז די קעניגין -- אַ חלב-ליכט אויסגעלאָשן-בלייך : 
ניין, זי איז נישט העכער פון איר, און װוי געבוקט זי שטייט, 
אָבער וו זי װאָלט אַראָפּגעקוקט אויף איר פון דער הייך .י. 


דריי פאָר אויגן באַגעגענען זיך --- אַן איינציקער בליק ! 
עס צעלאַכט זיך דער ליליפוט-לץ, וי עפעס אַ שד: 

ער זעט װוי דער עלפנביין-פעכער ציטערט אין איר האַנט.. 
;ראָדריגאָ?, שעפטשעט קוים, האַלב-פאַרחלשט, עליזאַבעט --- 


3 
די קעניגין עליזאַבעט נישט אויסהאַלטן געקענט, 
נישט אַזױ די שיינקייט פון דאָנאַ גראַציאַ, וי איר שטאָלץ ; 
ביז צו דער טיר האָט זי באַגלײט זי, ביים געזעגענען, 
זיך פאַרנייגט, ,,טאַטש וווד", אָנרירנדיק דעם צלם פון האָלץ, 


,ראָדריגאָ*, האָט זי זיך אויסגעדרייט צו איר לייב-דאָקטאָר : 
;איז עס ביי זיי עכט, אָדער בלויז געמאַכט און איינגערעדט ? 
ביזט דו נישט איינער פון זיי ?* לאָפּעץ האָט זיך טיף געבוקט, 
אויפכאַפנדיק שפיציקן בליק פון דער עליזאַבעט : 


4 
ניין, ס'איז נישט רעליגיע ... קיין געהיימע אימפעריע-פלענער... 
איר פאָרטרעט זי פאָרט לאָזן מאָלן פון מייסטער רעמבראַנד... 
שמייכלדיק האָט זי זיך צוריקגעצויגן אין איר צימער 
נישט דערלאַנגענדיק אים, דר. לאָפּעץ, צום קוש די האַנט. 


אין יענער נאַכט האָט זי אונטערגעשריבן דעם אורטייל, 
,אפילו אז ס'איז אַ בילבול", האָט זי צו זיך גערעדט, 
דריקנדיק שטאָלץ צום קלאַפּנדיקן האַרץ דעם צלם פון האָלץ : 
,;איך בין נאָך אַלץ קעניגין פון ענגלאַנד, עליזאַבעט". 


5 
דער צעדער-האָלץ געשניצטער צלם דער שטאָלץ פון פאַלאַץ, 
פון מאָנאַרך צו מאָנאַרך גייט ער איבער, פון דור צו דור, 
די מתנה פון מאָנאַך פאול דע סאַנטא מאַריא; 
איז ער נישט געווען דער רבי שלמה הלוי גאָר ? 


ס'איז דער זיידע אירער זיין טויף פאָטער געוועזן ! 

מיט דעם קרוציפיקס אין האַנט בייכט זי איר מינדסטן חטא } 
װאָלט ער נאָר, דער ראָדריגאָ, בעגנאַדיגונג געבעטן!... 

זי איז די קעניגין פון ענגלאַנד, די עליזאַבעט, 


6 
אין אַלע קירכעס האָבן די גלעקער שווער געקלינגען, 
ווען מען האָט דעם דר. ראָדריגא לאָפעץ אויפגעהענגט } 
אַן אָפּגעשלאָסענע אין איר צימער, די קעניגין, 
דער האָלץיצלם ציטערט אין איר האַנט, איר קאָפּ געזענקט, 


אין יענער נאַכט צום גרויסן אַקטיאָר, צום פאָעט שעקספיר, 
אייליק פלינק אָפגעריטן אַ קעניגלעכער שטאַפעט, 

אים געברענגט מיט זיין שטיק ,דער קויפמאַן פון ווענעדיק", 
לוסטיק פאָרצושפילן פאַר קעניגין עליזאַבעט. 


7 


האָט מען זיך דאָס צעלאַכט, ווילד-צעלאָזן, אין יענער נאַכט, 
איבער אַ יידן שײילאָק, וי אין פראָסטסטן אַרײינפאָר-הױז: 
;שענער פון די דאָנא גראַציאַ, די יעסיקאַ געמאַכט ו* 

פון איר ,ראָל*, די קעניגין, אינגאַנצן שיר נישט אַרױס.. . 


בלויז, ווען אָנגעהויבן : ;אַז מען שניידט אונז, רינט אונזער בלוט", 
עפנט זיך די טיר און ס'קומט אַרײן אַ מת, אַ סקעלעט, 

;ראָדריגע 1 און דער צלם נעמט הילצערן ציטערן, 

אין די מאַיעסטעטישע הענט פון די עליזאַבעט, 


די ערשטע ;היברויס" 


מען קאָן נאָך דאָ איצט אָנווייזן דאָ ס'געסל, 
ווו די דריי , דאָנ"ס צו כל-נדרי זיך געטראָפן } 
זייערע מסחרים מעבר-לימים, 

אין די מיליאָנען אימפעריאלן באַטראָפן, 


אַז זי גאָר ,היברו'ס", איז װאָס וויל פאָרטוגאָל ? 
צוערשט גאָט, און דערנאָך די בריטישע וואָפן ! 


די אַלטע קשיא : ,די הון, אָדער דאָס איי, 
וועלכעס פון ביידע דאָס ערשטע איז געוועזן " 
געהערט זי נישט צו יענע תיק"ו-פראַגן, 

װאָס אליהו אליין מוז קומען זײ לעז ! 


די גאָלדענע איער אין בריטן געלייגט, 
װויאַזױ איז די הון גאָר א פאָרטוגעזין ? 


דאָס לעבן אויף גאָטס באַראָט ! און די געלדער ?... 
אויף דער בריטישער קרוין מען וועט זיך פאַרלאָזן ! 
און אַז צום מזומן נאָך צוגעקומען, 

אַן אַרמאַדאַרגעניעראַל מיט זעקס מאַטראָזן --- 


איז דער מינין נישט מער אין קעלער אַראָפ, 
סדרים צו פראַווען און שופר צו בלאָזן -- -- -- 


ווו די שװואַרצע חרם-ליכט אָנגעצונדן, 

אַזש שפאַניע-פאָרטוגאַל אימפעריעס פאַרלירן ? 
אין געסל ווו דאָס שולעכל געשטאַנען, 

יעדעס קינד, נאָך אַצינד, אַהין קאָן פירן. 


יאָ, די מתפללים נישט נאָר די ; בייבל", 
מיטגעברענגט נאָך גאַנץ אַנדערע ווערט-פאַפירן, 


דגל מנשה 
(מנששוה בן ישראל-באַלאַדע אין צוויי סאָנעטן) 


1 


אַזאַ מעשהלע ס'וועט זיך דערציילן אַמאָל : 
צו דער אינזל דאָ מיט יאָרן לאַנג צוריק, 

אונטער אַ פאַרנעפלטער פינסטערער בריק, 
קומען-געשווומען אַ ייד, מנשה בן ישראל, 


איז קראַָמװעלס שװוערד געווען פון געשליפנסטן שטאָל, 
חריפיש-שאַרפער זיין ;ודוק* --- זיין טריק ! 
פון יס-התלמוד אַרױס טויכט קלאָר זיין בליק, 
דעם גאַנצן אַרום ער נעמט אַדורך מיטאַמאָל. 


געאַנקערט אויף אַ ווייל קוים, בלויז אויסצושטייגן, 
איבער אַ זעגל אַ לאַטע דאָ צו לייגן, 
אַ לאָך אין איר אויסגעפיקט אַ שװאַרצע קראָ. 
זאָל נאָר בלויז ס'ריכטיקע ווינטעלע אָנקומען --- 
ס'ביסל האָב און גוטס תיכף צוזאַמענגענומען, 
און אָפגעצויגן אין אַ מזלדיקער שעה, 

11 


2 


און וי אין אַ מעשהלע ציט עס זיך ווייטער : 

זיינען אוױיסגעלאַטעט שוין אַלע שטאָפן, 

קומט אַ גוט ווינטל ציט'ס גאָר קיין צפון ! 

און איז גאַנץ שוין דער זעגל -- רייסט זיך די לייטער ! 


פון זאַלץ צעפרעסן -- דער מאַסט בוים שוין אַ שייטער ! 
ווער ווייסט וי ווייט מעשהלע זיך פאַרלאָפן, 

ווען נישט איבער נאַכט אַ נס װאָלט געטראָפן -- -- 

זע, איבערן ים אַ פאַטשיילע פאַרשפרייט ער -- == =-- 


(זאָל איך אייך דערציילן ווער ער איז געווען ? 
אויב איר זעט אים נישט, װועט איר אים שוין נישט זען.) 
אויף כװואַלעס-פערד רייט ער, אַ שטורעם קומט ער אָן, 


על רגל אחת -- טויזנט און איין וועג'ל ! 
דער דגל-מנשה --- זיין פלאטער זעגל, 
און דער שלאַנקער מאַסטבױם -- דער שטעקן פונם פאָן. 


חנוכת-הבית פון דער פארטוגעזישער שול "שערי שמים, 


ווען די װאַקסענע ליכט, זעקס הונדערט און דרייצען, 
האָבן אין די מעשענע הענגלייכטער געברענט, 

איז די שול אַ פול-געפאַקטע מיט יידן געווען, 
אַזעלכע קיינמאָל געזען און קיינער געקענט, 


שטאַמען מסתם פון מעראַנען אַהער אַנטלאָפן, 
געקומען, ווער ווייסט, מיט וויפיל דורות צוריק -- -- 
ס'האָט דער פרנס מיטן חזן זיך איבערגעקוקט, 

כהרף עין זיך פאַרשטאַנען, אויפן בליק : 


און אַנשטאָט דעם ,מזמור שיר חנוכת הבית", -- 
װילאַנג איינגעזונגען מען האָט אים מיט אַ כאָר ! -- 
פון ארון-קודש די ספרים אַרױסגענומען, 

און דער חזן אָנגעהױבן כל-נדרי גאָר. 

אָ, נישט איינשטודירן מיט אַ כאָר מען האָט געברויכט, 
אַלע וי איינער פון אױיסנװײיניק געקענט { 

טריפנדיק ס'האָבן די הענגלייכטער מיטגעזונגען, 

זיך בייגנדיק פון ענגשאַפט --- מיטגעוויינט די ווענט. 


12 


די ערשטע דריי רבנים 
די דרשה פון חכם דוד ניעטא 


;אַ מלחמה ליווראַנט קאָן זיין נאָך דער ייד, 
ביים געניעראַל, אין ליוורע --- אַן אַדיוטאַנט, 
און זוען ער װועט עס אַלײן שוין קאָנען זיין, 
צי וועט ער עס דעמלט נאָך זיין אומשטאַנד? 


;דאָ פאַרקריכט מען זיך אין געדיכטן נעפל, 

נישט מיין גאָט, נישט דיין גאָט --- דאָ איז פאָטערלאַנד ! 
גישט די פירינעאישע האַלב-אינזל בערג, 

וו דער הימל ליגט דיר, ממש אויף דער האַנט, 


;דאָ גייט דער מענטש מיט ביידע פיס אויף דער ערד! 
דאָ קלעטערט ער נישט אויף תחומישן ראַנד, 

דעם הימל אויף דער ערד אַראָפברענגען -- -- 

פון דער ערד א הימל מאַכן -- זיין אימשטאַנד ! 


;אַנטלאָפן פון שמד, דאָ זיך אויסצושמדן? 

האַלב װואַרפט מען אין װאַסער, האַלב נעמט צו די װאַנט -- -- 
ער וויל נעמען אַ טאָן העכער, אָטעמט טיף איין, 

זיין פריינט בעלמאַנטע כאַפט אים אָן ביי דער האַנט. 


זי קוקן זיך איבער, זיי פאַרשטייען זיך, 
ער, דער חכם, מיט דעם האַלב-לאָרדישן פראַנט , 
ווען נישט ער, דער שפינאָזיסט, האַלב שבתי-צביסט, 
צו האַלטן זיך דאָ, װאָלט ער געווען אומשטאַנד } 


דער שוחט-ובודק, דער אשבונזי, 
זאָגט דאָך שוין דעם בלאַט און ספרדיש ער חזנט (כאַואַנט) -- --- 
דע בעלמאַנטע גיט אַ געשריי ,זמן מנחה +* 

און אין שולחן הויך אַ קלאַפ, מיט צווייטער האַנט, 


מיט דער לינקער נעמט ער אים ליבלעך אַרום ; 
;דאָ הי טאָר מען נישט פאַרלירן דעם פאַרשטאַנד, 
קיל מוז מען זיין, אין אַ נעפל פאַרהילט, 

אין חרם צו לייגן זיי זיינען אומשטאַנד. 

;אַ בעל דרשן, אַ בעל מסביר, ער ברויך בלויז 
אָנייען אַ שפאַניט אויף זיין טלית-ראַנד, 

און וי זיין ברודער, דער לייב אויף דער בערזע, 
פון דער /,,שערי-שמים"-שול ר'איז דער גראַנד", 


13 


דער אשכנזי 


אַז אַ מחלוקה-פייער פלאַקערט אויף, 

צי װועט מען עס דען פאַרלעשן קענען? 
פאַרדושעט אויף אַ ווייל, אַ שטיקל צייט, 
העלישער צוריק עס זאָל אויפברענען. 
צום וויפלטן מאָל שוין שלום געמאַכט, 
ברידערלעך מ'האָט געטרונקען לחיים ; 
אָבער צי איז נישט חרוב געװאָרן, 
דורך שנאת-חינם ירושלים ? 

און איבער אַ פופיק מיט אַ נאָדל, 

שיער נישט איצט די שול ;שערי שמים". 
יאָ, ס'זיינען אשכנזים און ספרדים, 

וי אַ מאָל יהודה און אפרים, 


מיט זיין בשר-כשר אַן אשכנז, 

דיר צונעמען די גאָל מיט די לעבער, 

זוי אַ ספרדי פאַר זיין /מורה נבוכים? -- -- -- 
און אַז פון ביידע צדדים געלד-געבער -- -- 


און ווען דעם ברעסלער, דעם האַרט, דעם קצין, 
עס נעמט דער האָבער אין פופיק שטאַכן: 
יהיה מה שיהיה, ער װועט שוין, 

זיין ברודער פאַר קהילה-רב מאַכן -- 


אַ מופלג, דער חכם פון אַמשטערדאַם, 
שאלות-תשובות טוט זיך מיט אים שרייבן! 
און יענער, דער קל -- -- שומו שמים ! 
בשום אופן, עס טאָר אַזױ נישט בלייבן. 


און צי איז דאָס נישט דער סימן מובהק 

פון אַ מחלוקה לשם שמים ? 

אַ ,קהילה קדושה כנסת ישראל", 

קייגנאיבער דעם ;שערי-שמים?" -- 

קול קורא'ס פון אַ מרא דאתרא, 

מיט קידוש-לבנה-אותיות קלעבן! 

ס'איז טאַקע יענער שוחט ובודק, 

בלויז אַ צווייטן נאָמען זיך געגעבן -- 

אויב שינוי-שם אַ סגולה צומאָל איז, 

פאַרן מלאך מיט די טויזנט אויגן, 

וועט עס מסתם פאַר דער בערזע-פירמע, 

ברעסלער-האַרט, אויך אַזױ בעסער טויגן.. 
14 


דער פוילישער 


ווען דאָס לאַנדאָנער רבנות אים פאָרגעשלאָגן, 
בכבוד-גדול האָט ער עס אָנגענומען { 

נישט מיט אַ זעגל-שיף איז ער אָנגעשווומען, 
אויף די הענט האָבן זיי אים אַהער דאָ געטראָגן. 


מען גיט אים טאָפלט ווי אין אַלטאָנע געקראָגן, 
און דאָס אין גאָלדענע טאָלער, אין מזומן ו 

אבער פלאי-פלאים, זייט אַהערגעקומען, 

קיין דין-'תורה, נישטאָ ווער ס'זאָל זיך באַקלאָגן . . , 


קיין שאלות-נשים. . . צומאָל אַ טריפה טעפל !ּ 
(איידער נאָך אונזערע יידן אין ווייטשעפל,) 
ער האָט זיך פון לאָנדאָנער רבנות אָפּגעזאָגט. 


און ווען דער פרנס געקומען צו אים פרעגן : 
;הלמאי ?7... שטרעקט זיך אויס דעם רב'ס האַנט צום געזעגן : 
,ווייל דאָס מיין ערשטע שאלה דאָ, האָט עס מיך פאַריאָגט", 


דער אוואנטוריסט סימאן דע געלדערן 


אַן אַראַביש בלוט-פערד, אַן אינדישן טאַרבוש, 

אַלץ וואס פון זיין מזרח-אַװאַנטורע מיטגעברענגט } 
אַנטלויפנדיק איצט, קוים צייט געהאַט, בלויז נאָך געדענקט, 
דעם טאַרבוש אין קעשענע אַריינצושטעקן, 

פלינק אַ זיברח-ווו, נישט צו ווערן אויפגעהענגט, 


איין האָר נאָך, און ער װאָלט געוויגט זיך אויף שטריקל! 
שמייכלט ער, שוין אויף צווייטער זייט פון ריין-בריקל : 
דאָס מאָל געלוינט, געווען אַ גלאַט-כשר שטיקל, 

זי אַ לייכט יאַלעװוקעלע, ער אַ ווילד ביקל, 


לויפן צו די וואַן געלדערנס, נאָך אַמסטערדאַם ? 

די ,ריטערס* וועלן אים נאָכיאָגן, נעמען רעװאַנזש ! 

ער װועט אַריבער דאָס מאָל דעם שטורמישן לאַמאַנזש, 

די קונץ פון לעבן איז נישט צו דענקן -- קוראַזש ! 

דאָס ערשטע בעסטע װאָס ווייזט זיך --- ווער ס'װואָגט האַט אַ טשאַנס ! 


15 


אַזױ איז ער אין לאָנדאָן פון דער שיף אַראָפ : 

די שװאַרצע װאָגס געשפיצט, דעם טאַרבוש אויפן קאָפ, 
מיט אַ וגענגל, אַ פאַרשייט-טאַנצנדיקס : האָפ, האָפ, 

זיך צוזינגענדיק מיט שלשלתדיקן טראָפ. 


ניין, נישט מיט די ;חוטן" װעט ער האָבן צו טון, 
קאַפעלושן-אויפקויפער גאַנץ אשכנז קאָקלע-קהל ! 
נישט מיט די קמצנישע ספרדים-כשר צומאָל. 

ווער ער איז ? ער איז אַ פרינץ פון הודו ביז כוש ! 
יאָ, איבער אַ קוש געמוזט דאָך אַנטלופן דאָס מאָל. 


און זוו און וי מען זעט אים נישט אַלץ, און מיט וועם : 
אָט רייט ער מיט דעם לאָרד, אויף אַ בריטשקע מיט דעם ! 
אַ דיליזשאָן מיט אַ קעניגלעכער עמבלעם, 

אונטערן אָרעם אַ פרינצעס אין אַ דיאַדעם. 


אַ גאַנצן האַרעם מוז ער האָבן ערגעץ ווו, 

װאָרום תמיד אַן אַנדערע אין אָרעם ער האָט ! 

שוין שפּאַצירט דער בישאָף מיט אים ביי דער טעמז, און אָס 
שטייט ער גאָר מיטן חכם אויף דער טאוער-בריק, 

אַ צעאַמפערטער, װוי אין אַ מסחר -- איבער גאָט : 


ער איז אַ ייד, אויף הר-המוריה געווען: 

די שיך אויסגעטון, אין די זאָקן איך גענען, 

די גאָט-גרוסע משיח-וויזיע דאָרט דעמלט דערזען, 

ער ווייסט גענוי דעם טאָג, די שעה, ווען ס'וועט געשען. 


פונקט וי אין מעיפער, אין די ליכטיקע לוסטהייזער, 
דעקאַמערון ער דעקלאַמירט, לאַטײן, מיט ראזמאך, 
אַזױ בעל-פה, מיטן טראָפּ לשון קודש, דעם תנ"ך, 
אין די מאַטראָזן-פאַבט אין פינסטערע דאָקס -- 

אי וי מען קען די הענט צעפירן אין אַזאַ כרך * 


װאָס זיין סוף געווען ? מסתם אַ מאוסער פּראָצעס, 
אָדער גאָר דערשטאָכן פון אַזאַ מין פרינצעס, 

אפשר אין זכות פון זיין וויזיע, צי על פי גס, 

דאָך צו קבר-ישראל געקומען -- -- ווער ווייסט עס ? 


16 


דער לאנדאנער בעל-שם 
(סאַנעט און באַלאַדע) 


1 


בלחש זיך איבערגעקוקט האָט די גאַנצע מזרח-װאַנט, 

ווען אין זיין הולך אַזױ ער איז אַרײינגעקומען ; 

יעדער ציילט אָפ שוין זיין ביסל וועסטל-טעשל מזומן, 
דערשראָקן אים צו דערלאַנגען מיט אויסגעשטרעקטער האַנט. 


וי ער שפאַנט דאָס אַזױ פרעמד און גענענט אַזױ באַקאַנט, 
אַ קללה אָדער אַ ברכה זיין זינגענדיק ברומען, 

פון איין בליק פון זיין אויג מען ווערט געהיילט און באַנומען ! 
געקומען זי נאָכגעשווומען אויך אַהער דאָ אין לאַנד ? 


דעם בציבור-בליק דערזען, ביי דער טיר געבליבן שטיין, 
העכער אונטערגעזונגען זיין ברומענדיקן ניגון, 
געװאַרט ביז ;עלינו", בי ,/המונם" אויסגעשפיגן, 


נאָכגעזאָגט לעצטן ,אמן", און שנעל געװאָלט אַרױסגײן. 
מיט גרויס כבוד איז דער חכם צו אים צוגעגאַנגען -- 
צום ,רעמבראַנד", געזען אין קעניגס פאַלאַץ אויפגעהאַנגען. 


2 


דער חכם רעדט צו אים מיט פסוקים פון חומש, 
ער טוט זיך זיי אויף יידיש-טייטש פאַרטייטשן } 
וער ברויך ווערטער, אַז מ'קאָן מיט די אויגן ריידן, 
ענטפערן מיט תנועות --- מיט טויזנט קנייטשן : 


,כבוד מלכותו, ירום הודו, מלך חסד, 

קהילה קדושה מתפלל בציבור, 

שררות שונא-ישראל --- --- ;ער לאָזט נישט ענדיקן : 
,גם זה יעבור, אַלץ בשלום אַריבער*, 


אויף זיין פאַרבינדן טאָרבעלע ער ווייזט אים אָן, 
אַלצדינג װאָס מען ברויכט האָט ער דאָרטן ליגן : 
קמיעות מכל המינים, שיר-המעלותלעך, 
װאָלף-ציינדלעך קראַנקע קינדער צו פאַרוויגן. 


17 


פלוצלינג כאַפט ער אַרױס פליצערן-קרייטעכצער, 
און מאַכט מיטן חכם ,בורא מיני בשמים? -- --- 
יעדעס גרעזל האָט זיין סגולה, און דאָס-אָ, 

בדוק ומנוסא פאַר אריכת ימים, 


;והריחו ביראת השם", שעפטשעט עֶר, 
;געקומען טאַקע קראַנקן, קינג' קורירן } 
זריזין מקדימים, אײיליק, סכנת-נפשות, 
תיכף צום מלך-פאַלאַץ אַהינפירן", 


דער חכם קוקט אים אָן: כשוף, מעשה שטן ? 
אַזאַ לייכטקייט אין די אברים ער נעמט שפירן, 
ס'לויכט אויף זיין פאַרנעפלטער מרה-שחורה בליק, 
פריש אַזױ אין זיין פאַרמאַטערט געהירן --- 


אָפן שטייען די ;שערי שמים*-טירן, 
די גאַנצע מזרח-װאַנט אַרױיסגעקומען, 

קוקן דערשראָקן : וי אויסטערליש דאָס שמועסן, 
אַהין גאָר צום ;טאוער* שפרייזן גענומען ? 


שאַ, ס'קלינגען די גלאָקן, ס'בלעקעצן די נאַנעס, 
אין פולע קירכעס פרעדיקן מאָנאַכן, 

דער פעבל אין גאַס, קריע בלוע, טויט-שכור, 
חלילה דער מלך חסד ס'אויג צומאַכן ------ 


דעמלט ראָדעריגאָ לאָפּעץ, אַ געקעפטער, 

און אַצינד -- -- שאַ, טוישן זיך די לייב-וואַכן ? 
ס'שרעקן די פויקן, פול געפאַר די פאַנפאָרן } 
האָרך, דאָס האָפערדיקע קאַנאָנען קראַכן -- 


זייט דעמלט מער חתונות, װייניקער גט'ן -- 
אויפן פאַרמעט ;שיר-מעלות'ן* געשריבן ! 

אַז צומאָל אַזעלכע שפרוכן האָט ער געוווסט, 
מאַן זאָל פערהאַסט ווייב נעמען צוריק ליבן. 


און אין אַן אָרעם געסל דאָרט ביי דער טעמזע, 

פאַר אַ הייזקע ד' על ד' קוים איילן, 

זעט מען, נישט נאָר קראַנקע קומען נאָך קמיעות, 

נאָך קרייטעכצער, נאָך וװואַסערלעך װאָס היילן, 
18 


כל המינים ,לעדיס", אין זיידנס געקלײידטע, 

פון פאַרמאַכטע קאָטשן אַרױס מ'זעט איילן -- -- 
ראַפטים עפנט זיך ס'פענסטער אויף, ער קוקט אַרױס 
און נעמט ווונדערלעך אַ מעשה דערציילן. 


מ'קוקט אויף זיין הענט-באַװעג, פון זיין מויל איין װאָרט בלויז --- 
אַ רויז פון בלעטלעך מען זעט אַרױסשײלן, 

די ?לעדיס" נעמען װאָרפן זשמעניעס מיט זילבער, 

ווייבער מיט לעצטן רעפטל ברויט זיך טיילן, 


און איינמאָל ער דערזען האָט דעם חכם דרויסן, 
וי ר'איז צווישן המון פערקליידט געשטאַנען, 
אינמיטן דערציילן ס'פענסטער אייליק פערהאַקט, 
מיט גרויס כבוד צו אים אַרױסגעגאַנען. 


ר'האָט דעם צווייטן אויך דערקענט, דער קעניג געווען.י 
אַ ווינק געגעבן אים, נישט אויסצוגעבן ! 

ער האָט זיך טיף פאַרבויגן, כבוד המלך, 

מיטן חכם גיך אַרײין --- טיר דערנעבן. 


זיי האָבן זיך מיט גרויס פרייד אָנגעקוקט ביידע, 
אָן אַ פסוק שוין צומאָל זיך פערשטאַנען } 

דער איינער אויף די שייטערס, דער צווייטער ביי , כמל", 
ברענענדיק טיף דערפילט אַז גאָט איז פאַראַנען. 


און אויב מ'ווייסט דאָס, װאָס נאָך ברויך מען צו וויסן ? 
ווען זיי האָבן גענוג לאַנג שוין געשוויגן, 

האָט דער חכם מיט אויגן ליכטיק געבעטן, 

און דער בעל-שם אונטערגעברומט זיין ניגון : 


,איר זענט געגאַנגען ביז דאָ, אַ גרויסער מהלך, 
מיר אָבער מוז קענען גיין נאָך ווייטער --- 

ס'איז נאָך פעראַנען טיפערס פון ;מורה נבוכים', 
און אַ סך שרעקלעכערס פון ,כמל" און שייטער. 


;עס גייט נישט נאָר בלויז אין דעם-אָ, צי גאָט קאָן יאָ, 
צי נישט באַשאַפן אַ יש מן האין --- 

אַז דער מענטש וועט צוקומען צו ביטול-היש, 

דעמלט ערשט וועט נישט זיין מערער קיין קין ==" 


19 


ווען דער חכם איז צוריק אַרױסגעקומען, 

דער קעניג שוין געווען אַהײמגעגאַנגען, 

און געשטאַנען אויף די קני דאָרט פאַרן רעמבראַנד, 
אין זיין פאַלאַץ אין גין-גאָלדדרעם געהאַנגען. 


ספרדים, אשכנזים און נוסח-ספרד... 
(דריי סאָנעטן) 
1 ווען ריקאַרדא איז אַרײן אין פאַרלאַמענט 


ווער צו אים זיך געקענט פאַרגלייכן אין יעדן פרט, 

די מענטשלעכע חשיבות, די ספרדישע שטאָלצקייט אַליין, 
מילא, קומט ער נישט יעדן טאָג אין סינאַגאָג צוגיין --- 

די קרוין פון דער קהילה, דע ריקאַרדאָ און שמד ? 


דעם אָרעמסטן שוין צומאָל צו קענען מאכן זאַט, 

דערפאַר מסתם האָט ער געמוזט אין פאַרלאַמענט אַרײן ; 

אַ נייער מין בענדיקט דע שפינאָזאַ ר'וועט זיין, 

געשוווירן ביי די דריי-אייניקייט -- נישט ביים אחד. (עכאַט) 


ער שפירט דער חכם אַן אבל-טרער שטיקט אים אין האַלדז ! 
ער הערט חרם ווערטער, בלויז ער דערקענט נישט זיין דיבור, 
נישט אַ קריע-ריס -- אין האַרץ רייסט זיך אים עפעס איבער : 


מענטשלעכע חשיבות, ספרדישער שטאָלץ --- אויב דאָס איז אַלץ, 
טראָגן די אשכנזים איצט איבער דער וועלט גאָט'ס עוֹל -- -- -- 
צעוויינט ער זיך, מיט אַזויפיל שפלות, הוֹיך אויפן קול, 


2 דער ווייטשעפל אשכנזים בית-חיים 


איך בין נישט קיין מהר"ל, קאָן נישט מאַכן קיין גולם, 
און זיי מאַכן פאַר יידן עס וועט מיר נישט געלינגען. 
צומאָל אַ גוי ירושלימדיק זיך צעזינגען -- 

ממש אַן על נהרות טעמזע בין הגולים *, 


* געמיינט: לאַרד בײיראָן. 
20 


און מיט הייליקן גיגון פון אונזער אדון עולם, 

מילא מוז מען דאָך דערפון יאָ עפעס אַרוסדרינגען, 

בלויז נישט, אַז גאָט איז אַ שיין מעשהלע מיט דריי רינגען.. 
וי קום איך קליין יידעלע צווישן זייערע גדולים, 


;נישט קיין ,חכם', אשכנזי אייניקל פון חכם-צבי", 
שמייכלט ער אַלט-קלוג אין זיין פויליש שיטער בערדל אַרין : 
,מיט מיינע שװאַכע פיס כ'וועל שוין ביז אַהין נישט דערגיין, 


וויל איך אין ארץ-ישראל-ערד באַגראָבן זיין דאָ זי, 
זייער שטאָלצע חולם נאָז ;אוי", זיי הויבן זי צו הויך, 
ווילט זיך ליגן צווישן אייגענע -- -- ס'וועט זיין היימישער אויך," 


5 נוסח-ספרד (אויף , עדמענדטאָן") 


קייגנאיבער דעם אוהל דער , סאַרקאָפאַג* פון לאָרד, 

איינס קוקט אויף צווייטן וי אויף עפעס נישטאָ-געדאַכט --- 
זי זעען דאָ ביידע נעבעך אויס וי נאָכגעמאַכט ! 

אין יידישלעך שילכל זילבעריק-ברייט צעקעמט די באָרד, 


זיצן אַ שעה אין פרעזידענטן-שטול, מעשה-ספאָרט, 
בעטנדיקע בליקן אויף מיר אין אַ יום-כפורינאַכט. ., 
אָבער טויט-לאַנג צו ליגן דאָ, מיך אַהערגעבראַכט ? 
פלוצלינג אַ היימישער ,אל-מלא-רחמים?" צעכאָרט, 


זיס"גאָגן פון תחינות זאָגן, יידישלעך-פאַרטרערט -- --- 
וי אינם רבינס שילבל ביים ,כל-נדרי"-ניגן, 
גלייך-אויסגעשטרעקט שטיל, בלייבט ער אין ;סאַרקאָפּאַג* ליגן, 


דערנאָך דרייט ער זיך אויס צו זיין ,,לעדי* : ,האָסט געהערט י 
גלויב מיר, מער ווערט וי דעם שענסטן קראַנץ מ'װאָלט אונז לייגן, 
אַזעלכע טענער א טויט-לאַנג הערן און שווייגן", 


א למד-וואווניק באלאדע 


טומלט זיך אויף יאַרמלעניצער יאָרמאַרק-יאַריד, 
להבדיל אין ביתהמדרש דער רעש נאָך גרעסער ; 

די גזירות אין פוילן, אין ליטע און רייסן --- 

דער שטן-המשחית שלייפט זיין שחיטה-שאַרף מעסער, 


21 


זיינען זיך צונויפגעפאָרן בוידן, קאָטשן -- 

ספאָדקעס און סטראָקעס פראַווען גאָר גרויס אַן אַסיפה ! 
און עפעס אַ באָרװועסער ווער, אין אַ קוטשמע, 

אַ ייד מיט אַ פאָר אויגן, פאַרטראַכטע און טיפע, 


טאַפט זיך ביי די ווענט, קאַלטן טרונק טראָגט ער אונטער, 
קוקט רק אין די בליקן די באַקאָלפעקטע יידן, 

ר'איז איינער פון די למד-װאָוו, דער ראש פון זיי --- 

אויך זייערע אסיפות אויף יאָרמאַרק יאַרידן! 


דערווייל פאָיען זיי פערד, קאָרמען אַ בהימה, 

גלעטן אַ קראַנק קעלבל געבונדן אויף אַ װאָגן ן 
קומען זיך ערשט צוזאַם, אויפגעכאַפט ער האָט אלץ, 
װאָס די תלמידי-חכמים געהאַט צו זאָגן -- -- -- 


צו זייער אסיפה גייען די למד-װאָוו, 

דער ערשטער איילט זיך יענער לאַטוטניק, דער שניידער } 
דער לעצטער קוים אָטעמדיק, מיט אַ גיך-געקריך, 
פאַרשפעטיקט מלמדל פון אַ דרדיק-חדר. 


אַ היטלמאַכער, אינגאַנצן אַ פאַרשוויצטער, 

אַ צענטער צום מנין קומט ער פלינק אָנגעלאָפן ! 
צורעכטמאַכן אַ ריס אין אַ ווערעך געמוזט, 

פון אַן אָרים רב'ל אויפן וועג אָנגעטראָפן. 


פאַרװאָס דווקא זיי, חלילה, גאָר פאַרגעסן : 
ס/איינגעמעלטע בעקערל, אַ שיבער, אַ קנעטער, 

און דעם שוסטער פעך-שװואַרץ פון יידישע צרות, 

אַ שענערער פון אים --- שוין לאַנג אַ גוטער-בעטער ! 


זיצן זי אבלדיק, װאַרטנדיק ביים ברונים, 

די וואַסערטרעגער, אויף איבערגעקערטע עמער -- -- 
דער ראש שנעל זיך אויפגעשטעלט ביי אַ נאָשידלע, 
וי אין בית-המדרש אַ דרשן ביים מעלעמער. 


מיט זיינע אויגן ער ציילט אָפ, נישט איינס, נישט צוויי, 
6, יאָ, מיר זיינען אַלע צוזאַמען : 

;אָן שהיות, און תיכף שוין, איינער מוז אַהין, 

און דאָס מאָל אין די מרחקים, ווייט איבער ימים. 


22 


, אבר מדולדול, נשמות ערטלאות, 

וועם צוריק באַהעפטן, ווו לייגן אַ לאַטע, 

מיר מוזן טון װאָס מיר טון, װאָס מיר נאָך קענען, 
בלויז העלפן, איין גאָט בריך הוא, אויבן דער טאַטע, 


,מיר פראָסטע יידן, מה נאמר ומה נדבר, 

גזירות. מסתם, רפואה פאַר דער מכה וי 

מיטן שוסטער גיט עס אַ װאָרף, ער טוט אַ מרוק, 

רק דאָס בעקערל ברומט שנעל אונטער : ;טאַקע, טאַקע". 


דער ראש בלייבט שטיל, די אויגן פאַרגלייזט צום הימל, 
ס'בליצט אַ רעגנבויגן פון געלאַטעטע בגדים --- 

אלע בליקן זיינען געווענדט צום לאַטוטניק, 

מיט פאַרשפילעוועטן לאַץ מיט נאָדל-פאָדים. 


און ווייל געווען עס איז געװאַלטיק גאָר אייליק, 
האָט זיך זייער אסיפה תיכף באַלד געשלאָסן, 

און בשעת ער ביחידות געקפצת-הדרכט, 

האָבן זיי זיך גענומען בציבור צו חצותן -- -- --- 


אין לאָנדאָן דער שטאָט, ביי די ברעגעס פון טעמזע, 
אויפגעריכט ווערן יידן, קוואַלן פון פרנסה } 

בזיעת אפיך ראַנגלט מיטן שטן, 

;גענאָסע* ? ,מלאך הממונה דיקרנוסא" ? 


אין איין הרף-עין אַהער אָנגעקומען, 

דורך אַ לעכל פון אַ נאָדל אים ווער דורכגעצויגן } 
קוים זדאָנזשעט דעם פאָדים איינצופעדעמען, 
מיט זיינע בלינדע צוויי געלאַמעװעטע אויגן. 


זאָל ער זיין גרייט באַלד צו דזשאָבען, צו סטריגעווען, 
חס-חלילה קיין מינוט מ'טאָר נישט פאַרלירן ; 

איז עס דאָך אינם זכות פון די למד-װאָוו בלױיז, 

װאָס אונזער זינדיק וועלטל קאָן נאָך עקזיסטירן, 


לאָנדאָן די שטאָט, ביי די ברעגעס פון דער טעמזע, 
נישט קיין שפילעכל איז עס, אין אַזאַ כרך גדול, 
אָנצוקומען מיט ליידיקע צוויי ידים, 

בלויז מיט לאַץ פאַרשפילעוועטן מיט פאָדים-נאָדל, 


און דער נעפל-מצרים, ממש וימש -- 

אַ װױלגאָטש-װאַנט דער קעלער ווו אַרײנגעצױגן! 
עס טאַפן זיך ביים האַלדז נאַסע קאַלטע פינגער, 
און ברייטע תכריכים-שטעך לאַמעװען די אויגן. 


און ער דזשאָבעט און סטריגעוועט און ניטשעוועט, 

אויף װאָך און אויף טאָג, אויף ,,באָנדל* און לאחדים ; 

עס צעקריכט די מאַטעריע וי שטיקער נעפל, 

און אָט דאַכט זיך, ס'גייט אינגאַנצן שוין אויס דער פאָדים. 


אין שוויץ-באָד אויף העכסטער באַנק מ'גייט אָפּ אין ;סוועט-שאָפּ* -- 
ס'וואַרפט זיך אַ מין קדחת צוישן ,סלעק" און ;האָסע" ! 
מינדסט ווייטשעפל-געסל -- יאַרמלעניצער יאָר-מאַרק, 
אָ, װאָס טוט נישט אַלץ דער מענטש פאַר שטיקל פרנסה. 


יאָ, בזיעת אפיך איז קריעת-ים-סוף, 

אָבער ביזנעס -- ביזת-הים און גאָלדן עגל -- 

דורכן געדיכטן נעפל אַ לאָנדאָנער זון, | 
וי דורך ,,מענעדזשער"-פענסטערל פאָרמאַנס* שטרענג אייגל : 


צי גענאָסע ? צי להבדיל דיקרנוסא? 

אפילו מיט למד-װאָװוגיק מ'איז דאָ נישט זיכער ! 

אַז גאַנצער שניידערוק ס'ווערט דאָ אַ לאַטוטניק, 

מיט כל-ערליי קרענק טשעק-און בענק-און קאָנטע-ביכער -- -- -= 


אַ ווונדער די וועלט װאַקלט בלוטיק פאַרווונדיקט ? 
בלויז יעדע רגע, אַז זי פאַלט נישט גאַנץ צוזאַמען, 
אַ סימן פון די למד-װאָוו ס'פעלט נישט איינער, 
צומאָל דער אַהערגעשיקטער דאָ, מעבר לימים. 


משה מאנטעפיארע 


אין דאַמאַסקוס, אין מאַראָקאָ, רומניע -- -- 
ערשט ווען נאָך װואַרשע-ווילנא אָנגעקומען, 
און די יידן דאָרט דערזען, אַרום זיין האַרץ 
אַזאַ צער, אַזאַ פרייד אַרומגענומען. 


24 


פון אַזאַ שטאָלץ װאָס ער איז איינער פוֹן זיי, 
זיינע צוויי אויגן צוויי קװאַלן פון טרערן ; 

נישט צו די איבערזעצערס, צו זייערע רייד, 

צום קול, צום קלאַנג, זיין האַרץ טוט זיך צוהערן. 


הערט ער נישט זיין טאַטן, צי גאָר זיין מאַמען -- --- 
זייערע נשמות רוען אין גן-עדן! -- 

וי ווונדערלעך אין אים און וי געװאַלטיק, 

וי ער װאָלט געהערט די נביאים ריידן --- 


ע;כי מעולם ועד העולם את אל וז" 

די גאָט-אימפעריע אַלע פינף ערד-טיילן } 
ער זיין אַמבאַסאַדאָר, זיין עמיסעער, 
דעם ;באחרית הימים? צוצואיילן, 


און ווען די ארץ-ישראל ערד באַטרעטן, 

אויף זיין אייגענעם האַרץ האָט ער געטראָטן{ 
זיינע ליפן פאַלן צו צו יעדן שטיין, 

אַ שטיק פון די לוחות מיט גאָטס געבאָטן, 


צי איז נישט דאָ בית-אל, אוֹן אויף יענעם דאָרט 
יעקב אבינו'ס קאָפ אויף אים געלעגן ? 

גירושלים ההרים סביב לה" י-- 

דאָ ווו, מאַמע-רחל, מיטן די וועגן -- -- --- 


ער איז יענע לייטער, אַרױף און אַראָפ, 

אַ גוטער מלאך מיט אים מיטגעגאַנען ; 

מאכן? -- -- אויב אַזױנס מיט אַ מענטש ס'קאָן געשען, 
אַ גרויסער גאָט איבער דער וועלט פעראַנען. 


זיין ווייטשעפל-באזוך 


מיטן פּסחדיקן געפעס און מיט די פּאָרטרעטן 

פון משה מאָנטעפיאָרע און פון ווילנער גאון 

און דעם געהאָפטענעם לייבן-מזרח פאַר אויבן אָן, 
איינגענייט אין די גרויסע ווייכע איבערבעטן, 


אַזױ זיינען זי דאָראַהער דעמלט אָנגעקומען ! 
מיט האַרע שנעלע פינגער פאָסטריגעס צו ציען, 


25 


פול מיט ,עקדות-יצחק" און ;שולמית"-מעלאָדיען 
און מיט ,מזדהמצרלעך" אַזױ זיך אונטערצוברומען -- -- 


און איז מאָנטעפיאָרע אין אַזאַ װייטשעפּל שטיבל, 
אַרײנגעפאַלן -- -- ס'האַרץ איז אים געבליבן שטיין ! 
אָ, וי אָרעמע מענטשן קאָנען דאָס דאַנקבאַר זיין. 


וי אַ יידישן קעניג אין די צייטן פון ביבל --- 
אַ געזאַלבטן אַזױ אין זייער בלוט און טרערן, 
האָבן זיי מיך אויפגעהאָנגען -- הימנען צו הערן. 


דער סאָנעט פון זיין לעצטער נסיעה -- ראַמסגעיטי 


עס פאַרבינדט די ענגלישע אימפעריע דער ים, 
אינמיטן דער אינזל -- דער פונקט אינדערמיט, 
און תמיד איבער איר --- די זון אין צעניט ; 

איז עס דער ים התלמוד װאָס האלט אונז צוזאַם ? 


גוט, .גם כי אלך* דורך בלוט, דורך טרערן, דורך פלאם ! 
בלויז ווו אונזער אינזל צו שטעלן די טריט, 

ווען צום תהום לעצטע כװאַליע שלעפט שוין מיט, 
דערטרונקן צו ווערן וי פאַרזונקענער שלאַם ? 


דאָס געפלייץ האַלט איין, שטיל אין אים ווערט, ער הערט : 
אין גאָטס האַנט זיינען מיר דאָס הייפעלע ערד, 
און ווי זעמדל ביי זעמדל ווערן מיר אַ ברעג } 


ס'ברויזן די כװאַלעס, ס'עפנט זיך דער אָפגרינט, 
פון אַלע פיר זייטן ווילד דער שטורעם-ווינט -- -- 
אין גאָטס האַנט קיין איין זעמדל ווייעט נישט אַװעק. 


ישמחה בעקער 


די שיפן װאָס פעסער. מִיט הערינג אַוועקגעפירט, 

האָבן זיי אַהערגעברענגט דאָ פולע געפאַקטע, 

אַנטלאָפּענע פון פאָגראָמען, פון קאָזאַקן. 

אָ, ווען נישט שמחה בעקער אָנשטאָט אין שטאָט אַרום, ‏ י. 
אַרױסגעפירט דאָ דאָס ברויט װואָס אָנגעבאַקן. + 


26 


אויף די נאַסע באָרטן, אין די קאַלטע ווינטן, 

אין נעפל אויסגעװוייקט, אין בלאָטעס און װלגאָטש, 
זיינען זיי דאָ טויט-פאַרהונגערטע געלעגן, 

וי די אויסגעלייגטע הרוגים אין שטעטלעך, 

וי די פליטים אַװעקגעפאַלענע אויף די וועגן, 


די לאַבנס ברויט אָקאָרשט פון אויוון אַרױס, 
קאָרענע, שװואַרץ-ראַזאָוע, נאָר צום אויפפלאַצן, 
אויוונס ברויט גאַנצע גאַסן צו באַשמעקן, 
אויפגעגאַנגענע װוי מעובתרע לייבער, 

טויטע שוין צוריק צום לעבן אויפצווועקן. 


דאָס היימישע הייליקע, דאָס שװאַרץ-ערדיקע, 
אויף די קני װואַרעם-פאַרעדיק אויפצוברעכן, 
מיט שבתדיקן מוציא-מעסער צו שניידן -- --- 
מיט געזאַנג ר'איז אויפגעגאַנגען דער גערוך דאָ, 
דער ובזעת-אפיכדיקער טעם גן-עדן, 


אָ, ווען נישט שמחה בעקער אויף זיין ברויט-װאָגן, 
די אַלטע דעמלט, די שװאַכע, די קינדערלעך, 
אַהײימגענומען זיך וואַרעמען ביים אויוון, 

צי װואָלטן מיר דען אַצינדער דאָ געפינען, 

אַן אייגענע װאַרעמע היים צווישן קרובים ? 


די ווידוי 
(נאַכן לייענען די בריוו פון אהרן ליבערמאַן 


אין העברעאיש, רוסיש, אין דייטש און ענגליש, 

פון אַלץ װאָס געשריבן אין אַלע זיינע טעג, 

איין װואָרט געדענקט ער בלויז, פאַר זיין בליק עס שטייט, 
ס'קוקט שטייף אויף אים, מיט אַזאַ העזהדיק געפרעג. 


ס'איז נישט קיין װאָרט, אַ מענטש איז עס, זיין טאַטצָ, - | 
עס שטעלט זיך פאָר : ;געדענקסט מיך ? בין איך עס דער ,זשידי" ! 
דאָס איינע װאָרט פון אַלץ װאָס ער געשריבן, 

אַ גאַנצן טאָג, קוקנדיק אויף אים, ס'ווערט נישט מיד, 


27 


וי מיט אַ לופע געצילט, קאָסאָקע שיף -- 

ס'דרינגט אַרײן אין אים טיף : אַ קול, אין שלייף אַ קויל ? 
וי פייערדיק גליאיק, געשליפן שפיציק, 

אין זיין קאָפפ אויסגעליידיקט אַלץ, אויסגעברענט הויל, 


אַז פון אַלץ װאָס געשריבן אין זיינע טעג, 

בלויז ער געדענקט נאָר דאָס איין-איינציקע װאָרט, ;זשיד", 
איז װאָס הילכט עס אין אים אַזױ װאָרט נאָך װאָרט, 

װוי געליינט פון אַ בריוו, וי געזונגען אַ ליד ? 


זיינע קינדער שטייען אים פאַר די אויגן -- -- 

זיי ליינען אַצינד צום וויפילטן מאָל אַ בריוו -- -- 
איז עס זיין ווייב, צי יענע פון יענזייט װאַנט ? 

די לופע קוקט קרימלעך אויף אים, קאָסאָקע שיף --- 


ער האָט ס'ווייב נישט געליבט, און די ליבט אים נישט -- -- 
איז טאַקע אַלצדינג דער מענטשלעכער לייב, דער גוף? 

און פון וועם הערט ער אין זיין ליידיקייט, 

אַ בת-קול, אַן עכאָ, אַזאַ דייטשלעכן רוף ? 


ס'איז זיין מאַמע, ער הערט דייטלעך יעדעס װאָרט, 
וי נאָנט, װוי היימיש-אייגן, וי תהומיק-טיף -- -- 
ווייטשעפל ווו-ווידער, װלגאָטש-ווינט און שווייס, 
ער תפילה'ט צו די קינדער אין יידיש אַ בריוו ? 


אַ נעפל איז אַלצדינג פאַר זיינע אויגן -- -- 

נישט דער דייטשער זשאַנדצָרם, נישט דער רוסישער שפיק, 
קיינער פון זיי קיין װאָרט אַרױסבאַקומען, 

בלויז דאָס סטראַשנדיקע מענטשעלע אין זיין בליק. 


וי עס קוקט אויף אים, גאַנץ צו פאַרניכטן אים : 

,מיט דיין יידישער האַנט האָסט עס געשריבן, ליין, 

שװאַרץ אויף ווייס : ;אַ פאַטש פאַרגײט, דאָס װאָרט באַשטײט!, 
איז דיין אייגענער שופט זאָלסט דו אַצינד זיין? -- 


צום ווענטל אַ צוגעשטעלטער, שטייט ער איצט ! 

וויי צו דעם װאָס געכאַפט ווערט פון אייגענער האַנט !!ּ 
אויב די ליבע בלינד, פאַרבינט אים די אויגן 

אָט-אָ יענע װאָס שטייט אויף אַנדערער זייט װאַנט. 


28 


אַליין ר'איז זיין ריכטער, ליינט אליין זיין פסק, 

זיין אייגנער הענקער, זיין האַק, ער וועט זיין אַליין } 

וי קלאָר מיט אַמאָל אין זיין קאָפּ, די ווערטער 

נישט קיין גייסטלעכן, נישט רזאָגט זיי נאָך מיט געוויין, 


וי ווונדערלעך די לעצטע רגע קאָן זיין --- --- 
זיינע ליפן פעסט פאַרביסן צווישן די ציין } 
אָבער אַזױ דייטלעך ער הערט יעדעס װאָרט --- --- 
שאַ, עמעצער ווער אין אים רעדט מיט זיך אליין ; 


;ניין, איך האָב קיינמאָל נישט זייער טיפן פיין, 
זייער צער מיט מיין גאַנצן האַרצן דערפילט } 
מיט געשליפענע, מיט גלאַטע פרעמדע רייד, 
מיינס צי דערגרייכן בלויז רק כסדר געצילט, 


;גישט ישעיה'ס חזיון, נישט עמוס'ן יושר --- 
אייגענעם אונטערגאַנג -- אָט דעם אחרית געזען ! 
דער הילך-קלאַנג פון װאָרט, דער הילוך פון גאַנג, 
אַלץ װאָס אונזערס וי פאַרמיאוסט איז עס מיר געווען. 


,מליצהדיק געצאַצקעט זיך מיט באָרד קאַצאַפ'ס, 
אָץדקוצצדיק ביים שפיץ-בערדל געצופט דעם ייד ; 
וויין, ווייב, נעקראַסאָוו-געזאַנג --- מיין פאָעזיע, 
אַ בעטלער מיט אויסגעשטרעקטער האנט -- אונזער ליד, 


;װאָלט איך אין געסל דאָרט דערפילט זייער לייד, 
מאַמעדיק לשון ס'װואָלט פון מיר אַרױסגערעדט, 
װאָלטן זיי נישט, מיך אָנטרעפנדיק אין גאַס, 
געקוקט אויף מיר פרעמד וי אויף עפעס אַ שד, 


;געיאָגטע, געפלאָגטע, עלענדע און פרעמדע, 

פון אַרבעט אויסגעטרוקנט, אויסגעווייקט אין שווייס, 
דערשלאָגן, פארגרעבט, פאַרגולמט, אַ ווונדער 
פאַרגעסן צומאָל מיטגעברענגטן אלף-בית ? 


;און האָב איך באמת טאַקע עברית געמיינט, 
די לשון-קודש הייליקע נביאים שפראַך ? 

אַ דרדקי מלמד געזאָלט ווערן, 

און לערנען מיט זיי סידור, עברי, האַלב טראַף. 


29 


,פון רב אין בית-המדרש, פון מגיד אין שול, 

אַ ,שולחן-ערוך"-סעיף, אַ משל שטיל מ'האָרכט צו, 
דער פאַרלוירענער הערט אַ היימישן טאָן, . 

אָן אייגן נאָנט װאָרט, און געפינט אַ רגע רו. 


צווישן אייגנע ער זיצט ביי ;געדעקטן טיש, 

מיט אויפגעשטעלטע אויערן ער הערט ,דאָס בלאַט", 

און אוב נישט אויף דער, איז כאָטש אויף יענער וועלט, 
מיט לויתן, מיט שור-הבר ער וועט ווערן זאַט. 


,;צומאָל אַרום מיסיאָנער, להבדיל, אין גאַס, 

פאַרמאַטערטע פערד זיי בלייבן שטיין אין ראָד ; ' 
פון װאַרעמען קלאַנג,. קהום-צעבייטשט, פיפיק-פאַרטייטשט, .. 
דאָס אויסגעליידיקסטע װאָרט פול נאָך מיט גענאָד, 


;אַ פאָלק איבער ערד-קיילעך זיין בלוט-געשפרענגט : 
כי מעולם ועד עולם אתה אל 

רעװאָלוציע-ראָד מיט לעצטן בדמיך טראָפ, 

שמירן אַצינד וי מיט ביליקן שמיר-אייל, ווייל -- --- 


;הױיל-אָנגעשװאָלן, ליידיק-אויפגעבלאָזן, 
פּלאָנטערט שווערע צונג אין מויל וי א פאַפוגיי ! 
מיט אויסגעלערנטע ווערטער מ'נעמט שפרייזן, 
וי אויף שטאָלצן, כאָטש צעפאַיאַצעװען מיט זיי. 


.גדלותדיק איבער זיך אַלײן דערהויבן, : 
מיט לעצטן, מיט פרעמדן כוח שוין -- -- אויב דאָס איז אַלץ - 
איז פאַר מיר נישט מער איבערגעבליבן איצט, 
ווי פאַרװאַרפן אַ פעסטן שטריק איבערן האַלדז. 


,כסדר כ'זע אים באָמבלען איבער מיין קאָפ, 

עס טראָגט אים מיין שאָטן נאָך הינטער מיין געניק ; 
אויג אויף אויג קוקט מיך עמעצער וער שטרענג אָן, 
עס איז דאָס מענטשעלע אין מיין אייגענעם בליק, 


,וי שפיציק עס קוקט, ס'איז אַ שפיאָן, אַ שפיק 
דער שפייער אין טאַש אַ געלאָדענעם ער טראָגט, 
,דאָס איז ער, נעמט אים, שליסט אים אין קייטן, 
איבער קאָפ מיט נהגייקע'! עס שלאָגט -- -- 


4 


230 


,סײאָגט מיך שפאָטיש נאָך מיט אזא שפיי-געציש -- 
דער גאַנצער אָצעאַן אין איין טראַף, אין איין אות. 
,זזששיד* ! שיסט עס מיר דירעקט אין פנים אריין, 
אין מיין מוח גליט עס שוין -- כ'הער דעם שאָס !* 


וטסוט 00=84סט? - - אאסעסשא - - א=מאפאאט = אסאעהאסט  -‏ ותאאעהומט = מאסמוט == וממטתמסאם === אשותאס? === ווסממאמאט === אתממפאמת == =סססאוםה = וטטסטטט = =סטאטט סטע 


ביז דאָ אַהער, ביז איצט כ'הער די ווידוי-ווערטער, 
איך זע דאָס געציל, ביים צינגל דעם לעצטן צי, --- 
דער הילך פון אַזאַ ;על חטא שחטאתי?-קלאָפ ! 
אויף ליפ כ'דערפיל בלוט-טראָפ פון , בדמיך חיי". 


א לעצטער שפראץ 


װויאַזױ מעגלעך אַז אַ שפראָץ פון אַזאַ דעמב, 

די טאָכטער פון קאַרל מאַרקס, זאָל זעלבסטמאָרד באַגײין? 
האָט דאָך שוין אין אים, אין דעם גיבור, אין דעם ריז, 
דער סם דערפון, ס'זוימנקערנדל געמוזט זיין --- 


מיט מח, שאַרף-פאַרשפיצט, פונקן געשלאָגן פון שטיין, 
דעם טויט שוין געטראָגן אין אייגענעם געביין, 

אָדער ווייל לעצטן פונק פון זיך אַרוסגעשפריצט, 
אין הייפעלע אַש, אין אייגענעם אויסצוגיין ? 


דעמלט אויף דער גרינדונג דאָ, פון שניידער-פעראיין, 

פון איין זייט פיליפ קראַנץ, פון צווייטער פייגענבוים, 

און מאָריס ווינטשעווסקיס קול דערהערט, וי קלאָר ס'קלינגט, 
צו אַן עולם געהאַלטן זיך אויף די פיס קוים : 


,שוועסטער און ברידער, עס איז נישט קיין זיסער חלום, 
עס איז אַ קאַמף, וי אין פסוק שטייט, 'ולאם מלאם 
יאמץ', די װאָס פרעסן אייער שווערע פראַצע, 

:וויגן אייך איין, מיט, ,ברוך אדני יום יום' -- 


,דאָס פערד איז ווערט די בייטש, וועלכעס קייעט דעם צוים == === 
אַן אויפגעברויזטער ים, אָט צעשפריצטער אין שוים ! 

זע, אין זיי די טויט-שטילקייט וי פֿאַר אַ שטורעם !! 

זי קוקט אוֹיפן רעדנער, זי קוקט אויפן חמון : 


31 


דער ברייט אויפגעריסענער און טיפער תהום, 

צווישן זיי דאָ, און ,די דינער פון מאַמאָן-גאָט? ! 

און איר טאַטע, דער נביא פון אמת און רעכט, 

גראָד די אונטערדריקטסטע פון אַלע פאַרזען האָט... 


איבער איר קאָפ דער אַפּלאָדיסמענטן געשאָט, 

ווען מען האָט דעם נאָמען פון איר פאָטער דערמאָנט; 
אין זייערע אויגן, אַרויפקוקנדיק צו איר, 

דעם ברענענדיקן בליק פון איר טאַטן דערקאָנט ... 


צווייגל אין ווינט וויגט זי זיך צווישן שװאַרץ און בלאָנד ; 
וי איר מאַן זי, איר פאָטער פאַרראַטן זיין שטאַם! 

אַ װאָרצל טיף-געצויגן זיך, ווייט-געוויקלט, 

רוטנבערג, פאַדוא, פון מהר"ם צום מהר"ם -- -- 


איר אָפּגעריסענער פלאַם גייט אויס, ברעכט צוזאַם, 
ווען נישט פון איין זייט פייגענבוים, פון צווייטער -- קראַנץ ! 
;עלענאָרא ? האַרמאָניא, די טאָכטער פון צויס? -- -- 
אין ווינטשעווסקיס אויגן דער פייערדיקע גלאַנץ -- 


אַזאַ זיסער געזאַנג אין אים, אַ שטילער טאַנץ, 

וי ריטמיש-שלאַנק, און מיט אַזופיל עלעגאַנץ . 
טרעטן אויף די ווערטער, פאָרן זיך די גראַמען, 

אַ מינועט וויגט זיך לייכט דער ,משקל"-באַלאַנס -- 


נאָך קיינמאָל אַ ליד געלונגען אים אַזױ גאַנץ, 

וי דעמלט זיי דריי זי באַגלײט האָבן אַהים, 

ס'האָט דאָס ליד פון די דריי מיידלעך, די ,דריי שוועסטער", 
געשפּראָצט אין אים ,מיט טרערן װאָס בלייבן געהיים? -- 


זע, אַ זוימענדל פון אונזער זאָמען, אַ אקיים? -- 

אױסגעװאָרצלט דער בוים, אויף פרעמד-ערד שוין פאַרפלאַנצט ! --- 
ער זאַפטיקט ווידער אין אייגענעם פייגענבוים, 

| זיין צווייגל וי זוונדערלעך אונזער קאָפּ באַקראַנצט. 


פאַר גאָט, צי פאַר שטן אַ פאָלק האָט אױסגעטאַנצט, 
צעשאַרט ליגט לעצטער זשאַר, בלויז פערז-פוס פון זיין ליד, 
ס'גליט ווייטער, ס'פליט ווייטער מיט צווייגל אין ווינט, 
װאָס גייט נאָך אויף, רױט-פאַרוונדיקט, מיט לעצטן בליט, 


מאריס ווינטשעווסקי אפּאטעאז 
(צום 100-סטן געבוירן יאר פון קלאַסיקער פּאָעט *) 


1 
אַ קרישקל פון דאָ, אַ שטויבל פון דאָרט, 
וואַקל פון טריט געברענגט אָנגעטראָגן, 
אָפּשטעלנדיק, אָטעם-אָפּכאַפּנדיק, 
אויף אַ וויילע אינמיטן אין יאָגן. 


די שטויבעלעך צוזאַמענצוהאַלטן, 
היימיש שטעטל דערפון אויסצוקנעטן, 
דערצו נייטיק ס'איז בלויז, דאָס וװואַרעמע, 
דאָס האַרץ-בלוט פון אמתע פּאָעטן. 


דער ערשטער פון אַלע דו ביזט געווען, 

דאָס שטיקעל ערד דאָ איבערצוטרעטן; 

נאָר דעם מענטש, נאָך דיין בילד געפאָרעמטן, 
היינט צו טאָג דאָ קוים נאָך מען דערזעט'ן. 


2 
אַז דעם מענטש, װאָס גאָט אַליין געמאַכט האָט, 
דיאָגענעס געזוכט אים מיט זיין לאַמטער, 
ערשט פילאָסאָפיש אויסגעפורעמטן, 
אים צו געפינען, ער בין איך דאָס ווער -- 


טאַקע נאָר אַזױ, אַזאַ נאַר אויף מאַרק, 
דריי איך מיך אַרום אַהין און אַהער, 
זוך נעכטיקע טעג, פאַריאָריקן שניי --- 
דיינע שניידערלעך מיט נאָדל און שער! 


האָבן זיי עוקר געווען, זיך פאַרשטעלט ? 
ווער קאָן וויסן װאָס מיט זיי איז דער מער? 
אָט ווייזט זיך אַ שאָטן, אַ ,סילועט? -- -- 


נאָר כאַפּ אינם װאַלד דעם עק פון אַ בער. 


2 
בײיטאָג הערט זיך נאָך כאָטש פון די , בערעס", 
מיט היימישקייט פון פיש און פון עפּל, 
אָבער סמוטנע זיינען דיינע געסלעך, 
אָז דיינע , עמך"-שניידערס -- װײַטשעפַּל. 


און ערשט ווען ס'קומט אָן די פינסטערע נאַכט, 
ווען דער מאַרק אַ ליידיק אויסגעקערטער, 
אין די רינשטאָקן די פוילע סחורה, 

קלויבט שטיל צונויף אונטערדערנערטער. 


מ'זינגט נישט מער דיינע לידער, ווינטשעווסקי. 
ביי דער זינגער-מאַשין און ביים פּרעסל ; 

פון דיין ליד יענס מיידל פון לעסטער סקווער, 
קומט אַרױס געפּאָדערט פון אַ געסל, 


4 
צו ליכטיק אַצינד אויפן לעסטער סקווער, 
אַז דריטע שוועסטער זאָל דאָרטן נאָך שטיין; 
רעקלאַמע אותיות, מיט אַ געשריי, 
געיאָגט זי ביז אין געסל דאָ אַרײן. 


וי אויסגעלאַסן איר נאָכגעפיפן, 

מיט אַן אָרגל פון גרעלע נעאָן-"לעמפ --- 
װײיטשעפּל, ביזט אַן עיר מקלט אַצינד, 
פאַר גרין-געפּאָדערטער זונה און טרעמפ! 


דער שװואַרצער אין ווינקל פאַרשטעקט דאָ ווו, 
וי װינקנדיק צעפונקלט זיין בליק גליט, 

וי הייליק עס מוז דאָס זיין אַ פּאָעט, 

פון אַ קדישה צו מאַכן אַ ליד, 


5 
ווען דיין ,די אָרעמע מאַריע* נעבעך, 
אַ ביסעלע מער שכל בלויז געהאַט, 
װאָלט זי נישט פאַרהונגערט, זי װאָלט געווען! 
וי ,דער הער מאַגיסטראַט .. . קרעפטיק און זאַט*, 


פאַר אַ שותף אים צונעמען געמוזט, 
װאָלט אַלץ געגאַנגען כשורה און גלאַט ! 
ווער איז שולדיק אַז קיין טראָפן שבל, 
;די אַרעמע מאַריע* נישט געהאַט ? 


מאָריס ווינטשעווסקי, וועסט מיר מוחל זיין, 

ס'איז געפּלאפּלט בלויז פילאָסאָפיש גלאַט { 

וי ,די אָרעמע מאַריע* וויל אויך 

זיין בלויז ,קרעפטיק און זאַט . הער מאַגיסטראַט*, 


6 
אַן אַפּאַרטמענט אינם פאָרנעמסטן ,קאָרט", 
אין גאָלד-ליוורע אַ לאַקײ אויף דער שוועל -- -- 
אַז ;הער מאַגיסטראַט* ערשטער דירעקטער, 
ווערט גלאַט כשר, אַפילו, אַ באָרדעל. 


אמת, שביזנעס בעפאָר פלעזשור", אָבער 
,פּלעזשור" קאָן אויך אַ גוט ביזנעסל זיין } 
אויף דער עלטער וועט נאָך אַזאַ איינער, 
נישט אין דער תפיסה --- אין לאָרדן-הויז גיין, 


און ער װעט עס האָבן ערלעך פאַרדינט : 
אי ער האָט דעם גרויסן ריינעם פּראָפיט, 
אי אַ גרויסע זאַך פאַר שטאָט אויפגעטון --- 
אָרעמע מיידלעך פרירן נישט אויף דער ,סטריט"!. 


7 

אַ פאַרקילטע, נ'נעפּל פאַרהילטע, 
מיט אַזאַ כריפּעדיק קרענקלעך היסל, 
אַ דעקאָלטירטע אין קורצן קליידל; 
מיט נאַקעט געטאָקט קאַקעטן פיסל, 


דרייט זי זיך אויפן קאָרק --- אויפן ראָג דאָ ! 
וי לבנה דערזען האָט דעם אַלטן 

וי ער שאַרט זיך בייכלדיק קריכעריש, 
האָט זי זיך גאַנץ אין נעפל באַהאַלטן ; 


זי קאָן שוין די טל-מטר אותיות 

אין אַ קליין סידורל צומאָל לעזן... 
אין אונזערע טעג לבנה צומאָל, 

איז נישט מער דאָס װאָס אַמאָל געוועזן. 


.8 
זיי שטייען וי צוויי הינט הינטער אַ װאַנט 
און ציטערן איינער אינם צווייטן, 
אונטער זיי די לבנה --- דער אַלפאָנס, 
װאָס האַלט זיי אין זיין אויג פון דער ווייטן, 


ער באַשיצט די ליבע פון אָרעמאַן, 
פאַר אָפּגעשפּאַרטע פּרוטה צו קויפן, 
35 


און אַז זי, ;די אָרעמע מאַריע", 
זאָל אים נישט מיט פּאַרדינסטל אַנטלױפן. 


מיט שטאָלענעם שנאָבל, קדישה שטאָט, 
אַלע די דריי פון דיר אויסגעזויגן, 
און לבנה, מיט מעשענעם שטערן, 
דרייט זיך אַרום מיט פאַרבליפטע אויגן, 


9 
פון אינדיע, פון מאלטא, פון די גאָלד קאוסט 
אין די טויזנטער --- פול מיט זיי די גאַס ! 
אַזעלכע ברוינע, האַלב געל, גאַנץ שװאַרץ, 
איז װוי דערקענען, אַז פון הונגער בלאַס. 


?זאַלבע אַכט* װואַלגערן זיך ;די גרינע" 
אין אונזערע הייזלעך פאַרואַנצט און נאַס! 
צי האָט ווער פון זיי מיט זיך מיטגעברענגט, 
אַ פּיעטריקאָװוער חומש, ווילנער ש"ס? 


זיי וועלן אָבער דערפילן איצט דאָ, 

אַ ליבשאַפט צום מענטש, צום אכזר אַ האַס -- 
אַ פונק פון אונטער דיין זיכערן טראָט, 

אויף האַרט-פאַרשטײנערט געיידישטער גאַס. 


10 
דער אַרבעטער, זאַט-אױסגערוטער דאָ, 
שטאָלץ-שטײענדיקער דענקמאָל נאָך דיר איז} 
פון געפאַלדעװעטע שטערן אַרױס, 
גלאַנצן דיינע געשליפענע שורות, 


;א סוועטערל. . . ווערט ער אַ פעטערל ... 
קומט אויף אסיפות, נעמט און גיט חניפות", 
אָדער ,דאָס שרייבערל, דאָס קלייבערל" -- 
קאָן מען עס מאַכן מיט מער חריפות ? 


װאָלטן מיר בלויז געווען ערלעך און גרויס, 
אָרום דיין פּנים פּירושים צו שרייבן, 

אַז דיינע גלױביק גליאיקע פערזן, 

הייליקע פּסוקים געאײיביקט בלייבן. 


26 


11 


דיין ,מיטלמאַן טיטלמאַן, קיטלמאַן", 
ער ווצט ליידער קיינמאָל נישט אויפהערן ; 
אין אַנדער גילגול --- אין אַ דיבוק 
אַ מיאוסערער װועט ער ווידערקערן. 


אַז וועסט אים אין אַ שטייסל צעשטויסן, 
יעדעס שטויבל אַ ,טיטלמאַן? ווערן ; 

עס איז יענער דריי-אייניקייט-שטן, 

מיט קיין שום ,בעזעם" נישט אויסצוקערן. 


צדיקל-ל"ווגיקל, צומאָל, 

טוט פּעלץ אויף צווייטער זייט איבערקערן, 
אֲבי אַ אקיטלמאַן", אַ ,מיטלמאַך", 

אַבי אַ ?טיטלמאַן? נאָר צו װעױן. 


12 


וויפיל טייכן בלוט שוין געפלאָסן, 

זייט דעמאָלט פון דיינע גלויביקע טעג, 

די ראַנגלענישן און די נצחונות ! 

און װאָס מען האָט דערגרייכט, בעסער נישט פרעג. 


נישט איין חייט דאָ עולה לגדולה, 
און פירט ביד רמה אַ מלוכה אַלין } 
יענע מלאכח לייכט אויסגעלערנט, 
הונגעריקן הונט צוצװאַרפן אַ ביין. 


ר'איז כל ימיו אַ שניידערוק געווען, 

און אַ שטאָך טון מיט דער נאָדל ער קען! 
אפשר שוין לייכטער פערצן שעה שוויצן, 
וי פון ;האָפמאַן"-פּרעסאײזן --- אַ ברען. 


13 


נאָך שטייט נאַס דיין בלומען-מיידל אין גאַס, 
נישט אײינמאָל כ'קויף איר אַ בוקעטל אָפּ, 

און ווייס נישט : טראָגנ'ס אין מיין מיידלס שטוב, 
לאָזן מיך אין זונה-געסל אַראָפ ? 


37 


וי פינסטער, וי תהומיק אָפּגעלאָזן, 

נאָך פאַרלאָזענער אין מיין מיידלס שטוב { 

עס פלאַטערט שװאַרץ די נאַכט --- אַ פלעדערמויז 
מיט אַזאַ פאַרכלינעט בלוטיקן דזשוב, 


כיבלייב שטיין אַ צעמישטער אין ראָג געסל, 
און אין מוח אַזאַ שאַרפער שנאָבל-פּיק : 

קיין יידיש מיידל מער ביי אַ וואַרשטאַט, 

זינגט נישט דיין ליד מיט אַ טרער אינם בליק. 


14 
לייכטער טויזנט בלימלעך צו פאַרפלאַנצן, 
וי פאַראַקערן דערפאַר ס'שטיקל ערד; 
און נאָך מער, ס'ערשטע בלימל-זוימענדל 
אַהערברענגען דאָ, דיר געווען באַשערט. 


אויב אָבער בראשית-בלימל בלויז פאַראַן, 
ווערן שוין מערער, מערן זיך אַ סך ; 
זוימען טראָגנדיקע, זיי געהערן, 

צו די דידואים-בלומלעך פונם תנ"ך, 


האַרץ-פּאַרװאָרצלטע, טרערן-באַנעצטע, 
איז נישט שולט אין די בלעטלעך קיין וויאַן! 
װאָס זון, װאָס רעגן און װאָס שטורעם-ווינט, 
ווען האַנט צו פלעגן ס'איז נאָר פאַראַן. 


דער יינגער מאריס ראזענפעלד אין ווייטשעפל 


1 
אין שניידער-געסלעך אַ טויט-הונגעריקער ער שפאַנט, 
פון בוזעם-טאַש שפיץ-שער, אַ צינגל-שלאַנג טוט אַרוסשטעקן, 
צישט ציינדלדיק-געקריץ אין זיין צעשורהטן שטערן ; 
מיט שװואַרצער טשופרינע, מיט אַ כמאַרע עס צו פאַרדעקן, 
זיין שטייפן נאַקן ער טוט אַזאַ שאַרף-צעכעסטן װאָרף : 
כאָטש אין אַ טונקל ווינקל אַ טויטער הונט מיך אויסשטרעקן. 


וי נערוועז דעם שפיץ-װאָנס האַסטיק-גיך ער נעמט אים דרייעף 

זאָל ער זיין שאַרף-פאַרעקשנטן ליפ-ווינקל צודעקן: 

ווער ברויך דען צו זען, ווען ער ציטערט אַ טיף-פאַרבענקטער, 
28 


און ווען מיט ניכטערן שפייעכץ ער טוט אים פייכט באַלעקן -- --- 
מיט וויפיל גוטסקייט זיינע אויגן ווערן אָנגעפולט, 
אַז זיין שאַרף:שפיציקער בליק די קינדער זאָל נישט דערשרעקן. 


אַמבעסטן איז אים אין די פאַרטונקלטע נעפל-טעג, 
וי אין אַ געדיכטן װאָלקן ער טוט זיך גאַנץ פאַרשטעקן ; 
נישט דעם טראָט פון זיינע צעווייקטע צעטרעטענע שיך, 
ער הערט דעם שפיציקן קלאָפ פון זיין פערעקשנטן שטעקן : 
;איינס-צוויי, איינס-צוויי, איינס-צוויי?, טויט-דערשראָקן זיין האַרץ 
בלייבט שטיין : 
אַן אָדלערל אין זיין פוכיק-ווייכן נעסט נעמט זיך וועקן. 
2 
אַ נעפל אַזאַ גרינער, קלעפיק געדיכטער, 
ליידיק דער מאָגן, צעריסן בגדים און שיך ; 
אַ שניי-פעדערל דער גאַנצער גוף אַזױ גרינג ! 
דו קענסט נישט קיינעם דאָ און קיין איינער נישט דיך. 


עס ברענען די אויגן --- צוויי אָפּענע ווונדן ! 
;פאָג"-ביטער דער ניכטערער שפייעכץ װאָס ער שלינגט } 
גישט נאָר די הענט, זיך אינגאַנצן צו פאַרקויפן --- 
לעצטן מנובל, וו זונה כאָטש צוגעווינקט } 


די פאַרװואָגלטע דאָרט אויף ראָג אַ גאַסן פרוי ? 

פון אַזאַ איינעם ווי איך בין מסתם אַ ווייב ! 

ווי עס זינגט אין אים, און װוי צום טאַקט עס פייפט צו --- 
אַ מין דודלזאַק זיין קראַנקע לונג אין זיין לייב ! 


הער, ס'איז דאָס ליד װאָס זיין מאַמע אים געזונגען, 
ווי וויגנדיק, וי איינלוליענדיק, ער דערקענט -- 


אייגן בלוט פון זיך זייגנדיק, אויסגעזינגען, 
מיט זיינע בלינד-טאַפנדיקע צוויי אַרבעטס-הענד, 


די באלאדע פונם טאבעק שקעטעלע 
יי 1 
האָבן זיך פערזאַמלט די גדולי ליטע און פוילן, 
אויף אַן אסיפה אַן עצה זיך צו האַלטן, 
אַז וויאזוי זיך נאָך טיילן אין חסידים און מתנגדים, 
אוב קיינער פון אונז דעם הימל שוין קאָן גנישט שפאַלטן,. 


39 


מיט תורה עבודה, מיט ישיבות און טישן פראַווען 
מילא, אַז דער כלל ישראל איז צוזאַמען, 

אָבער אַצינד, בשעת בהלה, איז װאָס קאָן מען אויפטון, 
ווען שטעטלעך צעלויפן זיך איבער שבעה-ימים, 


ליידיק די ישיבות, די בתי-מדרשים, די שטיבלעך, 
וי פון אַ פייער מ'האַלט אין איין אַנטלופן! 
רבנים בלייבן אָן שטעטלעך, ישיבות אָן בחורים, 
עס, פוסטעווען רחבותדיק די רבישע הויפן. 


און דאָרטן, אין מרחקים, אויף יענער װייט אקינוס, 
רחמנה לצלן, טריפה אין גאַס די שטיינער -- -- 

די געוואַלטן, עד לב השמים, הימלען געשפאָלטן ! 

ביז אויפגעשטעלט פון די גדולים ס'האָט זיך איינער : 


.שאַיט רבותי", האָט ער אַקלאַפּ געגעבן אין טיש אַרײן. 
אויפגעציטערט אַלע אַרום אים געזעסן, 

,אין דער תורה הקדושה, די סאַמע סמי דחיה, 

האָט איר מנהגי ישראל, חלילה, פאַרגעסן ? 


;מיר וועלן קניפלעך ציען, װאַרפן וועלן מיר אַ גורל, 
און איינעם פון אונז דאָ, און תיכף פון דאַנען, 
וועלן מיר אַריבער שיקן אויף יענער זייט אָקעאַױ 
מיט תורה, מיט פולע געפאַקטע טשעמאַדאַנען". 


און אומר ועושה, און װאָס מ'האָט נישט אַלץ אַרײנגעפאַקט ! 
ווילנער שס"ן, שולחן-ערוכ'ס גאַנצע זאַצן, 

און יעדער גדול האָט נאָך זיין ספר מיט אַרײינגעשטופט, 
בייכיקע טשמאַדאַנען ממש צום אויפפלאַצן. .. 


2 


און בשעת טרוד געוועזן זיינען די גדולים מיט זייערע ספרים, 
ר' חזקאלע ראַדאָמסקער פאַרטראַכט געזעסן : 

רק נױ-יאָרק, דהיינו, מען שאַרט געלד דאָרטן אין די גאַסן **. 
און אין שטייניקן לאָנדאָן אינגאַנצן פאַרגעסן -- 


װאָרום טאַקע, באמת, ווער קאָן דאָרט קויפן אַ ספר, 
ווער מעיין זיין דערין, צומאָל אַרײנבליקן} 


40 


אַז דאָס אָרעמסטע בלייבט דאָרט בלויז און מיט אויגן טראָכאָמע, 
איז װאָס ספרים נאָך לאָנדאָן אַריבערצושיקן. . . 


נאָך צימצומדיקער אין זיין ענוות איז ער געװאָרן, 

און אין זיין רחמים-צער נאָך טיפער געבויגן, 

ער װאָלט אַזוי-אָ אויסגעגאַנגען אין זיין דבקות-טרויעח 
ווען נישט אויף טאַבעק-שקעטל ס'פאַלן זיינע אויגן: 


דער זיידע, דער ?;תפארת שלמה", האָט זיך דערמיט געשפילט, 
מיטן גראַװוירטן פייגעלע אויפן צוויטל, 

פון זיינע הענט ער האָט עס ממש נישט אַרױסגעלאָזן, 

און טאַטע ;חסד לאברהם" --- ביים ליינען אַ קוויטל, 


דער רבי ר' בונם ס'ישקעטעלע געברענגט ר' משהלען, 

אַ מתנה, פון אַ נסיעה געקומען -- --- 

איך פאַרגין מיר נישט אַ קוק צו טון דעראויף, אָנצורירן, 
איז וי אַזױ גאָר אין וועג עס איצט מיטגענומען? 


;והריחו ביראת ד'* ! געלאָזנ'ס אין זיידגס הענט, 

האָט ר' משהלע, ווען פאַרלאָזן ר'האָט פוילן --- --- ---. 

און דער ראַדאָמסקער רבי דרייט זיך ראַפטים צום שמש אויס, 
און זיינע שװאַרץ-אַפלען צוויי ברענענדיק קוילן : 


;װועסט פועלן ! תיכף"מיד פאָרן קיין ענגלאַנד, אין דער שטאָט לאָנדאָן, 
און גיב עס איבער וועם דו וועסט איבערגעבן -- -- 

די שטיינער אין גאַס זיינען טריף, אָבער דער ייד איז כשר, 

;וחי בהם" שטייט, אַזאַ תורה װאָס זאָל לעבך". 


3 


אַז ווער נאָך וי שמואל שמש, דער קוויטל שרייבער אין ראַדאָמטק, 
געוווסט װאָס אַזױנס מיינט דאָס טאַבעק פּידעלע, 

דעם ר' בונמ'ס ! האָט דער רבי עס אים אָנפאַרטרױט, 

אים גאָר, פון אַלע יידן דאָס קליינסטע יידעלע, 


,אויף הימל אַ יאָריד* האָט רבי ר' בונם פון פשיסכט, 
עס געפינען אַן אַנטיק צווישן אַנטיקן, 

אַ פייגעלע כולו אייגעלע אויף צעצוויט צווייגעלע, 
נאָר אין לעלעוו קאָן אזוינס באַקומען אַ תיקון. 


41 


דאָס הימעלע אין לעלעוו, די לאָנקעלעך, די טייכעלעך, 
ס'הייליק ר' דודל, און ערשט זיין משהלע -- -- 
דאָס צוויטעלע וועט בליען, דאָס פייגעלע אַרומפליען, 
איך הער שוין פון די פליגעלעך דאָס גערוישעלע. 


ווען ר' משהלע איז קיין ארץ-ישראל געפאָרן, 

דאָס טאַבעקישקעטעלע ר'האָט נישט מיטגענומען : 

אַ טשוויטשערל, אַ צוויטל וועם עס לאָזן, אויב נישט ראַדאָמסק ? 
עס װועט שוין נעמען זינגען, ווען די צייט וועט קומען. 


;בונם, בונם, האָסט אַ שיין פייגעלע אונז אָנגעהאָנגען !* 

אין ;תפארת שלמה" דער כהן זיך צעשריגן : 

;געברענגט עפעס אַ מין פושקעלע פון אלדי גוטע יאָר =- --י 
און זיך וויינענדיק צעוויגט אין אַ דבקות-ניגון : 


,װאָס האָט דאָס פייגעלע חוטא בעגל'ע געוועזן ? 

וי עס ציטערט אזוי צווישן מיינע פינגער, 

צום מלך סאָביעסקי'ן אַהין ווילט זיך אים צוריקפליען -- -- -- 
נישט איינצושטילן עס מיט אַלע מיינע זינגער". 


און זיך ווידער גענומען מיטן שקעטעלע צו שפילן -- -- 
אָ. דער חסד לאברהם, ווען בטל ומבוטל, 

ליינענדיק אַ פרנסה-קוויטל, טרערן וי טוי-טראָפּן 

| האָבן זיך אים געגאָסן אויפן צעצווייגטן צוויטל -- 


האר א א א אמ 0006 אוו אי אי אי רמא א אאר א אט 


שיקט דער רבי אים גאָר דערמיט, אין דער שטאָט לאָנדאָן אַצינד, 
ער זאָל עס געבן דעם וועם ער זאָל עס געבן -- -- 

ער פילט דאָס בליטל עפנט זיך אַ שמעקעדיקס אין זיין האַנט, 
און די פליגעלעך פון פייגעלע נעמען שוועבן. 


און וי אַ מלאך אויף יעקב אבינויס חלום-לייטער, - 

אָט אויף העכסט שטאַפל, אָט גאָר ס'נידריקסטע טרעפל, 
אַזױ איז ער אַראָפּגעפאַלן אין אַ צעדרייט געסל, 

אַ צעטומלטער אין צעטומלטן ווייטשעפל. 


42 


דאָס געלויף, דאָס געיאָג, אַרום עפעס זיי װאָלטן טאַנצן, 

פוֹן אַ נעפל אַרױס, אַרײן אין אַ כמאַרע --- 

ווייט פאַרווייעט, וי אין אַן ענן-װאָלקן ווייס-געוויקלט, 

וי באַװויזן ס'װואָלט זיך ווער -- -- אַזאַ ווונדער-מראה --- 


און געגעבן האָט ער עס דעם וועמען געהאַט צוגעבן ! 
און געגאָסן דערפון האָט מען און געשמאָלצן, 

דאָס פייגעלע און דאָס צוויטל געקריצט אין גאָלד אין זילבער, 
קונציק אױיסגעטאָקט אין כל-ערליי מינים האָלצן. 


און ווז אַ מנין, ווו אַ שטיבל און ווו אַ שולבל, 

אַ טאַבאַק-שקעטעלע אויף שולחן געלעגן, 

און צו דער ווייטסטער באַנק און שטענדער אין פינסטערסטן ווינקל, 
גבאי אַליין ,שמעק טאַבעק ?* געקומען פרעגן, 


דאָס עכטע דערנאָך משה מאָנטעפיאָרע מיטגענומען, 
קיין ירושלים געפאָרן פון דאַנען. 

אָ, נישט מינדער האָט דאָס קליינע שקעטעלע אויפגעטון דאָ, 
וי אין נוי-יאָרק די פול געפאַקטע טשעמאַדאַנען. . . 


און אין בלעקליין-יאַד-געסל, דעם צעטומלטן צעדרייטן, 

ווו טאַבעק-פידעלע געגאָסן געװאָרן, 

שאַרט מען נאָך איצט דאָס גאָלד פונם פסולת-און אָפּפאַל שמעלץ --- 
איז דאָך שמואל שמש ביים אָנקומען דאָ פאַרפאָרן. 


ר' בנימין השני 


ערגעץ ווו, דאָדהי, האָט זיך פאַרלוירן דער שליאַד, 
אַ פאַרשלייפטער, אַ פאַרקניפטער מיט טויזנט ווייטן. 


קיין זכר, קיין שפור מער פון בנימין דעם צווייטן, 
פון זיינע אַװאַנטורעס, פון זיין נע ונד. 


ווו זיך פאַרלוירן דאָ, ס'ווייס קיינער אַקוראַט ; 
לייכטער פאַטשיילע איבער ימים אויסצושפרייטן, 
װוי אויף ,אױיסגעלאָזטן טייך* פון אַלע קאָלרייט"ן. 
װאָלט ער אַ ;סענדערל די יידענע" געהאַט? 


43 


ווו דער פעפער װאַקסט אויף אַ פוקס אים נאָכגעריטן ! 
פאַרהוילענער מהלך פון ערשטן ביזן דריטן ‏ 
ס'רענדל אויסגעביטן, אויף הוצאות צו האָבן ? 


אַ ,מעשה זיך געטון", געפאָרן אויף יענער וועלט ? 
גיכער אַ נאָמענלאָזער פאָעט, אָן קבורה געלד, 
ליגט ער קבורת חמור אונטער מויער באַגראָבן. 


,דור הולך*. . . 


מיט אַ נאָדל אין דער קריעה-לאַץ, --- 
דאָס האָט מען נאָך ראַטעװען געקענט! --- 
מיט אָנגעצונדענע נשמה-ליכטלעך 

אין די פייערדיקע אויגן צעברענט, 


אַזױ-אָ זיינען מיר אָנגעקומען דאָ. 

שנעל פעדעמט זיך אַ נאָדל צוריק איין ! 
אָבער אַז דאָס קניפל נישט פאַרקניפט איז, 
און מ'ציט נאָדל רק ארויס און אַרײן. 


װויאַזױ פאַרפלאַנצן זיך, אָן װאָרצלען, 

אָן צעאַקערטע זאַפטיקע ערד ? 

כאָטש אין מיטגעברענגטע שטיקער הימל, 
פאַרװאָרצלען מיט די צעפּלאָשעטע בערד ! 


הערל צו הערל צונויפגעקליבן, 

געסלעך ווי נעסטלעך שנעל אויפגעשטעלט, 
און פון פייערל אין בליק צעגליט 

יעדעס שטיבעלע ליכטיק צעהעלט. 


גייט זי איבער בירושה, די נאָדל, 

אַן איינגעפעדעמטע פון טאַטן צום קינד } 
פאַסטריגע-שטעך, ברייט-תכריכבמידיק זי גייט, 
ווייל קיינער פון זיי ס'קניפל נישט פאַרבינט, 


און די אָנגעצונדענע נשמה-ליכטלעך, 
אין די פייערדיקע אויגן מיטגעברענגט, 
אין שול, פאַר ליידיקן ארון-קודש, 
שטיל אױסצוצאַנקן שוין אויפגעהענגט ך 


עו + . ודור בא" 


וי אַ ייד װאָס קומט אַהיים אויף שבת, 
איז ער נאָך ווייטשעפל אָנגעקומען ; 
מיט היימישן ריח פון געפילטע פיש, 
האָט געסל אים פריידיק אויפגענומען, 


געבענשטע ליכט קוקן הייליק אַרױס, 
דורך פאָרהענגלעך פאַרהאָנגענע שויבן} 
פון שולכל קומט א ייד אַקײגן, 
איבערגייענדיקער בליק פול גלויבן --- 


גאָט בריך הוא, געסט שיקט ער אונז צו, 
צו קאָנען בענטשן אַמאָל במזומן, 

ווייזט דער ייד זיין זון אויף איט אָן: ;דו זעסט 
אַזױ בין איך אַהער אָנגעקומען", 


אַן אשת-חיל עפנט אויף די טיך, 

אַ טאָכטער קוקט מיט אויגן צוויי טויבן : 
שלום עליכם טאַקע אַ מלאך, 
אַראָפּגעשיקט פון הימל אויבן, 


ייןדצמוקים, ס'געשמאַקע מעגעלע, 

ממש ווי אין דער היים ביי דער מאַמען } 
נאָך די זמירות ס'זיסע מערן צימעס, 

אַ מאכל מלכים טויזנט טעמים, 


און ווען דאָס געלעגער ווערט אויסגעבעט, 
אַ פוך-ווייך דוכנטל --- נישט צו גלויבן! -- 
שפירט ער שוין די היימישע װואַרעמקײט, 
ווען װואַנצל צו בייסן וועט אָנהױבן, 


די אדלער-דינאסטיע... 


;אדוני נתן? און ,אדוני לקח 

יהיה שם אדוני מבורך? -- --- 

דער ערשטער נאָך אַ תלמיד-חכם געווען, 
דער לעצטער שוין אַ בלויזער קורז, 


15 


דער פאָטער נאָך אַרײנגעװאָרפן אַ װאָרט 
אין זיין פרעדיק פון ;חתם-סופר". 

דער זון דערהערט אַמאָל פון עזרת-נשים 
ראש-השנה פאַר תקיעת-שופר, 


אַ פרוי פון ,, מענה-לשון* אַרױס זאָגן, 
היימיש אַזױ, מיט טראָפ און ניגון, 

האָט זיך אים דער שטן אין האַלז געלייגט, 
און זיך ?למנצח"דיק צעשריגן : 


,דאַס פאַרפלוכטע געמאושל, די אָסט-יודן !* 
ממש געשוימט אים פאַר די ליפן } 

די פרוי דערהערט דעם דייטשמערישן געמרוק, 
האָט נאָך העכער גענומען כליפן. 


מילא, װאָס אַלץ ס'קאָן אַ שװואַכע יידענע, 
אַזױ מאוס נעבעך איבערשרעקן ! 

אָבער פון איר געוויין איז אים זיין פרעדיק, 
אַ ביין אין האַלדז געבליבן שטעקן. 


מעשה-שטן, געהטע ליגט אים אויף שפיץ-צונג, 
בלויז פאָפּעריק זיין גאַנץ באַמיען -- -- 
װאָלטן סינאַגאָגן גלאָקן שוין געהאַט, 

ער װאָלט זיי געהייסן איצט ציען -- -- 


האר א א אס א אק אי אי אי אי" אמ א א האר אה אט 


דער ערשטער אַרײנגעװאָרפן נאָך אַ װאָרט, 

אין זיין פרעדיק פון ;חתם-סופר" ; 

דער לעצטער ציטירט שמאַלציק שילער'ט ,גלאָקע" 
ראש-השנה פאַר תקיעת-שופר. 


און אין יענער נאַכט, ווען טעאָדאָר הערצל 
איז פון די ווייטשעפעלער יידן, 

וי אַ קעניג אויפגענומען געװאָרן, 

גאַנץ פּאַרלױרן זיין ,זעעלען-פרידן" : 


,די שניידער געזעלן !* וי זיין האַרץ װואַרפט זיך, 
עפעס רייסט זיך אָפּ אין אים, ס'גוססעט : 

ער שפירט, פון אונטער זיינע , בישאָף-שטיוול", 
די דינאַסטיע ריטשט זיך אַרױסעט, 


דער טאטע און זון 
(אַן עקידה-באַלאַדע אין סאָנעט און ליד) 


נישט טאַטע און זון --- צוויי לייבלעכע ברידער, 
אַ צייטיקע פרוכט פאַלט אַראָפּ פון איר צווייג ; 
טו װאָס דיר איז ליב, בלויז מיין אַמט איך לייג, 
גיין, ערלעך צו זיין, עס לייגט מיך אַנידער, 


;אַז װיאַזױ נאָך זיין אַ, ;טשיף', אַ ,לידער' ?* 
שפיץ-באָרד צווישן ציין פאַרביסן אין געשווייג, 
אַרױף און אַראָפ אַ חיה אין אַ שטייג -- -- 
שטעלט זיך אָפ, און הייבט אָן צו ריידן ווידער : 


;עס גייט נישט אין ליבע, צי אין יראה, 
עס גייט אַצינד --- מיין, צי דיין קאַריערע ! 
דער ענין גאַנץ קלאָר, כ'גלויב האָט מיך פאַרשטאַנען -- --י 


נישט געקענט מיט ;,מיין קינד" דעם זאַץ שליסן. 
אַ דיני-נפשות פסק + + 6 זיך שיסן + 6 
פאַרמשפטער פאַר זיין שופט געשטאַנען. 


נישט טאַטע און זון --- צוויי קעמפער, צוויי העלדן ! 
נאָך האַלבע נאכט, ווען געהערט די צוויי שאָסן, 

צום טעלעפאָן צוגעגאַנגען ענטשלאסן, 

ביי דער פאָליציי זיך אַליין צו מעלדן. 


איז דער דראָט געוועזן איבערגעשניטן : 
;טאַטע, נישט קיין נסיון --- אַן עקידה !ּ 

פון ליבע, פון יראה, גרעסער פון ביידע -- 
דער בזיון װאָס דורך דעם װאָלסט געליטן" --- 


נישט די שורות -- אים דאָ שטיין ר'האָט געטראָפן ! 
װאָרט נישט געקענט אויסריידן --- אַליין אַצינד !ּ 

פון זיין יאָמערלעך-געוויין-אויסשריי : , מיין קינד" ! 
דאָס גאַנצע הויזגעזינד צונויפגעלאָפן, 


47 


פרינץ קראפאטקין 


וי אַ גוטן-יידן אַזױ האָט מען אים אויפגענומען, 
און וי אַ גוטער-ייד האָט ער זיך צווישן אונז באַזעצט, 

מיט זיין ברייט-רבניש-רבישע-באָרד די געסלעך באַשײנט -- 
פרינץ דאָ צוריק ער ווערט, אין זיין לאַנד וו אַ הונט געהעצט, 


וי האָט ער דעם ,בתוך עמי אני יושב" טיף דאָ דערפילט, 
ווען ביים שרייב-טיש פון דער גאַס דאָס יידיש ריידן דערהערט ; 
ערשט שבת, ווען דער עולם איז פון די שולן געגאַנגען, 
מאַיעסטעטיש אַזױ מיט היימיש-צעפאָכעטע בערד. 


מיט איינגעהאַלטענע הערצער די געסלעך אים נאָכגעקוקט, 

ער האָט זיך באַװיזן מיט זיין במתינותדיקן טראָט } 

אַלץ װאָגיקער און אַלץ געװאַגטער איז געװאָרן זיין גאַנג; 
נישט בלויז אונז --- דעם גאַנג פון לעבן פאַרשטאַנען ער האָט --- 


ס'שיצט די סטאַדע צומאָל דעם הונט, ווען זי נויטיקט זיך אין אים ! 
כ'שפיר אין זי די ליבשאַפּט נישט בלויז צו מיר --- צו מיין גאַנץ פאָלק ! 
ער שמייכלט ברייט אין זיין באָרד אַריין, און פון זיינע אויגן 

ווישט ער אויס אַ טרער : געפון פונט לעבן אויס דעם טאָלק -- -- 


אַך, די אַדעסער יאַטן צעהרגענען זיך דאָ אין ראָג, 

וי אויפן טאָלטשאָק, מיטן אמתן רוסישן וװואָרט ! 

ער פילט דעמלט אַזאַ נאָנטקײט, אַ קאַצאַפּיש-סטעפישע, 

אַז אַלײין שיער ער װאָלט זיך צעשריגן, טאַקע, קאַק טשאָרט -- -- -- 


פּריש-אָנגעפאָרענע לויפן פון תפיסות, פון פאָגראָמען, 
קומען ,שלום נעמען", פאָפּראַװוען* זיך, צו אים אַרויף ; 
אַ לחיים גענומען, געהאָלפן מען איז געװאָרן -- 

גאַנץ ווייטשעפל פאַר זיי עפעס אַ מין רבישער הויף ! 


יאָ, איבער קאַהנ'ס רייזע-ביוראָ, ווו זיין חדר-המיוחד, 
נישט איינער געקושט די מזוזה, ווען אַרױס פון דאָרט : 
געפראַװעט אַ נסיעה, --- סאַמע נסים און נסיונות ! -- 
ס'איז עפעס, וי פון אַ טאַטנס הויז ווייט אַװועק מען פאָרט. 


48 


סאנאטע 1905 


פון ציטאַדעל, פון שפיצל, און פון זשאַנדאַר, 
מבהולדיק מבושימדיק אָנגעלאָפן, 

און וועם האָבן זיי שוין דאָ אָנגעטראָפן, 
אייגענע, אַנטלאָפן פון פאָגראָם און צאַר, 


דעם טעם אַ שפאַציר אויף ברייטן טראָטואַר ! 
און פאַר אַלעמענס אויגן אזוי אָפן, 

ריידן פון מאַרקס, באַקונין און ראָבערט אָווֹן, 
אָן אַ מינדסטע מורא אָן א שום געפאַר. 


און אַז די שטיינער דאָ זיינען חזיר-טריף, 
נו, וועט מען זיי צעגריזשען און ווערן זאַט ! 
און מען פּאַרבייסט מיט אַ ליד פון עדלשטאַט. 


אין ;גאַרדנערס-קאָרנער* דער ,פאָליס? גלייך און שטייף, 
שמייכלט זיי היימיש אין די פנימער אַרײין 
און טרעלעלייקעט מיט, אויף יידיש, דעם רעפריין, 


רודאלף ראקער 


נישט בלויז מיך, דעם ייד און אָט-אָ דעם און יענעם, 
געסלעך דאָ אָפּגעראַטעװעט פון גיהנום, 

נאָר אויך אים, דעם גוי, דעם דייטש, מיט אונז צוזאַמען, 
אַז נישט אויפגעגאַנגען אין די שייטער-פלאַמען, 


און עס איז זיין נס אַ סך גרעסער געוועזן ! 
וויפיל שילער, געהטע און ניטשע געלעזן, 

און נישט געװאָרן וי ער ערעבעל* און דענקער, 
נאָר וי די מיליאָנען פון זיין פאָלק --- הענקער ! 


אין די געסלעך דאָ זיין בלוט געװאָרן לויטער, 

;מיינע פריינט ווען איך וועל שטאַרבן", יענער טויטער, 
האָט געיידישט זיין האַרץ געאיידלט צו ווערן -- --- 
ווען אונזער יידיש פון זיין מויל כ'פלעג הערן, 


49 


געהערט כ'האָב דאָס געזאַנג פון עדלשטאַטס לידער ! 
איבער אַמבאָס אַ האַמער ס'הויבט אויף אַ שמידער, 
פון אַ פלאַמען-צונג פונקן-געשפריץ געפלויגן -- 

אַ װאָטאַן-גאָט געשטאַנען פאַר מיינע אויגן ! 


און איצט אַז איך דענק אין דעם בלוט-פאָלק, די הענקער, 
כ'טראַכט טרויריק אין דייטשע דיכטער און דענקער, 

און אין ראָקער'ס צווישן יידן זיך באַזעצן -- 

ס'זיינען די אויסנאַמס װאָס מאַכן די געזעצן. 


צו שלום עליכמען 


אַז וער מעג, ווער קען וי דו, שלום עליכם, 

מיט איין פונק-און טרער-שפריץ אַלצדינג באַשפאַסן ? 

מיין געסל --- װוי ביים ערשטן בליק, ווען דערזען עס! -- 
אין גין-גאָלד כ'װאָלט'ס געקענט איצט איינפאַסן. 


דעם פלי-לויף בלויז דערפאַסן ר' מנשה אַדלערס, 
אַ חיות-הקודש-אָדלער, אַ לעצטער ! 

כזע אים נאָך װוי ער פלאַטערט איבער ווייטשעפל, 
אַן אַראָפּגעשאָסענער, אַ געהעצטער, 


פאָראויס דעם קאָפ געבויגן, די הענט צעפלויגן, 
פלינק-פיסיק --- אַ פויגל פאַרן אויפפליען ! 
ווילד-פערווייעטער טרויער אין ווייאיקן בליק -- 
לעצטער פונק אין אַשׁ רייסט זיך אויפצוטליען. 


צי קליין יאַנקעלע גאָר, פון כשר-רעסטראַנדל, 
וי האָבן זיינע אייגעלעך געשמייכלט : 
איבערגייענדיק, אַ פולער טעלער װאַקלט, 

מיט גאָלדענע רענדלעך, בייכיק צעייכלט, 


און להבדיל, דער איינציקער גוי אין געסל, 
ער ערשט עס שבתדיק געמאַכט אינגאַנצן : 
פונם אויוון אַרױס שפריצן פריש די פונקן -- 
אַ היימיש רקודל אין שטוב זיי טאַנצן. 


פאַרטרעטן אין ג'ראַמען הענגן מיר אין הארצן, 
געזאַנג װואָגלט געוויין, אין מיינע, אויגן === 


בלויז צי קאָן מען אײינראַמען בילדער פון לידער, 
װאָס קומען װוי פייגל-טשאַטעס געפלויגן ? 


צי אַ דריי-עק, אַ קרומע-ליניע שטריך ? 

זע, פינטעלע ייד -- שװואַרץ-פאַרװישטע , פאָגט" ! 
זונטיק אין דער פרי די קירכע צעקלינגט זיך --- 
,די לעין? -- היימישער קערמאַס אין אַ כאָגע. 


אַז ווער וי דו גאַנץ ווייטשעפל מיט איין ,פייף", 
מיט איין גרוי-גרין-נעפל אוױיסגעמאָלן ? 

די צער-פנימער פון ,די גרינע" פון אַמאָל, 

די איצטיקע, װאָס רשעותדיק זיך נאָך קהלן -- -- 


אין איין כהרף-עין געזען און געזיגט : 
אין חמץ צו פאַרברענען אונז פאַרשריבן ! 
און צי זיינען מיר דען נישט דער עפר ואפר, 
װאָס פון אונזערע שטעטלעך איבערקעבליבן ? 


ווען אָנגעקומען כ'בין, איין קאַץ פון געסל דאָ --- 
פאָרצעלאַן געמאָלן 50 סאָנעטן, 

. און אויף וויפיל לייוונטן ווייט צעוויקלטע 

נישט דערמאָלן כ'קען איצט מיינע פאָרטרעטן -- .-- 


שלום עליכם , לאָנדאָן פארוואס ברענסט דו נישט" -- 
דיין ייד פנים לפנים, לעבעדיק מ'זעטן! 

פון אַ הויפן ערד דאָ, פון דער ווייטשעפעלער, 

און דיין אָטעם אין אים אַרײינגעקנעטן. 


היימישע ערד 


ווען כ'זע זי פון געסל דאָ אַרױסשפרײזן, 

פאָראויס, שטיל-פלאַטערדיק, די גרייז-גרויע בערד, 
כ'בלייב שטיין, כ'װואַרט, באַלד זיך באַװייזן מיין טאַטע, 
גאַנצער אַרום אַזױ היימיש אייגן ווערט. 


שאַ, עס דערקייקלען זיך ווערטער צו מיין אויער -- 
אַ גילדן רענדל עס האָט יעדעס די ווערט. 

כ'גיי זי אַקײיגן, נישט בלויז מיט דרך-ארץ, 

מיט יענער פרייד, ווען אויגן ווערן פאַרטרערט ; 


וי קורצינק, וי װוינציק, לעצטע װאָרצל-הערלעך 
דרינגען דאָך אין דער טיפעניש פון דער ערד { 

זע, סוף-זומער-פעדים פלאַטערן אַרום נאָך, 

ס'איז האַרבסט, אַ סימן דער פרילינג ווידערקערט. 


און אָסיען אַלײן וי ווונדערלעך קאָן ער זיין ! 
ווער װאַלד-וינד וויינען צווישן װויאַן-צווייגן ס'הערט -- -- 
אַרײנלײיגן אין אַ ליד, וי אין אַ ספר, 
אַ האָר פוֹן אַ באָרד נאָך געווען מיר באַשערט. 
6 + צצ 
אויף טראָטואַר דאָ מיט רבי לעוו אין-סופיק געשפרייזט, 
זיין טראָט די שטילע גוטסקייט, די עניוות פון אַמאָל; 
דיין אבראַמסקי'ס גדלותדיקער כי ,/גאה-גאה"-גאַנג -- 
צו לאַנגע יאָר, אריבער געשפרייזט ביז ארץיישראל. 


איצט נאך רבי צימערמאַנען דעם מסינותדיקן, 

צי כ'טרעף אָן דעם ,, בגילופנ"דיקן רבי שפּעטמאַן, 

נישט קיין אױסגעװאָרצלטער -- אַ צעצווייגטער שטאַם איך ווער, 
דעם סדנא דארעא וי שפיר איך אים אין יעדן שפאַן -- 


אָן דעם ;והוה מתאבק בעפר רגליהם", 

שטויב און אַש, עץ-החיים, מחזיקי-דת, חברהישס !ּ 

דעמלט אַ רבי ווערנער, צי גאָר אַ רבי הילמאַן, 

ערשט ווען הרב קוק האָט זיך באַװיזן דאָ אויף דער גאָס -- -- 


(צוויי סאָנעט) 
אַז פאַר וועמען שרייבן נאָך אַצינד דאָ אַ ליד, 
אַז וועד ברויך עס דען און ווער האָט עס דען נאָך נייטיק, 
אַ חוץ אפשר צו זיך אַלײין ריידן פון ווייטיק, 
אַזאַ געפּלאַפּל ביז די ליפּן וועלן ווערן מיד, 


צי ווייסט דען דער בוים פאַר וועם און צו װאָס ער בליט, 
און צו וועלכן צוועק זיינע פּרות ווערן צייטיק ! 

אַז פון מענטשלעכן װאָרט, פּניותדיק און צוויידייטיק, 
ווויל-יינגיש אַזױ אַ געזאַנג זיך אַמאָל פאַרציט -- -- 


פון אַ שוועבענדיקן פויגל אין העכסטע הייבן, 
גאָרנישט שוין צו וועלן, קיין ציל מער צו דערגרייכן, 
ס'אייגענע קול אין דער ליידיקייט צו הערן -- 

יאָ, נישט קיין זיפצן איז עס און נישט קיין געוויין, 
בלויז פון אַזאַ געװואַלטיקער פרייד שוין אַליין, 
ס'קאָנען זיך שטעלן אין די אויגן די טרערן, 


גישט נאָר אין ריחות און נישט בלויז אין קלאַנגען, 
עס ליגט אַזױנס איך דער לופט אָנצוטאַפן קוים, -- --- 
מיט האַנט אויף האַרץ, וו אינמיטן שווערן טרוים, 
פיבערן פינגער עפעס צודערלאַנגען --- 


די טריט װאָס ווינטשעווסקי איז דאָ דערגאַנגען, 
ריטמיש זמרותדיק ,ברוך די יום יום", 

בליען אויף וי בליטן-בלעטעך אויף אַ בעז-בוים, 
שוואַלבזדנעסטלעך צעפלאַטערטע מיט געזאַנגען. 


און אונטער די פיס װאָגיקן טראָט נאָך מען הערט, 
ברענער געטראָטן און געקנאָטן שווער די ערד, 
קוים מיטן ריח נאָך, און מער מיטן געהער -- --- 
וי אויסגעריבן, וי גלאַטיק שוין טראָטואַר, 
אָנצוֹטאַפן נאָך אַלץ לעצטע שליאַדעס פון צער, 
פון די אָנגעקומענע דעמלט דאָ אַהער, 


לעיעלעס 


(דעס בעל-יובל השבעים פון ‏ די יינגע") 


ראָזענפעלד איינגעפעדעמט דאָ זיין נעדעלע דין, 
אויסצושטעפן רחמים-געזאַנג אויף זינגער-מאַשינען } 
לעיעלעס -- אַ פעדעמל פון דאָ מיטגענומען, 

דאָס גרוי'סטע, צווישן די פאַרביקע מיט איינצושפינען. 


וי לייכט עס טיף אַרױס פון די גילדענע דרימען --- 
אויפגעגאַנגענער שאַריען אין גרויען באַגינען ; 

לייכט קאָלירל צו קאָלירל ליכטיק זאָל פאַטן, 

דעם טיפן סוד בלויז, מען מוז אים נאָר שטיל אויסגעפינען. 


פֿאַרביק זומערפייגעלע זאָל פרילינגדיק אַרױס, 

וי מוז עס זיך צוערשט אין אָסיען-נעפל איינשפינען ; 
פון פאַנצערל וי צעשפרייט עס גרויס דאָס פליגעלע, 
ווען פון שפינגעוועב אַרױס ס'געלינגט אים צו אַנטרינען. 


אָן אַ גרויען דרים ווערן אַלע גילדענע בלייך, 

מוז מען אים ליכטיק פון פינסטערן האַרץ אַרויסשפינען ! 
גלייך וי ס'פאַלט פעדעמל ליכט אויף פאַרגעפלטן גאַנג, 
דורך ענגער טיר-שפאַלט, אַזוֹי געזאַנג טיף פון דרינען. 


53 


דער קראנקן פאעט נתן האראוויץ 
געווידמעט דר. י. זיידענבערג 


וי קומט דער אבן עזרא קיין קאַאיראָ? 
אָבער אין לאָנדאָן איז ער דאָך געווען ! 
איז טאַקע יענע מעשה מיטן רעצעפט, 
דאָ אין אונזער עיר-הבירה געשען -- 


והא ראיה, איך קען אים דעם דאָקטאר ! 

אצינד אַז איך ווייס גענוי ווער און ווו 

(אין ;הו איז הו" איז עס דער רמב"ם געווען.. 6 
הערט זיך מיט קאָפ---נישט מיט האַרץ-װײיטאָג צו; 


נישט אין קאַאַירא, נישט אין אַנדאלוזיען 

איז אַ פאָעט אויף רויזן אויסגעבעט, 

אָבער אויך אין לאָנדאָן זינגט זיך געשמאַקער 
אַ פאָעט, ווען ער דערעסט נישט צו זעט. 


אַ שעקספיר זשאַבאָשלײף, א בײיראָן-קראַגן ? 
מ'איז אויך יוצא מיט צעריסענע שיך ; 

אלא די לאַנגע געקרייזלטע לאָקן ? 

זאָל זיך אייך דוכטן געהאַט ר'האָט -- אַ פליך. 


אַ קונץ אַ שפאַנישן הימל צו באַזינגען, 

מען ברויכט ערשט נישט אַ דאָן קיכאָט צו זיין ! 

אַן ענגלישן נעפל ווען ער צעשטראַלט זיך = -- == 
דו זינגסט זינגסט, ביז מען זינקט אינגאַנצן איין. 


וי אַ שפרודלדיקער קװאַל אין אַ פעלדזן, 
ווערט אויך אַ האַרץ אַמאָל גאַנץ אויסגעשעפט ; 
יאָ, נישט זינגענדיק -- ניסנדיק און הוסטנדיק 
מען שלעפט זיך צום דאָקטאָר נאָך אַ רעצעפט. 


ער קלאַפט אים, האָרכט אים, קוקט אים אין די אויגן : 
כ'גלויב גיכער טויט-הונגעריק, וי טויט-קראַנק, 

די צעריסענע שיך זיינען אויך נישט גאַנץ יי. 

און גיט אים אַ רעצעפט אַ דערלאַנג ; 


54 


קודם-כל גיט אים אַ פאָר גאַנצע שיך, 
דער נאָך אָפעסן אַ פיינעם קאָטלעט, 
גוט אױיספאַרען אין אַ הייסן שוויץ-באָד, 
און שלאָפן לייגן אין װואַרעם בעט, 


סוף כל סוף איז אַ פאָעט אויך נאָר אַ מענטש, 
אַז מען דערעסט נישט, צעריסן די שיך, 
העלפט אַ מעדיצין וי אַ טויטן ביינקעס, 

איז קודם די אַלע זאַכן און -- גיך, 


און צו אים : ;מיט דעם רעצעפט נישט אין אַפטײק, 
גיי אויף דעם אָנגעשריבענעם אַדרעס, 

און תיכף-מיד, אוב איר ווילט נישט באַלד ווערן, 
אן אומשטערבלעכער און אמתער מת", 


עס איז אונזער פאָעט פון דאָקטער אַרױס, 
דאָס רעצעפטל געהאַלטן אין די הענט, 

און געטראַכט : אפנים, דערקענט נישט נאָר מיך --- 
ר' האָט שוין דעם אבן עזרא אויך געקענט. 


גרינג צו זאָגן : ;גייט גיך, תיכף ומיד", 

אויף אַ פאָר שיך, וי אַ פאָעט צעדרייט ; 

אָ, נישט אַזױ אייליק ווערט מען אומשטערבלעך, 
נישט אזוי פלינק דעם אָדרעס מען דערגייט... 


און טראַכט : אפנים, טאַקע אין קאַאיראָ, 

דאָרטן האָט די מעשה געמוזט געשען, 

װאָרים אויב ביי אונז דאָ, אין אונזער לאָנדאָן, 
ר'װואָלט דאָך שוין לאַנג אויף דעם אַדרעס געווען. 


און ווען שוין למזל דערגאַנגען ער איז, 

װואָס מיר קאָטלעט, ווער מיר ווייך װואַרעם בעט : 
ער האָט זיך מיטן אבן עזרא דערזען, 

און געווען שוין אַן אמתער -- פאָעט. 


נאָר איין גאָט אין הימל קאָן אים נאָך העלפן ! 
דאָס ווייסט שוין צומאָל דער רמב"ם אליין : 
גרינגער צו שרייבן אַ ?מורה נבוכים", 

ווי אין לאָנדאָן אַן אבן עזרא זיין. 


55 


װוי דער פאעט שטארבט אויפן אייגענעם בעט 
1 


ווער זאָל אים צוגרייטן זיינע מאָלצײטן, 
אַז קוים זיך אַלײין פאַרזאָרגן געקענט { 
אָבער אַ סך בעסער ס'ביטערע פון גאָט, 
איידער דאָס זיסע פון מענטשלעכע הענט. 


אויב דאָס רעפטל ברויט אַ ביסל אַלטלעך שוין, 

איז דער טרונק דערפאַר קלאָרינק און פריש } 

וי פון אַ קװאַל בלאַנקט קאַלט דאָס װאַסער אין גלאָז, 
ציטערדיקע האַנט כאַפט אויף מינדסטן קריש, 


מילא, איז דער טיש נישט באַלבאַטיש געגרייט, 
ער זיצט דאָך ביי אים גאַנץ איינער אליין ! 
לאַנג לעבן זאָלט איר, ביי אַזאַ מין לעבן, 

צי לוינט נאָך מאריך בשולחן צו זיין .. . 


אָבער אַז דרויסן איז שיין, אַרױסצוגײן 
שטיל בנעימותדיק, און נישט מיט געאייל 
זיך צו דערשלעפן ביז צום נאָנטסטן פאַרקל, 
אויף אַ באַנק זיך צו זעצן אויף אַ ווייל --- 


2 
נישט קיין סך בלייבט איבער פון זיין אָנבײסן, 
אָבער װאָס עס בלייבט נעמט ער מיט זיך מיט ; 
די פייגעלעך זיי װואַרטן אויף אים שוין, 
זיי דערקענען זיין פּאַמעלעכן שריט, 


נישט מיט אַמאָל די ברייזעלעך אַ צעשיט ! 

ער װאַרט ביז יעדעס קומט צו צו זיין באַנק ; 

ער זעט און הערט, ממש בחוש : טשוויט-טשוויט-טשוויט, 
וי עס גיט אַ קניקס און זאָגט שטיל אַ דאַנק, 


און דאָס גאָלד-העלזל מיט זיין בלאַנק געזאַנג, 
עס דויערט זייער לאַנג ביז עס ווערט זאַט, 

כאַפּט זיך אויף העכסטן בוים אַרױף, אויף שפּיץ, 
און פייפט אים נאָך אַ לוסטיקן װיװאַט, 


6 


קוים ער שלעפּט זיך אַהיים, שלעפריק, מיד און מאַט, 
וי לאַנג ס'ציט זיך זיין װאַקלדיקער גאַנג, 

פאַרוויגט, פאַרטיפט אין געדאַנק, אַ קינד אַ געשטילטס, 
פון דעם גאָלד-און האָניק-זיסן געזאַנג, 


3 
אַז קיינער נישטאָ װאָס זאָל גרייטן דעם טיש, 
איז ווער זאָל אים מאַכן צום שלאָף דאָס בעט ? 
איז מילא, ביינאַכט פאַלט ער אַריין דערין, 
אַ הרוג, אוֹן װואַרפט זיך אין ,הינערפלעט", 


די פאַרקאָלטנטע קישנס נישט אויסגעגלעט, 
צעקנייטשטע קאָלדערע -- פאַרקנוילט און שווער, 
ביי יעדן דריי דאַכט זיך אים : אַ נישט-גוטער, 

אַ גילגוֹל, אַ דיבוק ליגט דאָ --- נישט ער, 


אָבער איצט אַהיימקומענדיק פון שפאַציר, 
בלייבט ער זיצן אויפן בעט מאָט אוֹן מיד, 
וי גןדעדנדיק זיס עס זשימיעט זיך איין, 
און אין אוער זינגט ,גאָלד-העלדזל" אַ ליד, 


עס שטייט אים אויפן אַקסל און פייפט אזוי זיס, 

פיקט וי פון זיין האַנט, פון האַרץ אים אַ קריש -- --- 
שאַ, װועקט אים נישט אויף, און שטערט נישט דעם מייזל, 
ס'לעזט לעצט לידל זיינט, געלאָזן אויף טיש. 


יוסף חיים ברענער 
1 


גנעסין איז צוריק געפאָרן, שאַפירא --- ווייטער, 
ממש וי אויפן װאַסער איז ער איבערגעבליבן; 
ווען נישט ער, דער זשיטאָמירער, און זיין , מעורר", 
כאָטשבע אין לעװװערטאָוו'ס הייזל זיך אַרײינגעקליבן. 


אַ גרויסע קאַזאַרמע עס איז די גאַנצע וועלט, 

עס מוז דער מענטש האָבן אַ קויקע אויף איר צו ליגן} 
;מעבר לגבולין", גרענעץ-לאָז דאָס געראַנגל, 

נענטער צוֹ דער שיסל מיט קאַשע זיך צוצוקריגן, 


57 


בלויז אַלץ װאָס רינט איבער דער באָרד איז חזיר-טריפה, 
צומאָל דער שמן-זית פון כהן-גדולס קריגל ; 

עמך --- שער-און-אייזן ! אויב כ'וועל דאָ איבערבלייבן, 
איידער אַ פרעסע-מענטש --- ביים פרעס-טיש מיט אַ ביגל. 


גרעסער פון ביאַליק, אחד-העם, באַרדיטשעוװוסקי, 

ס'שטיקעלע ערד מיט לייב און לעבן זאָל זיך צעוואַקסן ! 
ישראל, דא איז נישט גלות, דאָ איז כף הקלע ! 

און איך נישט בערטא --- ,;דאָס הייליקע לאַנד* צו צעפלאַקסן !* 


,גאַראָדניצקי, ס'איז נישט אפילו דער עמעורר", 

װאָס כ'האָב מיך צו דיר אין הויז --- אין האַרץ ! -- אַרײינגעקליבן ! 
עס איז װאָס דער גרויסער פרץ האָט פון דיר געטראַכט -- 

ס'איז דער עיקר דאָס טראַכטן, נישט װאָס מ'האָט אויפגעשריבן. 


אוּן אצינד, בא, געגאַנגען צו דיינע כלי-קודש ! 

וי קליין ישראל געווען, אַזױ גרויס זיין בליק געװאָרן, 
געקויפט ביי זשאָן אייזיקס ,, צוויי פאַפירן פיש און טשיפס", 
ברומענדיק : ,,צוויי טיקעטס" אויף די 11 באַס צו פאָרן. 


2 

צווישן די חובבי און דובבי שפת עבר, 

איז ער אַרײנגעפאַלן װוי אַ יוון אין סוכה } 

און ווען זי דערזען, די עברית בעברית ;טיטשער", 
האָט ער געגעבן אין זיין באָרד אַרײן אַ מין מרוקע -- 


אַ חיה אין װויסטן װאַלד װאָלט זיך אַזױ װויסט צעװאיעט, 
אַ וואַנדלדיקער טיגער אונטער שטאַנגען און גהאַטעס : 
שנגליש או עברית און פאַרן גוי, ראָקער'ן בעק'ן, 

לאָזן דאָס לשון פון אונזערע מאַמעס און טאַטעס ? 


,כלב על השולחן, כלב תחת השולחן, 

כ'וועל שוין באלד דאָ ביי אייך אָנהױבן וו אַ הונט בילן -- --י 
דון-יחיא פון איין זייט און גאָלדבלום פון דער צווייטער, 

זוכן מיט כל המיני מיטלען אים איינצושטילן. 


5 ישראל נאַראָדיצקי, איידער ער איז געקומען קיין לאַנדאָן האָט ער איז 
זשיטאַמיר מיט בערטאַ פלאַקסער אַרױסגעגעבן אַ זאַמלתג, ,דאָס 
הייליקע לאַנד, וועלכעס י. ל. פרץ האָט שטאַרק אַראָפּגעריסן ;נאַראָד- 
ניצקשן", אזוי רופט טר אים אין דער רעצענזיע-עסיי. 

58 


ביז דער לויפנדיקער בליק פונם זשיטאָמירער, 

פון ,נאַראָדניצקין", װאָס קייגנאיבער אים געזעסן, 

מיד פון אַ גאַנצע נאַכט דעם ,מעורר" צו זעצן, 

האָט זיך אין זיין צער-כעס מיט לויטערקייט איינגעגעסן : 


;יוסף חיים, ביי מיין ווילנערקע ביי מיין רבקהץ 

וועלן מיינע קינדער יידיש במילא שוין קענען -- --י 
און פון גרויס מידקייט, צי פון נאָך גרעסערער ליבשאַפט, 
געפּאַלן זיך מיט געוויין אויף די העלזער זי זענען, 


אין א נעפל-טאג פון ,לא יום ולא לילה" (צוויי סאַנעטן, 


1 
ער באַהאַלט זיך נישט אויס דאָ אונטער אַ פּלױט, 
פאַר נאָכיאָגנדיקן גזר, בייזן און האַרטן, 
צו יעדע רגע ער שטייט גרייט, ער דערװאַרט אים --- 
ס'האָלץ ער שפּאַלט, דעם מזבח אַלײן זיך אויפבויט ! 


איז דאָס נאָר נסיון גאָר, צי שוין דער טויט? 
אויף לעצטן דאָך געהאַלטן רק אין איין װאַרטן ! 
גענוג געשפּילט שוין דעם תם, דעם אָפּגענאַרטן, 
ער וויל עס דערשפּירן אויף אייגענער הויט, 


און אין די פינסטער-געדיכטע נעפּל-נעכט, 
אַ פאַרפּלאַנטער וי אין קשזאַקע-געפלעבט, 
גייט ער, דער גזר, גרוילעך איבער זיינע גלידער --- 


וי עס צעװואַקטן זיך געדרייט זיינע הערנער, 
טיף אין זיין לייב ער שפּירט שפּיציק שאַרף די דערנער --- 
צו דער עקדה דער צוגעגרייטער װוידער, 


2 
אַ קרבן אויפן מוריה אזיפצוגיין, 
פאַרפּלאָנטערן זיך די הערנער צווישן געצווייג ; 
שטיל-צעגלאַצטע שאָף-אויגן פולע מיט געשווייג, 
קוקן שטייף דעם טוט אין די אויגן אַרײן -- 


בייסט פפאַרביטערניש פאַרביסן מיט ציין ! 
אַ נפש אַזאַ, |אַליין זיך ווייזט עס אַ פייג, 


59 


נאָר פאַר מינדסטע בריאה בלייבנשטיין מיט גענייג } 
אַלצדינג מקבל באהבה צו זיין ; 


אין גאַל-גרינעם נעפּל דאָ, צווישן װיאַן-געקזשאַק, 
כ'דערשפּיר שוין ביי די סאַמע װואָרצלען די האַק, 
,אם בעלינפש אתה? -- -- דעם האַלדז אויסצושטרעקן, 


אַן עולה גאַנץ אויפצוגיין, אויף נישט מער צוריק, 
און דעם פייער-פלאַקער געטראָגן אין מיין בליק, 
נישט גאָטס רחמנות -- דעם מענטש האַרץ שוין אויפצווועקן. 


אברהם וויעוויארקע 


וי זיין טאַטע האָט דעם חלף געשטעלט, 
אָן פגימה, אַזױ ער --- זיין געדאַנק } 

אָבער נישט בלויז אַ חלף שלייפט זיך אויס, 
אויך חריפישער מוח, פיקחותדיק-בלאַנק, 


אין די נעפלען דאָ זשאַװוערט צומאָל שטאָל ! 
און װוי האָר-שאַרף אויסגעגלעט, דינינק-גלאַט, 
וי מיט אַ בויגן מיט אים צו ציען -- -- 
נלאנקער קלינג אַ פרישן פגם גאָר געהאַט, 


וי זיין ,,מיידל* ס'האַרץ אויסגעווויגן דאָ, 
אויף לויט -- אויף װאָגשאָל שטאַרקער פונם טויט ! 
און װאַקלדיק, װוי זיין ,כייקל-שכור", | 
אײינגעפאַלן זיין וועלט, װאָס אויפגעבויט, 


ווייט-ווו, וי אַ וויוגע-ווינט וויסט פערווייט, 
געזען אים ווער פאַרװאָרלאָזט, בלינד און קראַנק, 
אָבער ווי זיין טאַטנס שאַרפער חלף, 

אָן פגימה, אַזױ געבלאַנקט זיין געדאַנק : 


מיט בלישטשענדיקן בליץ-בלאַנקן קלינג, 

אָן פחד געגאַנגען כ'בין איבער אלץ, 

מאַכן ציטערדיק-נאַרישע שהיות, 

איצט, ווען עס גייט אין מיין טריפענעם האַלדז? 


60 


דער ,הייקאמיטיאנער" 


גיין, ס'איז נישט אַ מאָנאָקל דאָס אינם אויג, 

ס'איז אַ ברען-גלאָז ס'פייקעלע אָנצוצינדן ! 

מיט רינגעלעך הויך, געטאָקטע, לעבן איבערצווינדן, 

אַ מעסער אויף ביידע זייטן געשליפן --- יעדער פאַרבויג, 


יאָ, צייט איז געלד ! און לעבן אָבער װאָס איז? 
אַ קאַץ אין אַ מויז זיך איינגעזויגן, אויסגעזויגן, 
אַ קאַץ אין אַ זאַק מיט אַ פּעטלע פאַרצויגן, 

פאַר צייט און פאַר געלד נישטאָ איז קיין ביז ! 


רינגעלעך רויך וויקלען זיך און קייטלען : 
װאָס איז שעקספּיר און שעלי און בייקן און ניוטן, 
און אַז אייגן האַרץ צומאָל װעט מוזן פאַרבלוטן -- -- --- 


ביבלישע פּסוקים גריזשען זיך זיסלעךף װוי טייטלען! 
;שיילאָק 1 און דורכן מאָנאָקל אַזאַ ברענענדיק פאַרטרױען : 
;מיר ועלן נאָך דעם באַרג מוריה אין אַ רעיאַלטאָ אויסבויען !* 


א סאנעט איבער א ווייטשעפל-סענאטאר 


מאיר אַמשל'ס און דעם חכם צבי'ס אן אייניקל, 
און משה מאָנטעפיורע, דער שר, אַלײן, 
דערנאָך זיינען אַלע געקומען צו גיין, 
געליציאַניש-ליטװאַקל, פויליש-אוקרייניקל, 


מיט קישן, מיט קוישן, אויף שטריקל צעקלינגט טשייניקל, 
כאָטש אויף דער פאָליצע צו לייגן די ציין ז 

ווער האָט געגלויבט אַז זיין אייניקל וועט זיין 

אַ לאָרד, אַ סער, אַן עקסעלענץ -- אַ זיין-וייניקל ? 


טאַטע נאָך נאָדל אין לאַץ, טשוועקעס אין מויל, 
ידים אויסגעאַרבעט פון איין שטיק זויל ! 
און זיין זון אַן מ.פ. און אין לאָרדן-הויז, 


;מי כעמך? -- -- ווער נאָך קאָן אַזױנס נאָך באַוייזן ? 
געגאַנגען מיט נאָדל-פאָדים, מיט שער און אייזן, 
און אין לאַץ איצט, יעדן טאָג מיט פרישער רויז, 

61 


נחום סאקאלאוו און אחד העם 


אַהערגעקומען דאָ װיסאָצקיס טיי פאַרקויפן ? 

אַ פאַרשיקטער אויף אינזל פון ים-הקרח ? 

דער ברענער, באָן-אַפּאַרט, האָט זיך אַרױסגעריסן, 
איך -- לעבעדיק באַגראָבן על-אם-הדרך. 


קוועטש יין-צמוקים אין לשון קודש-פסוקים, 

פון די תורות פון ספענסער, דאַרװין און באָקל. 

ער בלייבט זיצן אַ פאַרגליווערטער, ס'האַרץ בלייבט אים שטיין, 
ער שפירט ; זיין קאָפּ גיט אַ מין רבישן שאָקל, 


װאָלט איך כוח געהאַט אַנשטאָט אין אָפיס צו גיין, 
אין אַ ווייטשעפל קלייזל מיך צו פאַרקריכן, 

פון קיינעם נישט דערקענט, זיצן איבער אַ זוהר, 
ברומען א ניגון און װאַרטן אויף משיחן, 


די היברו-טיטשער, דעם גלאַנץ אין זייערע אויגן, 
אפשר װאָלט אים מענדעלע געקענט באַשרייבן! 

זיי לערנען עברית מיט פרעמדע און זי גלייבן, אַז 
זייערע קינדער וועלן שוין ענגלענדער בלייבן. 


,לא זו הדרך" ! צו מיר אַליין שוין אויסשרייען, 
אָפּצוראַטעווען מיינע אייגענע קינדער -- -- 

ווישט ער כסדר די שייבלעך פון זיין בינאָקל, 

בלינצלט צעבליקט -- ,מ'זיין בעטלערס? דער בלינדער. 


ווער ווייסט װוילאַנג ער איז אַזױ געזעסן פאַרקלערט, 
נאָר אַ חוני-מעגל קאָן אַזױ לאַנג טראַכטן! 

פלוצלינג עפנט זיך אויף די טיר, אין איינע פון די 
,לא יום ולא לילה? נעפלדיקע פאַרנאַכטן --- 


אין צילינדער, אין פראַק, אַ בלום אין זיידענעם לאַץ, 
ווייסע הענטשקעס, זילבער באגאַלקעט דער שטעקן, 
ביידע אין איין האַנט, די צווייטע מעשה דיפלאָמאַט, 
מיט זיגל-רינג אויף פינגער פלינק אויסצושטרעקן. 


62 


אַזוֹי איז ער, סאָקאָלאָוו, גלייך פון שיף אַראָפ, 

אין דער וויסאָצקי-פירמא אַרויפגעקומען ; 

אחד העם פוֹן אָפיס-שרײיבט-טיש שנעל שטעלט זיך אויף, 
במתינות דעם בינאָקל אַראָפגענומען. 


פון אינטער הויכן שטערן קוקט ער פאַרטיפט אַרױס, 
;הזאת ?.. .* ער קאָן מיטן שכל נישט באַגרייפן ; 
מילא אַ צילינדער, אַ פראַק, מען טוט זיך אָנעט, 
אָבער איינשלינגען אַן ענגלענדער, אַ שטייפן ? 


זיי קוקן זיך איבער, איבער אַ טיפן תהום ! 
על רגל-אחת זיי האָבן זיך פאַרשטאַנען : 
אַלע אייזערנע בריקן שוין איינגעבראָכן, 
די פאַפירענע שנעל איצט אַריבערשפאַנען. 


;אשר", שמייכלט עֶר : ;אַלץ מוזן מיר אויסלערנען, 
נישט בלויז פון ביכער פון עפעס אַ יוֹם, באָקל } 
ווייסט, פאַרװאָס אַרויפגעשפרונגען צו דיר ? פאַרגעסן, 
אויף זיידן שנירל באַמבלדיקן בינאָקל -- --- 


בין אויף אַ געהיימען באַזוך צו לאָרד באַלפורן, 
לענגער געװאַרט אויף אים, װוילאַנג ער װעט דויערן? 
מיין בריל ליגט אַן ;עירוב*" איבער מיינע ספרים, ביז 
מיר וועלן שטיין פאַר ירושלימס טויערן - -- -- 


;נחום, ס'טייטש, אפשר פאַסט דיר גאָר נישט מיין בינאָקל* ? 
;נישט צו די אויגן, ס'מוז פאַטן צוֹ די בגדים", 

שמייכלט סאָקאָלאוו : ,האָט נישט גאָט אַלײן אַ מלבוש, 

אים אויפגענייט, אַז אַ מענטש ס'זאָל ווערן אדם", 


ווען ער איז אַרױס, אחד העם געבליבן שטיין, 
,על פרשת דרכים" איבער שרייב-טיש געבויגן } 
פון גלאַנץ פון די ארויסיאגנדיקע לאַקיר-שיך, 

אַ טרער געבלענדט אים די קורץ-זיכטיקע אויגן. 


אַ מין שמייכל פאַרציט דינער זיינע ליפן: 
זיין בריל ליגט אַן ;עירוב", מיינע צוגענומען, 
אפנים טאַקע, ,יתי ולא אחמיניה?... 

מילא, אַבי זאָל ער מיט מזל שוין קומען. 


03 


כהן לאסק 


כ'האָב אים נאָך געטראָפן ביי גויצען אין קאַפע, 
אַ גוטער-ייד פירט טיש אזוי איז ער געזעסן ; 
די אויגן גלאַנצן אים, ביי אַ יונג-פאַרליבטן, 

אַז ער איבער שמונים שוין, אַלײן פאַרגעסן : 


,מ'זעמיר אָנגעקומען מלמדים און קרעמער, 

אַ יקר-המציאות אַן אויסגעלערנטער שניידער { 
ווערט יעדע אָפענע טיר אַ היימיש קרעמל, 
יעדער צווייטער ייד אַ מלמד אָן אַ חדר. 


,איז ער פון אונז געפאַלן אויף אַן המצאה : 
הער וועט אָננייען סיקנעפל, דער מאַכן אַ לעכל, 
יענער מיט קורצער ריאה פאַסטריגעס ציען, 
דער מיט שווערן אָטעם מיט נאָדל טון אַ שטעכל, 


;און ס'איז געגאַנגען וי אַ מזמור, וי אַ זמר, 

מיט ראָזענפעלד'ס אַ ליד, מיט אַ חסידישן ניגון, 
געװאָרן ;הענט", ;אַ לעבן געמאַכט, ביז איינער 
אַגאַנצע װאַרשטאַטן אין די הענט אַריינגעקריגן"! 


,סאיז גאַנץ ווייטשעפל אַ יידישע המצאה, 

די שניידער, די גבירים און אלץ מיט אַנאַנדער == --* 
ער קוקט מיך אָן מיט אַן איינפאַל-שמײכעלע : 

;לך לך, מאַכט רשיי, נעם דעם שטעקן און װאַנדער?... 


סאנאטע 1936 


אויף די פאָסטקעסטלעך, פייער-אַלאַרמס, די פאָליציי, 
לבנהניש-היימיש, גרויסע אותיות צעשריבן } 

אויף טראָטוואר אַ טויב זשאַרנעס שטיל געקליבן, 
,שלום עליכם*, טאַנצט זי מיר אַקײגן : גורר-ריי -- --- 


אַ מצווה-טענצל אויף אָפענעם ווייטשעפל ב'גיי : 

אַהיים כ'בין געקומען, נישט אין גלות געטריבן } 

נישט פאַר ,די צייט* איך שטיי --- די צייט איז שטיינגעבליבן! 
זע, אַלע שוידערן אין מיין בליק אויס און פאַרביי. 


64 


מיינע באַרוישטע אויגן גלױביק אַרױף איך הויב, 
אותיות שטעלן זיך אויס ווערטער פאָרן זיך צונויף -- --- 
אַ געזאַנג אַז אַלע שוידערן װאַכן צריק אויף -- -- .-- 


כאָטש נעם און ברעך איין אַזֹאַ יידישע אַלאָרם-שױב, 
און שריי אַרײן : ס'ברענט, ס'ברענט, די גאַנצע וועלט אין פלאַמען 
אַ שריפה, לאָמיר ראַטעװען, אַלע צוזאַמען, 


דער שול-פרעזידענט 


זיין טאַטע אַ געגריוועטער שוסטער געווען, 
דעם קייסער ניקאָלײי אַראָפּגעזעצט פון שטול, 

ער אַ שיך"געשעפט אויף אָפענער גאַס האָט דאָ 
און איז ,,לייף-פּרעזידענט" אין דער ,רויטער שול", 


איינמאָל אין יאָר, ערב-יום-כפּור, , דער שאָפער", 

פירט אים אין ,לימוזין" צו כל-נדוי צו, 

און פון דער ;באָקס* קוקט ער אויף , די יידעלעך" אַראָט, 
פוֹן הימל, להבדיל, הקדוש ברוך הוא -- 


דער טאַטע געלאַטעט דאָ הינטער אַ פענסטער, 
און ער אַ וילע שוין האָט אונטער דער שטאָט, 
זיין זון, דער פּראָפעסאָר אין , לאָנדאָן האָספּיטאַל", 
אַרבעס שוין מיטן מעסער אויף גאָטס באַראָט, 


צו פּתיחה עפנט אים דער גבאי , דאָס טירל", 

און ווינטשט אים : ;איבער אַ יאָר ווידער אַמאָל" --- 
זיין זון, אוב ער װעט אים נישט אַליין באַגראָבן, 
שוין זיכער נישט קומען צו קבר ישראל, 


די באלאדע פונם פרעזידענטס אתרוג פישקעלע 
אַ שול אין לאָנדאָן, די פרוכתער, דאָס זילבער, 
די סיגנעטן, די דיוועסקעס איבער די וועסטן, 
די לייכטער, מנורות, צום דוכענען דער בעקן, 


און ערשט אינם לאָנדאָנער טעמפל, אינם גרעסטן, 


65 


די מזרח-װאַנט גין"גאָלד און פלאַטין און צעדער-האָלץ, 
די ווייבער-שול סאַמעט און זיידן און בראָקאַטן } 

דער פרעזידענט פון אַזאַ גוג-מגוג סינאַגאָג, 

זיצט אין , באָקס* --- אַן אױסגעגאָסענער פון דוקאַטן. 


אַ טשעק-בוך זיין ,פּסאַלטער* געבונדן אין עלפנביין, 

זיין ;פענטאַטוך* --- אַ ;שעער" װאָס האַלט אין איין שטייגן ! 
און ביי די {פרעיערס" ווען דער ;מיניטטער* בוקט זיך טיף, 
ווער ווייסט אויב נישט צו אים ער האַלט זיך אין איין בייגן ? 


וי לויטער וי גין"גאָלדן עס קלינגען די גלעקלעך, 
ווען די הייליקייטן מען נעמט אַרױס צוֹם ליינען -- -- 
נישט אַ בר מצוה-בוי גייט אויסזינגען זיין פּאָרשן? -- 
צום ,טאַבערנאַקל-פעסט* צו גיין גרייט אַלע זיינען. 


דעמלט די אתרוג-פושקעס געבן זיך אַן עפן, 

ס'איז דער טעמפל אַ מאָזאַאיק פון איידלשטיינער, 

איין קעסטעלע, איין פושקעלע שענער פון צווייטן -- -- 
בלויז ער, דער פרעזידענט, דער מאַגנאַט, בלויז ער איינער, 


וויקלט אַרױס וי פון קאָניפיעס, װי פון װאַטן, 

אַן אתרוג פון עפעס פודעלע, אַ פראָסטן -- -- -- 

ער, דער מיליאַרדעער, דער רויטשילד פון די רויטשילדס 
אַ פושקעלע קוים שניפטאַלבן פייעם ס'זאָל קאָסטן ? 


און טאַטעס צו קינדער און זיידעס צו אייניקלעך, 
נישט קיין בייקע, אַן אמתע מעשה דערציילן : 

דאָס איז ער, ערשטער דירעקטאָר, דער אייגנטימער, 
ער אליין, דער קעניג פון די פעטראָלס און איילן. 


נישט עפעס אַ בערטאָן-לײענס, אַ װאָלפסאָן און זיוו, 
מיט כל-ערליי באַקאַלײ שמע-קולינו-קראָמען } 

ס'איז דער לויתן, דער מלך מלכי המלכים --- 
פאַשאַס און סולטאַנען ציטערן פאַר זיין נאָמען ! 


עליו-השלום, זיין טאַטע אַהערגעקומען, 

פון פוילן, פון ליטאָ, פון רומעניע-אוקריינע } 

ווער ווייסט פון וואַנען אַן אָרעמער ייד קומט,. 

און זוכט ס'שטיקל ברויט פאַר ווייב און קינדערלעך זיינע. 


6 


ס'איז גוט צו זוכן, אַז מ'קאָן עפעס געפינען, 
אָבער אַז ביים ברעג ים אויף הפקר אייסגעשפיגן; 
ליגט אַזױ אין געהאַקטע צרות, ברומענדיק, 

פון דער היים אַ נישט פאַרגעסענעם סמוטנעם ניגון, 


און אוֹיף די קינדערלעך אַ לעבן: די זון, דער ים, 
שפילן יאָגערלעך מיט די לויפנדיקע װעלן, 

און מושל-שיסעלעך און שעלס, אין די מיליאָנען, 
סילען זיי וי שנירלעך פערל, וי בייטשן קרעלן, 


און די גרויסע װאָס מאַכן נישט אַלץ1 און וי קינציק } 
מושל-שיסעלעך, שעלס פודעלעך באַקלעבן -- -- -- 
אַהער אהין, װאָס לאַנג ברייען, פון אָט דער ,סחורו" 
ס'האָט דער ייד מיט ווייב און קינד געמאַכט אַ לעבן, 


טויזנט און איין וועג פונם וויגל ביזגל קבר, 

ווער ס'איז רייך וי קרח און ער ס'לעבט וי אַ כלב { 
טױזנטער מוזן זיך װוי די הינט צום טויט מוטשען, 

אַז ווי אַ קעניג ס'זאָל לעבן אחד מאלף, 


און ווען ער געװאָרן, דאָס װאָס ער איז געװאָרן, 
פון די דירעקטאָרן דער ערשטער אוּן דער גרעסטער, 
געקרוינט האָט ער זי, די פירמע, מיט אָט דעם נאָמען --- 
;שעל? + ער, דער אייגנטימער, דער גרעסטער אינוועסטער, 


מסתם זיך דערמאָנט אין טאָג, ווען אַהערגעקומען, 
פון פּאָגראָם געלאָפן און דאָ אַהים געפונען, 

אין די מושל-שיסעלעך זיך דערמאַנט, --- אין די שעלס ! 
אין ים אַ פריידיק צעשפילטער מיט טויונט זונען, 


דאָס איז נישט קיין בייקע קינדערלעך איינצושלעפן, 
און ווען מען ווערט גרויס איבער זיך אַלין צו לאַכן ! 
איר זעט דאָך דאָס פּודעלע, ווו ער האַלט דעם אתרוג, 
ער אַלײן, מיט זיינע הענטלעך געטון האָט'ס מאַכן, 


דער פרעזידענט און זיין מורה מורינו 
1 
גישט אין שטיין געהאַקט און נישט אין בראָנז געגאָסן, 
נישט אין גאָלדענער רעם אַ געמאָלענער פאָרטרעט, 
עס גענוגט זיין ,פיקטשער" אין ,דשואיש קראָניקל", 
וי ער שטייט, װאַזשנע אַזױ, אויף דער פלאַטפאָרם און רעדט. 


67 


נאָך גוט מ'הערט נישט ס'אינטעליגענטיש געגאָרגל, 

עס גענוגט שוין דער אַקצענטירטער שטרעק פון איין האַנט } 
מען זאָל נאָך זען, װוי דאָס רעדט מיט זיינע ביידע, 

און הערן דאָס ענגאַליש -- צו אונזער גרויסער שאַנד, 


האָב איך עס נישט איינמאָל געהערט, וי זלידנע, װוי... 
מילא פון אַ יהודי, אָבער פון אַ יידלאַק ! 

עס שטייט טאַקע ;הידים ידי עשו? -- -- 

מיין יידישע האַנט האָט זיך געפויסט אין אַ קולאַק. 


וי ווילט זיך פאַרפאָרן אין דעם פורים-שפיל-פנים, 
אַראָפּרײיסן די מאַסקע און די כובע פון קאָפ } 
איידער ער זאָל קומען אויף גויאישע העגט, 
בנאמנות, פון מיינע געווען אַ סך בעסער אֶפ... 


2 


אַז אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר מ'עסט קרעפלעך, 
און המן-טאַשן אָנגעפילטע מיט מאָן, 

אַ זוונדער אַז אַ גאַנץ יאָר אַ פורים רב, 

דער אמורה מורינו הרב הגאון" ? 


דעם פרעזידענטס שלח-מנות אונטערטראָגער, 
אויף אַלץ װאָס ער זאָגט, זיין מעקעדיקן: /יאָ". 
גוט װאָס זיין ציגן-, אַ קמץ-בערדל איז, 

קאָן ער וויסן, אַז קמץ-אלף מאַכט אָ. 


אָ, אויף ?עד דלא ידע" ברויכט ער נישט װאַרטן, 
ביז עס קומט פורים און ער שכורט זיך אֶן.י. 
דערפאַר טאַקע יום-כפור פול איז זיין שול, 

ער ליינט דעמלט וי אין ,בני אדם* דער האָן. 


,דער רבי זאל לעבן" 


אָפּגעשלאָגענע, װאָס קוקן אויס װי בני אדם, 
אױסגעאַרבעטע שניידער ביז צום לעצטן פאָדים, 
אין ברוסט נאָר גיט די נאָדל נאָך אַ שטאָך ; 
מען בלאָזט שוין נישט אויפן הייסן אייזן -- 
אויף לעצטן פייפנדיקן לונגען-לאָך. 

68 


אַז װאָס האָבן זי נאָך צו האָפן, װאָס צו װעלן, 

איז אויף אַ הינטל, אויף אַ פערדל כאָטש צו שטעלן! 
אַזױ קומען זיי אין קאַפע אַרין, 

פון װויסטער שטוב ווער, פונם בייזן ווייב, 

און װאַרטן אַז ;דער רבי" זאָל קומען צו גיין. 


דעם ריכטיקן ,ווינער" אַליין קענען אויסזוכן, 
ביים ;בוק-מייקער? בכבודו ובעצמו צו בוכן, 
מוז מען דאָך די קליינע אותיות פאַרשטיין, 
די גויאישע , פּעיפּערס* קענען לעזן, 

און דאָס קאָן נאָר ;דער רבי" אַלײן, 


אַזױי-אָ רופן זיי אים ,דער רבי זאָל לעבן" } 

איך װאָלט אַלץ אַלע לאָנדאָנער ,ראַבײס* פאַרגעבן, 
ווען עס װאָלט נאָך פון זיי עמעצער וװער, 

אין אַ יידיש ספר זיך פאַרזונקען, 

וי אין די הינטלעך און פערדלעך -- ער. 


וי אין שטיק זוהר, פון ;הנך כלבא דבזיפין", 
טוט ער להבדיל אין די , רייסעס" זיך פאַרטיפן, 
ביזקל דעם ריכטיקן ,בעט? ער זוכט אויס, 
זי קוקן צוֹ אים מיט לעצטן גלויבן, 

און נעמען שנעל די שילינגלעך אַרױס, 


אַ גאַנצן טאָג װאַרט מען ביז ס'פערד איז געלאָפן! 
אויב נישט אויף ,ליטל ייד", אויף װאָס שוין צו האָפן ! 
נישט זיי ווייסן אויף װאָס ער האָט געשטעלט, 

נישט זיי ווייסן וועלכעס איז דערלאָפן, 

הינטערן טיש שטופּט ער זיי אין האַנט אַריין ס'געלט, 


;דער רבי" ווייסט שוין, װער עס זאָל און מוז געווינען, 
ווער אַמנױטיקסטן עס דאַרף --- דעם האָט ער אין זינען ! 
וי זיי גלויבן אין אים, און ר'איז עס ווערט. 

ווייטשעפּל, אַז קיין אַנדערן דו האָסט ‏ -- 

כאָטש אַ ,רבין" פון הינטלעך און פון פערד ! 


יאָ, דער , בוקי" איז נאָך דערצו אַ שאַרפער חריף ! 
ווייסט ער ווער , די פּעני? אַמנױטיקסט , באַדאַרעף", 
און ווער גלאַט אַ ;געמבלער" אויף גאָטס באַראָט ; 
און נישט אײינמאָל שטופּט ער גאָר אונטערן טיש, 
אַריין אין אַ יד װאָס נישט געשטעלט האָט . . . 


69 


,ווען איך האָב נעכטן שפּעט דעם 'פייװואָריט' באַקומען 
האָב איך דיך פאַר אַ שטילן שותף גענומען 

און זעסט ביזט טאַקע מזלדיק געווען --* 

און דער מופת דערפון, װאָס היינט צו טאָג, 

דער נס נאָך קאָן אין װיײיטשעפּל געשען. 


,אייבי דע לאג" 


װאָלט ער געלעבט אין דער צייט פון די שופטים, 
ער װאָלט געווען אַ שמשון הגיבור ; | 
זאָל נאָר אַ גוי פּריוון אַ ייד אָנרירן, 

ער לאָזט זיין , בערע" אויף הפקר איבער } 


און נישט ערשט אַן אייזל-באַק ער ברויך זוכן, 
מיט זיין קנאָכיק פּנים, האַלז און נאַקן, 

אַ פאַרפאָר יענעם אין טריפהנעם טרעל-בויך, 
כּאָטש אים אויף קרעפּל-פלייש צו צעהאַקן. 


און פאַרנאַכט אין די געפּאַסטע שטיוועלעך, 
ווען ער דרייט זיך דאָ צווישן די ראָגן, 
פון זיין בלויזן בליק, אַ יידישע טאָכטער, 
אַ צענטע אַזאַ וועט שוין פאַרזאָגן : 


דאָ האָט זיין מאַמע געאַרבעט, געבידעט, 
אוֹן יינגען װי די בערן אױסגעטראָגן! 
און קאָנסט דו נישט אַנדערש, אַ נכפּה אין דיר, 


איז נאָך פּיקאַדילי זיך אָפּגעטראָגן -- -- 


פון די געסלעך די שװאַרצע קוקן אים נאָך, 
און רוקן זיך אַרײין אין די ווינקלען -- 
אין די אויגן זיינע צעבלישטשעט אַ טרער, 
אָדער פון די שטיוועלעך דאָס פינקלען: 


ס'קומען נישט מער אָן די היימישע יינגען, 

און פון אַמאָל די ליכטיקע מיידן } 

ער געדענקט נאָך די באָבע פון פּאָלטאַװע, 

און דעם פּלאָצקער ריז, דעם שמיד, זיין זיידן -- -- 


70 


װואָלט ער געלעבט אין דער צייט פון די שופטים, 
ער װאָלט געווען אַ שמשון הגיבור ! 

אַ פאַרשפּעטיקטער צו מנחה דערזעט אים, 

כאָפּט זיך זיכערער דעם ראָג אַריבער : 


איז עס נישט קאָפּל-יאָקל פּלאָצקערס ;אָנעק" ? 
שמיינלט דער ייד אין באָרד אַריין ברייטלעך : 
דער וויגנדיקער סקריפּ פון די שטיוועלעך, 

וי היימיש-וווילעריש, גאוה'ש פאַרשײיטלעך -- -- 


ס'ציטערט דער טראָטואַר אונטער זיינע שריט -- 
דער זיידע צעטאַנצט זיך אַ ;הוידאַנע"+ / 

פון די ראָגעס די שװואַרצע קוקן אים נאָך, 

זיינען אים די שטיוועלעך מקנא, 


ס'ווערט נאַכט, פון איין שענק אַרױס נ'צווייטער אַרײן, 
ער קאָן זיך קיין אָרט נישט געפינען: 

כאָטש אַ קרענק אויף אים! און דווקא, די נפקא, 

זי גייט אים נישט אַרױיס פון זינעך. 


א הושע-פאראדיע 


מאַטשעיוווקעס, שמענדערוווקעס, קאַפּעלאַטשן, 
דאָס אַלץ װאָס געבליבן פון גאַנצן בציבור ; 

וי אַמאָל אַ מלמדל מיט אַ שווערער קילע, 

טראָגט זיך נאָך שרייבערל אַרום דאָ מיט אַ חיבור, 


דער פאַרמעט פון אַלע אונזערע ספרי-תורות, 

איז װייניק איבער אַ קעסל-פויק צו ציען, 
אױיסצובאַראַבאַנעוען אַ פאַרדאָסט נגידל, 

וואָס שנדרט שנאָרעריש פאַר פאָלק און פאַר ציון, 


און די גרויסע אונזערע, וי קרענקלעך נעבעך, 
ס'חלשט די נעמען זייערע צו הערן רימען ! 

און ווער פון אונז איז נישט שוין אַזאַ גרויסער, 

פון די שמענדערוווקעס, מאַטשעיוווקעס מכל-המינים, 


| און אין אים אַ פויק ס/װואָלט געבאַראַבאַנעװעט, 
צום קנס-מאָל פון אשמדאי און לילית זיין טמאה ‏ 
71 


אָדער אפשר גאָר דאָס בת-קול פון יענער שטימע, 
אַן עכאָ פון גאָטס װאָרט צו זיין נביא הושע : 


;גיי און נעם אַ זונה און שיק זי אין גאַס אַרױס, 

,און זאָל זי דיר אַהיימברענגען אַ כשרן גראָשן, 

און אין דיין פינסטער שטובל זאָל לייכטן די שכינה, 
איידער זי צאַנקט אויס און ווערט גאַנץ שוין פאַרלאָשן. 


;און װאָסער מחלה זי וועט דיר נישט מיטברענגען, 
און וי קלעפיק עס זאָל זיך צו דיר נישט קלעבן, 
עס וועט אַלץ הייליקער זיין און קדושהדיק ריינער, 
וי דאָס שמענדערוווקע און מאַטשעיוווקע לעבן". 


דער גויאנא-עמיסעער 
(צו דער דריטער יארצייט פון דר. יצחק נחמן שטיינבערג) 
1 


ווער לענין אוז ווער טראָצקי, און װאָס סטאַלין, 
אַדורך און אַדורך ער קען זי } 

טאָלסטאָי, דאָסטאָיעװוסקי, דאָס רוסישע פאָלק, 
ער שטייט פאַר זיי מיט גרויס אָפּשיי. 


אין געהטע, אין שילער, אין העגל און קאַנט, 
וי האָט ער זיך אין זיי געזוכט ! 

;וארשתיך לי לעולם בחסד == --=י 

מיין פאָלק, גאָט געבענשט און פאַרפלוכט, 


וי טיף דערפילט דאָ דיין שפלות, דיין פערפאַל: 
טריף די קאָך-לעפל, טריף דער טאָפ, 

און װאָס, מישטיינסגעזאָגט, קאָכט מען שוין אין אים ? 
װאָס ס'פאַלט פון פרעמדן טיש אַראָפ. 


ס',,סערקל-הויז"י מיט זיינע {סעקסשנס" און , בראַנזשן !* 
;די גרעיט ראַסל סטר.* װאָס איז זי שוין? 

ס',אָפיסל* פון אונזער קאָלאָניאַל-פישקע, 

צי פון דער קעניגלעכער קרוין? 


72 


ביי די ,יידישע סעקציע", רחמנא לצלן, 

וי אויפן פיש-מאַרק -- ס'שטינקט פון קאָפ ! 

ערשט דער אלאָרד ווייטשעפל" -- דער ,שעף רעדאַקטאָר* !} 
איך וועל נאָך פון זינען אַראָפּ --- -- --- 


איך פאַרליר דעם פאָדים, דעם טראָם .-- 


אה וא ואר א א א ואר א וא אה אאר ‏ סאר 0 ר ר 2 


זיך צו ראַטעװען, ווען מ'מוז לויפן, 
ווו מ'קאָן נאָר, אויף װאָסער אופן, 
צי פרעגט מען, וויאַזוי, וואוהין ? 


ווען איך בין געלאָפן פון בערלין, 
פון ,הײליקן?-צעגלאָקטן קרעמל, 
האָב איך געזוכט אַ ציל דעמל ? 


געקלעטערט איבעוי צוים, איבער פלויט } 
און אַצינד אַנטלױף איך נישט פון טויט ? 
מ'וועט מיך דאָ נישט הרגענען, אָ, ניין, 


אָבער זעלבסט-מאָרד איך וועל נאָך באַגײן ! 
פון אַ רייך געװאָרענעם חבר, 
דער וויסטער ריח-נחוח-אויר --- 


ס'גייט אויף פון אים וי פון אַ טכויער } 
מען האַלט עס נישט אויס אויף דער דויער, 
ערגער וי פונם היימישן גביר -- --- 


די פעטלע אַרום האַלדז שוין איך שפיר --- 


האר ארייק טאר אע 


אַן איינגעהילטער אין טלית און תפילין, 

וי שמונה"עשרהדיק, װוי שטיל } 

זיין ווינקל דאָ, ווו ער שטייט צום לעצטן מאָל, 
גאַנצע ערד אָן גרענעץ, אָן גבול : 


;גאָט, זאָלן מיר דאָך אַן אייגן ווינקל, 
אונזערס, געפינען ערגעץ װו, 

צעגראָבן עס פאַר שטיקל ברויט, צי חלילה, 
אַ קבר גאָר פאַר לעצטער רו. 


73 


;באַװוייז דיך מיט דיין רחמים, מיט דיין צדק, 
צומאָל מיט דיין משפט --- ווי שווער ! 

ווער ווייסט, אפשר פירסט דיך גאָר אַרום מיט אונז, 
וי אַ ציגיינער מיט זיין בער ? 


;ווו איז דיין רחמים און ווו איז דיין צדק ? 
אונזער אמונה איז נאָך גרויס ! 

אוב מיר מוזן װאַרטן ביז משיח קומט, 
פאַרפיר אונז לעבעדיק אַרױס, 


,גאָט, דו ווייסט, אַן אמתער עמיסעער, 

אין שליחות פון דיין פאָלק איך גיי -- -- --" 
אַזױ, צי אומגעפער זיין לעצטע תפילה, 

נישט איין טרער פאַרגאָסן דערביי --- 


א אנ אט א אי אי א אהי אהי אי אי א שאר האר א 66 


פון גאָט דעם סוד װוער ווייסט, און פון תפילה טון! 
ווויל דעם מענטש, װאָס ווייסט עס און קען, 

בלויז ביי אונזער בעסטן ווילן און וויסן, 

אַ סוד אויך ס'בלייבט, אף-על-פי-כן : 


האָט ער געוווסט ווער און װאָס דער טשעמבערליין? 
נאָר אַ דיפלאָמאַט אָן פאָרטפעל, 

איז אויב שוין נישט אין ,קרעמל", כאָטש אַ קרעמל, 
אבי, גאָט צו דאַנקן -- אַ שטעל ? 


אָדער געזען די כמאַרע, װאָס ציט שװאַרץ אָי 
גאָטעניו, ;שומר מה מליל !* 

זיין האַרץ געציטערט, געפלאַטערט איבער אונז, 
געזוכט כאָטש אַ דאַך אויף אַ ווייל? 


דעם משפט לאָזן מיר פאַר דער געשיכטע ! 
ס'וויזיאן-וויזאַזש האָט ער געהאַט, 

אי, פאַרן אמתעער מ'גויאנא, אי -- 

פאַר אַ מאָדערנעם דיפלאָמאַט. 


24 


וולאדימיר זשאבאטינסקי 


דאָ איז ער געבענדיקט געװאָרן דער לייב, 
וי אין אַ שטייג אונטער געקאָװעטע שטאַנגען, 
כ'האָב אים געזען איינמאָל דאָ, אין אַ געסל 
נישט בלויז פון אָפשײ, פון גרויס דרך-ארץ --- 
פון אַ מין מורא אויסנוועג אים געגאַנגען, 


בערגלדיק דער שטערן, זילבער-געהעמערט, 
פאָראויס, װוי אויף וועמען מיט כעס זיך צעװאַרפן ; 
אָט שטייט ער אים דער שונא פאַר די אויגן ! 
אונטער די דינע ליפן גריזשען די ציין, 

ממש מען האָט געקענט דערהערן דאָס שאַרפן, 


עפעס ווֹצט היינט אין די געסלעך דאָ געשען, 

דער לייב האָט זיך פון דער שטייג אַרױסגעריסן ; 
צווישן די אָלדגײט-און מיילענד-טויערן, 

די װוויסט-אַרומלויפנדיקע פיקסלעך דאָ, 

געפונען מ'וועט זיי פון זיינע ציין צעביסן --- 


אָדער אפשר, ווי אין פסוק דאָרטן ס'שטייט : 
זנב לזנב פלאַקערס צונויפגעבונדן -- -- 
און משוגענער-ווייז אַרומלױפנדיק, 

וועלן זיי די שטאָק-פינסטערגעגעסלעך דאָ, 
אין אַלע פיר-עקן אַצינד אונטערצינדן, 


דאָ איז ער געבענדיקט געװאָרן דער לייב, 

צו בייטש-געקנאַל מ'האָט אים אויסגעלערנט טאַנצן -- 
גערעוועט אַ ביסל, געוויזן די ציין, 

מיט אַ קניקס געװואַרט אוֹיף : ,גוט געשריגן לייב" ! 
;מעז יצא מתוק? -- לאַקריץ-זיס אינגאַנצן, 


75 


דער זעער 


נישט ער ווייסט ווו ער איז, נישט ער ווייסט ווען עס איז, 
איז ער אין מדבר, אין שטאָט ? איז עס טאָג, איז עס נאַכט? 
אַ האַנט װאָלט געלעגן אים שווער איבערן מוח, 

אַז אַנדערע, מיט מאַכט --- געהאַלטן זיין מויל פאַרמאַכט. 


שרייען וויל ער, פון אַזאַ שרעק איבערפאַלן, 

איינס שרעקלעכער פון צווייטן די בילדער װאָס ער זעט ! 
אַ פינסטערע כמאַרע ברעכט צוזאַם, שווער און שװואַרץ -- 
פאַלט ער צוזאַמען אין זיך און ברעכט אויס אין געבעט : 


;אַז קיין װאָרט קומט אויף מיינע ליפן נישט מער, 
מיינע אויגן רק פול זיינען מיט טרערן, 

ווייס איך : קיין װאָרט שוין פאַר די צרות פאַראַנען -- 
אזוי געװואַלטיק גרויס גייען זיי װוערן ! 


,וי פינסטער שװאַרץ מיינע רעיונות זיינען -- 
אָפּגענומען מיר געװאָרן מיין לשון ! 

ווו נעמען מיינע אויגן טרערן אַזויפיל, 

דאָס בילד אין מיין בליק זאָל ווערן פאַרלאָשן ? 


.ווי ברענענדיק עס פלאַמט און וי צעפלאַקערט, 
אַלץ גרעסער ווערט עס, אַלץ בליציק צעגליטער ; 
און וויפיל מיינע טרערן זאָלן נישט פליסן, 

מיין זעענדיק אויג-אַפּל -- אלץ צעבריטער ! 


;גאָט, אַז קיין װאָרט נישט אויף מיינע ליפן מער, 

און פינסטער אַזױ די געדאַנקן זיינען, 

פאַל איך אויף די קני פאַר דיר, דאָס בילד אין מיין בליק, 
צוזאַם מיט מיינע אויגן אויסצווויינען -- 


און זע, ווען אויפגעעפנט די אויגן ער האָט, 

דאָס שרעקלעכסטע, דאָס מוראדיקסטע איז ערשט געשען: 
פון אַלע בילדער, דאָס בילד, דאָס פחדימדיקסטע, 

אין פלעטש פון טרערן, צעשפיגלט -- ער האָט זיך דערזען. 


76 


כאטש רעד צום לאמטער 


אַן אויסגעלאָשענער, פינסטערער, 

ער זוכט קיין מענטש מער מיט אַ לאַמטערן } 
ער ברויך שוין קיינעם נישט, צו וועמען, 

צו ריידן, צי עמעצן אויסהערן, 


גוט'ס ? שלעכט'ס ? װאָס ווייסן מיר װאָס אַזױנס ? 
דער עיקר עפעס אייגנס פאַרמאָגן } 
ס'המצאהעלע ליגט אויבן אויפעט, 

און די כיטרעקייט -- ס'לעצטע אױסנאָגן, 


דרייט ער זיך אַזױ אַרױף אַראָפ, 

אויף טראָטואַר רחבותדיקן ברייטן, 

וי ער װאָלט צווישן סעדער שפאַצירן, 
און ביימער שטייען פון ביידע זייטן, 


פוֹן די טישלעך שמעקן די פירות, 

פון די שטייגלעך אַרױס זינגען פייגל ; 
וי מיט וועם, רעדט ער מיט זיך אליין, 
טיף אין זיך אַרײן, זשמורעט זיין אייגל : 


;גוט, ווען מייזלעך קריכן אויפן טיש, 
אַ צייכן אַז נאָך דאָ ברייזעלעך } 

אַ סימן מובהק, אטנים, מ'לעבט, 

אוב אויף קאָפ קריכן אַרום לייזעלעך } 


;בלויז, אַז אָפן שוין ס'מויל פון קבר, 

און די עכברים גריזשען און פרעסן, 

די ווערעם סלינען די געדערים -- -- 

און דו גלייבסט נאָך אַלץ 7* ;טאַקע פון דעסן : 


;עס פאַרדייען זיך די מיקראָבן, 

זיי פאַרצערן זיך איינער דעם צווייטן --- 
מיט זייערע טויטע פגרימלעך, 

אַ ניי לעבן אַזױ צוצוגרייטף". 


שטעלט ער זיך אָפּ, וי געפינען װאָס, 
אָנגעלענט אויפן שטאַנג פון לאַמטערן, 
און שוין אזוי פינסטער שטיין בלייבן, 
ביז דער לאַמפ אָנגעצונדן װעט ווערן... 


77 


דער קאזשעניצער פירט טיש אין ווייטשעפל 


אָן. אַ שמש, אָן אַ גבאי, גאַנץ אַלײן, 

האָט זיך באַװויזן, זיין צעגריזשעט געביין -- 
עגבערדיקער גאַנג טרייבערט טריפ'נע שטיינער } 
זיין זיידע, דער קאָזשעניצער, לויפט זיך מיען : 
אונטער זיין יעדן טראָט, כשר-שטיין זאָל גליען, 
אַרױסקומען פון דאָ ער זאָל אַרײינער. 


גייט אַ מענטש אין צעריסענע שטיוול, 

די בגדים זיינע צויטן און געדריוול, 

נישט געוווסט ווער ער איז עס האָט קיינער } 
און טאַקע באמת, װאָס שוין דער מער, 

אַז ראַפּטים צו פאַרשווידן געקומען אַהער, 
וועם גייט אָן : צווישן מיליאָנען נאָך איינער. 


א 8 :: 


,.. נישט ער ווייסט ווער איך בין, 

נישט איך --- ווער ער, 

נישט בלויז פאַרהױלענע טריט כ'הער -- 
זע שוין זיין פנים איצט ! 


אין געדיכטן נעפל עס צעבליצט, 
דורבזיכטיק דין, 

פויגליש פאַרשפיצט, 

פון גנוס-בוים האָלץ געשניצט, 

פון שװואַרץ-זילבער אויסגעהעמערט, 
וי פון גרויען הימל אַראָפּגעפלױגן ; 


אין זיין פאַרמעט-צעגלאַנצטן שטערן, 
פינסטערע פאַלטן געצויגן ; 

וי סודות-טיף עס דעמערט. 

די צעהאַקטע קנייטשן-זיג-זאַגן, 

איבער פאַרהוילענע אותיות -- די תגין. 
עס זשומט און עס זמרט, 

מיט אַזאַ גיפטיק-זיסן שלשלת { 

קיין װאָרט --- דעם טראָפ קוים צו הערן ! 
אַזאַ געטשוויטש, 

אַזאַ יללה געריטש, 

פון איכה, פון שיר-השירים, פון ְהֲלת 


אותיות פונקלדיק אַרומגעפלױגן --- 
אויפגעהויבן אין פערדבקט קלערן, 
לייענען פאַרטראַכט זיינע פערגלייזטע אויגן, 


אַ מין תהילימדיק לויבן, 

אַ מין תחינהדיק גלויבן, 

האָט די גאַנצע וועלט פול געמאַנט -- 
דער וויסטער פאַרנאַכט, 

אַ לאָנקע אין נעפלדיקן דעמער ! 


זע, מיט ראָזשינקעס און מאַנדלען, 
געקומען איז עס האַנדלען, 

דאָס ציגעלע אונטער יעקבס וויגעלע -- 
אויסגעצויגן בערדל אויסגעציפט שיטער, 
פון װאָנס אַרוֹיס, פגימהדיק ביטער, 
ציטערט אַ חלף-שאַרפע ליפ, 


האַרץ מיינס, שווייג, 
הער זיך שטיל איין, 
עס וויינט צו זיך ווער --- 


אַ פויגל סאַרפעט זיך אין אַ שטייג, 
אין נעפל אַרײן װיאַנעט אַ צווייג ; 
;און פון װואַנעט ? 


;ווי גיך, 
דערוווסט זיך ! 

װאָס שוין ווידער דער מער ? 
ווער ווייסט דאָ פון מיין געביין ? 
וי אַ גאַנץ חדר ביז דאָ אַהער, 
װאָלט מיר נאָכגעלאָפן ; 

;שיר, אַ געזאַנג, השיר' -- ---/ 
ווילד דרייט ער זיך אויס צו מיר : 
;ביזט פון דאַנעט ? 

אפנים געטראָפן ! 

קום !זי 


איך האָב דערזען, 

זיין מטורף מטושטושער בליק, 

פולט זיך אָן מיט מיושבדיקייט און גליק, 
אַ וואַרעמקײט נעמט מיך אי , 


וי צו אַן אייגענעם נאָנטן איך גענען. 
און מיר גייען, 

נישט וי אין-צווייען ; 

ער פירט מיך, 


ער אײיליק גיך, 

אַ רוח טראָגט זיך, 

און איך אים נאָך ; 

וי אָפּגערעדט דאָ, 

מיר װאָלטן געווען, 

אויף א באַשטימטער שעה { 

זיך דערזען, 

און מיר גייען פאַרשוויגן שטום, 
און דערנאָך -- --- 


אין אַן'הינטער-געסל צעבויגן קרום, 
אונטער אַ קוימענדיק שיף-דעכל, 
צװוישן גרין משוגענע װילגאָטש ווענט. 
איך זיץ װוי אויפן דנאָ, 

פון אַ דעמפיק טוכלע פעסל, 

דורכן שפונט -- דורך שליסל-לעכל, 
לייכט געסל גרעל אַריין --- 

דער גאַנצער דרויסן ברענט ! 

און אין מיר, 

וי אינדערהיים אַמאָל, פריר, 

די שקועה"שרעק פון די ביןדהשמשות שעה. 


אַ פליגעלע פיטשעדיק קליין, 

װאָס פאַלט ראַפטים אַריין, 

אין פאַרשימלטן גרין-געשפין, 

אין דעם געשאָקל אַהער, אַהין, 

האָב איך דערשראָקן אויפגעצאַפלט } 
די אימה, די מרה-שחורה : 

אַ משוגעת װאָס האָט זיך צעפלאַפלט, 
מיט משונה ווילדע הועיות ? 

אַ דיבוק, אַ גילגול, א שד ? 

אַ דבקות זאָגט שלוש-סעודות-תורה ? 
דער געבליבענער חלה-כזית, 

לייכט גוססדיק-ווייס פון טיש אַראָפ, 
מיט זיין לעצט ביסל חיות. 


אָדער האָט זיך מיט גרויס רחמנות צערעדט, 
(ווי טרויעריק ער קוקט דאָס אַזױ אויף מיר !) 
דער איין-אויגיקער הערינג קאָפ, 

אַז אורח געקומען אוֹיף אַ ,פלעט", 

דער דריטער אין אונזער מזומן ? 

צי ס'קאַלטע גלעזל ביר, 

ס'ביסל משקה גענומען, 

אויף אַ לחיים, 

בורטשעט אין די בני-מעיים ; 

ווייטשעפל, 

לעצטע ירידה-שטאַפל, 

אַרױף קיין ירושלים, 


זוי װאָרקנדיק װואָיענדיק עס וויינט : 
פון אונטער דער קראָקווע אַפיר, 

אַ טורטל-טויב ? 

אַ שאַקאַל הינטער דער טיר ? 

נישט צו מענש מער קיין טענה, 
נישט צו גאָט קיין לויב, 

הושענא --- --- 

אַזױ רעדט אַ האַרץ צו זיך שוין אַליינט ; 
,מיין אינגעווייד האָט נישט גערוט, 
און אין דער לעצטער מינוט, 

אַ רגע נאָך, 

פאַר אונזער בראָך, 

כ'בין געקומען דאָ אַהער, 


?הזאת ווייטשעפל ? 

הער, 

פון סיריהבשר-טעפל, 

הערט זיך צוגעברענט", 

צעפאַטשן זיך שוואַרצע זיינע הענט, 
צוויי פלעדערמויז פליגל צווישן ענגע פיר ווענט. 
זאָל עס זיין פונם שטן, 

אֲבי פעט-געבראָטן -- ---* 

זוי עס װאיעט, וי עס וויינט ; 

אכולו חייב, חלילה, געמיינט, 

כ'וועל גריזשען פון סיר-הבשר אַ ביין, 
און בחברותא משיח'ן אַקײגנגײין, 


81 


,נישט וי ירמיהו צעברעכן דעם טאָפּ -- 
דורך אַלע זיבן הימלען מיט מיין קאָפ ! 
אזוי בחברותא אַרויפשטײיגן, 

ביז צו קידשא בריך הוא אליין, 

ברוך הוא ברוך שמו אמן", 

מיט דער פויסט אויפן טיש, 

איז געפאַלן שווער זיין קאָפ, 

אין אַזאַ שטיל געוויין, 

אַז מען הערט פאַלן יעדן טראָפ : 
,במקום שאין איש ! 

און ווער בין איך ? 

אדם אַ מענטש קאַטשקע ריר זיך -- -- 
זיידע זיי אויף מיר מגין ! 


,ניין, מיין צערגריזשעט געביין, 
אין סיר-הבשר אַרײן, 

ס'לוינט נישט אַרײנלײגן. 
מישטיינסגעזאָגט אַ ביין?! 
דער טאָפ אויפן פלאַם, 

וועט ליידיק באַלד זיין. 

בלויז מיין טיפה-סרוחה-טראָפ, 
טאַרכעט נאָך גאַנץ פיין -- ==" 


און וי אַן אויפברויזנדיקער ים, 
מיט כוחות פון זיין זיידן מסתם : 
,איך נעם מיך צוזאַם, 

צוגיין, 

צוריק אין מיין ריר אַרײן" 

די ברענענדיקע שװאַרץ-אַפל, 
דאָס משוגעת-געפלאַפל, 

און נאָך שרעקלעכער דאָס שוויגן. 


מיינע בלויע אויגן --- משוגע גרין ; 

אַ קאָפּ ווילד-נאָכאַנאַנד, 

אויף דער װילגאָטש-צעגלאַנצטע װאַנד, 
אַרױף, אַראָפ, 

אַהער, אַהין ; 


82 


אָט געװאַלטיק גרויס, 

אַ צונג שטעקט לאַנג אַרױס, 
און אָט, פיטשעדיק קליין } 
אוי, 

דער ימח-שמו, 

דער שטן, חלילה, אַלײין --- 


וי פון טויזנט טיש-זיצערס אַ שאָטן, 
טויזנט קעפ שאָקלען זיך, 

משוגע גיך { 

אַ משונה געקריך, 

אין אזא ווילד געװאַרף, 

און ווי פון זיידענע סטרונעס פון א האַרף, 
און וי אַ קראנקער שאַקאַל װאָלט געהיילט, 


הער איך : 
;טאַטע זיסער, איז עס מיר געראָטן , 
און ווען אפילו מעשה שטן -- -- ---* 


און דעם לעצטן כזית חלה ער צעטיילט, 
שריים צו געבן. 


און זע ; 

די אלע שאָטן-קעפ לעבן, 

און פון די פיר ווענט, 

שטרעקן זיך הענט, 

און זע : 

די טויזט קעפ, 

אונטער טלית שכולו קרעפ, 

דעם האַלבן לבנה כזית שלינגען, 
און דעם עויאתיו"-ניגון מיט זינגען, 


און איידער נאך, 
צו דער פולער װאָך, 

ער האָט פריידיק אויסגעשריגן, 

דעם אויתנו לך כתר מלוכה?" ! 

אזא זאווערוכע געוואי -- --- 

אזא יללה-הלל ניגון -- --- 

;ביים אל מלא רחמים, ביים אחד, 

ביים באַשעפער פון גענאָד, 

בעטן, ער זאָל רחמנות האָבן ? 

כ/װאָלט מיך פאַר חרפה באַגראָבן = יט 


,בשם אדני, 

מיך ציט צוריק, 

צום שמן-המור-קוואל פון אונזערע טרערן. 
די כפרה כ'װואָלט געװאָרן אַצינד, 
פאַרן בשמים-נעגעלע, 

פון איין יידיש קינד } 

מיין גאַנץ לעבן, 

אַװועקגעבן, 

פאַר איין רגעלע, 

הערן פון אַ חדר-פענסטער אַרױס, 
קולעכלעך קלינגען : אלף-בית. 


;צומאָל נאָך דעם חלבנה-זיגגען, 
פון דער חברה װווילע יינגען, 
גייט דאָס חיות מיר אויס -- -- 


,אָבער איבער דער אינדזל, 
למען-השם, ווייס, 

וועט געװאָרפן װערן 

יענע בריק, 

ווען קומען ס'וועט די אחרית שעה". 


און זיינע ברענענדיק-בויערנדיקע אויגן, 
פלאַקער-פלאַמען גליאיק הייס, 

אַ גלאָוונע יעדער בליק 

פון אַ שייטער-הויפן געפלויגן -- 

נישט עס רעדט -- עס טרערט : 


וועמס האַרץ ס'ווערט שטיל, דער הערט : 
די אינדזל, 

דער פאַרגליווערטער בלוט-גערינדזל, 

אין חרוב קראַנקן האַרץ פון דער ערד, 

טאָר נישט ווערן צעשטערט -- 

כאָטש ז'איז'ס כשר דער ווערט ! 

איר טריפה גליק, 

די פאַפירענע בריק, 

בזמן קרוב איבער איר, 

געװאָרפן ווערט, 


84 


,דער שקר-געמעקל, 
דער שקל-געעקל -- 
דער רוח נעם זע ' 
אָבער די טעמזע, 

זי געהערט, 


,וי דער פרת און וי דער חידקל, 
צו די טייכן װאָס גייען פון גן-עדן. 


,ב'האָב'ס בקבלה פון מיין זיידן ? 
איש מפי איש וז 

;צוזאַם מיט מנא מנא תקל', 

גייט דער קץ -- -- --- 

עץ הערט == == == 


און מיט אַ מאָל, 

נישט וי אין טיש, 

וי אין חימל אַ זעץ} 

וי אַ בת-קול -- 

פון אַ שייד אַ צוקנדיקע שווערד : 
;ויתנו לך כתר מלוכה ז" 


נישט קיין מענטשלעך געשריי, 

אַ ווילדער זאַװוערוכע זאַװײי, 

און דאָס גאַנצע הייזל האָט מיטגעשריגן, 
פונם קוימענדל ביז אַראָפּ צו די שטיגן, 

דער באָלטן זיך געהויבן פון די געװואַלטן, 
אויף איין שאָטן-קאָפּ קוים זיך נאָך געהאַלטן. 


אַזױ װוי געקומען אַזױ איז ער פאַרשווונדן, 
אויף די שייטער הויפן פלאַמען אויפצוגיין, 
דער קרבן לד' גאַנץ דאָרטן צו זיין, 

בלויז זיין שאָטן צום רויטן פאָדים צוגעבונדן, 
דער שעיר לעזאזל דרייט זיך נאָך אַרום דאָ, 
צו פאַלן אַלץ טיפער אין תהום-טיפסטן דנאָ. 


85 


רבי פרדס 
דער גרינדער פון דער ;יסוד-התורה" און די מתיבתא" 


שװוערער פון זיין װאָגיקן גוף, דעם ווייט-צעוויגטן, 
זיין כוונה ווען אויף טראָטואַר דאָ געטראָטן ; 

ער איז נישט געגאַנגען, עפעס האָט עס אויסגעזען, 
ער װאָלט מיט זיינע פיס האַרטן ליים געקנאָטן -- 


אַ פויער אויף שטייניק אויפגעריסענעם אַקער 
זייט זשאַרנעס באַדאַכט, יעדע איינע זאָל געראָטן, 


וי ברייט פאָראויס, וי גרויס געווינט ס'האָט זיך זיין שאָטן ! 
ווען אָבער אָנגעקוקט איינעם מיט זיינע אויגן, - 

האָבן זיי אויסגעזען, אַזױ גלעטנדיק הײיליק --- 

אַ קו קוקט איר קאַלב אָן, איידער זי גייט'ס אָנזױגן, 


אין נאָך פשוטער זיינע רייד, געציילט, געמאָסטן, 
גאָלד װוערט נישט אַזױ גענוי אויף קאָראַט געוויגן ; 


,ווען געװינדשאַװולט די פלעוועס אַװעקגעפלויגן, 

אַזױ אַלץ װאָס איך אויסלערנען און דו פאַרשרייבן ; 
האָט מען עפעס מיטגעברענגטס, אינם האַרץ-טאָרבעלע, 
מיט די אייגענע לייבער מוז מען עס פאַרלייבן", 


כ'קוק נאָך דעם שווער-וויגנדיקן גרויס-װאָגיקן גאַנג, 
עפּעס טראָגט ער אַזױנס, װאָס מוז אײיביק פאַרבלייבן --- 


--םםםםם ,,.,..,,, .םם,, ...ץא ...1 ).ץעג ,עי || ,0 ,,,,- --,,,,, 00 גג עי ןן ‏ |{|  (|‏ ( ,,,,,, 


אַז אַזױנס זיך דאָ פערפלאַנצן, ווער געקענט גלייבן: 
אַ בליק שטיל-גלעטנדיק פון של"ה אַרױס, פון חק'ל, 
אַ בלאַנק-צעבליצטער ביים תומים, ביים שאגת אריה, 
מיטן פינגער-דריי, אַקוראַט מיט קנייטש און שאָקל; 


עואני -- --* יינגעלע (מיט זינגענדיק קולעבל, 
מיט פינגערל אין פיאהלע געדרייט אין לאָקל, 


און ווען אין שטריימל און בעקישע, שיך און זאָקל, 
געזען דעם שװוער-װאָגיקן אַ ריקודל טאַנצן, 

די פאָלעס צעפלאָשעט, באָרד און פיאות צעפלאַטערט, 
אויסגעטון פון גוף, אַ באַפליגלטן אינגאַנצן, 


לייבהאַפטיק געװאָרנער פאַרטייטש : ,ברינה יקצורו" --- 
אַז אזוינס-אָ, זיינע הענט געקאַנט דאָ פערפלאַנצן -- -- --- 
6 


;חבר דזשאזעף" 


װאָלט איך אינדערהיים דאָרטן געווען געבליבן, 
לכל-הפחות מיינע הענט געבליבן ריין, 

דאָ מוז איך בכבודו ובעצמו אליין -- --- 

און אויף קיין איין טאָג איך טאָר עס נישט פאַרשיבן, 


נאָך גוט װאָס אין טאַש די פאָר שילינג געבליבן, 

ס'וועט סטאַיען, בלאַנקט קלוגער קוק: פונקט גענוג זיין, 
נאָך נידריקער געװאָרן, וי זי געמיין, 

ווען מער אויף פאָסט-ביכל געווען אָפגעקליבן, 


שמייכל-ברייטע ליפ פאַרציט זיך אין אַ ליפל, 
ווען ער נעמט אין מויל אַריין דאָס גאַזדרערל : 
,פע, דזשאָזעף, נאָר נישט קיין פאַקסן, קיין טרערל", 


וי תמיד, נישט צו מערקן אין אים דעם קריפל, 
אין זעסל זיך אַרויפגערוקט אַ קאַפ העכער, 
און דערפילט : סאָקראַטעס טרינקט אויס דעם גיפט-בעכער, 


שמואל זיגעלבוים 


יאָ, פּונקט וי פון זייער קאַמף און קראַמף-געשריי 
ער איז דאָ געווען דער ווידער-קול --- 

אַזױ איז ער געװאָרן איינער פון זיי, 

ווען ער איז געפאַלן אונטער זיין עול, 


עס האָט צוזאַמענגעבראָכן זיין לעבן 

מיט זייער לעצטן גסיסה געשריי -- 
אונטעד זייער פינסטערער װאַנט צו ליגן 
אַ געפאַלענער מיט זיי. 


און דאָס ביסל אֵשׂ געלאָזן דאָ נאָך זיך, 

אַז מיט אונזערע אויגן נאָך זאָלן מיר זען. 

וי דאָס אויפפלאַמען זייערס צום לעצטן קאַמף -- 
וי ברענענדיק און װוי עכט ס'איז געווען. 


דער ;רעפיודשי" 
יענער לעצטער קאַליעדיקער צאָן אין מויל, 
וואס איז נאָך אויף ווייטאָג בלויז איבערגעבליבן, 
פונקט אַזױ איך פון מיין גאַנצער משפחה, 
דאָ אַהער אין גלות-ווייטשעפל פאַרטריבן, 


87 


געווויער צו ווערן אַז אַלץ װאָס גאָט טוט 

איז גערעכט, אויף קיין האָר נישט איבערגעטריבן ; 
דעם , ברוך דיין אמת" איך זאָל זאָגן, 

אַ קריע צעריסענער -- אויף דעם מיך אויסגעקליבן. 


דר. חיים ווייצמאן 


(ביים כאל-מלא-רחמים אין דיוק-פליים-שול 1943) 


טויזנטער יידן, אינעװוייניק, אין דער שול, 

און טויזנטער, דרויסן, אַרום די מויערן; 

אַן אָנגעפולטער בעכער פון צער איבערגייט : 
,עד אנה", וי לאַנג נאָך װועט עס דויערן? 


נישט נאָר אַ באַװײינען די מיליאָנען קדושים, 
יתומים זייער אייגן לעבן באַדױערן. 


פלוצלינג אַ שטילקייט, אַז די האָר שטעלן זיך אויף, 
אַלע וויינענדיקע אויגן אויפגעהויבן : 

צום פתיחת-הארון, צום כאל-מלא-רחמים, 

עס גייט ווער אַרױף צום ארון-קודש אויבן -- -- 


יאָ, צו גאָט אַלײן שוין גייט מען מיט אַזאַ טראָט, 
אַ פעסטן, אַ שטאַרקז, אַ פולן מיט גלויבן, 


,אל מלא רחמים -- --* אַ װאַלד אין ווילדן שטורעם, 
ביז צו די װאָרצלען בייגן זיך איין די שטאַמען ! 

עס ברעכט אויס געוויין, אַז די ווענט פאַלן איין, 

דער דרינען, דער דרויסן גיסן זיך צוזאַמען -- 


ביים אָפענעם קבר שטייט דער עלטסטער ברודער, 
אָרום אים די יתומים אָן טאַטן, אָן מאַמען 


דעם גאַנג צוריק אַלע בליקן קוקן אים נאָך, 

מען הערט צו דער ערד פאַלן די טרערן-טראָפן } 

די מאַיעסטעטישע שטילקייט --- צער-שבצער ! 

צען טויזנט הערצער דעם טריטטאַקט מען הערט קלאָפן -- 


אַזױ ציט אַ קעניג אַרױס ! פאָראויס, 
מחנות רייטער סאָפן אין פלינקסטע גאַלאָפן. 


88 


די ברידער-קברים, לעבעדיק באַגראָבענע -- 

דאָס חייל דרויסן, װאָס אין די היילן לויערן ! 

אַז מען ציט אַרױס שוין צום לעצטן געראַנגל, 

ווער ציילט די טויטע, ווער וייסט וויפיל פאַרלױירן? 


מיט צעפאַקלטע שייטער-הויפנס פייערט מען. 
דעם נצחון פאַר ירושלימס טוירן, 


קאצעט נומער אזוי און אזוי 


דאַרװין איז גערעכט, זעסט מיין נומער, 
איך קום פונם אוראַנג אוטאַנג. 

װוילאַנג די סעלעקציע גענומען ? 
איבער 6,000,000 דורות לאַנג, 


אויב אַלע מענטשן פון איין אדם, 
פון ערד געקנאָטן אין גאָטס הענט, 
וויאַזױ דער סעלעקציע-נומער, 

אין לעבעדיק פלייש אויסגעברענט ! 


אמת, דאַרװין איז דורכאויס רעכט, 
דאָ אויף דער האַנט ס'ליגט דער באַוייז ! 
גאָט, אויב דו ביזט פאַראַן, די מענטשן, 
פונם אוראַנג אוטאַנג דערלייז, 


פרעגסט דערשראָקן מיט אַ מענטשלעך האַרץ : 
;קאָן אַזױנס-אָ געשען אויך דאָ ?* 

אויב נישט, ווי איין מענטש אױסגעקנאָטן, 

אין גאָטס האַנט אַלע מענטשן --- יאָ! 


האָסט דאָך געפרעגט, געװאָלט וויסן -- -- 

קוק נישט אזוי טרויעריק, פאַרגעב !ּ 

דאַרװין, האָסט דאָך רעכט, זע מיין נומער -- -- 
בלויז, נצח ישראל, אַז איך לעב, 


פון גאָט אויסגעוויילט מיר זיינען ? 
מיטן װאַל פון שטאַרקן אין מין ? 
אײיביקער שתי-וערב-דרים, 
געשליידער, אהער און אַהין. 

89 


און וואס וואלט געווען ווען ברעג דא וואלסט דערגרייכט 


און װאָס װאָלט געווען ווען דעם ברעג דאָ װאָלסט דערגרייכט ? 
אָ; עס װאָלט דיר נישט אָנגעקומען אַזױ לייכט, 

וי דאָרט, ווען מיט אַלע ביזט אין גאַזיקאַמער געגאַנגען, 
אין-סופיק די בליציקע אויגן האָסט פאַרגלייזט, 

הימל-לייטער פון שטאַפּל צו שטאַפּל געשפּרײזט, 

מיט אַן עדה פון זעקס מיליאָן ביז גאָט צו דערלאַנגען. 


זע, פון שטופע צו שטופע אַלץ נידריקער כ'זינק -- 

עס לעשט זיך אויפן װאַסער-פלאַך דער לעצטער רינג, 
ווען דאָס געפאַלענע שוין טוט דעם תהום דערגרייכן ! 
אַליין אַזױ צו גיין אַ פאַרלאָשענער שיין, 

אַ פאַרפלויגענער פונק פון אַ שייטער צו זיין -- 

אין די טיפע טיפענישן פון די העכסטע הייכן! 


אַ שבועה, אַ קללה, אַ נבואה, אַ טרייסט, 

דיינע לעצטע װוערטער משיג צו זיין --- װוער דרייסט, 
הייליק פּאַרהוילנס פּותר צו זיין, ווער װעט דערוועגן! 
אין מיין געפאַלנקײט, אין מיין גיפטיקן בייז, 

דעם צאַפּל אין מיינע ליפּן שטיל איך פאַרבייס, 

אַז מיט ווערטער זיי זאָלן זיך נישט קענען באַװעגן. 


נצו מיינע נישט געזאַמלטע חורבן-לידער) 


װאָס איז װאָרט ? צווישן ציין געקריצט וי אין שטיין, 
אות --- אויסגעשניצטער גוף, וי פון עלפנביין ; 

אַ כשוף-שפרוך, מלחמה-רוף מוז עס זיין, 

אַ פאַראָל, אַ פאָרמול טיף אין זיך אַרײן -- 
אַטאָס-תמימידיק, תודהדיק אויפצוגיין, 


יעדעס װאָרט -- דאָס לעצטע שוין צו גאָט אַלין ! 


90 


ביי שעקספירס קבר 


זע, אזוי גרויס דו ביזט ביי מיר, --- 
וי אַ בלעם הרשע שיעור ! --- 
אויב דו האָסט אונז אזוי געזען י-- 


אהי פא אוה א אי א ר ווא" ואס ארפס אט אמט אע ר 0 


נישט רויט-געשניטענע בלומען --- 
אין מיין האַנט מיין האַרץ גענומען, 
אַזױ צו דיין קבר כ'גענען. 
(פון אַ סאָנעמ) 


ווייל אַ פרוי האָט דיך געבוירן, 

װעל איך אַלץ די פרוי פאַרגעבן. 
(פון אַן אַפּאָטעאָז צו שעקספירן, פאַרלוירן 
געגאַנגען מיט אַלע מיינע כתבים אין דייטשלאַנד) 


שעקספיר 


אַ ציגיינער פון די דלאָניע-שטריכן אַרױס 

האָט ער די דאָליע פון דער וועלט פון גאָטס האַנט גטליינט, 
און וי אברהם אבינו פון אַלטן אַמאָל, 

זיין שײילאָק בלייבן דער פאַטריאַרך פון אונזער היינט. 


אן פגימה דאָס מעסער שאַרף-אויסגעשליפן, 

אַז דער ייד זאָל קיין פחד נישט מער האָבן פאַר טויט, 
זע, עס קאָן דער גרעסטער רשע קיין שלעכטס נישט טון, 
אוב גאָט האָט אים זיין גענאָד אַזױ גרויס אָנפאַרטרױט, 


ער פעלטשט נישט, ער טראַכט נישט צו --- וי דער נביא, 
װאָס גאָט אים געזאָגט אין חלום, דאָס פאַרשרייבט דער גאון; 
מיט בלעמ'ס ,מה טובו אוחלך יעקב", 

אונזערע תפילות, ביז היינט צו טאָג, הייבן זיך אָן. 


און צו אונזערע קינה-לידער פון אַצינד, 

עס װועט דער שײילאָק-מאָנאָלאָג די הקדמה זיין ; 
אַז די וועלט זאָל באַשטײן, איז עומד בנסיון, 
נישט נאָר אברהם --- גאָט דער נוקם ונוטר אַלײן. 


1 


די קעניגין אין װייטשעפּל 


וי חוהלע צום גט האָט זיך װייטשעפּל אױסגעפּוצט, 

אַן אויסגעצירטע שטייט עס אין עסיק און אין האָניק ‏ 

צו װײיטשעפּל קומט מען, מ'איז זיך גענעדיק מטריח, 
נישט מען ווינקט אַראָפּ, פון עפּעס אַ /באַקינגהעם"-גאניק. 


וי באַשײידן, וי עניוותדיק האָט זי אויסגעזען. 

אירע אויגן, אַ טרויער-שלייער װאָלט זיי פאַרגלייזן, 
די האַנט מיד שוין פונם באַגריסן --- ציטערט איר האַרץ איצט : 
אַ קעניגין ווען דאָס פאָלק טוט זיך פאַר איר באַװײזן -- -- 


האָט די אָרעמקײט דאָס האַרץ אירס אַזױ טיף באַנומען, 
אָדער די פאַרגלייזטע אויגן מאַכן זי פאַרלעגן ; 
הינטער מיר האָט אַ ייד געמאַכט די ברכה איבער איר, 
וואַשנדיק זיך די הענט פריר, אין טריפנדיקן רעגן. 


כ'האָב געקוקט אויפן ייד, אויף זיינע פאַרגלייזטע אויגן : 
איבער אַ מענטש, װוי איבער ברויט, אַ ברכה צו זאָגן!יי. 
צווישן די טויזנטער קינדער, כ'בין אַ קינד געוועזן, 

פון אַ מאַמע אין אָרעם, פון דער מאַסע געטראָגן -- -- -- 


אין גארטן פון לאמבעט פּאלאץ 
די 300 יאָר פייערננג, יידן אין ענגלאַנד 


1 

שטאָלץ רויטלט זיך דער ערץ-בישאָף אין זיין טאַלאַר, 
אזש דער טשיף-ראַבײי, אין שװאַרץ, שאָטנט זיך בלאַסער : 
אוי, וי שמאָל די מחיצה צווישן ייד און גוי, 

אַזױ ברייט קוים, וי ס'ריטשקעלע פון טויף-װאַסער יי. 


,קול מבשר, קול מבשר", פלאַפּלט די טעמז ! 
באַגלײט פון כאָר שװאַלבן, אויף צעבליטע צווייגן, 
איז דער בישאָף מקבל-פנים די געסט, 

און דער טשיף-ראַבײי מיט אַ שכלדיק שווייגן. 


טויזנט מענטשן אויפצונעמען און פאַר יעדן, 
אַן אייגנע פראַזע, אַ פאָזע ס'זאָל פאַסן, 


92 


קאָן דער טשיף-ראַבײ צייט גענוג האָבן אַצינד, 
אַ רעיון נאָכצוטראַכטן, שטיל און געלאַסן : 


וי געוואַלטיק, װוי גרויס האָט שטאָט זיך צעװאַקסן, 
צעלאָפן און צעפלויגן אויף טויזנטער רעדער ; 

פאַרן וועג, גלאַט-צעיאָגטן, אין אַלע זייטן, 
אונטערגעזעגט שוין, ס'איז די סאָסנע און די צעדער -- 


0 מאָל אים געשענדעט און געמאָרדעט, 

צו גרויס אַזאַ גאָט אויף קרייץ-וועג אויפצוהענגען ! 
וי דער יידישער גלות אַזױ אומענדלעך, 

ווער קאָן מעסטן זיינע ברייטן, זיינע לענגען. 


2 
ברייט און ווייט וויגט זיך אַ צעשטראַלטע די טעמזע, 
אירע כװואַלעס צווישן זיך סודותדיק ברומען, 
ווי דעמלט ווען זי זיינען אַװעקגעגאַנגען, 
וי דעמלט ווען זיי זיינען צוריקגעקומען. 


עדות הונדערטער דורות איבערצודוירן, 
שטייען פאַרשטיינערט פאַרלאַמענט און וועסטמינסטער ; 
אויף דעם ,ביג-בען" רוקט זיך רואיק ווייזער פון צייט, 
און ס'פאַלט קוים אַ שמאָלער שיין אין דער פינסטער -- -- 


נאָך וויקלען זיך יריעות, הײיליק מישט זיך טראַקטאַט, 
בלויז נישטאָ מער איבער װאָס פירן וויכוחים : 

דער קריסט-קרייץ קרימט זיך קאָמיש אין האקנקרייצן, 
און, להבדיל, משיח צעברעקלט אין ישראל שליחים... 


עס שטייט דער טשיף ראַבײ שמונה-עשרחדיק שטיל 
זיינע ליפן וי זיי װאָלטן תפילות שטאַמלען : 

ווען וועסט דו שוין, גאָט, דיינע הענט ווייט אויסשטרעקן, 
דיינע פאַרלוירענע קינדער איינצוזאַמלען? -- 


וישייייי?.= זישששפססס === פאטס === איקאט = טאטעאטאט === פאססמוטן === אוהה === פאאלססן = משותסוה .=== טהוט פאטפאססס === פאסגפאאמו === פאואסאא === אאפטאסאאס === פאסאטאסם === אייהי יי 


אוי, װוי שמאָל שוין די מחיצה צווישן ייד און גוי, 

אַזױ ברייט קוים װוי דער שאַרף פון מוהל-מעסער -- -- 
אָבער ווי בלוטיק, וי תהומיק אויפגעריסן, 

אויב דאָס האַרץ פון מענטש נישט פאַרטיפטער און בעסער. 


93 


ביים מירמלשטיין טישל... 


אַלץ אַרום עפּעס אַזױ אויסטערליש פרעמד, 

וי אין ערשטן טאָג ווען געקומען דאָ אהער ; 

מיטן לעבן גיט מען זיך שוין אַן עצה, 

אָבער מיט שטאַרבן פאַלט עס אַ ביסעלע שווער -- 


אַ פעל-טריט װאָס נישט צו ענדערן ס'איז מער! 
איין אייגל קוקט קלוג, לאַכעדיק צעוויצלט, 
און פון צווייטן קייקלט שווער זיך אַ טריבע טרער : 


,אַלײין איז אַ שטיין!" צומאָל דער טוט איז פרעמד, 

אָן אַ הויזגעזינד אַן אַלטער מאַן װאָסער ווערט ? 

אַז צו וועם און ווו און נאָך װאָס גיין אַהיים ? 

ערשט נאָך מינדער, אַז קיינעם דאָ נישט אין דער ערד ; 


ס'איז דער טויט אַ זאָמען װאָס פרעסט אויף און פאַרצערט 
און װואַקסט אין האַרץ אַריין ! ער קוקט זיך אַרום, 
און זע, ס'צווייטע, לאַכעדיקע, ווערט אויך פאַרטרערט. 


ער װאַרעמט די דלאָניעס אין טיי-טעפּעלע, 
שוידערנדיק פּלאָשן זיך דינע גרויע האָר, 
פון אונטער געדיכטע ברעמען די אויגן 
קוקן אַרױס געשאָכטענע טויבן אַ פּאָר -- 


וי אויף אַ געפּודערטע גאַָסן-פרוי גאָר, 
װאַרטן ביי אַ קאַפּע-טישל אויפן טױט ! 
מיאוס-און-מאוס עס ווערט אויף די-אַלטע-פּאָר-יאָר, 


ווי רוצחים אין דער נאַכט ויברח געמאַבט, 

אַז גאָר נישט צו זוכן דאָ מער ; 

אָבער וי צום פּלאַץ פון זיין קרבן דעם מערדער, 
ציט עס רק צוריק דאָ אַהער. 


44 


ווינקלדיק-ווינקנדיק, גנביש-צעוויצלט, 

ווען מ'טרעפט זיך אין באַשטימטער שעה: 
קודם אַ קוק טון, ליגט נאָך דער בר-מינן, 
און צי עפּעס זאַק-רױב ס'איז דאָ ? 


זיצט מען געמאַסקירט, נישט דערקענט צו װערן, 
און װאָס מען רעדט איז מן הצד; 

אַ קרום רכילותל, אַ שיף חניפהלע, 

און די אויגן פולע מיט חשד -- 


איינער האָט דעם זאַק-רױב צונעמען מוזן ! 
רייסט זיך וי אַ מעסער פון אַ שייד -- -- 
און בלוטיקער נאָך, װי רוצחים פאַרשיכורטע, 
ס'באַפאַלן זיך חניפישע רייד, 


מיט טרערן אין די אויגן, מיט רחמנות פול, 
פון זיין פּלאַץ דער טויטער שטייט אויף 

און טרושיקלעך לייטישע, אַרום טישל שטיל: 
ווער זיך געקענט ריכטן דערויף ? 


און זע, ס'טישל הייבט זיך קוים, און באַװעגט זיך לייכט, 
און דייטלעך קלאָר הערן זיך קלעפּ, 

און אַלע װאָס זיצן אַזױ לייטיש אַרום, 

לאָזן ראַפּטים אַראָפּ די קעפּ. 


3 


פונם , ראַטנהױז*, פונם ,,סאַלװײישן", 
פון אַ שטיבל ווו דאָ, שטױביק פאַרװאַנצטן? 
עס צאַפּלען אותיות צװוישן די שורות, 
אויף זיין שטערן אַ צעקנייטשטן צעגלאַנצטן. 


אויסגעדרייט פאַרקרומט קוקן צוויי ליפּן, 
פיגסטערנישן גיסן אָפּ זיינע אויגן, 

צומאָל אַ פרעמדער, אַרײינגעקומענער, 
מאַכט אַרום זיין טישל אַ ווייטן בויגן. 


5 


ער טראַכט, דערמאַנט זיך, אַלע פון דער היים, 
אויסגעזעצטע קייגנאיבער אים זיצן, 
מען מיינט ער רעדט צו זיך --- עס איז צו זיי, 
מיט אַמאָל ווי זיינע אויגן צעבליצן: 


מיטן טלית-זאַק אונטערן אָרעם, 

אַהיים פון דאַװענען קומט דער טאַטע, 
בנעימותדיק שטיל די הענט ער װאַשט זיך ! 
פון זיין מוציא ער הערט דעם אברוך אתה" -- 


וי זינגענדיק-ניגונדיק יעדעס װאָרט -- -- 

און נישט בלויז דאָס קול ער הערט אַזױ דייטלעך, 
די פּאַרברוינטע קנאַקעדיקע קייזערקעס, 

די אױיסגעבאַקענע קאָרענע ברייטלעך -- 


דער בליק קוקט פאַרגלייזט, די נאָז אָטעמט ברייט, 
ווער ווייסט וי לאַנג ער װאָלט אַזױ געזעסן, 

ווען נישט דער ;נו, נו, מלח" --- די מאַמע 

דאָס זאַלץ אַרויפצושטעלן האָט פאַרגעסן. 


ער זוכט מיט די אויגן, דאָס זאַלץ-מעסטל, 

אויבן אָן דעם טאַטן עס צו דערלאַנגען, 

און זיינע אָנגעצונדענע אויגן, 

צוויי יאָרצייט-ליכט --- מיט אַמאָל אויסגעגאַנגען -- 


מיט אייזערנע צװאַנגען האַלט ער זיך אָן 
פאַר אַלע אויגן נישט ליגן אויסגעצויגן ! 

ער פילט דעם קאַלטן מאַרמאָר פון טישל 
און די בליקן אַרום אים קרום אויסגעבויגן. 


צווישן די שורות איצט פון זיין שטערן, 

די אותיות --- אַלע קאָנען זיי שוין ליינען ! 
עס ציטערט דער מאַרמאָר אין זיינע הענט, 
זיך איינהאַלטנדיק, הויך נישט אויפצעוויינען. 


6 


א רביש פארטרעט 


איינגעבעט אַ קאַרפיער אתרוג אין װֹאַטן, 
מיט אַלע זיינע בליטות איינגעוויקלט ווייך, 
נישט צו פאַרלירן זיין פיין שמעקנדיקן ריח, 
קיין ווינטל, קיין בייז אויג, חלילה, נישט שאַטן ; 


טראָגט ער זיך אַזױ-אָ פון טאַטן צו טאַטן, 
אויף קאָפּ שטאָלץ די קרוין פון ריזשענער קעניגרייך ; 
ענוותדיק-געוויקלט גאוהדיקע הייך, 

אין טשערנאָבלער זיידנס זיידענע באַלאַטן, 


און ווען ער גייט איז דער טראָט אַזױ ווייך פאַרטראַכט, 
(און ווען אפילן קונציק בלויז גוט נאָכגעמאַכט 6 
וי אין טאַלנערס לאַטשן ער װאָלט געטראָטן --- 


עפעס אַזױנס-אָ טראָגט זיך נאָך פון דור צו דור, 
אונטער אַש אַ פונקל פון יענעם יהי אור -- --- 
אַז צומאָל דאָ נישט געװאָרן גאַנץ פאַרשאָטן --- 


דער ווונדער דיוואן... 


(איצועז'ן, פן בוך ,גלות און גאולה") 


שטיקלעך מוסטער-פּראָבקעס פון אַ וואָיאַזשאָר, 
אין געשטאָפּטן פּאָרטפעל אָן שום נוצלעכן ווערט, 
אַזעלכעס אונזערע װײיטשעפּל געסלעך, 

געבליבן פון די שטעטלעך, אַמאָל אונז געהערט. 


איז װאָסער ווערט האָבן נאָך מוסטער- שטיקלעך, 
אַז די מאַטעריעס זיינען מער שוין נישט פאַראַן ! 
חוץ אַ לאַטוטניק זי צו פאַרשלײיערן, 

ער זאָל צוזאַמענשטיקעוון פון זיי אַ דיװאַן.. . 


קאָן דאָס ווערן אַ ווונדער פון אַ קונסט-ווערק, 
פון אַ מאדים אַ שניידערוק --- אַ מייסטערשטיק, 
קעסטעלע אין קעסטעלע פאַסט וי איינגעפאַסט, 
פון די הייליקע שטעטלעך -- אַ מאָזאַאיק, 
צו פליען אויף אים על כנפי נשרים ! 
ער פלאַטערט, און דיין האַרץ פלאַטערט מיט אים מיט ! 
צו די פיס פון ירושלים זיך צו לייגן, 
אַז גאָט אַליין זאָל טרעטן אויף אים זיינע טריט. 

97 


פראפעסאר זעליג בראדעצקי 


דאָס ווונדער-קינד פון ווייטשעפל איז ער געווען, 
מאַמעס האָבן קינדער מיט אים געטון איינוויגן ! 
אין הייבל געבוירן, וויקעלעך געבונדן, 

פון דער היים דער נישט-איבערגעריסענער ניגון. 


מיטן פאָלק אַלץ געקניפטער, עניוותדיקער, 

װאָס גרעסער נאָך די טיטלען, װאָס ער האָט געקריגן ! 
און ווען דאָס פאָלק געקריגן דאָס טייערסטע, 

וועמען דאָצו אויסדערוויילט, פון ישוב, פון היגן ? 


אַז העכער און העכער, ביז ;אויב נישט נאָך העכער", 
של-מעלה די שטאַפלען, מירמלשטיין פירן שטיגן -- -- 
ערשט פון ירושלים צוריק געקומען, 

דאָס געשריי אָן ווערטער וי גרויס אין אים געשוויגן -- 


קריגן דעם טויט-שטויס אין רוקן און --- פאַרקוקן ' 
ער אונזערע עוולות אַזױ הויך אויסגעשריגן! 

אַ שטיקל הייליקע ערד אַלײן געװאָרן, 

נישט חלילה פון הייליקן לאַנד אויסגעשפיגן. 


אַ שטיק קרקע-קודש ר'איז צוריקגעקומען, 

ווו מיט זיינע ווייטשעפעלער דאָ ער זאָל ליגן, 

אַז נישט איבערגעריסן קײינמאָל ס'זאָל ווערן, 

פון דער היים דער מיטגעברענגטער אײביקער ניגון. 


אסתר קרײיטמאַן 


אױסצוטאַנצן דעם לעצטן ;שדים-טאַנץײ, 

דאָ צווישן אונז אַז ס'איז איר געלונגען, 

נאָר זכות-אבות זיינען איר בײיגעשטאַנען; 

אִי אַזױ טיף אין זיך צו אַנטלױפן, 

פון װאַנען ווייטער שוין מ'קאָן מער נישט שפּאַנען. 


אויף אייגענעם לייב און לעבן דעמאָלט, 

וי אויף דער לייטער אין הימל אַרײן, 

אַלץ תהומיק טיפער מען נעמט שוין שפּרײיזן! 

דאָס לעצטע מאָל געזעסן מיט איר דאָ, 

געוווסט, נאָר דער טויט נאָך קאָן זי דערלייזן -- -- 


דאָס נעפלדיקע קרייזן אין איר בליק, 

אין רויך-קנויל פון קרעמאַטאָריום-אױוון --- 
ס'פּלאָנטערט זיך איר האַרץ אַ פאַרקנוילטס אין קניפּן ! 
קליינע שדימלעך, אין קעצלעך פאַרשטעלט, 

טאַנצן דעם טויטן-טאַנץ אויף אירע ליפּן. 


קייטי בראון און ס. פאלמץ 


האָט זי געטראָגן היינט אַ פרישינק שפּילקעלע, 

איז דערפאַר מאָרגן אַ שפּאָגל-נײ בראָשקעלע, 

אַ חוש נישט נאָר פאַר הומאָר בלויז -- אויך פאַר קאָלעגן ! 
;פון וועם קייטי דאָס פּאַטשערקעלע באַקומען !* 
אויפגעשיינט האָט זי ביים האַלב-שמייכלדיקן פרעגן. 


איך פלעג ליב האָבן צו קוקן, װי מיט פּאַלמען, 

שרייבעריש געזעסן ביי אַ קאַפע טישל, 

פּאַצעטיש פאַרצויגן אַ ציגאַרעטן רויבל, 

און אין גאַס. ווען איר פוס קראַנק אַ גליטש געטון האָט, 
געמאַכט זוכן גאָר דעם באַנאַנעןדשאָל -- דעם שטרויבט ‏ . 


פּאַלמע וי לאַנג ערשט טוט, שוין לענגער פאַרגעסן, 
און מיר אַלץ וי עליו-השלומדיק שוין -- -- .-- 
צומאָל דאַנטע, נאָר אײיביקער וי זיינע ליינער ! 

און איר ,װײיטשעפּל לאַכט" וועט אומשטערבלעכן, 
וי לאַנג פון אירע לעזער ס'וועט נאָך לעבן איינער. 


יוסף הלל לעוו 


וי ער װאָלט אָקאָרשט פון מקווה געגאַנגען, 
אַ שם הויה אין יריעה צו שרייבן 
אויסגעזען ווען אין קאַפע אַראָפּגעקומען , 
זיינע בלויע איבערלאָפענע אויגן, 

וי פונם תיקונדל פאַרטיפט אַרױסגענומען. 


און ווען גענומען ריידן איבער יידיש -- -- 
אַ פּאַרמעט צעשריבן האָט זיך זיין פּנים, 
פייערדיקע תגין שפּריצן זיינע אויגן ! 

וי זיין געהיײיליקטער טאַטע, דער סופר, 
איבער אַ צעוויקלטער יריעה געבויגן. 


יינגלעך אונטער מלאך-הגואל-טלית, 

ראָזשינקעס און מאַנדל-געשיט איבער קעם, 

און דאָס קאַפע רוישט -- שמחת-תורה ביים ליינען! 
בלויז זיינע בלוי-איבערלאָפענע אויגן 

זעען אויס, װי זיי האַלטן אין איין באַװיינעןי 


בן-א. סאכאטשעווסקי 


אדער דאס פינפטע ראד פונם וואגן 
אדער צעריבן אונטער די רעדער, 

איז דער גורל פון יידישן ליד דא; 

דאס הארץ -- אדער צעבראכן די פעדער ! 


אז דאס טינטארן גאנץ אויסגעליידיקט, 
טיף אין הארץ די פעדער איינגנטונקען; 
איין ליד זיס זאל װערן אויף די ליפן, 
ביטערסטן כוס ביז דנא אויסגעטרונקען. 


ביז צו זיינע לעצטע מידע רגעס, 

האט ער דא זיינע לידער געשריבן ; 
איינגעשפאנט אין יאך אונטער די רעדער 
מיט צעבראכן הארץ ליגן געבליבן. 


משה עובדן 


שאול המלך נישט בלויז זיין קרוין געפונען, 
זיינע אייזלען זוכן ער איז אַרױסגעגאַנגען, 
צוּזאַם מיט די נביאים אין טראַנס טאַנצדיק, 
זוכה געווען צו זינגען חזיון געזאַנגען. 


דו, דיין פאַרלוירן האַרץ דו ביזט זוכן אַרױס, 
קעניגלעכע הערצער האָסט גענומען געפאַנגען, 
און צוזאַם מיט אונז דאָ זינגענדיק אין כאַאָס", 
זוכה געוועזן צו דיינע ;שטילע געזאַנגען". 


ס'קאָן אַמאָל בלינדע הון אַ פערל געפינען, 
פאַרליבטער נאַר --- טעלערל פון הימל דערלאַנגען! 
צוריקגענומען ס'ווערט טײילמאָל אַ קעניג די קרוין!! 
אָבער נישט שטילע רגע, ווען מיטרערט געזאַנגען. 


100 


שלום אש 


פון ניצאַ, מיאַמייביעטש און בת-ים, 
איז ער גאָר שטאַרבן געקומען דאַ אַהער ? 
מסתם, זיך צו שיידן מיטן לעבן, 

ס'איז וי אין יענע שטעט, דאָ נישט אַזױ שווער. 


די זון, דער ים --- איין צעכװאַליעטע פרייד ! 
ערשט מיט יידן אין בויענדיקן ישראל !ּ! 

װי עס קאָכט דאָס לעבן, עס זידט, עס שווימט, 
און אָט דאָס אַלץ צו פאַרלאָזן אויף איינמאָל. 


דאָ איז אַלצדינג אַזױ נעפלדיק קלאָר, 

צומאָל דער טוט גייט דאָ זיין נאָרמאַלן גאַנג ! 
געמיטלעך-אומשטערבלעכער אומבאַדינג --- --- 
צוריק אין גאָטס דזשונגל ס'גייט אוראַנג-אוטאַנג. 


אויף יעקב עפשטיינס ארון 


אַ דלילה שמשונען די לאָקן אָפּגעשױירן, 

און דיך -- יעקב עפשטיין, אונטערגעשניטן ביזן שורש { 
זיי זיינען ביידע נעבעך גאָט די נשמה שולדיק, 

יענע געמיינט שמשונס כוח, די --- צו ווערן דיין יורש !ּ 


ווען מען באַגראָבט דיך אויף אַ יידישן בית-החיים, 
װאָס ווערט געווען דיינע אויסגעגלעטע יוזל-געצן ז 
אָבער איצט, אַז אַזױ סאַנט-פאוליש באַבלעקעצט דיין רום ! 
דאָס עשירות געבליבן נאָך דיר --- נישט אָפּצושעצן. 


וי באַרימט די ביבלישע דלילה נישט געװאָרן, 

ווילט זיך מיר דענקן, די געמיינט אפשר געמיינער , 
װאָרים ווילאַנג שוין קאָן אַ בלינדער דרייען אַ מיל-ראָד ? 
אָכער ביז אין דער ערד ס'פאַרפוילן מענטשלעכע ביינער... 


מילא, מאָדעלירן, מסחר מאַכן מיט ערלים, 

אָבער ליגן צווישן זיי אויף סמענטאַרזש און פוילן ? 
באמת, אַ סך מנוחהדיקער עס ליגט זיך אַ ייך, 

אויף העכסטער באַנק אין גיהנום, אויף געברענטע קוילן. 


101 


פאַרװאָר, ס'איז דאָ נישט פוילן, און נישט מער יענער סמענטאַרזש, 
מיר נישט -- די דיבוקים-דערשראָקענע חדר-קינדער : 

הינטער שטעטל, אויף פלויטן קנאַקעדיקע הױטן, 

אויפגעהאָנגען צו טרוקענען פונם נבילה-שינדער -- -- -- 


דרויסן הינטער לאָנדאָן-פאַרשטעט, גויאישע בית-עלמינס, 
צווישן די טויט-שטילע, די ריין-ציכטיקע אַלײען, 

אַ מחיה וי ס'ליגט זיך, נישט טויט-איבערגעשראָקן, 

וי אויף יידישע בית החיימס, פון לויה-געשרייען -- 


בלויז, זאָל, חלילה"וחס, זיך אַרױסכאַפן ביי איינעם : 

;דער ייד, אונזער גאַנצע ערד דאָ טוט ער דאָך פאָרשטינקן?: 
און דו מוזט פאַרשווייגן, קאָנסט דאָך נישט אָפּלײיקענען, 
צומאָל פאַר חרפה אין דער ערד נישט מער איינצוזינקן -. 


אָ, ליגט מען דעמלט אין געהאַקטע פינסטערע צרות, 

מען פאַרגעסט אפילו, אַז די ווערעם איינעם פרעסן } 

כאָטש נעמען און לויפן ווו די רויטע פעפערלעך װאַקסן -- 
דיין ווערעמדיקע אומשטערבלעכקייט ווערט דיר דערעסןי.. 


וו יענער גוטער מלאך מיטן שנעל הינטערן נאָז, 

אלצדינג װאָס פאַרן טויט עס איז געווען צו פאַרגעסן -- -- 
אויבן קלינגט קאַפעלע גלעקל, און האַרץ דיינס רייסט זיך אפ : 
,אך הפעם" ! און אַז נישט שמשון ? אַ ייד פון דעסן -- 


אַזאַ גילגול-מחילות דורך טיפעניש דער ערד, 

אַ סך שווערער וי אַ קריסטוס פון איר אויסצוקנעטן! 
און איי"ה ווען מיר וועלן זיך דאָרטן טרעפן, 

וועל איך מיט גרויס הכנעה ביי דיר מחילה בעטן. 


דוד באמבערג 


,געהערט אַזאַ נאָמען, דעוויד באָמבערג ? 
איך האָב דעם מאַן היינט קובר געווען ; 
;באַגראָבט מיך נעבן מיין טאַטנס קבר", 
זיין פרוי אין זיין צוואה געלעזן, 


און זי האָט אים אַליין אַרױסגעבראַכט?. 

איך קוק דעם רעוורענד אָן וי אַ ווילדער : 

;ווייסט איר ווער ער איז" ? ציטערט אויף מיין קול : 
,צוזאַם מיט דעגאַ אויסגעשטעלט, בילדער". 


;און ווער איז דאָס דער" ? קוקט ער פאַרווונדערט : 
;וואָסער נאָמען ? דעגאַ, זאָגט איר, הייסט עָר ?* 

אַ שווייגנדיקער כ'לאָז אַראָפ מיין קאָפ, 

כ'גיי ווייטער אַן אבל אַ געטרייסטער.. . 


און פאַר מיין בליק : שווער הענגט נאַסער נעפל, 
זיין פרוי, אויף זיין האַנט קינדער אירע ; 
צוזאַמען מיט זיי צווישן קוימענדלעך, 
כ'קלעטער אַרױף אין זייער דאַך-דירה, 


מסתם אין באַהעלטערלעך צו שפילן, 

אויף אַ בוידעם ווו אַרױף מיר קריכן -- -- --- 
אויף זיין פאַליטע --- גרויט אַ שטיק נעפל, 
פעטלע-שטריק -- די געצויגענע שטריכן, 


אַ, וי זיין מרה-שחורהדיקע בליק, 

האָט זיך שטילינק געלאַשטשעט מיט מיינעם ! 
ווער קאָן אַזאַ שווערקייט אַרױס הייבן, 

כ'וויל מיך צעוויינען מיט אים אינאיינעם --- 


און כ'דערצייל אים פון זיין טאַטנס שטעטל, 

נישט שאַגאַלס איבער דעכער געקראָכן, 

פון סוטינס --- אײינגעגראָבן אין דער ערד -- -- --- 
זיי פרוי קוקט : רעד איך נישט פון װאַן גאָכן ?.. 


ווען נישט דו, דעוויד, אין יענע טעג דאָ, 
כ'װואָלט וי אַ ליכט פאַרלאָשן געװאָרן, 
און אַצינד, אַ קינד אַרױסגעטראָגן דיך, 
דיין ווייב, צו דיין טאַטן אינם ארון, 


יאנקל אדלער 


האָט יאַנקל שוין נישט געמאָלן יעזוסן, 

נאָר אין טלית און תפילין אַ יידישן זעלנער ; 

נו, איז ער געזעסן ביים קאַפע-טישל, 

און פאַר אַ טעפעלע קאַװוע געצייכנט דעם קעלנער -- 


געצוימטער צער אויפגעצאַפלט אין אַ טאַנץ, 

אַזױ האַרציק און גאַנץ -- -- -- דער לאוו ,לא תעשה לך פסל" ? 
מיר האָבן נאָך אין לאַנדאָן יהודימלעך, 

װאָס שטעלן, ברוך השם, אין יום-כפור אויף אַ ,רעסל", 


103 


און גבירימלעך מיט גאַנצע גאַלעריעס, 

װאָס קוקן אויף די בילדער, וי הענער אין ;בנייאדם"; 
איינגעראַמשט, וי אויף בערזע ביליקע ;שערס", 

און האָפן לימים, צו פאַרקויפן אויף לאחדים. 


דער גוג-מגוגיטרוים : אַ יידישער מאָלער -- 

אַ וואַן גאָך ליגן פאַרהונגערט אויף אַ בוידעם-קאַמער, 
אוֹן זיין אומשטערבלעכקייט שפעטער פאַרקויפט ווערט, 
פאַר הונדערטער-טויזנטער אונטערן ;אוקשן"-האַמער. 


יאָ, װאָלט דער פריינט נישט געשטעלט דעם מצבה-שטיין, 
זיין פאַריתומט קבר נאַקעט-פאַרשעמט נאָך געשטאַנען ! 
אַצינד, ער שטייט, האָט ווער אַ בלומל געלייגט, 

אַן ;אל מלא רחמים? מאַכן, וער אַרױסגעגאַנען : 


נישט אַ יעזוסקריסטוס --- אויף גויאישער װאַנט 

כ'האָב געזען הענגען זיין זעלנער אין טלית און תפילין -- --- 
וי ס'האָט געקנוילט אין האַרץ, געוואַקלט די קני, 

דעם צאַפל אין מיר איך האָב אים קוים געקענט איינשטילן -- 


פאַר שאַנד מיין פנים אין די הענט באַגראָבן ! 
אײינגעפאַלן די מויערן פון אונזערע געמאַרקן, 
לאָמיר זיך שטאַרקן, רואיק איינצוליגן, 

אויפן יידישן בית:החיים הינטערן פאַרקן. 


יוסף הערמאן 


נצום הענגען זיינס אַ בילד אין טעט-גאַלערישש 


אַז וו אויב נישט אין וועלס צווישן די קוילן מיינער, 
וי אין דער היים דו האָסט דיך אויפסניי געפונען? 
זיך באַװויזן דאָ, שוואַרץ אין שוואַרץ, שווייס צערונען, 
פון עמוד-הענן-װאָלקן דער טאַטע דיינער. 


האַמער שווער אין האַנט, טשוועקעס צווישן ווייס פון צייגער, 
איבער קענזשער-קאָפ שכינה ווי טויזנט זונען: 

פון געשפאַנטער פעך-דראַטװע אַראָפגעשפונען., 

כתונת-פסים, פורפורנעם -- בן זקונים זיינער. 


איז עס דיין טאַטע, מיט האַמער אויף האַרטע זוילן, 
מיט לאמפ אויף קאָפּ האַקט ער קוביק -- שטיקער קוילן ? 
דראַטוועס געדרייטע דיינע שטריכן אָנגעצויגן ! 


104 


בלויז ווו איז שכינהדיק דיין ,,בלאָ אין ראָז* פאַרשווונדן ? 
פאַרקוילט, רויך-פאַרקנױלט דאָס טליען אין דיינע אויגן. 
גרויל אין גרוי גאָטס גלאָריע גליט גלאַנציק אָנגעצונדן ! 


מיין זעלבסט-וויניעט 


אַ הונט פאַרְ זיין באַלבאָס! טיר, 
אויף קייט ליגט ער מיט געביל { 
אַז פרעג זשע אים װאָס ער וויל, 
ווען אַװעק איז די דירה, 

און גאָרנישט שוין דאָ פון איר ? 


איז נאָר געבליבן די שוועל, 

אַן אויסגעריבענע בלויז, 

רירט זיך דער הונט נישט פון הויז, 
ביז ער גייט אויס װאיענדיק, 

און בלייבט ליגן אויף דער שטעל, 


בין איך נישט פאַרליבט אין גאָט ? 
פאַרראַט אים יעדע מינוט, 
וויסנדיק, אַז כיטו נישט גוט ? 
אפנים, טאַקע אַ הונט, 

װאָס אַזאַ מין טבע האָט -- 


יאָג איך מיך ווילד נאָך מיין עק -- 
אַ גילגול, אין עיגול-קרייז ! 
צעגריזשעטער אלף-בית -- 
צונויפגעשטעלטער שם-המפורש, 
אויף כף-הקלע-אל-דידהעק, 


ווייטשעפּל 
1 


9'טער אַפריל 1959 


צו אונזערע שטעטלעך מען װעט דיך ווייטשעפל צו רעכענען, 
מיר, צוֹ די קדושים, ווער ווייס צי מיר װועלן געהערן; 

די שטעטלעך ביי זייערע נעמען, ווען מען װועט אויסרעכענען. 
דיין נאָמען ווייטשעפל צװוישן זיי מען װועט אויך דערהערן. 


הייליק וי זיי דו וועסט בלייבן, אָבער מיר, דיינע באַװױנער -- -- 
נישט נאָר דיך --- זיך אַליין מיר האָבן געטון-טאָן צעשטערן ! 
10 


;תמות-נפשי?-העלדן, ,, פלשתים?-גבורים שאַנד-באַגראָבענע, 
אונטער חורבה-מויער -- קענען זיי קדושים נאָך ווערן ?! 


אונזערע טאַטעס אין די ברענענדיקע שטעטלעך נישט זיך -- 
געראַטעװעט הייליקייטן מיט זייער בלוט און טרערן ; 

מיר, פון די פּלאַמען אַרױס, װאָס ראַטעװען מיר ? די בעזעמער ! 
וי דאָס לעצטע, חלילה, פון דער ערד זיך אויסצוקערן. 


2 


אַז איך לייג צו מיין קאָפּ צו דער ערד דאָ, 
מיט אַן איכה-עכאָ ווערט פול מיין אוער ; 
שאַריען-גרויער נעמט אַרום מיין האַרץ, 
בלוטיק גייט עס אויף מיט יאוש און טרויער. 


דאָס פאַרנעפּלטע דאָ, סודותדיקע -- -- 
כ'הער מיין טאַטנס מורמלען, לערנענדיק זוהר ! 
א אַ לאַבירינט מיט טויזנט טירן, 

פון דור דור אונזער דויער-באַדױער. 


נאַכט אויף נאַכט אויף אונזער גאָלדענער קייט, 

איך ליג דאָ צעבילט, אַ הונט אויף דער לויער -- -- 
איינס פון די מאה-שערים-געסלעך, 

װייטשעפּל, פון אָלדגײט ביז מייל-ענד-טויער. 


3 


אין דיין וויי כ'האָב ‏ מיך פאַרטשעפּעט, װייטשעפּל, 
און כ'מעסט דיך אויס אין דער לענג, אין דער ברייט ; 
אין לעצטע דלת-אמות, אומענדלעכע, 

ציט מען זיך אַזױ אויס אין דער אייביקייט. 


אין זון פאַרגײ שטייט ווער און בעט אַ צענטן, 
צאַנקענדיקער נר-תמיד, ווען כ'גיי אַרײן ; 

אַ גרייז זאָגט אַ פאַרגרייזטן קדיש נאָך זיך, 
אַ פאַריתומטער, ענטפער איך שטיל אמן. 


מיין קרומער שאָטן אויף דער װאַנט הערט זיך איין, 
אַ פאַרשעמטער אויף דער גאַס איך אייל אַרױס; 
אויף דער גאַנצער ברייט פינסטער ער יאָגט מיך נאָך, 
טויזנט-אזיגיק און אומענדלעך אַזױ גרויס. 


106 


אויף ווייטשעפל גאס 


כ'דריי מיך אַרום דאָ אין ליידיקער גאַס, 

אַ בעדנער אין אַ פאַס אַ צעלעכצטן, 

ער קלאַפט די רייפן, פאַסט די קלעפקעס צוי 
אָרום אַ דנאָ אַ פוילן צעקרעכצטן, 


אפנים קיין אַנדערע ברירה מער : 
;אַלטן וויין אין נייע פעסער גיסן", 

און װאָס צעקראָכן און פאַרזשאַװוערט איז, 
צום הויפן בראָכװאַרג אַװעקגעשמיסן, 


עס איז לייכטער געזאָגט ווי שווער געטון ! 
אַז דאָס מינדסטע ניטל אזוי אייגן, 

און איבערן שפונד, וויין-אָנגעזאַפטן, 
שכורלעך כ'װאָלט מיך װאַקלען און בייגן. 


נייג איך מיך אַהין און כ'בייג מיך אַהער, 
און נעם אין דער פאַטליצע מיך קראַצן : 
אַך. אַז עס פעלט אַ קלעפקע אינם קאָם, 

וי אַ זשאַווער-רייפן ס'האַרץ קאָן פלאַצן, 


וי אזוי אליהו האט זיך באוויזן אויף ווייטשעפל 
(באַלאַדע) 


1 
אין אַ סערמינגע, די האַק אין שטרוי-פאָוורוס פאַרשטעקט, 
אין די שטעטלעך אליהו אַרומגעגאַנגען ; 
אַ פּאַרדורשטיקט פערדל אַ פולן עמער װאַסער, 
אַ ייד אַ נצרך אַ בייטל געלד דערלאַנגען. 


צו יעדן ברית, זיצן אויף כסא-של-אליהו, 

אויף רײיטװאָגן אַראָפּנעקומען פון הימל, 

פריש יאַכל אונטערטראָגן קראַנקע קימפּעטאָרן, 
שטאַרקן די ביינדלעך פונם רך-הנימול, 


אפקומען פאַר די געהרגטע נביאי-שקר, 
צו גיין איבער דער וועלט מיט האַק, זיך פאַרװאָלט אים ; 
און ביי שװואַכע אלמנה, ביי אַ ייד א חלוש, | 
אַ קלאַפטער האָלץ אויף שייטערס און שפענער געשפאָלטן. 


האַלבע שעה פאַר ליכט-בענטשן נאָך, אין אָרעמער שטוב, 
אַרײנגעװאָרפן אַ קאַרפ אָקאָרשט געפאַנגען -- -- 

דאָס איז געווען אַמאָל אין די הייליקע שטעטלעך, 

יענע צאַפּלדיקע צייט לאַנג שוין פערגאַנגען. 


אליהו הנביא בײנאַנד מיט די יידן, 

געלאָזן זיך פאַרברענען אויף שייטערהויפן, 
און צוזאַמען מיט יענע, מיט די געבליבענע, 
אַהערגעקומען קיין ווייטשעפל צו לויפן, 


;שפוך חמתך* פון אָפענער טיר נאָר דערהערן, 
וועט ער אַרײן, וי אין שטעטלעך אַמאָל פסח -- -- 
כאָטש נעמען רייסן אין טיר און טויער און שרייען, 
, אני שלמה" --- אליהו נביא, הייס איך ! 


ווייס איך װאָס ? און אַז זי וועלן וויסן ווער ער איז, 
מ'וועט אים דען אין אַ יידיש הויז אַרײנלאָזן ? 

נאָך גוט ער האָט נישט מיט זיך זיין קנאישע האַק, 
אױיסגעלאָזן ער װאָלט זיין גאַנצן ירגזון -- -- -- 


יאָ, אינגאַנצן אַנדערש שוין גייט ער דאָ אָנגעטון, 

און זיינע ווונדער אויף אַ גאַנץ אַנדערן אופן } 

נישט לייפציקער יריד דאָ, נישט טשעלעדזשער יאָר-מאַרק",: 
נישט די ווילנער זאַווולקעס, נישט װאַרשעװער הויפן. 


דאָך אליהו הנביא, פאַרלאָזט זיך אויף אים ! 
הערט אַ מעשה, װאָס עס קאָן זיך אַלץ פאַרלויפן, 
מיט אַ יפת-תואר, אַ יידישע טאָכטער, װאָס האָט 
געהאַלטן שוין, רחמנא לצלן, ביים טויפן -- 


אַז מיט סזייעריקע גאַנצע טעג אויף איין שול-באַנק, 
מיט זיי אין די נעכט אין טעאַטערס געגאַנגען, 
זייערע ביכער יום ולילה געלעזן, 

איר זיס קולכל זינגט רק זייערע געזאַנגען ! 


איז פון זייעריקע געהאַלטן אין איין טראַכטן, 

ווען נאָך אַ מאַן איר האַרץ גענומען פערלאַנגען ! 
נישט קיין , מזל-טוב" און נישט קיין ,מגן-דודל" -- 
צלמל כאָטש אויף געטאָקט העלדזל אויפגעהאַנגען. 


108 


און װאָלט זי עס דען נישט שוין לאַנג געווען אָפּגעטון, 
און אַנשטאָט צו דער חופה -- צום ,,אלטאַר* געגאַנגען ! 
אָבער דאָך אַ בת-ישראל, אַ יידיש האַרץ געהאַט, 
טאטע-,מאַ* נישט געקענט אַ טויט-קלאַפ דערלאַנגען, 


2 
אין איין נעפל-טאָג קומט זי נאָך ווייטשעפל אַראָפ. 
נישט קיין מנורה פאַרן טאַטן צו קויפן, 
נישט צומאָל אַ פליטע, ;אַ בריוועלע דער מאַמען", 
און נישט צו באַזוכן דאָ אָרעמע קרובים --- 


אויפן מציאות-מאַרק איז זי אַראָפּגעקומען, 
;קריסטמעס"-מתנות פאַר חברטעס צו קויפן ; 

אַז מען רעדט דאָך, רחמנא לצלן, פון אַזאַי 

װאָס האַלטן שוין, חלילה ביי שמד, ביים זיך טויפן -- --- 


און אפשר טאַקע גילדן צלמל איינהאַדלען, 

זאָל זי עס האָבן גרייט, ווען זי וועט עס ברויכן ! 

ווי זי האָט זיך פאַרשמאַכט-פאַרטראַכט, פאַחלומט-פאַחושט, 
אויף אַ טיף גרינען יאָלקע-בוים, אַזאַ הויבן -- --- 


אַ ווייטשעפל-מאַרק אין ערב-קריסטמעס װאָכן, 

אַזױנס --- בלויז טרוימען געקענט שטעטלישע יידן: 
איינשלאָפן אין באָד אויף העכסטער באנק צעפאַרעטע -- 
אין גן-עדן אויף די הימלישע ירידן -- --- 


אַז װאָס אַלץ מ'קאָן נישט איינהאַנדלען און ווי שפּאָט-ביליג, 
די מציאות --- ממש אַן אָקס פאַר אַ דרייער ! 

צווישן די צעזינגטע פלאַטן רייסט זיך נאָך העכער, 

דער הייזעריגער גאָרגל פון אַן אויסשרייער -- 


גראַמאָפאָנען, ראַדיאָס, רעקאָרדערס, טעלעוויזיעס, 
און יעדער סטראַגאַן געוואַלדיקט ווילד אַ הילכער ! 
טויזנט הענט שטרעקן זיך און טויזנט אויגן גאַפן : 
אַז װאָס קאָן שוין זיין ביליגער און װאָס בילכער ? 


קאָפ אויף קאָפ דאָס געדרענג, דאָס געשטופ, דאָס געלד געזשאָב, 
אַרום די לעמפ אין נעפל שפיל פון קאָלירן } 

אונטער יעדער , בערע", ביידלדיקטער באדעקטער, 
פאַרשלייערטע כלה אונטער חופה פירן. 


109 


די שאַלעכלעך, פאַטשיילעכלעך, די נײלאָן-זאָקן, 
די פאַטשערקעס, די פערל-שנירלעך, די קרעלן, 
פון אינטערגעגאַנגענע שיפן גאַנצע אוצרות, 
אַרױסגעשלײדערטע פון די שוימיקע װועלן, 


אַ צעטומלטע זי שטייט אין דעם געדרענג-געבלענד : 

אַ צעכװאַלטער ים אין ווילדן אויפברויזן, 

און אויפן ברעג, וי פון די כװויאַלעס אַרױסגעשװענקט, 
מיט נאַסע װאָנסעלעך שמאָל-געפאַסטע הויזן, 


אַ שייגעץ וי אין פסוק ער שטייט --- אַ ,טעדי-בוי? ! 
ײראָק און ראָל* מיטן גאַס מיט אים אויפצוטאַנצן ! 

אַזאַ איינעם שטעלט מען נישט פאָר, מיט איין אויגל-ווינק, ' 
און מען געהערט אים אויף לעבן שוין אינגאַנצן. 


אַז גאַנצענע טעג רק מען טראַכט פון אַזאַ איינעם, 
איין אויגן-בליק געניגט, און מ'איז געפעלן } 

בלויז אַהיים אין שטוב אַריין װוי אזוי ברענגט מען אים, 
און פאַר דעם טאַטן און פאַר ;מאַ* אים פאָרשטעלן ? 


אָדער טאַקע דירעקט צום ,רעגיסטער אַמט* צו גיין ?! 
איר ווילט וויסן װאָס די סוף-מעשה געוועזן? 

בפרוש וי אין ,קב-הישר", וי אין ;לב-טוב" 

ווי ביי פרצן אין אַ מעשה צו לעזן -- -- 


: 0 : 


זיין נאָמען איז געווען אליהו, אַ ווילנער, 

געקומען איבער ישראל, פון שייטערהויפן, 

וווינען װוינט ער, אויפדערווייל, אין ,יידישן שעלטער", 
און זוכן זוכט ער דאָ זיינע רייכע קרובים. 


דאַכט זיך, אפנים, ער האָט טאַקע שוין געפונען. 
אָט שטייט זי פאַר אים ווי פון גאָלד אויסגעגאָסן ! 
און צי קאָן דען נאָך זיין אַ רייכערער ייד אַצינד, 
ווען זיין טאָכטער געפינט אַ יידישן חתן ? 


אַ תנאים געווען אַלע יידישע קינדער געזאָגט, 
נישט טאַטע-מאַמעס האַרץ -- מ'האָט טעלער געבּראָכן ! 
אזוי האָט זיך אליהו געטון טאָן באַװײזן, 
אויף ווייטשעפל מאַרק אין ערב קריסטמעס וװאָכן. 
10 


טרעכיטש לינקאלן 


אַז פון א ראביי אַ רעוורשנדל, א פריסט, 

פון געשמדט גלחל אַ ליבעראָל שט"פי, 

אוֹן דאָס אַלצדינג-אָ געקעגט געשען בלוין דאָ הי, 
פֿאַרװאָט נישט אױיסװאַקטן צום וועלט-אַפעריסט --- 


איין װאַטער-טראָפישפויץ און פון א ייד אַ קריסט | 
די דיגע אויבער-ליפ טוט שטייף אַזאַ מין צי, 

און פון אַ ליכעראַל -- אַ טאָרי דו ביוט } 

מיט מינימום דעמאָגאָגי, מיט מיגדסטער מי -- 


און ווען אים געכאַפט, אַ טאָפלטן שפיאָן, 
פֿאַר ביידע צזדים, װאָס געקענט בעטער'ס טאָן, 
וו" ווערן אַ הײיליקער בראמאַן צום טוף ? 


א בודיסט מיט אַ צוויי-פנימדיקן גאָט ז 
ווימיל ,גאָלד-הענטלעףי" ס'מינדסטע געצל האָט ? 
;שאַנטאַיזשירט ער איצט גרויס מיט נירװואַנאַ-בלאָף, 


זיין זון 


אויף וויפיל רעליגיעס זיין טאַטע זיך נישט געשמדט, 
און פון וועלפן ווייב דאָס זינדל זייג'ס ער האָט געהאָט, 
בלוין ווען מען חאָט אים צו משפטן אַרױסגעפּירט, 
סימעסער אין האַרץ יעדער יידישער זעלנער געשפירט, 


דעם יידישן טשאַפּלין נישט גערופן אין זיין צעל -- 

וועך געבוירן פאָטער גראד געווען אַן עוואנגעל } 

יאָן עס שטארבן די קינדער פאר די עלטערגס זיגד, 

אוב נישט ס'מעסער -- דעם שטריק דער פאָטער פילן אצינד } 


אַפּעריסט, היטלעריסט 1 אין די שטיק ווער קען זיך אוים ? 
אָבער פון אייגענעם לייב מען קאָן אַלץ נישט אַרױט, 

און וי מיר מיט-ערובדיק שפירן זיין מעסער-שטאַף, 

ער זיין שטריק אויף האַלזז -- אַ טאַטע בלייבט אַ טאַטע דאָך, 


;די -- פרעט -- ט... * 


מען זאָל וויסן ווען זיין זיינען געשטאָרבן, 
ברויכן מאַנכע נאָך דאָ אַ יידיש"בלאַט, 
און די, װאָס מאַכנ'ס --- צו מאַכן אַ לעבן, 
צו מאַכן דעם מאָגן ווי נישט איז זאַט. 


צדקה תציל ממות ! וי אומשטערבלעך !! 
פאַרלאַזט זיך אויף אונזער חכמת-האַיאַט ! 
װאָרום דאָס לעצטע בלאַט ליגט שוין אויסגעזעצט, 
אויבן בלויז צוצושטעלן דעם שנת ופרט, 


אותיות מחכימוות 


אַזויפיל און אַזויפיל באַצאָלט דעם שרייבער, 
אַז אזוי אוּן אזוי װאָרט פאר װאָרט, אויפשרייבן, 
און יענער, פון פאַך, גענומען האָט עס גענוי, 
פּאַר אַ פרוטה מערער נישט איבערצוטרייבן, 


אבער ווען שװאַרץ אויף ווייס געדרוקט זיי זעען עס, 
ווונדער איבער ווונדער, --- ממש נישט צו גלייבן! -- 
ביידע, דער פון זיין פעדער, דער פון זיין גרויסקייט, 
קאָנען גאָר נישט גענוג נחת פון זיך קלייבן. 


,צוויי דיכטער...* 


אַ גרויסער דיכטער, טאַקע דער גרעסטער, 
מנובל און פאַסקודסווע מאוסע בריאה 1 

װאָס דאָס קאָן אָנטון, צו װאָס ס'איז פעאיק, 
האָט ווער דען בלויז די מינדסטע ידיעה. 


אַ טאַלאַנט, ממש אַרױסגענומען, 
פון דער װאַגנערישער טעאָריע. 


איצט אַז איינער טאַקע געװאָרן שוין, 

;אַ גרעסש" -- דער גרעסטער וועלט-זשעניע, 
פאַרװאָס נישט אויך ער שפילן דעם דיכטער? 
פעלט אים יענעמס טאַלענטל -- קיין מניעה, 


האָט ער דאָך דערפאַר אַ ;גאָלדן הענטל", 
און איז אַן עכטע פּאַסקודסטװע בריאה. 


,שמע ישראל" 


רעשטלעך אַנאַרכיסטן דאָ, הייפלעך ציונים דאָרט, 
איינער װואַרפט אַרײין-אַ צווייטער ווידער כאַפט אַ וװואָרט ; 
נישט יעדער קאָן דאָך דערגיין ביז צום היידפאַרק צופוס, 
רעדלט זיך ווייטשעפל אין יידישלעכן שמועס -- 


מיט די הענט און מיט די פיס און מיט לייב און לעבן, 

מען שווימט, מען ,גייט קלאַפטער* --- ממש אין אַ טיפן טייך ! 
צי גלייך פאַר אַלע קומען וועט צוגעזאָגטע צייט ? 

קודם איז שבת איצט, און צו אים ווער איז דען גלייך ? 


אויפן ראָג פון די מיסיאָנערן האָט עס געברענט ! 
;ידו בכול" : ווער וי ער זיי בייקומען געקענט ? 

ער איז תמיד , גערעכט* געבליבן, און אויך געהאַט : 
וועלכער ייד קייגן ארץ-ישראל, און ווער פראָ שמד ? 


וי האָט זיין בליק פלאַמיק געגליט ווען ער זיך צערעדט, 
אָבער זונטיק מיט די קינדער וי האָט ער געגלעט : 

זייז ,,שמע-ישראל"-פאָן, וי דער גלות אַזױ גרויס, 

די ,קרז-קימת"*-פושקע געקלונגען פאָראויס { 


חברה קינדערלעך נאָך אים, געמאַכט עס האָט זיי שפאַס, 

וי פאַרקלונגען שמחת-תורהדיק דעמלט די גאַס ! 

פאַר גאַנץ פאַרדינסט פון דער ואָך זיסיקייטן געקויפט, 

און קלײינװואַרג, פריידיק, צום ,, שמע-ישראל"-מאַרש אָנלויפט. 


פון איין זייט פון ראָג דרעשט אַ דרשה אַ מיסיאָנער, 
פון דער צווייטער, צעזונגען מיט די קינדערלעך ער -- -- -- 
נישטאָ יענע שוימיק אויפגעקאַכטע רעדלעך מער, 

אַ שטיל שטייענדיק װאַסער, אַ פאַרגליווערטע טרער. 


אים האָב איך נאָך פאַרכאַפט, בלויז די קינדערלעך נישט, 
צומאָל די פאַרגליווערטע טרער פונם אויג אָפּגעװישט } 
אַ ליידיקער ר' מאיר-בעל-נס צעקלונגען לער, 

און דעם װאַסערדיקן שמע ישראל, װואָס איך הער. 


111 


לעצטנס אַזאַ ;שמע-ישראל*-יינגעלע דערקענט, 

יענעמס יידישלעך פייערל אין בליק אים געברענט, 

און איך האָב געטראַכט : אייזיקאָװיטש האָט רעכט געהאַט, 
וועלכער ייד קייגן ארץיישראל און ער פראָ שמד? 


װײיטשעפּל ירושלים ד'בריטן 


פומבדיתא, קאָראָדװאַ. קראָקע, אַמסטערדאַם, 
לובלין, װאָלאָזשין, ווילנע,. בערדיטשעוו און קאָצקי 
של-מעלהדיק װועסט בלייבן װי איינע פון זיי, 

מיט האָראָפּאַשניקעס פון זשיטאָמיר און פּלאָצק. 


און אויב דער בלוטיקער שליאַד אונזערער אַצינד, 

נישט דירעקט ער פירט ביז פאַר דיין אָפּענער טיר -- -- 
פון גרויס צער דו האָסט אַ מעשה דיר אָנגעטון, 

ביזט דו געבליבן אַ פאַרבלוטיקטע אין דיר ! 


;בדמיך חיי... בדמיך חיי..." 

דו וועסט נאָך לעבן בלייבן מיט דיין לעצטן ייד! 
אין מינדסטן פאַרשוין, און אין פאַרמישטסטן שוין, 
וי אונטערן אַשׁ טליענדיק אַ גלאָװונע גליט. 


דאָ האָט ראָזענפעלד געזונגען ערלעך זיין ליד, 
ווינטשעווסקי געדינט דעם יידישן װאָרט געטריי! 
וי אונזערע הייליקע שטעטלעך, פאַרטיליקטע, 
של-מעלהדיק דו װועסט בלייבן װי איינס פון זייי 


װייטשעפּל, דער ירושלים ד'בריטן, 

וועסט בלייבן איינגעלייבט צוישן אונזערע שטעט י 
וי די קדושים אין דער היים, אויף קידוש-השם, 
גרייט צו גיין לעצטער יונג געבוירן אין אָלדגעיט. 


112 


על נהר טעמזע 


;כל הנחלים הולכים אל הים? -- --- 
ס'איז די טעמזע -- דער לעצטער מסתם ! 
וי געװאַלטיק ברייט, װאָסער פאַרגלייך, 


ביים היימישן שטעטלדיקן טייך, 
אַ וואַסער-מיל אויפגעשטעלט מען האָט, 
דאָ ביי דער טעמזע --- לאָנדאָן די שטאָט ! 


זע, אויף טויזנט רעדער דרייט זי זיך, 
וי טומלדיק-פלינק, װי רעשיק גיך, 
און די מיל-שטיינער וי גרויס, וי שווער. 


הער, דאָס זשאַרנע געשיט אָנאויפהער -- -- 
פונם זעמל-מעל װאָס קומט אַרױס, 
קוים אַ האַנט-פול אָנגעגאָרשט דאָ בלויז, 


בלויז אַ שמשון אַזױ שטאַרק און גרויס, 
אַז מיל-ראָד אַ רגע נישט אויפהערט, 
ביז זאַמד-שטױבל צעריבז ער ווערט, 


1 
אַ שפרונג-ברעט צו די יהודה-בערג צוריק, 
איבערן אָצעאַן צו די אַנדן אַריבער, 
איז ער, דער אינזל דאָ, געוועזן פאַר אונז, 
און מיר, דאָס רעשטל, װאָס בלייבן ס'וועט דאָך איבער -- 


אַ מנין יידן דאָ אַ מזומן דאָרט, 
עפעס אַ שולכל ווו מיט אַ שליח-ציבור -- 
די אייער-שאָל פון אויסגעפיקטע פייגל, 
װואָס געפלויגן בשלום די ימים אַריבער, 


מען װועט זיך דערציילן מעשיות פון אַמאָל; 
להבדיל, אַ ביבלישן שמשון הגיבור, 

עפעס אַ לאָרד ביקנספילד דיזראַעלי; 

פון זאַנגװיל אַ בוך ס'וועט איבערבלייבן ; אַ חיבור 


113 


פונם בעל-נפש יוסף חיים ברענער, 

פון זיין אייגן לעבן געוועזן ס'איז אים ליבער ! 
אויפגעשריבן עס מרה-שחוריק אַזוֹי. ‏ - 

וי געהערט פון נעפל אַרױס מפי-הדיבור. 


דער זכר פון אונז דאָ, על נהר טעמזע, 

אַ טאָפּלטער ווי דער ביי דער עבראָ און טיבער : 
פון ריין און ווייסל, פון דניעפער ביז װאָלגאַי 
פון הונדערט טייכן געראַטעװעט זיך אַריבער -- 


אַ געבונדענע טראַטװע אָנגעשווימען, 
צאָרן-צעצאַפלטע, צעפלאַפלטע אין פיבער, 

צאַנקנדיק אויסצוזינגען נעפל-ליד דאָ, 

אין די טריב-פאַרזשאַװערטע, װילגאָטש-נאַסע שטיבער. 


פון אַ שווערער נעפל-נאַכט אין ווייטשעפל, 

װאָס קאָן שוין זיין מרה-שחורהקער און טריבער ? 

בלויז, אויב ס'האַרץ אַן איבער-פלייץ פון געזאַנג איז, 
ברויזט עס צעכװאַלעט, און פון נחת-פרייד ס'פליסט איבער, 


2 
פון טויזנט און איין שטעטל זיינען מיר אָנגעקומען, 
מיט הונדערט טייכן כװאָליק געװואַקל אָנגעשווומען ו 
לאָדזשער באַלוט, קאָזמירער מאַרק, טאָלטשאָק אַדעסער, 
וי מאַטראָזן טעטואירטע --- מיט פאָגראָם-מעסער. 


קיעווער סטודענט, ישיבה-בחור װאָלאָזשינער, 
קאַמיוואָיאַזשאָר אויף גאַנצער ליניע װאַרשע-וינער, 
לובאַוויטשער טיש-זיצער, סלאָבאָטקער טעג-עסער, 

פון קאַזאַרמעס, תפיסות --- פאַרטיי-ביכלעך די פעסער. 


;אַ דאַמף-שיף האָסט אויסגעקלערט און נעמסט דיך דערמיט איבער" ! 
אַז אונזער איינס אַהער דאָ נאָך געקומען אַריבער, 

וי גרויס איז די חכמה, און דאָס ווונדער נאָך גרעסער -- 

וי אַלע שבעה ימים ברויזט ס'לאַמאַנש געוועסער -- -- -- 


שבעה מדורי גיהנום דאָ אַדורכגעגאַנגען. 

און אין די נעפלען אויפגעלויכט מיט גלי-געזאַנגען, 

צו לויטערן וי אַלטן וויין אין נייע פעסער, 

לעצטן שװוייס-טראָפ נאָך פון אַ פאַרמאַטערטן פרעסער. 


114 


3 2 
בעסער מסתם מיט דער דירה צובאַקענען זיך קודם : 
שטיגן אַזויפיל צו אַ לעצטן גאָרן אויף אַ בוידעם, 
בלויז דאָס װילגאָטש גליטשיקע -- אין קעלער-לאָך לעצט טרעפל , 
בייג דיך, ביטע, אַ קאַפ איין, אַז נישט צעקלאַפסט דיר ס'קעפל, - 


אויב בוידעם, אויב קעלער, אַן אונטערשיד ווו מיר זענען ? 
אַז ביי טאָג ביינאַכט קאָפּטשעדיק גאַזדפלעמל מוז ברענען. 
זיכער אַ בעט, ווו אַ ווייב ביים פאַרעדיקן טעפל, 

אַ זון ביי דער מאַשין, אַ טאַכטער נייט אָן אַ קנעפל -- 


זעסט צומאָל נישט דעם, איבערן צושנייד-טיש געבויגן, 

ווי מיטן פיצל קרייד ער נעמט זיך אַרױס די אויגן, 

בלויז ס'ווייסלעכע פון קריידל, ס'אינטערשטע פון אויג-לעפל, 
און פון פאַסטריגע געשלעפט אַהין, אהער אַ שלעפל -- 


וי פלינק זיי אַרבעטן די פינגער, די דינע, דאַרע ! 

נישט פון פרעסל --- פון זיין שווייס פול איז די שטוב מיט פאַרע ! 
און אויב מיט טויזנט שטובן אַזעלכע פול ווייטשעפל, 

אַ ווונדער, אַז גאַנצע שטאָט נעמט אַרום אַזאַ נעפל. 


4 
אָנצוטאַפן מיט די הענט אַ נעפל, אַ געדיכטער, 
וי דורך שווערע װאָלקנס רייסן זיך סיגנאַלן ליכטער ; 
מיט טויזנט פיס שפאַנט אין דער גאַס אַ שאָטן-גיגאַנט -- 
אַ בלינדער װואָס דערטאַפט זיך ביי אַ גליטשיקער װאַנט. 


ווי אין אַ טאַנץ-זאַל אין ,װאָרק-שאָפּ* אַרײנגעפאַלן } 
הילכערס שאַלן די ווענט, סופיט -- נעאָןשטראַלן קװאַלן, 
טויזנט קליידלעך כװאַליען צעפאָכעט -- אַ שטיק געװאַנט, 
אַ קאָלירן מינועט אויף לויפנדיקן באַנד -- --- 


די ;קאַטערס?, די מאַשינערס -- די ,בעסטערס? כאַפּן אונטער ! 
עלעגאַנטער ;פאָרמאַן? --- טאַנץ-מײיסטער, שלאַנקער געזונטער, 
;האַרי-אָפּ, האַרי אָפּ ! האָפּט ער אַריין נאָכאַנאַנד ; 

;אויף די האָלידעי סעזאָן-מאָדלס װאַרט ניוזעלאַנד* ! 


ווינטער, פרילינג ? ווער ווייסט דאָ איצט װאָס ס/טוט זיך דרויסן ? 
חושך-מצרים, עבודת-פרך, גושן -- -- 

צו דער האָפּמאַן-מאַשין יאָגט ווילד לויפנדיק-באַנד -- -- 

אַ מומיע בלייבט זי שטיין אַ מאַניקע ביי דער װאַנט, 


115 


פיר סאנעטן 


1 
ס'שאָקלען זיך די בריקן פאַנען דעמפנדיקער וויי-רויך, 
פון די כװאַליעס דאָס געפרעפל, הײיליק, געהיים און שטיל ; 
ס'וואַקלט דאָרט די שיף -- ס'קעסטעלע מיט משהץ אויפן ניל, 
צוקאָפנס דער אָבעליסק, וי שװאַרץ ער שטייט, שלאַנק און הויך. 


צי גאָר צו דערציילן עס מיט ווערטער ערשט נאָך מען ברויך : 
אַז טרעמפ אויף באַנק, װוי אין אַ טלית אין נעפל-געהיל, 
דער נביא יחזקאל אויפן טייך כבר ? דעם ריח כ'דערפיל, 
פון טראַטװוע דאָ ווו -- תיבה אויסגעפעכט פון זיידן נח. 


אַרום שטאָט דרייט זיך -- ווונדערלעכער קאַלײדאָסקאָפ, 
אַ צעמישטע ליכטיקייט פון גאַסן און פון סקווערן, 
פון הימל אַראָפּ לייכטן שוי-פענסטער און לאמטערן. 


אַ פיבער-צעצינדענער, א שטערן-צעפלאַמטער קאָפ, 
פאַקלט צעכװאַליעטער אַלץ ווונדערלעכער און ווילדער -- 
אויף אַ לייוונט ווו וויקלט זיך אַ בילדער געפילדער. 


2 

עס וועט דער אינזל-מענטש זיין אינזל לאַנד נישט פאַרראַטן, 
אַ געהילטער אין נעפלען שווימט ער איבער די ימען, 

און ווען זיין מאַסט-בױם מיט די זעגלען ברעכן צוזאַמען, 
זינגען די כװאַלעס נאָך דאָס געזאַנג פון די פיראַטן. 


אַהים קומט ער פון ריאַלטאָ מיט שײלאָקס דוקאַטן, 

אויף גיבראַלטאָר צינדט ער זיין שטורקאַץ אין שייטער-פלאַמען, 
די ווייטסטע פעלקער צו באַצװוינגען און די ווילדסטע שטאַמען, 
און ס'רייכע קאָלומבוס-לאַנד --- מיט ביבלישע ציטאַטן. 


זיינע מאַפעס, זיינע מעסער-צעשניטענע דלאָנעס, 
זיינע קאָמפאַסן ביי טאָג די זון, ביינאַכט -- די לבנה'ס, 
עס איז דער אינזל פאַר אים --- פאַר אור-מענטש די היילן ; 


זיין היים --- טונעל-װיאַדוקטן, רעגנבויגן-בריקן ! 
ס'לייכטן אַרום אים שטערן --- פון די הערערס די בליקן, 
ווען אין נעפל-נעכט, פייקע אין מויל, ער נעמט דערציילן == == -- 


116 


3 


אַן איינגעהילטער אין נעפל שטיי איך אויף דער בריק, 

אין מיטן כרך, פעסט צוגעדריקט צו איר האַרצן סאַמע } 

און ווען אפילו אין זי אָרעמס פון אַ שטיף מאַמע, 0 
איך װואַרעם מיך אין איר גליאיק געפרוירענעם בליק. 


אויפגעלויכטן לויפן באַסעס אַהין און צוריק --- 
אײיליק באַװעגט זיך אויף אַ לייוונט אַ פאַנאַראַמט, 
אָפּגעריסענע טאַקטן, קוים צו כאַפן אַ גאַמע, 
איבער ימים-ווייטע-לענדער זיס גיסט זיך מוזיק, 


ס'שאָקלט זיך די בריק צום טאַקט פוֹן אַ שטילינק וויגן-ליד -- -- 
איך קוק און קוק, ווערט אַ קינד דען אין מאַמע אָרעמס מיד ? 
עס שלאָפט איין אזוי פון זיסע חלומות געטראָגן --- 


עס דרייט זיך ווונדערלעך די שטאָט -- די אַלאָדין-לאַמטער!. 
דעמלט אויף שיף דער פיראַט געבראַכט האָט זי דאָ אַהער -- --- 
ער דערציילט, כ'הער די כװאַלעס יעדעס װאָרט זיינס נאַכזאָגן. 


4 


ווי דער ווייסער נעפל דרויסן, אַ מחשבה אין קאָט, 

זי וויקלט זיך, פאַרװיקלט זיך און אַלץ שווערער זי ווערט { 
ס'ציט זיך ווו אַ שפין-געוועב, װאָס קיינמאָל נישט אויפהערט. - 
ערגעץ אין נעץ זיצט דער שפין, זיין קרבן לויערט ער אָפ | 


אַזאַ גרויסער גרויער קנויל פון טיש גאָר פאַלט ער אַראָט, 

אַ פאַרקניפט-פאַרפּלאָנטערטער קוילערט ער זיך אויף דער ערד! 
ביים קאַמין שלאָפּנדיק קעצל דאָס געקייקל דערהערט, 

און שוין מיט איין שפרונג : אַ מייזל ! אַ פייגעלע? גאָטס גאָב.. 


דרויסן ווייסער געפל, דרינען קנאַקעדיקער קאַמין, 
אין קאָפּ -- אַ וועב-שיפל פלינק געשליידערט אַהער, אַהין, 
אַ שניי-באַלעם, װאָס קוילערט זיך פון דער הויך אין דער טיף. 


און וי פונם פייקעלע דאָס לעצטע רינגעלע רויך, 
קייקלט זיך קלאָר אויס, אַ דינינק מחשבהלע אין מוח -- 
שערלאָק האָלמס מעשהלע פון עפעס --- אַ דעטעקטיוו. 


117 


דאס בריקל צום הײליקן היכל 


װי ברייט ברויך זיין אַ בריקל איבער אַ טייכל? 

פון שמאָלינקע צוויי ברעטעלעך קוים בלויז. 

ווערט איינס אויסגעטרעטן, אדער ס'ווערט לױז, 

בלייבט דאָס צווייטע -- --- אַזױ ווייט מענשלעכער שכל. 


וועלכעס ס'וועט דערפירן צום הייליקן היכל ? 

דאָס-אָ עס שטעלט זיך ערשט שפעטער אַרױס, 

ווען דערגאַנגען מ'איז, די געפאַר איז אויס -- 

מען שטייט אויף אַנדערער זייט שוין מיט אַ שמייבל. 


אַ סך מאָל דערשווימט אַ טויטער אויף לעצט ברעט, 
,על שני סעיפים", אויף ביידע מען טרעט, מען טרעט, 
פון איין האָלץ-װאָרעם צענאָגט ביידע ברעכן איין -- 


מען כאַפט זיך אָן אין יענעם, מ'האַלט זיך צו ביי דעם, 
בלויז, װאָס שוין דער גרויסער חילוק, דעמלט, אויף וועם, 
אַ מת מען שווימט אין הייליקן היכל אַריין? 


א 


,שני כתובים המכחישים זה את זה" 


אויפן בלאַט, אויף דער שורה, אויפן װאָרט, 
ש"ס אויפן קאָפּ עס קאָן לומדישער גדול ; 
כאָטש נעם אים אין אַ צירקוס אַרײן דאָ, 

וועט ער ווייזן די קונץ מיט אַ שפּיץ-נאָדל. 


מיט ענגלישן ווערטער-און געזעץ-בוך, 
דאָס נעמלעכע ער קאָן איצט שוין באַװייזן ; 
באמת, דורך לעכל פון אַ נעדעלע, 

ס'קאָן אין הימל אַרײן אַן עלפאַנט שפרייזן. 


בלויז גרינגער אַ בער אויסלערנען טאַנצן, 
אַ מאַלפע ביים שפיגל אַ שרונט פאַרקעמען, 
וי אַ ,דזשואיש-קאָלעדזש-בוי* אויף ענגליש, 
אַ ,תומים" מיט שאַרפן קאָפּ צו באַנעמען. 


118 


שרפים, אופנים, חיות הקודש -- -- 
די פעל פון לייב פון זיך אַראָפצושינדן, 
אַז נאַטור-און גאָט-געזעץ געצווילינגט -- 
נישט געטין-געװאָגל, אויגן פאַרבינדן, 


ב 


קאָן דען אַן אױסגעשטאָפּטע פאַווע פליען, 

אירע בריוועלע שליחות אויספירן ? 

איין רירל בלויז מען זאָל זי טון, און זי װצט -- 
אַלע אירע פעדערן פאַרלירן ! 


אַ בריוו איז דאָך נישט אַזױ ווי מען שרייבט אים, 
נאָר אַזױ יִוי מען װעט אים טון ליינען -- -- 
,זאַמלט אייך צענויף אַלע, איר פאָצטן 

אונזער גאָלדענע פאַווע צו באַװײינען. 


;עס איז דאָך נישט אזוי איר שיין פעדערל, 
וי איבער גאַניקל איר שיין פליען" -- -- 

אַ תרנגול-תרגום, כאָטש צו נעמען אים, 
כפרה צושלאָגן, שונאי-ציון, 


און אַז מען װועט אים אָן חלף קוילען, 
וועט פון אים אַ טראָפּן-בלוט דען רינען? 
פאַרװאָס מכסה זיין ? אַ געטאָ-סעלעקציע, 
איינגעזאַמלט, שטערבלעך צו ענטרינען. 


סאנעט 
(פאַר לעפטוויטעץ און די אַנדערע ענגליש-יידיטוע פאָעטן) 


ווען געשפיגלטער קריסטאָל ס'גלאָז זאָל זיין, 

פון פיינסטן געשניצטן עלנפנביין די רעם, 

אַ שפיגל-בילד בלויז, אַ מראה מ'זעט פון וועט, 
אָבער נישט דאָס לייבהאַפטיקע אליין, 


דאָס גאַנצע האַרץ לייגסט פאַרטיפט דערין אַרײן 
פאַר אַ פרינצעסין מאַכענדיק אַ דיאַדעם, 

וי געפאַסט צום פנים, דער קאָפ וי באַקװעם, 
בלויז ווו דער חן, דער פינקלדיקער שיין, 


119 


פון די קליגע אויגן פון דער פרינצעס? 
אָ, גאָט זאָל דאָך געשען דער גרויסער נסי -- 
ווונדער װאָס געשעט אין אַ הײליקן היכל! -- 


פוֹן רעם אַרױס אַרױיסציטערן באָטש זאָל, 
מיט געפינקל פון געשליפענעם קריסטאָל, 
דער נסיסה-פאַרגליווערטער בת-מלכה-שמייבל. 


איבער אלע שבעה ימים 


אַזאַ כרך צונויפשטעלן צו קענען, | 
דורות אױיסצוהאַלטן, נישט צו צעקראַכן -- -- 
איז נישט פון די קאָרט אַרױס שוין איר קעניג? 
די לייבװואַך, װאָס זיין פאַלאַץ טוט באַװאַכן, 
פאַר יעדער אָרעמער הייזקע שטייט זײַ. 


צו אַלע ארבע כנפות הארץ, 

אַרױסגעצױגן פון דאָ אין די שיפן, 

שװוערד אין איין האַנט, די ,, בייבל" אין צווייטער, 
און אין דער שטיל דאָס שאַרפסטע אויסגעשליפן : 
אַלע הערצער צו באַזיצן -- שעקספיר ! 


וועמען כ'זע דאָ כ'קוק טיף אין די אויגן, 

אָט די צוויי ווונדער באַגרײיפן צו קענען : 

אַזאַ מין כרך װיאַזױ אויפגעשטעלט ? 

בלויז אַ סך מער נאָך -- די כוחות װאָס זענען, 
פון אַ פאָלק, אַ שעקספיר ס'האָט געבוירןן? 


2 


אַ פאַרטייטשטן ... שעקספירז כ'האָב געליינט, 
און אַזױ טיף אים אויפגענומען, 

אַז יעדער אַ נאָנטער דאָ מיר געווען, 

ערשטן טאָג שוין אַהערגעקומען -- 

כ'האָב זי אַרױסגעלײנט פון די אױגן! . 


10 


און אפשר ווייל יעדן װאָס כ'האָב געזען, 
דעם תנ"ך פאַרטייטשט שוין געלעזן, 

אַז איך אים, אַן אייגענער נאַנטער, 

ביים ערשטן באַגעגעניש געוועזן --- 

ער גאָר געליינט האָט אין מיינע אויגן?! 


וי אַהײימגעקומען אין מיין שטעטל, 

כ'בין אין שטאָט דאָ אַרומגעגאַנען, 

און אין אַ געסל, פאַר יעדער הייזקע, 

מיין מאַמע, װאַרטנדיק, געשטאַנען -- -- 

איז דאָס נישט געווען דאָס גרעסטע ווונדער ? 


3 


ס'איז נישט געווען בלויז די ביבל און די שווערד, 
מיט װאָס אַ האַלבע וועלט איינגענומען -- --- 

וי אַ ליבע מ'זעט מיט ערשטן בליק, 

פאַרשטאַנען עס, אַהער אָנגעקומען -- 

לייבהאַפטיק פאַר די אויגן מיר געשטאַנען: 


נישט מער פלאַץ, וי ס'בענקל אויף וועלכן ער זיצט, 
און פון טיש, װאָס מוז אַלע געהערן! 

נישט העכער צערעדט ער זיך, ווען ער רעדט, 

וי הערן ס'זאָל, דער ווער ס'ברויך צו הערן -- 
קיינמאָל שפירסט דו נישט זיין עלנבויגן ! 


דערפאַר אין זיין היים ס'געפינט יעדער אַ וינקל, 
אַן אינזל צוצושווימען פאַר אַלעם --- --- 

און ער, ווו ער קומט, אין ערגעץ קיין פרעמדער, 
זיין היימיש ווינקל גאַנצער ערד-באַלעם --- 

כרך אַרױסגעװיקלט פון נעפל און כװאַליעס, 


4 


און אַ ווינקל פון שטאָט, אַ נעפל-צעפוילטן, 

אַ גאַנץ שטעטל זאָל זיך קאָנען אַזױ באַזעצן! 

צי קאָן מען צומאָל אַש'ס, דאָס בולטע ווייסבערגס, 
אַזױ פאַרטייטשן און מיט ווערטער איבערזעצן ? 
פון אַ מוטנע טייכל ס'קוקט סמוטנע דאָ אַרױסעט, 


121 


ווען נישט מיט לייב און לעבן, מיר איבער גאָרער וועלט, -- 
צומאָל נאָך אין לאָנדאָן אַזאַ הפטורה ליינען!-- 

צִי װאָלט ער, --- מיט אַלע תרגום-שבעים לשונות, 

מיט אַלע ,בייבלי-סעקטעס, אַפּאָסטל-פעראיינען, --- 

דער געטלעכער ווונדער, דער תנ"יך, דען געבליבן? 


,החיים והמות ביד הלשון? -- -- 

מיט איין איבריק אות ס'לעבן מען קען איבערפירן! 
נישט איבערזעצער -- פיראַטן איבער ימים 
שעקספיר געטון איבער גאַנצער וועלט צעפירן, 

וי דעם כרך אַהער דאָדמיט צעכװאַליעטע נעפלען. 


: 1 2 


וי עכט פרעמד ס'איז אַלץ דא, אזוי נאָנט און אייגן, 
עס באַהאַלט זיך אויס לויערנדיק אין נעפל, 

און פלוצלינג פנים אל פנים ס'שטייט אַנטקײגן --- 
דיך אָנקוקנדיק מיט אַזאַ קלאָרן שווייגן, 

פרעמד אַװועק זיך צו בייגן, נאָנט צו פאַרנייגן ? 


אַן אַרומגערינגלטער אינזל ס'איז דער מענטש דאָ. 
נישט בלויז אין נעפלען-פאַלטן זיך צובאַהאַלטן, 
זיינען אַנטרינענע דאָ אַהערגעלאָפן, 

נאָר שטיל אױסצוטראָגן, געשטאַרק אויסצוהאַלטן, 
שטייף-געפעסטיקט, עקשנותדיק אױסגעהאַלטן -- 
װאָס אין הערצער געטראָגן, גרויס צוגעשטאַלטן. 


אזוי מיר, צו ברעגעס דאָ, ווייט-פאַרווייעט זאַמדל, 


12 


אין נעפל און אין בליץ 


: אל 1 


אַ שפּרינג-ברעט פאַר געראַטעװעטע ביזט געווען, 
ווייטער צו שווימען, ביז פון שיפן אויפגענומען; 
די אַרױסגעװאָרפענע, דערטרונקענע, 

אויפן ברעג דאָ צו קבר ישראל צו קומען. 


מאַנכע נשמות, מאחורי הפּרגוד, 
דרייען זיך נאָך אַרום אויפן עולם הדמיון } 
װואַרטן אויף אַ תיקון, אַ ;אל מלא רחמים", 


כאָטש אַ פּאָסנעם קדיש מיט אַ באַצאָלטן מנין, 


מיט דיין וויי דו האָסט דיך פאַרטשעפּעט, װײיטשעפּל, 
צווישן הייליקע שטעטלעך װעסט בלייבן אַ שטעטל, 

און ווען נישט קיין מצבה מיט אַ תנצב"ה, 

שרייבן נאָך דיר כאָטש אַ פּה-נטמן אויף אַ ברעטל, 


דאס לעצטע הייזל 


אונזער געצעלט ,ויסעו ויחנו", 

ס'ווערט צעשאָטן איצט דאָ און צענומען -- --- 
דער ,מה טובו אוהליך יעקב", 

דעמלט ווען מיר זיינען אָנגעקומען : 


אַ סוכהלע בלויז, פיר ווענטלעך, אָבער 
מזוזהלע צוגעקלאַפט צום ביישטידל } 

אויפן קוימען טשאַקעדיק קנאַקעדיק 

ברענט אַ פייערל -- ס',פריפעטשיק" לידל, 


אויף רעדל ס'באַגלײיט זינגער-מאַשינדל, 
און דער ;ציש-ציש" פון אַ הייסן פרעסל ; 
מיט געזאַנג פון קינדערלעך אינדרויסן, 
הילכט פאַרן פענסטער טאַנצנדיק געסל --- 


וי קליין עס איז, אזוי הויך דער הימל ! 
אַריין, אַרױס, אַ טרונקל און אַן עסל, 


125 


טאַטע ביים ;דרעסל", מאַמע ביים אויוון, 
יעדער טאָג פון גאָט אַ געבענשט נס'ל. 


און וי לייכט מיט ראָזענפעלדס , זונעלע", 

עס טרייבט זיך פלינק ,זינגערס? ניי מאַשינדל } 
אין יעדן פראָכנע צעפאַלן הייזל, 

װאַקסט אויף הייוון אַ דאָקטאָר אַ זינדל. 


דאָס געצעלט איצט אויסעו ויחנו", 

אַן עמוד-ענן-חורבה פון שטויבן, 
באַלד אַ געביידע פון שטאָל און אייזן, 
צום הימל ארויף הויך אויפגעהויבן, 


צענומען שוין ס'ווערט די לעצטע הייזקע 

אַ שטיין אויף אַ שטיין נישט איבערבלייבן -- -- 
ועט ער פאַרמעט מזוזות, יידיש לידל, 

פאַר די רחבות דירות דאָ נאָך שרייבן ? 


אויסגעגראבענע... 


וי אין שטיינערנע טאָרזאָס, אױסגעגראָבענע, 
װאָס אין איין געבליבענעם טיילכל נאָר בלויז, 
די גאַנצע הערלעכע שיינקייט, די אַמאָליקע, 
מען קען צוריק דערקענען און מען זעט אַרױס -- 


אין דעם שלאַנקן אױיסגעשטרעקטן שטאָלצן האַלדז, 
אין די צעלאָזענע ברייטע פאַלדן פון אַ קלייד, 
מ'קאָן דעם פרייען שטערן אירן זיך אױסמאָלן, 
אפילו דעם פאַרליבטן באַגלײטער ביי איר זייט, 


אַזױ קאָן מען גאַנצע שטעטלעך נאָך דערקענען 

אין אַ פּלײיצע-קנייטש אַזאַ, אין אַ גאַנג, 

מ'קוקט נאָך, מ'קוקט נאָך, מ'בלייבט שטיין 

און אַרום האַרצן ווערט אַזױ שטיל, אַזױ באַנג -- -- -- 


ווי אויף די שפּיצן פינגער, נישט אויפצווועקן אים, 

מ'גייט פאַר אַ שלאָפנדיקן קופּידאָ פאַרביי, 

אַזױ קוקט מען אויף אַ פאַרבײיגעטראָגן קינד, 

װאָס אין זיינע אייגעלעך ס'שלאָפט אונזער ויי. 
126 


דאס שולעכל אין מיין ניובאלד-געסל 
(די באַלאַדע געווידמעט אונזערע פאַרחורבטע ווייטשעפּל-געסלעך) 


צי נאר בלויז דארטן, אין פּולן און ליטע, 
טויזנט און איין שטעטל פארטיליקט, פארשניטן ; 
אט-א-דא, אין געסל, אין אייגענעם מיטן, 
ווילאנג איז עס, א יאר מיט א שמיטה --- 


צווישן הייזלעך א שולעכל געשטאנען, 
שטילינק און באשיידן, צניעותדיק און הייליק, 
און ווען פון דער ארבעט געלאפן ווער אייליק, 
א בליק געטון, זיך דערמאנט, אריינגעגאנען, 


א קדיש, א יארצייט נאך טאטע-מאמען, 

עס האט א געטריי הארץ דער גרוי-פאריאכטער ; 
א בר-מצווה, א חתונה פון א טאכטער, 

און די גאנצע משפּחה אין פרייד צוזאמען. 


נאך שטייט מיר דאס שולעכל פאר די אויגן, 
מיט די רויטע ציגל, דער היימישער בנין, 
געברענגט אים צוזאם מסתם מיטן מניו, 
ווען אין געסל דא זיך אריינגעצויגן, 


און אונטער די קראקווועס ס'ברומען די טויבן } 
זענען זי נישט פון דער היים מיטגעקומען? 
אין באגינען, איידער נאך שאריען גאנומען, 
שימערן שוין פונם שולעכל די שויבן --- 


דער פּרק משניות, דאס תהלים-זאגן, 

דאס צו ווארטן און צו דער ארבעט זיך איילן ; 
יעדע רגע אויפן זייגער ממש ציילן, 

די תפלין נישט צו לייגן איידער ס'וועט טאגן, 


מיטן עין-יעקב בין מנחה למעריב 

גייט אויף וי ריח-נחוח ס/גאנצע שטעטל } 

דער שארפער שמעק-טאבעק פון שנופּטאבעק-שקעטל 
דעם נידריקסטן מכבד, דעם ווייטסטן מקרב --- 


17 


איין משפּחה זיי וואלטן געוועזן. 

ארום טיש אויפהארכנדיק ענג זיי זיצן, 

| וי די אויגן גליצן און נײיגיריק בליצן -- 

וי אקארשט אנגעקומענער בריוו ווער געלעזן : 


,פּעם אחת, כ'בין געווען אין א וועג א ווייטן, 
,דאווענען אין א חורבה אריינגעגאנגען. 
.געביסן געווארן פון גיפטיקע שלאנגען, 
,וואלט אליהו הנביא מיך נישט באגלייטן, 


;ואמר לי, און ער האט געטון צו מיר זאגן : 
;פון דער טורטל-טויב דאס ווארקנדיקע ברומען 
,נישט אויפהערן ס'וועט ביז משיח וועט קומען, 
;און דערלייזן די וועלט פון אלע אירע פּלאגן". 


זי האָרכן, האָרכן, די אויערן זיך שפיצן, 
איבער די מידע קעפ קנאַלט עס װוי בייטשן ! 
אויפצוכאַפן די זשאַרנעס, די טייטשן, 

די האַרטע שטערן שוויצן און זיך קנייטשן. 


ערשט ס'קומען אָן די נאָנטע אלול-וואכן ! 
דאס חיימישע שטיקל הימל איבער געסל, 

אין האנט ציטערט דאס צישנדיקע פּרעסל, 
אין הארץ די דזשאבנדיקע נאדל געשטאכן -- 


פול ווערט דאס שולכעל שוין מיט א שעה פריער ! 
די ברענענדיקע ליכטלעך פארן עמוד 

עפּעס בלייכער און ציטערדיקער וי תמיד, 
סודותדיק דעם רבינס עיןדיעקוב-שיעור : 


,טליתדיק פאַרװויקלט הימל און גראָזן -- 

גגאנצע וועלט אַ שטיק גרוי-פארגליווערטע אימה ! 
,דאס מלאכים יחפזון, דאָס געהיימע : 

,מן המצר קראתי שופר-בלאזן ! 


,שוין, דער שטן, חלילה, האלט שוין ביים זיגן, 

,פאר אלע-מענטשן אױסשפּרײט ער זיינע נעצף 

,טוט זיך גאט דעמאלט אויף כסא-רחמים זעצן -- -- -=" 
גאנץ שולעכל וויגט זיך אין א סודות-ניגון -- 


128 


די וויסטע טעג איצט ווען די אלול-טאג קומען : 
די שטעטלעך דארטן דער שטן אויסגעראטן ! 
בלויז ווער שולעכל אין שטויב שקציש-צעשאטן, 
שטיקעלע הימל איבער קאפּ צוגענומען? 


ווי דעם שול-דאך אין שטעטל די ווילדע ציגן 
חפקרדיק צעפרעסן, שעצקעדיק צעריבן, 
קיין שמץ שוין פון גארנישט באַלד געבליבן, 
געהיים פארשוויגן הייליק-היימישער ניגון, 


א, נישט אזוי שולעכל וי שטיקעלע הימל, 

אז מיר האבן עס נישט געקאנט באהאלטן ! 
שאטנט עס טונקל אין מיינע שטערן-פאלטן} 
ס'ציט וי אין א חורבה א שלאנגען-געווימל, 


נישט נאר בלויז דארטן אין פּוילן און ליטע 

טויזנט און איין שטעטל פארטיליקט, פארשניטן { 
אט-א-דא אין מיין געסל, אין אייגענעם מיטן, 

טאנצט וויסט אין הארץ א קאראהאד פון נישט-גוטע. 


דאס בעז-ביימל אין מיין הייפל 


אין ווינקל פונם הייפל, באַהאַלטן און פאַרשעמט, 
שטייט אַ בעז-ביימל, אַ בלייכס, פאַרבאָרגן און בלאַס, 
דערשראָקן זעט עס אויס, פון ערגעץ-ווו אַנטלאָפן, 
וי ס'קאָרטשעט זיך, מ'זאָל'ס נישט דערזען חלילה-וחס, 


טיף ביי זיינע װאָרצל-הערלעך פרעסט עס דער װאָרעם ! 

און וועזן אויף אַ ווייל צווישן זיין געצווייג די זון, 

נאָך קלענער עס ווערט, נאָך איינגעקאָרטשעטער בלייכער : 

זוז פאַרשטעקט ס'איז, האָט זיך נישט ווער דערוווסט דערפון?.. . 


2 


אינדערהיים, דאָס בליענדיקע בעז ביימל, 

אויפן באַרג אַרױף, פון מקווה ביים אַהײמגײן, 

דער טאַטע האָט דערויף אַ ברכה געמאַכט, 

האָט עס פרום צוגעשאָקלט און געזאָגט: ;אמן" -- 


129 


ווען שווער אין זיינע בליטן עס שטייט דער בעז, 

כ'זוך דאָ דאָס ביימל, טאַטנס ברכה פלעגט פאַרשטיין, 
כ'בלייב שטיין דערפאַר, מיט צעשעפּטשעטע ליפּן, 

און עס דאַכט זיך מיר, עס ענטפערט פרום נאָך: קאמן". 


דער געזאנג פון די שפערל 


ווער קאָן ציילן די צוויט-געצייטיקטע בלעטלעך, 
ווען זיי טאַנצן דעם ציטער-טאַנץ אויף די צווייגן, 
פונקט אַזױ די שפערל אין נעפל פערזאַמלט, 

צו זייער , מעפיל*-געפרעפל פאַרן לייגן, 


אַזאַ זינג-זאַנג געזאַנג, הייזעריק כאָרכלדיק, 
אויף די נאַס-צעריטלטע, צעווייקטע ביימער, 
פון צווייג צו צווייג וואַנדלדיק, געשווינד װאַנדערדיק, 
שפערל צו שפערל שעפטשעט שטילטשיק צו, לאמור : 


,מיר ציען נישט איבער לענדער, איבער ימים, 

רק ליכטיקע פרילינגס צו פליען אַקײגן --- 

װאָס גרויער די הימלען, אין זיך אַלץ פאַרזינקטער, 
געזאַנג-פאַרטרערטער, הויך-דערהויבן צו שטייגן, 


,שפערל פליגעלע צווישן נעפלען עס שאַרט זיך, 
װאָלקן-פאַרהילט, פון ווייט-ווו ס'פליט --- סוד געהיימער ! 
ווי ווונדערלעך פוך-ווייכע בייכלעך דערװואַרמען, 
ווינדן-צעווונדיקטע פאַרװיאַנעטע ביימער -- == 


הייזעריק-פאַררעגנט, נעפלדיק-פאַרלעגן, 

בלויז וי היימיש זייער געזאַנג און וי אייגן } 
און װוי טרייסט אַזאַ געפרעפל פאַרלאָזענע, 

ווען גאַנצער אַרום איין מרה-שחורהדיק שווייגן, 


אין א געסל דא 
1 
ווען דער הימל פאַרווישט זיך אַזױ בלוילעך 
און דער אָװונט לייגט זיך גרוי אויפן געמיט, 
דער ים מיט קוימענדלעך אויף די דעכער 
מיט זון-פאַרגײ אַזױ פיבערדיק פאַרגליט, 
10 


פון די שיטערע רויכלעך װאָס ציען זיך 

דאָס געסל דאָ ווערט אַזױ בלוילעך שטיל, 

ס'דאַכט זיך אויף איינמאָל אויסעט, מ'הערט דעמלט, 
פון זייער ווייט, די נאָנט-היימישע גריל, 


וי ס/וואַסערט דאָס אַרום לעפעלע פונם האַרץ, 
פון די אָפענע טירן דער באַקאַנטער ריח, 

דער אָװונט לעשט זיך סמוטנע אינם בליק, 
אַזױ פיבריק-ציטריק, אַזױ בלוילעך-בלייך, 


ביז צום הימל אויבן אַרױף דערגרייכן זי 

פון די קוימענדלעך די רעדעלעך רויך, 

און דאָס פאַרווישטע, דאָס בלוילעך-גרינלעכע, 
ווי באַאָטעמט פון לעבעדיקן הויך --- 


מיטן אין געסל ס'הילכט שווער אָפּ אַ מידער טראָט, 
פון אַ גאַנצן טאָג טרעטן אַ ניי-מאַשין, 

און דאָס שטיקעלע הימל הענגט איבער געסל, 
אַרױסגעװיקלט בלעטל ביז אַרױף אַהין. 


2 
שטייט אַ בוימל אויפן שמאָלן הויפל 
מיט צווייגעלעך זיינע אַזױ יונג צעבליט, 
די אַרױסגעװיקלטע גרינע בלעטלעך 
וי מיט הענטעלעך-ציטער צאַרט באַהיט. 


וועלכעס געמיט קאָן דאָס דערפילן 

דאָס בלייכע גרין פון אַזאַ בלעטעלע בלויז? 

אָ, פונם פּיצעלע הימל איבערן הייפל 

וי ס'וואַקסט די גוטסקייט אין האַרץ אַזױ גרויס ז 


אַ גייענדיקן טאָג דאָס רעדל פון מאַשין 
און דאָס האַרץ אין האַסטיקן געלויף --- 
האָט דען אַ גאַנצן טאָג נישט ס'רעדעלע זון 
דעם צוויט געשטעפּט אויפן בוימל אַרױף ? 


וויקלט זיך אַזאַ גוטינק שמייכעלע 

פון דעם ביטערן-בלייכן אַרום מויל אַרום --- 

אָ, וועלכעס האַרץ קאָן דאָס דערפילן באָטש, 

דאָס עפענען זיך פון אַ צעקנאָספּעטער בלום ? 
111 


שטייט אַ בוימל אויפן שמאָלן הויפל 

מיט צווייגעלעך צעבליט אַזױ פריש, 

און דאָס סמוטנע שטיבל וי פון צוויט צעשמעקט 
פונם היימישן ריח אַראָפּ פונם טיש -- 


3 


אַ מעסטל-זאַלץ, אַ מעסער, אַ טישטוכל, 

און װוי הײליק ס'ווערט אויפן טיש ס'לייבל ברויט ! 
און פון אייגענעם הויפל, אויפן טעלער, 

פרישע ראש-חודש-רעטעכלעך היימיש רויט. 


אַ גאַנצן טאָג געיאָגט פון זיך דעם דעך, 

וי צווישן די פינגער דאָס שטעפּנדיקע געצייג ! 
דערפאַר איז שווערלעך איצט ביי געדעקטן טיש 
דעם קאָפּ אויסצוגלייכן פונם גענייג, 


זיצט ער דאָ מיט שיפלעך-מידן רוקן, 
דאָס פּנים אַזױ אויסגעבלייכט און שטיל ! 
און פון די טיפע קנייטשלעך אַרום מויל 
ווייסט זי שוין אַ גאַנצן טאָג װאָס ער וויל. 


און אַלץ איז אָנגעגרײט, אַלצדינג איז דאָ, 

וי אויסגערעכנט אויף פונטל אויף לוט ! 

און אַ גראָשן תמיד ס'זאָל זיין ביי דער זייט, 

חלילה ס'שטרעקט ווער אויס אַ האַנט אין דער נויט, 


און ווען אירע גוטע אויגן פאַלן שטיל 

אויף זיינע צעאַרבעטע צוויי מידע הענט, 
ס'גאַנצע שטיבל ווערט פול מיט פאַרווישטן הימל, 
מיט וויגנדיקן בוימל צעשאָטנט אויף ווענט. 


סיפלאטער-געפלאטער פון הויף צו הויף 


וי די קריך-פלאַנצן אויף די גלאַטע ווענט, 
װאָרצלדיק אַזױ מיט בלעטל אויף בלאַט, 
נישט זיי בליען שוין מער, נישט זיי קנאָספּען, 
און נישט צייטיקן מיט זאַפּטיקן זאַט, 


132 


אַזױ-אָ זיינען מיר דאָ אין די הייזלעך. 

אָבער ס'פלאַטער-געפּלאַפּער פון הויף צו הויף, 

איז װוי דאָס פרייד-געפרוכפּער פון די פייגל, 

װאָס הערט אין דעם בלעטער-געפלעכט נישט אויף, 


די פרעמדע שטילקייט ווען זון גייט דאָ אונטער, 
די פינסטערניש װאָס לייגט זיך שווער אויפן געמיט --- 
אַ סאָווע װאָלט געשטאַנען פאַר יעדן פענסטער, 
און אַ גאַנצע נאַכט געשוויגן איר סודותדיק ליד, 


פון טאוער-טורעמל 


אַ נעסטל אונטער אַ טורעמל פון טאוער, 

וי ווייטשעפל צוגעקלעבט צו לאָנדאָן די שטאָט, 
און פון ווו נאָר אַ פויגעלע אָנגעפלויגן, 

אַ וואַרעם ווינקעלע עס האָט, אויף גאָטס באַראָט. 


דאָס געשוויבל און דאָס געווידמע אין די נעכט, 
ס'געטשוויטש ווען אייערלעך ווערן אויסגעבריט גראָד} 
אויבן איבערן קאָפּ פלאַטערט דער רויב-פויגל, 

און אינם נעסטל -- געטוליעט זיך און געפאָרט, 


;אָ, וי געװאַלטיק ס'מוז דאָס זיין אַזאַ מין כרך, 
ברויזעלעך פאַר אַלע עופלעך אָפּגעשפאָרט?. 

שטעלט זיך אַ פייגעלע אויף שפיץ-טורעם גאַנץ פרי, 
און צעזינגט זיך מיט אזויפיל האַרץ און גענאָד, 


דער גערודער, דער גערויש רעדל אין רעדל -- 

אויף טויזנט-און-איין-ראָד דרייט זיך הינטן די שטאָט ! 
פאַלט דאָס זינג-פייגעלע פון שפיץ-טורעם אַראָפּ, 

און איבערגעפאָרן פון אַ יאָגנדיק ראָד, 


ווער הערט זיך דאָ צו צו אַ פייגעלע ווען ס'זינגט, 

צו זיין פלי, װוי הימל הויך, וי צילעוודיק גראָד, 

און ווען פערפאַלן עס ווערט, מען זעט עס נישט מער, 
וועמען אַרט עס שוין, און וועמען איז עס אַ שאָד ? 


133 


א טשוויטשעדיק שוואלבל 
1 


דאָ אין די געסלעך, גרויע און צעטריפטע, 
מיט נעפּלען וי מיט נאַסע נעצן באַהאַנגען ; 
אינם פּלאָנטער צעקנאָדערט צעקנוילטן, 

אַז מיין ליד נאָך ווידער איז דאָ אױיפגעגאַנגען. 


איבער קאָפּ, די נעצן רייסן כסדר, 

די לעכער פאַרצערעווען קוים צו דערלאַנגען, 
אָבער פונם נעפּל אַרױס װוי פון איי-שאָל, 

פּיקט זיך שוועלבל אויס מיט צוויטשער געזאַנגען. 


2 


אַ פּאַפּאַנײ בלייבט אַ פּלאַפּערקע, 

און אַ נאַר, דער קאַנאַריק אין שטייגל, 
ס'ציפּט אַ ברייזעלע נאָך אַ ברייזעלע, 

ביז ס'בלייבט איבער בלויז לאָך פון בייגל, 


שוועלבל אָבער, פאַרװאָגלטסט נאָך, 

זיצט אומעטום אויף צעבליטן צווייגל, 

און ס'לעצטע ליד זיינס עס זינגט נאָך אויס, 
מיט פרום-פאַרקוועטשטן, פאַרגלייזטן אייגל, 


אויף דער זייט טעמזע 


אַ גאַנצן פאַרמיטאָג אויף יענער זייט טעמזע, 
דרייט זיך די זון און קאָן נישט אַהער אַריבער, 
ביי יעטווידער בריק שטעלט זי זיך אַנידער 

אוז בלייבט אַלץ אויף יענער זייט דאָרט איבער ! 


אַ גאַנצן נאָכמיטאָג, דורך פינסטערן טונעל, 

שטופּט זי זיך צווישן בוסן און טראַמװײען, 

אַ פאַראייטערטע מיט בלוטיקער ווונד, 

בלייבט זי ליגן דאָרט אונטערן רעדערדיקן דרייען. 


134 


האָט שטאָט אַזאַ מאָדנע מראה גאַנצע טעג, 
יענער האַלבער הימל געל אַזש פונם אייטער -- 
לאַנגע מעת-לעתן װעט עס נאָך מוזן געדויערן, 
ביז אַ שיינענדיקע ז'וועט זיך באַווייזן ווייטער, 


טעמזע אין נעפּל 


נישט שווערע דאַמף-שיפן גייען אויף דער טעמזע -- 
יענע זעגלען אַלץ מיט שלאַנקן מאַסט אויפגעשטעלט ! 
די דאַמפנדיקע נעפּלען זיי צעפירן בלויז, 

אין אַלע זייטן, אין אַלע עקן פון דער וועלט. 


נישט פון שיף-קוימענס זיינען די װאָלקענעס רויך --- 
אַ פאַרנעצטע פּיראַטן-פייקע רויכערט זיך שווער ! 
און די מיטגייענדיקע פולע לבנה אויבן --- 

אויף אַ מאַסט-בױים די אָנגעצונדענע לאַמטער, 


און די סירענעס --- פון צווישן כװאַליעס אַרױס 

ס'שטעקט אַ וואַסער-הונט אַרױסעט זיין נאַסן קאָפּ { 

זיין בענעקעניש, אין דער צענעפּלטער שטאָדט, 

צשוואיעט זיך מיט אַזאַ ווייאיק-תאוהדיק געסאָפּ -- -- -- 


פערד אין נעפּל 


מרה-שחורהניקעס, שװואַרץ-באַװואַקסענע, 
מיט שווערן געטראָט, פאַרחושט-געלאַסן, 
גרויסע אַזעלכע פאַר געלאָדענע וועגן, 
פון זייער גאַנג ווערן שטיל די גאַסן, 


נישט וי אין וועגענער אײינגעשפּאַנט זעען זיי אויס --- 
גלייך זיי װאָלטן גלאַט אַזױ זיך געגאַנען ! 

און מיט זייער מיושבדיקן ברייטן טראָט 

דעם פאַרנעפּלטן-טומל דאָ פאַרשטאַנען --- 


וי בלייערדיק שווער ס'הענגט דאָס דער הימל, 
אָט-אָ וועט ער אין דעם גערויש דאָ איינברעכן, 
ווען נישט װאָס זייערע לייבער האַלטן אים אונטער, 
מיט זייער געלאַסענעם איין-און אויסדעכן, 


135 


וי זיי קוקן דאָס אַזױ פאַרתמט און גוט 
מיט די בלו-פאַרנעפּלטע שװאַרץ-אַפּלען, 
אַז דאָס אייגענע האַרץ ווערט אַזױ נאָנט, 
און שטיל אין זיין כסדרדיקן אויפצאַפּלען. 


און דער גאַנצער נעפּל אַרום דאָ און אַרום 

צי קומט ער דען נישט פון זייערע צעדאַמפטע לייבער -- -- 
אַזױ היימיש-באַקאַנט, אַזױ נאָנט ס'ווערט, 

צומאָל יענער אויבן מיט דער בייטש, דער אָנטרײיבער. 


צו א בוים אין נעפל 
(סאָנעט) 


אַז מען קען נישט אַ זון אין זיך אויסקרייזן, י-- 
אויפגייענדיק האַרץ מיט פרייד און מיט מוט! -- 
און נישט איבער אייגענעם ביסל בלוט, 

איבער מוטנע ריטשקעלע אַריבערשפּרײזן, 


אויב מען קאָן נישט דאָס-אָ האָפּערדיק באַוייזן, 
איז אונטערגאַנג אַלצדינג װאָס מען טוט -- -- 
פאַרנעפּלטע ווערטער בלויז, ;גאָט* און ?גוט", 
,גאולה" און ,ליבע* און ,מענטשן דערלייזן". 


זע, עס װואָרצלט בוים אין פינסטערער ערד, 
און שטיל ער װאַרט ביז זיין ער ווערט די ווערט, 
ליכטיק זון צו טראָגן אין זיינע בליטן. 


שווייס באַגאָסן שטרעקן זיך די צווייגן, 
דורכן נעפּל צום הימל צו שטייגן, 
און שטיל זיי הענגען פאַרשוויגן און צעליטן, 


פון נעפּל ארויס 


1 
נאָר די איינציקע לינדע בלויז קאָן מען נאָך זען 
און אין איר װואַסערדיקן צופוסנס איר שפּיגל-בילד, 
און פונם נעפּל אַרױס דאָס ווילדע מעווע-געשריי 
פלאַטערט הייזעריק צעשריגן מיט זיין תאוהדיקן ווילד, 


136 


פון דעם גאַנצן מיליאָניקן אַרום דאָ און אַרום 

קוים דיך אַלין נאָך איך קאָן נאָך דערזען, 

און אין מיין בלוט, מטושטש פאַרווישט און צעמישט, 
ציטערט פרעמד דיין פּנים מיר, מיט ווילדן געשען, 


וי מוראדיק פאַרשוויגן ס'איז דער גאַנצער אַרום, 
נאָר דאס ווילדע געשריי ווערט אויף אַ רגע נישט שטיל -- --- 
דעם קאָפּ פון דער לינדע קוים נאָך צו זען, 

און דיינעם פאַרוויקלט פאַרקנוילט אין טיולן-געהיל, 


2 


אַזױ דייטליך צום דערשרעקן איז דיין פּנים איצט, 

וי דאָס רעדעלע זון װאָס קוקט פון נעפּל אַרױס, 

כאָטש אויסשטרעקן די האַנט און זי אַראָפּנעמען ! 

און דאָס פרעמדע אין דיין פּנים ווי נאָנט ס'זעט אויס --- 


אַרום מויל דאָס איינגעשניטענע אַלץ טיפער נאָך, 
און דאָס בולטע אינם בליק אַזױ פאַרשוויגן קלאָר } 
איז דער גאַנצער אָרום און אַרום נישט איינגעהילט 
אינם נעפּל פון דיינע צעפלאָכטן-צעפאָכעטע האָר ? 


דעם קאָפּ פון דער לינדע אויך שוין מער נישט צו זען, 

וי אַ מאַסקע האַלט איך דיין פּנים אין מיינע הענט, 

אַ מטושטש צעמישטער, עס אָנצוטאָן איצט מיר ! 

פון קיינעם, צומאָל פון דיר, נישט צו ווערן מער דערקענט, 


35 זן אין נעפ? 


דער גאַנצער מיליאָניקער אַרום דאָ און אַרום 
צינדט זיך און לעשט זיך אין פאַרװישטן פאַרהוילן, 
פאַר יאָגנדיקער רעקלאַמע אַ גרויע װאַנט 

איז שטאָדט צעוויקלט אין נעפּלדיקע קנוילן, 


ס'גערויש הינטן אין דעם צענעפּלטן אָן אויפהער, 
אויפגעשטויבט געיעג פון צעווילדעוועטע רעדער ! 

איז מענטש אפשר אין דעם פאַרפּלאָנטערט צענעפּלטן מיטן 
בלויז צוקנדיק פאַרװיקלטע שפּרענזינע-פעדער ? 


137 


ס'איז דער גאַנצער מיליאָניקער אַרום דאָ און אַרום 
אַ ליכט-רעקלאַמע, װאָס הערט נישט אויף צו לויפן ! 
און די זון אַן אָפּגעריבענע קופּערנע מטבע גאָר 
קוים נאָך גילטיק מיט איר עפּעס איינצוקויפן? 


4 אין צענעפלטן מיטן 


נישט די זון איז עס מער אין דעם צענעפּלטן מיטן, 

אַזאַ ליכט-סיגנאַל, װאָס לעשט זיך און ווערט אויפגעהעלט ! 
נישט צעפלאַטערט'ס מער אין מיר און ווילד צעשריגן -- 

אַ זינגעדיקער בעטלער אויף ראָג"גאַס אַװועקגעשטעלט. 


פאַר די מעוועס אַרום, צוגעװאָרפנס צו צעפּיקן, 

ס'איז דער גאַנצער מיליאָניקער אַרום דאָ און אַרום ! 

ניין, נישט פאַרהולענער ציטער מער צווישן מיר און דיר, 
דאָס ווילדע פאַרבענקטע צעריסן שוין און שטום -- 


נישט איך, נישט דו --- אין גאַס-צופוסנס, בלאַס-צעשפּיגלט, 
צוויי לויפנדיקע רעקלאַמעס װאָס לעשן זיך אויס ! 

מיין בלוט אין מיר צינדט זיך פינסטער פאַרצאַנקט, 
מטושטש צעמישט אין דעם פאַרהוילענעם געברויז. 


נאוועמבער-טעג 


נישט בלויז איבער די שויבן גאַנצע טעג, 

דער רעגן רינט שוין פון מיינע אויגן אַראָפ } 

אַזש פאַרוואַסערט געװאָרן און מאָנטנע, 

מיין קלאָרע טרער, מיין לעצטער געבליבענער טראָפ. 


גישט דרויסן פאַלט עס אָנאויפהער אַזױ --- 

פון מיין געפאַלענעם בליק אויסגעקרימט און שיף ! 
וי מאָנאָטאָן רינט דאָס בלוט אין מיין האַרץ, 
חלב-טראָפן פאַרגליווערן טרייף, אין געטריף. 


איין שטראַל בלויז פון דער זון, ווען עס גייט אויף ! 
איין װאַרעמער בליק פון אַן אויג, עס װאָלט געניגט -- -- -- 
באַלד װועט ער אויפגיין דער גרויער נעפל 
וי שווער-פאַרגליווערט אויף די אַפּלען שוין ער ליגט. 
138 


אין נעפּל 


1 
פון נעפּל אַרױס צעהירזשעט זיך אַ פערד 
און קומט אויף גיך, ביז צום טייכל געלאָפן, 
זיין אייגענע מאָרדע וויל עס דערזען כאָטש -- --- 
איבער אַ שפּיגל מיט אָטעם איבערלאָפן, 


הויבט עס כסדר דעם פאָדערשטן פוס אויף, 
און שאַרט און װישט מיט דער אייזערנער פּאָדקאָווע, 
און זיין געהירשע ווערט אַזױ יאָמערלעך -- 

אינמיטן נאַכט אַן אויפגעשריגענע סאָװוע ! 


2 
וי שטיל עס שטייט דאָס דער בוים, וי אויסטערליש, 
אַז ער דערדריקט שיעור מיט זיין קאַלטן שווייגן } 
אַ מרה-שחורהציק מיט פאַרקראַמפטע הענט, 
הענגען אַראָפּ זיינע אויסגעצערטע צווייגן. 


זעען אַלע ביימער אויס אַזױ אַצינד, 

אָדער נאָר דער װאָס שטייט פאַר מיין פענצטער דרויסן ? 
אַרײנבליקנדיק אין מיין סמוטנעם שטיבל, 

און דערזעענדיק מיך פּאַרלאָזט און פאַרשטױסן -- --- 


3 
אַ קאָטער אַזאַ, דערשראָקן געהויקערט, 
קאָרטשעט זיך מיין רוקן קאַלט און געבויגן } 
קריכט אַרױף אויף מיין שויס דאָס קעצל, 
קוקט מיט אַזופיל גוטסקייט מיר אין די אויגן --- 


אין דעם גרויען שװואַרץ-געדיכטן נעפּל אַצינד 
דאָס ביסעלע גרין אין די צעשטראַלטע אַפּלען ! 
און לעצטער צאַפּל אין מיין פאַרלאָשן האַרץ, 
הויבט ווידער אָן אויפצוצאַנקען און צו צאַפּלען, 


דער שוואן 
און פלוצלינג צעפאַטשט אַ שװאַן די פליגל, 
און נעמט שניידן די לופט מיט בייזן ירגזון ; 
אַזאַ עקל עס האָט אים אָנגעכאַפט צו זיך, 
און צו די ברעגעס אַרום מיט זאַטע גראָזן, 


139 


וי צעוואַקסן ער איז, וי געצװאָגן זויבער, 

פאַשעט זיך, רק וואַשט זיך און קוקט אינם שפיגל } 
דעם האַלדז יאַק דעם האַלדז, הלמאי זיינע לאַפעס, 
בלויז צו װאָס טויגן אם נאָך די גרויסע פליגל ? 


אָבער מיט אַזאַ פעמפיק, אַזעלכע פולקעס, 

וי ווייט, וי הויך מ'קאָן שוין מישטיינסגעזאָגט גרייבן -- -- 
און מיט נאָך אַ רציחערישערן ירגזון, 

ס'לאָזט זיך אַראָפּצוריק דער פרישט פון די טייכן. 


קלאנדאנער פאגע"... 


עס שפיגלען זיך צעשווומען אין דער טעמזע שוין, 

די שפיצן פון וועסטמינסטער און פון ביג-בען } 

דער פאַרלאַמענט, װאַקלדיק. פאַלט שווער אויפן קאָם, 
זע, די משקולת קוים האַלטן נאָך ער קען. 


מיט אַ מין געברום צעשטורמען זיך די כװאַלעס, 

אַז אָט-אָט און אַלע דריי פאַלן שיעור אום } 

אין איר שווער-שװאַרצן שאַל הילט זיך די טעמזע איין, 
צו דער װאַנט דעם שפיגל זי דרייט שוין אַרום. 


וי שטיל. ביג-בען נישט די שעה, ס'לעבן זאָגט ער אֶפם, 
און דער וועסטמינסטער"גלאָק, נישט צו אַ חגא, 

וי צו אַ יציאת-נשמה איצט קלינגט ער -- == == 

אַ טרער בייסט שווער פון אויג אַרױס -- די פאָגע. 


ציענדיקע קאשמארן (באַלאַדע) 
1 


ס'איז נישט דער טומאַן, װואָס הייבט זיך פון װואַסער אויף, 
באַהענגענדיק וי מיט פיש-נעצן די בריקן, 

עס איז גיכער אוֹן אַ סך מער גאָר דער נעפל, 

װאָס פאַרציט מיט גרוילעכן הויך מיינע בליקן. 


אָרום די פליענדיקע שפין-געוועב פעדים -- 
פאַרצערעוועטע-נעצן-געפיקטע-,אויגן" ! 
וי די צערעוועטע ווילדע מעוון מחנות, 
הייזעריק-רציחיש, זיינען אויפגעפלויגן ! 

140 


און אויף באַנק דאָ. שפין-פאַרפלאָנטערט-לייב-און-לעבן, 
אַז וװער האָט עס נויטיק און קאָנ'ס נאָך באַדאַרפן ? 

אַ מין צעשאָטענער צעפוילט-צעריטענער נעץ, 

איבער אַ בריק ווו דאָ אַריבערצוװואַרפן, 


עס איז נישט נאָר דער נעפל איבער דער טעמזע, 
און דער גרויער שלייער שווער אויף מיינע בליקן, 
אַ סך גיכער די שטיל-ציענדיקע שיפן, 

װאָס פאַרשווינדן אַזױ גיך אונטער די בריקן, 


2 
טרויריק, מרה-שחוריק, שלעפן זי זיך פינסטער, 
ביז זיי ווערן אין ווייטן גרוי ווו פאַרלוירן, 
און געװאַלטיק אַזעלכע, שווערע העלפאַנטן, 
אויף אַנדערער זייט, דאָס פערטייעטע הוירן, 


פלוצלינג לאָזן זי אַרױס די לאַנגע נעזער, 
שנויצן-ואַסער צו שעפן מיט אַזאַ שנאָרכן, 

כ'צאַפל אויף דערשראָקן, מיט נאַכט אָנגעגאָסן, 

און מיין פינסטערער שריט פאַרלױרן נעמט שאָרכן. 


טויטע טאוער-ריטער פערזשאַווערט געפאַנצערט, 
קלינגען אויף אין ווינד די פערװיאַנעטע ביימער, 
הינטער מיר כ'הער הירזשנדיקע פערד שוין סאָפן -- -- 
אַ געיאָגטער כ'ווער פון אַ שרעק, אַ געהיימער ! 


שוין שפיר איך די שפיזן, די קאַלטע שטייפע פינגער, 
אין אַ גרוב דא ווו זיי ווילן מיך פאַרשלעפן ; 

דער גרויל װאָס גיסט שאַרף-שפיציק איבער מיין רוקן, 
פון בלאַנק אויפגעהויבענער האַק מיך צו קעפן --- 


: 
טיף אין מיין נאַקן איך פיל אים שוין --- דעם יעשיען ! 
בלוטיקט נישט אוֹיס אַ שטאַם מיט בלעטער װאָס װיאַנען ז 
דאָס שאָרכן אין מיין האַרץ כ'הער נישט אויף צו האָרכן 
אַ פאַרװיאַגעט בלאַט, ווען שריט איבער אים שפּאַנען. 


וי חשוון-װאָלקן װאָס װאָגלט שווער און ווייט ווו 
שוועבט עפעס אַזאַ שווער'ס איבער מיינע אויגן } 
כ'וועל דיך מער נישט געפינען, האַרץ מיין פאַרלוירנס, 
וויפיל מיין קאָפּ זוכנדיק נישט אַראָפּבױגן --- 


צווישן די האַלבינאַקעטע ביימער אין נעפל, 

מיין קאָפּ פליכיק און גרוילעך שיפער און טיפער ; 
עפעס אַ מין עפל-גערויטל גייט פון זיי, 

אין מיר, װוערעמדיקט --- פון אַלט-װערן אַ ציפער -- 


הא א א אממאר ‏ אאא ‏ אפתסו ‏ אס וי הוהי אי אי אע אי אאר אאאר - אט 


נישט קאַשמאַרן הייבן זיך פון װאַסער אויף, 

נישט ס'פאַרשווינדן פון שיפן אונטער די בריקן } 

נישט דער חשווןיטאָג -- דער חשבון פון מיינע טעג ! 
ס'ציט זיך שווארצער-שטריך שוין אונטער מיינע בליקן, 


די טעמז 


תמיד, ווען פון דער טעיט-גאַלעריע איך קום אַרױס, 
מיט אויגן פאַרגאָסענע מיט חלום און בילד, 

איז זי דאָס דערפרישטע אין מיין פערחלשטן בליד -- 
פאַרבליפט-געפינקל מחיהדיק מיך אָנפילט ! 


אין דער ערשטער רגע כ'וויל דערקענען פון וועמען, 

מיך דערמאָנען דאָס יאָרהונדערט, דעם נאָמען, ווער ? 
פאַרחלומט-פאַרבליפט איך שטיי, יעדן ניואַנס כ'זאַפּ איין -- 
אַליין אַ ,װאַסער-קאָלירל*, אַ ,ואַלער* כ;ווער. 

וי עס רינען די פאַרבן איינס אינם אַנדערן, 

ס'מישט זיך אַזױ לויטער-קלאָר קאָליר אין קאָליר ; 
פלעכל-פעלטל, פלעקל-פינטל, מינדסט פינזל-שפריצל 

מיט צאַרטן-ציטער איבער גאַנצן גוף איך שפיר. 


וי ווונדערלעך-באַוועגלעך ווייטן זיך די ווינקלען, 

וויסט-געוויג, ווי אויסגעוויגן פון װעל צו װעל -- -- 
און כ'ווייס, דערקענט: ,כי מעולם ועד העולם? -- 
דער באַשעפער ! און פול הכנעה כ'שטיי אויף שוועל. 


טעמזע -- אין אפּפלוס און צופלוס 


נישט אַ פיבערדיק-נערוועזע ליכט-רעקלאַמע, 
און נישט פון אױטאָס אניאָגנדיקער שיין -- 
די יונגע לבנה וויגט זי איצטער איין, 
לוליעדיק צוגעטוליעט צום האַרצן סאַמע ; 


142 


ס'איז די טעמזע אַזאַ שטילנדיקע מאַמע, 

ביי פולער ברוסט איר געשטילט צװאָגנדיקס ריין ! 
נישט פון שטערן דער אויפלויכטנדיקער שיין -- 
די גאָלדן-צעגלאַנצטע קנעפ פון איר פּידזשאַמע, 


אַ פאַרמאַטערטער פון אַ גאַנצן טאָג מי 
איז דער כרך אַװעקגעפאַלן מיט געשנאָרך, 
און זי, מיט בליקן פול בענקנדיק געהאָרך, 


וועט אַזױ װאַכן ביז אין גרויען אינדערפרי, 
אַז נישט אויפשרעקן ס'זאָל מיט וועקנדיק געוויין 
ביי איר פולער ברוסט איר שלעפערל קליין, 


די װײיטשעפּל פּלאטאנען 


ווער זעט זיי די פּאָר פּלאַטאַנען ווען זיי בליען, 

ווען זיי צעוואַקסן זיך אויף די טראָטואַרן, 

עס איילן די באַסעס, די מענטשן נאָך שנעלער -- -- 
און זיי פון הימל די כמאַרעס אַראָפּשאַרן, 


אייליקע אויגן צו זיי הייבן זיך אויף ערשט, 

ווען די בלעטער אונטער די פיס מ'הערט שוין שאָרכן; 
נאַקעט און בלויז אויפשוידערנדיק און פאַרשעמט, 
שטייען זיי זייער באווונדערונג צו האָרכן, 


ווער זעט דעם הימל ברייט איבער דער גאַס דאָ? 
אָבער ווען די נעפּלען הייבן אָן צו בליען -- --- 
שװואַלבן, ווייס-בייכלדיק --- ברייטע פּלאַטאַן-בלעטער, 
פול ,פאָג"-גערוך, אין אַלע זייטן צעפליען. 


פלאנטאנען אין נעפּל 
אַרױסשטאַרטשענדיק פון דעם קאַלטן גרוי, 
אָפּגעשײלטע, קנאָכיקע און האַרט, 


שטייען די פּלאַנטאַנען וי סקעלעטן, 
מיט טוטן פאַרשטיינערטן געװואַרט, 


143 


האַרן זיי אויף שיטנדיקן שניי, 

אויף איינהילנדיק סובותדיקן ווייס, 

אָדער יעדער איינער פאַרשטייפט נאָר אַזױ, 
אַן אויסגעצערטער גיכטיקער גרייז , 


פּאַרקוקט ווייט-פרעמד, אין זיך נישט-דאָאיק, 
רואיק אין זיייער טרוקענעם געביין ? 

איבער דעם צעטומלטן אַרום דאָ 

אַזױ דערהויבן קאַלט צו קענען שטיין -- -- 


אונטערן אַספאַלט זייערע װאָרצלען, 
דורך קאַלטן גרוי זיי שפּירן די זון, 

אַזש דער גאַנצער צענעפּלטער אַרום 
ווערט אַזױ שטיל דערהויבן דערפון. 


א זונטיק פרימארגן 


ס'איז נישט דאָס גלאָקן-שפּילן פונם ,, סאַנט-פּױל", 
ס'איז דאָס וואַרטן דעראויף אַ גאַנצע װאָך, 

װאָס מאַכט די זונטאָגס דאָ אַזױ גוט און שטיל, 
מיטצוציילן פון האַרצן יעדן שטילסטן טיאָך -- 


וי אויף אַ דאָרף מ'װואָלט מיטאַמאָל געוועזן, 

שעפּסן סטאַדעס קומען אָן מיט גלעקל-געקלינג ! 

און פאָראויס איינס, אַזאַ טוליענדיק פאַרשייטס, 

וי פון דער ביבל אַרױס ס'װואָלט געגעבן אַ שפּרינג -- -- 


האָרכנדיק-פאַרגאַפטע, ווונדערלעך פאַרשוויגן 
שטייט דער גאַנצער, דער צעטומלטער אַרום, 
די בענק מיט אַלע קלאַפּנדיקע שרייב-מאַשינעס, 
אפילו די פליט-סטריט מיט איר קייבל-געברום, 


און וי דער פּאַס הימל צווישן די הייזער-שורות 
פון אַ טערנער"פּינזל געמאָלן, אַזױ צאַרט, 

איז יעדער פאַרבייגייער פרום אַרױסגעקומען 
פון אַ זילבערן איינגערעמט בילד פון האוגאַרט. 


144 


די באלאדע פון די דריי טאנצנדיקע טויבן אויף װיײיטשעפּל 


פערד-און-וועגן איבער גאַס דאָ נאָך געצויגן, 
געקומען ס'װאָלטן שוין פייגל אָנגעפלױגן ; 
זינגענדיק געפלאַטערט אין די הימלען אויבן, 
פון פערד-אָפּפאַל די קערנער אַרױס צו קלויבן, 


און װאָלטן קיין נאַכטיגאַלן דאָ נישט געזונגען -- 

פון רינשטאָק צו רינשטאָק כאָטש שפּערלען געשפּרונגען ! 
צווישן פערדישע פיס פּאָדקאָװעס באַשלאָגן, 

לערנען זיך קריגנדיקע פייגל פאַרטראָגן 


ס'שטיקעלע מחיה אַז מען האָט נאָר געפונען, 

איז נעפּלען, איז רעגן, איז הימלען אָן זונען ; 

ס'קאָן פייפנדיקסטע בייטש קיין פייגל פאַריאָגן, 
ווען הירזשענדיק פערד שפּאַנט פריידיק פאַר װאָגן. 


עס פּאַרען די פעלן, די גריוועס צעבלאָזן, 

די ניוכענדיקע נאָזדרעס -- לאָנקעס מיט גראָזן; 
זינגענדיק שפּרינגענדיק --- פייגל אָנגעפלױיגן ! 
אָרום די צוויי אויערן דורך כאָמעט געצויגן, 


יאָגט אָבער פון פריען באַגינען ביז שפּעטלעך, 

אַ שפּינגע דעגינגע פון בלעכלעך און דרעטלעך 

גאָס דאָ -- יענער קופערט װאָס ריטשט זיך אויף רעדלעך ! 
און דער שד װאָס שטופּט אים, ער שטינקט אַזױ שעדלעך., 


קאָכעדיקער ליאָרעם, פּאַרעדיקער טומל -- -- 
פעלן בלויז נאָך אויס דאָ פייגלעך צום רומל ? 
נאָך איידער פון די רעדער איבערגעפאָרן, 
פונן בענזין געשטאַנק שוין זאַדושעט געװאָרן, 


נאָר באַגינען נאָך איידער עס נעמט שאַריען, 
פליען דריי טויבן דאָ אָן, אַן ער מיט צוויי זייען, 
זי קומען אָן פון דריי זייטן, פון דריי ליקן, 
און נישט פונם רינשטאָק דאָ עפּעס צו פּיקן -- 
אויף טראָטואַר אין ערשטן זונען גלאַנצן, 
אויף גאַנצער ברייט אַ ,ברוגזדטאַנץ* אויפטאַנצן } 
אַ רעוורענץ פון פאָראויס'ן און צוריק'ן -- -- 

. = די רחבות, די ווייט, קיין ענד נישט צו דערבליקן, 


145 


און ס'וועלן נישט דעריאָגן טויזנטער רעדער, 

נישט די קוימענס --- קיין צוים, די בריקן --- קיין גדר וּ 
אויף פלינקסטע לויפנדיקע בענדער און בענדלעך, 

איין איינציקן זון-אויפגיי --- אַזױ אומענדלעך. 


שטילקייט --- פאַר ליאַרעמדיק-פּלאָנטערדיק געוויקל ! 
אויף אַ פּאַרקעט, אָן אַ פּאַפּיראָסן-שטיקל, 

אויף דעם פּלאַסטער דעם פרישן אויסגעקערטן, 

די צוויי טויבן טאַנצן מיט זייער באַגערטן. 


אַזאַ ליבע-מינועט פון קידער-ווידער, 
מיט צאַפּל אין האַרץ און שטילקייט אין די גלידער, 
אַ זיך דערווייטערן, אַ זיך באַגעגענען, 


אָט איז ווידער די זון און אָט גייט באַלד רעגענען. 


דאָס שלאַנקע בויגן, דאָס טוליענדיקע נייגן, 
אויף אַ זייטל דאָס קעפּלדיקע זיך לייגן, 
אָבער מיטן, אין װאָרקנדיקן ענטציקן, 

די צוויי מאַניקעס אין פענסטער זיי דערבליקן. 


צו הײיליק באַמערקט ווערן פון וועם אינמיטן! 

פלינק ער קוק זי אָן : זע, נעמט נישט זון זשאַרנעס שיטן! 
און װאַקלדיק-פאַרשעמט צום רינשטאָק זי לויפן, 
מאַכנדיק זיך פּיקן פונם קערנער הויפן -- 


אויפן זייד פון די פליגל שאַריען גלאַנצן, 

אין די פיסלעך דער ציטער נאָך פון טאַנצן, 
פליען זיי פלינק אָפּ איידער ס'רודערט דער טומל, 
זי ועלן דאָך נישט אויספעלן דאָ צום רומל... 


אין אַ גאַס אָן אַ גרעזל און אָן אַ 


בלימל 


װאָסער פּנים דריי טויבן קרייזן אויף הימל, 


די פרוי מיטן הונט 


ווי פאַרטהאַכט, װוי שווער ער גייט, 
וי באַדאַכט ער שטעלט יעדן טריט ; 
ניין, נישט זי פירט אים דאָס אויס, 
ער גייט און זי גייט מיט אים מיט, 


אַז מען גייט אַזױ פאַרטראַכט, 
מוז דאָך דער געדאַנק זיין גאָר גרויס ; 
גי איך זיי שריט פאַר שריט, 
און פיל : כ'גיי פון מיר אַרױס. 


וי ווייט, ווי ווונדערלעך גוט, 
גיי איך נאָך דעם הונט, צי גאָר איר ? 


אַזױ צו גיין טיף באַדאַכט, 


בלויז ווען מען גייט אויף אַלע פיר. 


און ווער עס זעט די ביידעי / 
און מיך, דעם דריטן, נאָך זיי גײין, 
קוקט אונז דריי ווונדערלעך אָן, 


און אליין-פאַרטראַכטער בלייבט שטיין. 
146 


אַ זומער-פייגעלע אויף ווייטשעפּל 


וי אַזױ דאָס זוניקע פאַרביקע זומער-פייגעלע 
פלאַטערדיק אַהער דאָ איז אָנגעקומען? 

מסתם אַן אָמניבוס װאָס פאָרט אַ פּאַרק פאַרביי, 
מיטציענדיק מיט זיך עס מיטגענומען : 


אַ קאָלירטע רעקלאַמע, אַ שרייענדיקע, 

האָט עס פאַרטוישט מיט קנאָספּענדיקע בלומען, 
אָדער אַ דאַמע װאָס איז אַרײין אין אַ באַס, 
באַגאָסן מיט שמעקעדיקע פּאַרפיומען. 


און איז עס נישט פון אַזאַ גרויסן בינען-שטאָק, 
פונם באַס אַרױס דאָס רוישן און זשומען ? 
אַזױ איז דאָס זוניקע זומער-פייגעלש 

אַ פלאַטערדיקס אַהער דאָ אָנגעקומען. 


בלאָנקעט עס צוישן די בוידן און די שילדן 
פונם שטױביקן געשטאַנק וי באַנומען ; 

נאָך איידער איין דריי זיך טון אַרום דער זון, 
װועט עס אין רינשטאָק דאָ ליגן פאַרקומען. 


א פארבלאנקעט שניידעריש קעצל 


אָ. דאָס קעצל מיט די צוקנדיקע אויערן, 

מיט דעם רויטן נערוועזן ניוכנדיקן נעזל ! 
יעדער שאָרך, יעדער ריר --- אַ לויפנדיק מייזל, 
פֿאַר יעדן שאָטן, אויפגעציטערט מיט לויערן ! 


פון שטיקלעך ,יתור" מיטגעברענגט פון שטעטל 

איז צוזאַמגעדזשאָבעט דאָס דינע פעלעכל, 

מיט געבליבענע פאַסטריגעס פול איז דאָס מיילעכל, 
די לאַפּקעלעך -- קניפּלעך פון אַ פּאַרטאַטשנע נעטל ! 


פונם רבינס שטריימל מיט די זילבערנע האָר 


איז דער כסדר זיך קנייטשענדיקער שװאַרצער עק, 
און אויפן רוקן דער גרויסער געלער פלעק 


17 


פונם קצינס סאַמעטענעם כאַלאַט אפשר גאָר -- -- 
ס'גאַנצע שטעטל שטייט מיר דאָ פאַר די אויגן ! 
וי נערוועז, װוי צוקנדיק, װוי אויסגעזויגן. 


נאַר נחת פון קינדער, גאָטעניו 


(באַלאַדע) 


1 


ווען זיי זיינען אַהער אָנגעקומען, 
אַלצדינג געווען דאָ אַזױ פרעמד, 
אַצינד איז אַלץ אַזױ נאָנט און אייגן, 
וי אויף לייב דאָס אייגענע העמד. 


מיט זיין שווייס אױסגעקנאָטן די ערד דאָ, 
און מיט אירע טרערן -- זיין ווייב ! 
יעדעס געסעלע, יעדעס ווינקעלע, 
שמעקט איצט מיט לייב פון זייער לייב. 


איבער דער בריק וװווינען די דריי טעכטער, 
דער ייגנסטער זון אין אייגן הויז; 

ווען ס'עלטסטע אייניקל קומט מיט דער קאַר, 
און נעמט די באָבע-זיידע אויס, 


קוקט זי לאַנג אים אָן איידער זי קושט אים : 
זעסט דאָך אויס אינגאַנצן װי ער" -- -- 
און ווען די באָבע כאַפּט ס'אייניקל אַרום, 
ווישט זיידע זיך אויס פון אויג א טרער. 


ווען זיי זיינען אַהער אָנגעקומען, 

אייזן ברעכן האָט ער געקענט } 

און װאָס האָט זי נישט אַלץ אױסגעאַרבעט, 
מיט אירע צוויי גאָלדענע הענט? 


דורך לאָך פון נאָדל אַדורכגעצויגן, 

זיי האָבן זייער לעבן דאָ: 

איינגעפעדעמט אַ שװאַרץ-גלאַנציקן דרים, 
איצט איז ער פאַרבלאַקעװעט גראָ. 


148 


אַרױס באַלד ציט זיך ווייסע פּאַסטריגע, 

קוים נאָך עס האַלט ביידע צענויף } 

װאָס ווערט דען פון שטאַרקסטן דרים-פאָדים, 
ווען קניפּל קניפּט שװאַך זיך שוין אויף ? 


2 
מען מוז שוין זיין שטאַרקער פון אייזן, 
0 יאָר ביים פּרעס-אייזן אויסצוהאַלטן ; 
קגייטשן פּרעסט מען זיך אין פּנים איין, 
און אין פאַרטראַכטן שטערן טיפע פאַלטן. 


אַז מען ווערט 75 יאָר, 
און אין האַנט אַ נאָדל מען מוז נאָך האַלטן} 
וי זי ציטערט ביים איינפעדעמען, 

שוין אַ ביסל צו שווערלעך פאַר אַן אַלטן. 


די שװואַכע אויגן דינען נישט מער, 
פּאַסטריגעס צו ציען, אַ קראָק צו שפּאַלטן { 
װאָס גיט מען אַן אַלטן שוין צו טון, 

קאָן מען צעבלאָזן אַן אייזן, אַ קאַלטן ? 


קורץ איז דער אָטעם, אָפּנעהאַקט שווער, 
קוים אים צו האַלטן מיט כל-האַגעװאַלטן, 
און װו נאָר מען קערט זיך מען זעט אים, 
דעם אָפענעם קבר אַן אױפגעפּראַלטן, 


אָבער אַז מען וערט 80 שוין אַלט, 

און נאָך כוח צו דזשאָבן אַן אַלטן פּאַלטן ! 
וי ווויל און װוי גוט װוער ס'איז זוכה, 
אויף דער עלטער אַלין זיך אויסצוהאַלטן, 


און נאָך פון געהאַלט, פאַר שפּעטער, 

די אַלטע קאַרגט קניפּלעך אָפּ ווו באַהאַלטן, 
און אויף טלית פאַר אור-אייניקל, 

ווען מען װעט אם-ירצה-השם דערביי האַלטן, 


נאָר נחת פון קינדער, גאָטעניו, 

און ביזן טוט אונטער אייגענעם באַלטן -- 
מען מוז שוין זיין שטאַרקער פון אייזן, 
מיט דער אַלטער 80 יאָר אױיסצוהאַלטן. 


וי אונטער דער חופּה װאַרט ער אויף איר, 
דרויסן אויפן הייליקן פעלד ; 

װי די פיר שטאַנגען, שטייט די מצבה 
פאַר זיי ביידע שוין אויפגעשטעלט. 


גאָלדן װוי פונם חתונה-בריוול, 

שיינען זייערע נעמען אַראָפּ } 

האַלט ער נישט זיינע צוויי גאָלדענע הענט, 
בענשענדיקע איבער איר קאָפּ? 


אפילו אַ קדיש-זאָגער נאָך איר 

האָט ער ביים לעבן נאָך באַשטעלט: 
קאָן מען זיך דען פאַרלאָזן אויף קינדער, 
אין דער איצטיקער בייזער װעלט? 


ווען איר איז נישט גוט, כאַפּט זי זיך אַרױס 
צו אים אויפן הײיליקן אָרט ; 

חלילה, זי זאָל זיך אַרױסכאַפּן 

אויף די קינדער מיט אַ שלעכט װאָרט, 


אלול קומען די קינדער מיט איר מיט, 
יעדעס איינס אַ ;מלא" באַשטעלט } 


זעט עס נישט אויס וי אויף אַ חתונה, 
דרויסן אויפן הײליקן פעלד ? 


אין זיינע לעצטע טעג די תכריכים 
האָט ער נאָך פאַר איר אויפגענייט ; 
אַהינפירן צו אים מ'וועט זי אין זיי, 
וי אין זיידענעם חופּה-קלייד, 


איז עס נישט דער טוליענער שלייער שוין, 
װאָס גרוי אַזױ איר בליק פאַרשטעלט ? 
אונטער דער חופּה װאַרט ער זי אָן דאָרט, 
דרויסן אויפן הײיליקן פעלד. 


150 


ר' משהלע פון פויליש-עסטרייכישן חסידים שטיבל 


ערשט געענדיקט און שוין ווידער אנגעהויבן, 
כסדר אזוי חוזר-חלולה, אן אויפהער ;} 

א שפּארע, ווייסע בארד מען קאן צונויפשטעלן, 
די האר, אריינגעפאלן אין ש"ס, צעלערנטן, 
ביים איינבייסן תוספותלעך, הארבלעך-שווער, 
זאגן בלאַט נאָך בלאַט בעל-פה אין הימל אויבן, 
גייט ער אצינד, א קינד צו גאט, אויף פארהער, 


ארום אכציק יאר צוריק, פּרשת ויקרא.. , 
ער געדענקט, ס'איז זיין חומש-סעודה געווען... 

אויבן דער פארהערער : גיינגעלע, יינגעלע, 

האָב נישט קיין מורא, גענען אַביסל נענטער" -- -- 
ממש בחוש צו זען, ס'וואלט אקארשט געשען. 

איצט, די גמרא-סעודה, דער סיום -- געענדיקט : 

,מיין פארהערער, כ'וואש מיר נאר די העגט, כ'גענען ---* 


ער שווימט אין ים-התלמוד, זאגט וי א וואסער ! 
גאטס הארץ, כביכול, גייט אויף ;כי גאה גאה" : 
אזוינס בנמצא אין א ווייטשעפּל-געסל, 

אונטער א גרויסער ש"ס-גמרא זיך פארשטעקט, 
איך צומאל נישט געוואוסט, אז אזוינס נאך דא. 
ר'משהלע שמייכלט : מ'מוז זיך אויסבאהאלטן, 
פאר גאט צומאל, צו לערנען תורה לשמה. 


דאס שבת-אויבסט אויבן, װוי ברייטלעך אויסגעטיילט, 

פון סאמע עץ-חיים די צייטיקסטע פרוכט ! 

דער נחת-רוח וואס לייכט פון גאטס פּנים אראפ : 

א יידעלע הויט-נ'ביין, און װי קליין, אזוי ריין, 

דעם גודעדן ס'וועט באשיינען אַזאַ ,צוכט" -- -- 
צעפלאָסענער שוים ביים ברעג, ווען דער ים ווערט שטיל, 
כ'זע ציטערן דעם שמייכל אין באָרד --- מיר דוכט. 


און די טרייסט : ווער ווייסט, וויפל אזעלכע נאך דא, 
אויב אין װײיטשעפּל אַזױנס זיך אָפּגעזוכט, 


151 


א קרוב שמונים 


כ'בין אַרױסגעגאַנגען אַ מרה שחורהדיקער 

אויף אַ גסיסה-ליגנדיק ווייטשעפל געסל, 

אַ ייד, אַ קרוב שמונים, קומט מיר אַנטקײגן, 

כאַפט זיך צו מיין האַנט, וי אַמאָל צום הייסן פרעסל. 


אַ ייד קוים װאָס ער האָט געלערנט דאַוענען, 

אין קיין שום לשון נישט שרייבן, נישט לעזן קען ער, 

און וי ער האָט גערעדט, דערציילט פון שטעטל -- -- -- 
אַ ,טיימס?-לייענער, אַ שעקספיר-און פרץ-קענער, 


נישט מער, װוי ער, ווייס, װאָס געווען און װאָס ס'וועט זיין -- -- 
מיט טרערן אין מיינע אויגן בין איך געשטאַנען, 

געהערט, געהערט, מיין האַרץ האָט גלאַכט און געוויינט, 

און בין אַ געטרייסטער יתום ווייטער געגאַנען 


אָבער ווו זיינע קינדער, זיינע אייניקלעך, 

אַלע איבערגעלעבט, קיין איינס נישט מער פאַראַנען? 
ניין, די האַרבע פראַגע איך האָב אים נישט געשטעלט, 
מיט מיין שכל-הישר אַליין שוין פערשטאַנען : 


יאָ, אַז אונזער איינס, פאַרן לחם-הפנים, 

ווערט מען אין ישראל אַ כנעני, דאָ כאָטש אַ יויקל, 
ערשט האָרעפאַשניקלעך, אויפגעפאַשעט שוין דאָ -- 
אַ קולי שוין פאַרן פאָסנעם לחם הקלוקל... 


ער האָט נאָך אַ געדונגענער בציבור כאָטש דאָ, 
אַ רבנזדקדיש ווו אויף דער גיך אָפצװאָגן, 

איך דריי מיך אַרום דאָ אַ גילגול, אַ דיבוק, 

אַ נעכטיקער טאָג אויף כף-הקלע ווו געטראָגן. 


דאס ,חנוכה-לעמפל" פון בריטישן מוזעאום 


(צו פרצעס חינוכה-דערציילונג) 


נישט אַ צעברעקלטע ווענוס-געטין צו זען, 

צי דעם אַפאָלאָדגאָט מיט דער צעקרישלטער נאָז, 
איך בין אין בריטישן מוזעאום געגאַנגען, 

זען ס'מנורהלע, פרצעס, וי ס'שטייט אונטער גלאָז --- 


מיט פיסל צעקרומטן, װאַקלדיקן רערל, 

וי מעשן אַזױ ס'גלאַנצט פון שייבן-קעסטל אַרױס } 

דאָס פייגעלע אויפן בוים, די לייבן די צוויי, 

ווער ווייסט וי לאַנג שוין זיי קוקן זיך די אויגן אויס ! 


זיי דערקענען מיך : דאָס שוועלבעלע וויינעוודיק, 
חנוכהדיק-חנעוודיק, , מעוז-צור"דיק זיס ; 

די לייבן גלאָצן מיט צעגלאַנצטע צונגען, 

קוים שוין װאָס זיי שטייען איין אויף די מעשענע פיס. 


ס'וואַקלדיקע רערל --- אַן אָפּגעהאַקט קעפל, 

פיעשטשענדיק, שטיל-פישטשענדיק -- אַ נישט דערקוילעט קינד : 
די אייגעלעך-ליכטעלעך, אָנגעצונדענע, 

אױסגעצאַנקט פאַרקוילטע, זיינען אַלע אַשׁ שוין אַצינד, 


אָפּגעראַטעװעט אונז אין זיין ווונדער מעשה, 

עס האָט פרץ, זיין ענגלענדער אונז אַהערגעברענגט --- 
אָנגעצונדן אין מיין בליק אַ מנורהלע, 

וי אויף אַ ביישטידל אין דער היים אַמאָל, איצט הענגט. 


כ'זוך דאָ, כ'נישטער דאָרטן, און גאָר נישט איך געפין, 
קיין זכר פונם ,חנוכה-לעמפל" נישט צו זען ! 

ביים אַרױסגײן, קוקט מיך גאָט-צױס שמייכלדיק נאָך : 
ס'איז דאָך אַ פאַנטאַזיע בלויז ביי פרצן געװוען... 


און זע, נישט קיין פאַנטאַזיע -- ס'איז אַ נס געשען ! 
;אויג אויף אויג דאָס אַלטע חנוכה-לעמפל דערקענט" : 
נישט אַ פאַרלאָשנס אין מוזעאום אונטער גלאָז, 

אין יעדער יידישער שטוב אָנגעצונדן עס ברענט, 


און דאָס פייגעלע אויפן בוים און די לייבן, 
קוקן לאַכנדיקע מיך אָן מיט אַזופיל פרייד ! 
בלויז דאָס װאַקלדיקע רערל, אויפגעלויכטן, 
מיט אַן אַש-טרערל אין אויג טיף-פאַרטראַכט, אַזױ שטייט. 


153 


װײיטשעפּעלער-,דערבי"... 
(אַזאַ פּסח-באַלאַדע) 
אינדערהיים האָט מען געלעבט מיט נסים, 


,ברוך אדוני יום יום* יעדן טאָג, 
און אַז שוין כלו כל הקינצן, 


העלפט קראָמ'ס קורץ-געקאַרבטע אייל, קרומע װאָגיי. 


דאָ אַרבעט מען שווער אויף אַ לעבן, 
צומאָל אַ שטאָך אין הײיליקן שבת אַריין ! 
מען ציט די פעדעם פון לייב אַרױס, 
מ'זאָל חלילה נישט פעכניען אויף די ציין. 


מילא אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, 

אָבער אַז עס קומט דער פּסח צו גיין, 

פון װו נעמען אויף מצות, אויף שמאַלץ, 
אויף אייער, פאַר ארבע כוסות דעם ויין? 


יאָ, אויב אליהו קומט דאָ נישט אַהער, 

קומט אָנגעריטן זיין פייערדיק פערד! 

אַ פליענדיקער אָדלער, אַ סוס, 

היררזש! שטעלט אויף אייערע אויערן און הערט : 


ס'האָבן די ענגלענדער אַ קעגיג, 

און דערצו זייער דערבי אַלע יאָר, 

און די יידן האָבן אַ רויטשילד, 

וי סייויקלט זיך יידלט זיך --- אויף אַ האָר. 


דער הייליקער דזשאָרזש מיט פערד זיינעם, 
צעטרעט העלדיש דעם עגדישדיקן שלאַנג! 
מוזט איר ערשט אָנקוקן רויטשילדס פערד, 
ווען כי ,גאה גאה", אין זיין שטאָלצן גאַנג -- 


וי אַטלעס, וי זיידן ס'גלאַנצט זיין פעל, 

פון די צוויי שליפיעס דאָס פונקן-געשפּריץ, 
ס'קאָן זיין פוס קיין רגע נישט איינשטיין, 
און די אויערן --- נעדלדיק נאַ-שפּיץ. 


154 


דער שטאָלץישלאַנקער האַלדז -- די עלעגאַנץ! 
אָט מיט חנדל גאָר אַ בויג אויף אַ זייט } 
פּלוצלינג צעטאַנצט ער זיך אינגאַנצן -- 

אַ מין מצוהיטענצל מסתם ער גייט. 


און ערשט זיין סאַמעטענעש גריווע ! 

אַ מיניסטער קאָפּ, אַ חכם אַ פערד, 

יעדן אױגנבליק שיסט ער אים אויף -- 

עס דאַכט זיך אים, דעם סיגנאַל שאָס ער הערט, 


און ווען אַ צעפּלאָשעטער זיין עק, 

גיט זיך מיט אַ ראָזמאַך אַ שטעל אויף, 
אין שרעק פלאַטערט אַ מחנה פליגן --- 
אַרום אים די פערד אין זייער געלויף -- 


יאָ, אליהו הנביא קומט נישט, 

אַז טריפה איז זי דאָך דאָ אונזער ערד! 
שיקט ער כאָטש פאַר די פּסח-,רעסעס", 
רויטשילדן אין ,שטעבל? אַריין זיין פערד, 


נישט צו ,שפוך המתך", ביים סדר -- 
צו חמץ-בטלען עפנט זיך שטאָל-טיר ! 
ער אַליין גאָר מכובד מיט פּתיחה : 
;יעמוד מאיר בן אַמשיל הגביר ו" 


און צי קאָן מען דען אָנפאַרטרױען 

עפּעס א שייגעץ אליהו'ס פערד ? 

איז ס'אייניקל אין זאָטל געזעצט! 

און עדמאָנד דע רויטשילד דער , זשאָקי* ווערט. 


אַ יונג אַ לויפער, אַ ספּאָרט, אַ ספריט, 

פוֹן זיידן זיינעם בלויז איין רמז-ווינק, 

אין פייער און אין װאַסער שפּרינגט ער, 

און איבער שטיין און ביין וי גרינג, װי פלינק, 


אַזֹאַ מין פערד אוֹן אַזאַ ;,זשאָקי", 
שוין אײינמאָל ראַסע, כ'לעבן אַ פּאָר ! 

דעם רייטער, דעם דאַשעק נאַ באָקום, 

ס'בייטשל אין שטיוול -- שטעלט אייך אים בלויז פאָר, 


155 


נו, שטעלט גאַנץ װײיטשעפּל אויף ,דערבי", 
אישט-וועי? קאָן דאָך אָרעמסטער פּרעסער נאָך, 
און ס'איז דאָ אויף מצות אויף אייער, 

און ארבע כוסות אויף אַ גאַנצע װאָך. 


און ערשט װאָס ס'בלייבט איבער רויטשילדן -- 
אָן זיין שאָדן יעדן יידן געזאָגט ! 

בלויז דאָס, װאָס פערד אין שטאַל אים געלאָזט, 
מיט גאָלד עס אָפּצװועגן װוער פאַרמאָגט. 


אַן אונטערגעװואַרפענער ממזר ביים סדר יי. 
(באַלאַדע) 


אָן אונטערגעװאָרפענעם ממזר, 
װיאַזױ קאָן דען פּסח זיין ? 
פּונקט אַזױ וי די סדר-שיסל, 
אָן כזית ביטערס פון כריין. 


אויב װייטשעפּל אַ יידיש שטעטל איז, 
וועט שוין אַ ממזר כ'לעבן זיין ; 
נישט אַ טויט-אונטערגעװאָרפענער -- 
פון אַליין גאָר קומט ער צו גיין. 


אויף שפּיץ-פינגער אַ ;שגצל" 

אין אַ פענסטער קוקט ער אַרײן, 
וי דער ייד רעכט דעם סדר אִפּ, 
מיט חרוסת, מיט כרפס, מיט וויין. 


דעם ריח פון פרישע מצה אין נאָז, 
ס'פינקלען פון די כוסות אין בליק, 
ער קאָן די אויגן נישט אָפּרײסן, 
זיי בלאָנדזשען אַהין און צוריק. 


וי יום-טוב'דיק עס ברענען די ליכט, 
וי ווייס דאָס טישטוך אויפן טיש, 
און דאָס זינגען פון דער הנדה, 
די קניידלעך, די אייער, די פיש, 

156 


ער קאָן זיך גאָר זאַט נישט אָנקוקן, 
אַלץ אויפגעריסענער ס'אויג ווערט ! 

און נישט אויף שפּיץ-פינגער ער שטייט מער, 
ער שטייט צווישן הימל און ערד -- -- --- 


און ווען ;שפוך המתך" צו זאָגן, 
עס עפנט דער ייד די טיר אויף, 
גנב/עט זיך ,שגצל" שטיל אַרײן 
און קוקט מיט אַ געבעט אַרױף : 


קאַן אונטערגעװאָרפן ממזר כ'בין! 
די מאַמע װאָס האָט מיך געהאַט, 

אַלע יאָר אין די דאָזיקע טעג, 

ווען ס/שמעקט מיט בלום, מיט בליט, מיט בלאַט, 


;איז זי אַהער-אָ-דאָ געגאַנגען, 
צעשמעקטע מצה מיטגעברענגט, 

היי-יאָר איז זי נישט געגאַנגען מער -- -- -- * 
אויף זיינע װויעס אַ טרער הענגט : 


קזייט זי איז נישטאָ מער, די מאַמע, 
ס'גייט דער טאַטע אין ,פּאַב* אַרײן, 
מיך דרויסן אין רעגן און אין ווינט, 

אַ ציטערדיקן לאָזט ער שטיין, 


;נעכטן אויף דער נאַכט מיך געשלאָגן, 
דזשו באַסטאַרד' געשריגן ער האָט, 
אויסװואַקסן זוי דיין זיידע, דער ייד, 
נישט בעסער וי די גאַנצט לאָט." 


האָט דער ייד ס'יינגל אַרינגענומען 
און צום סדר-טיש אים געזעצט, 

די טרערן-אויגעלעך אויסגעקושט, 
דאָס קעפּל מיט זיינע באַנעצט -- 


דעם שטילן אייביק-פרעגנדיקן, 
דעם יידיש װאַרטנדיקן בליק, 
דערזען ער האָט אין די אייגעלעך, 
צעוויינט פון אַזאַ גרויסן גליק, 


157 


יום - הקדוש 


,.. א ייד לאָזט שטיין דעם אויטאָ אין אַן אונטער-געסל,. 
יום-כיפור אויף דער נאַכט, אין דער כל-נדרי-שעה, 

גיט זיך אַ קלאַפ אין האַרצן אַרײן : כ'בין דאָס און דאָס, 
אָבער מיט אַלע יידן אין שול כ'שטיי איצט דאָ. 


עפענען זיך אויף אין הימל די שערי-הרחמים, 
און מיט טרערן פולן זיך די אויגן פון גאָט, 
און מיט אַלע ייִדן איז כביכול מתפלל, 

דאָ אין שול : ,מי כעמך ישראל גוי אחד". 


וי ווונדערלעך, וי געװואַלטיק, וי אין-סופיק גרויס, 

גאָט, אין אַלע גלותן מיט אונז מיט צוגיין ! 

און פול מיט הכנעה, ענוותדיג פאַרשוויגן, 

פאַרגליווערט אין שול-ווינקל ווו, פאַר גאָט כ'בלייב שטיין. 


יום כּפור אין ווייטשעפל 


ר' לוי יצחק, נישט אין בערדיטשעוו, אין שטעטל --- 

אַ יום-כפור ווען דו דרייסט דיך אַרום אויף ווייטשעפל, 
נישט נאָר כדבר איש אל רעהו גערעדט מיט גאָט, 

דו װאָלט אים גוט-ברודעריש ממש געדרייט ביים קנעפל, 


אויף ברייטן טראָטואר געטאַנצט אַרום כביכול, 

אַ טאַנצדיקע טויב צווישן װאָרקנדיקע טויבן } 

און, נישט גאָט, דעם דערבאַרעמדיקן -- די יידן דאָ, 
די ווייטשעפלער, װאָלסט זיך גאָר נישט געקענט זאַט אָפּלױבן : 


גאָטעניו, װאָס ווייסט דו אַ טאָרג-טאָג אין ווייטשעפל ! 
דיר ליגט רק אין זינען די שטעטלדיקע ירידין : 

די טאַנדײטערס מיט די בוידן, מיט די סטראַגאַנעס, 
פון די פייער-טעפ די מסחרים קאָכן און זידן. 


צווישן די פערד מיט אַ פאָוורוס אַרומגעגארטלט,. 

דרייט זיך אליהו הנביא מיט פולן עמער ; 

דיין נחת, סוחרימלעך בעל בכי'ס צעכאָרכלען זיך : 
;אוחז ביד" --- אַ חזן מיט אַ כאָר ביים בעלעמער. 


158 


כ'בין זיך מודה, טאַטע זיסער, פון דאָרטן ביז דאָ, 
ממצרים ועד הנה --- גרויס די אונטערשידן ! 

חוץ דעם, וי האָסט דו צייט איצט דאָ אַראָפצוקוקן, 
ווען מ'איז מזכיר-נשמות גאַנצע שטעטלעך מיט יידן, 


בלויז װאָלסט דו געהאַט דאָ איין מנין אין אַ שול ווו, 
ווען נישט די-אָ ווייטשעפעלער שניידער און קרעמער ? 
צי װאָלסט געהערט איין ריכטיקן ;אל מלא רחמים" ? 
מ'װואָלסט דיך אָרגלדיק אָפּגעגאָרגלט מיט אַ ,יגדל"-זמר, 


גאָטעניו, װאָס ווייסט דו אַ מאַרק-טאָג אין ווייטשעפל ! 
ממש אַ ים, אַן אויפגעקאָכטער מיט שטורעם-ווינטן ‏ 

װאָס שוין צומאָל אַ יאַריד אויפן הימל אויבן, 

קייגן דעם װאָס ס'טוט זיך אין דיין ווייטשעפל דאָ הינטןן? 


סאַמעט און זייד, אטלעס און ציץ --- אַ פרייד פון פאַרבן ! 
װאָס איז אַ סטראַגאַן קייגן אַ ,בערע" מיט עפל ? 

אין דעם נעפל-גרין פון נעאָנען און באַנאנען, 

קוקט זון אַרױס אונטער פישערקע -- אַ פייער-טעפל, 


די ראַמשן, די בבלס, די , באַרגנס*, די מציאות, 

אין מיטן העלן טאָג מ'קאָן ממש אַראָפ דאָ פון זינען ! 
אין אַז מ'טראָגט אַרױס שוין די בעבעכעס אויפן מאָרק, 
קאָן מען דאָ אויך נאָך דעם ריכטיקן קונה געפינען. 


און היינט, ווי שטיל, װוי בהרחבהדיק-יום-טובדיק, 
דיין ווייטשעפל גייט-אויס צו שמונה-עשרה אַצינדער, 
מיט אַזאַ נחת-רוח גייען נאָר מחתונים, 

װאָס פירן אונטער פרייען הימל זייערע קינדער, 


פון ברוסט-טעשל, בלוי-ווייס, קוקט אַרױס זונס שפיץ-קאַפּל, 
אין שול --- פאָטער געלאָזן זיין זיידענעם צילינדער ו 

אַקײגן קומט טאָכטער אין עסיק און אין האָניק, 

די מוטער, די פישערקע, אויסגעסטראָיעט נישט מינדער -- 


און די פולע שולן אין סטאַמטאָרד-גאָלדערס-קריקל, 
דאָס זיינען דאָך נאָך אַלץ דיינע יידן פון ווייטשעפל, 
האָבן זיך מיט גרויס מזל דאָרט אַהינגעצוגן, 

דורך אַ לעכל פון אַן אָפּגענײיטן הויזן קנעפל, 


159 


דער רעשטלעך ראַמשער 


זיין טאַטע דער רב אַ װוילדער חריף געווען, 

ש"ס בבלי און ירושלמי אין איין כהרף עין! 

װי סטענגעס פון מויל -- ראשונים און אחרונים, 
און אַלץ מיטן דף, מיטן עמוד און מיטן ;ועיין". 


און ער דער זון, וי נאָר אויף דער ;בערע" ער שטייט, 
װױ ער װאָלט אַ פּילפּול אויפן בעלעמער געהאַלטן! 
מיט אָפּענע מיילער אַרום אים דער עולם, 

עס מעג ברענען די זון און אין נעפּל טאָג אין קאַלטן. 


דער פאַרבןישלל, די מוסטערן, די קאָלירן -- 

דאָס סאַמעט, דאָס זיידן, דאָס מוסעלין און דאָס סיצן ! 
ס'פליען רעשטעלעך, שטיקלעך מהרש"ל מיט מהרש"א, 
סחורה-באַלן וויקלען זיך --- איינפאַלן זיך צעבליצן! 


און ווען די אייל און די אַרשין נעמט אַרבעטן -- 
עליו השלום, זיין טאַטע אַליין ער װאָלט איצט ווערן ! 
זיינע צוזיי הענט פאָכען קונציק אין דער לופטן, 

וי ביים אויספירן ווונדערלעך אַ פילפול אַ שווערן. 


רומ"ל... 


ווען מען איז נאָך, וי אין דער מלחמה נאָך ברויט, 
נאָך ,מעניקעס יום-טוב-בלעטער" אין ריי געשטאַנען, 
האָט מען נאָך געקויפט אַ ;שאגת אריה", אַ של"ה, 


און ספרי רומ"ל --- װוי מצה-װאַסער געגאַנגען 


היינט, די אין קייגנאיבערדיקן שויפענסטער, 

די מאַנעקין, האַלב נאַקעט, אין באָד קאָסטיום און הייבל, 
מען ברויך איר נאָר די באָבע דאָבטשעס ברילן אָנטון, 
וועט זי גאַנצע נעכט לייענען די ,האָלי-בייבל". 


מען קומט נאָך אַ בר-מצוה-טליתל קויפן, 
אַ ברייטן ישראל-טלית פאַרן טויטן טאַטן, 
און דאָס אויך נאָר אַזױ לאַנג, װי מען קויפט נאָך, 
אַ חנוכה-קריסטמעס-פּרעזענט -- יידישע פּלאַטן ! 


160 


וי אַמאָל ;שיריהמעלותער" פאַר אַ יולדת, 

איז דאָס שוי-פענסטער מיט קדיש-יתומס באַהאָנגען, 
מיט קידוש-לבנה-,,לעטערס" אין לאַטײיניש --- --- 

אָבער אויך נישט מער איצט -- אַמאָל איז עס געגאַנגען ! 


שטיל-לעבן 


די קבערעס" מיט די פרוכטן װוי זיי פאַרכאַפן דאָס אויג ! 
נישט אַזױ מיט דעם שלל פון די קאָלירן, 

דאָס מאַטע גרין פון באַנאַנעס, בלוי פון די טרויבן, 

צי די שאַכטלעך װאָס די טייטלען באַצירן -- 


ס'זיינען די עפּל- און די פּאָמעראַנצן-פּיראַמידן, 

וי אויסגעסדרט געברענגט זיי צו פירן ! 

דער גרעסטער רענעסאַנס- און היינטצייטיקער-מאָלער, 
נישט שענער אַ שטיל-לעבן מאָדעלירן. 


היימישע פיש 


באמת, לעמבערג הינטערן שול-הויף 

האָט קיין שענערע פישערקע נישט געקענט האָבן 
און אויב נישט מיט טויט-קללות לוט אלף-בית, 

מיט איר ענגעליש קאָן זי אַ לעבעדיקן באַגראָבן. 


צוויי מייל פון דערווייטנס שמעקט װײיטשעפּל, 

פון אירע לעשטשעס בלויז און ערשט פון אירע סאָנדאַקן ! 
די , לעדיס" פון קריקלוווד און פון הענדן, 

צאַפּלען אָן װי געצויגן אויף װענטקע-האַקן. 


וי ס'וואַסערט אונטער לעפעלע פון האַרץ -- 

געפילטע פיש, אַ שטיק קאַרפּ, כאָטש אַ פּלאָטקע קעפּל! 
פולע טאָרבעס, ווייבערישע פּלאָטקעס, 

ברענגען זיי אַהיים, כאָטש צו פאַרקאַכן אין טעפל ; 


זע נאָר יענע, װאָסער יחסן געװאָרן 

פון דער פישערקע, די קאַרפּן, די גרעסטע שטיקער, 
ס'זינדל, דאָס תכשיטל כאַסלערע געהאַט 

מיטן שכנס שיקסל, דעם ,האַנאָרבל" שכור... 


161 


נישט מער אין מקווה, נישט אין ווייבער-שול -- 

דער פיש-מאַרק האַלט זיי נאָך אויף ווענטקע געפאַנגען ! 
פונם פיש ,יוסף חצי דג מצא", 

זיינען זיי מסתם אַזױ, מיט פּערל באַהאָנגען. 


אין כשרן רעסטאראן 
דער אַלטער 


אין שבתדיקן קאַפּל אַלע טאָג אָנגעטון, 

אין בוזעם-טאַש דעם חודש-טשעק פון זון, 
און די סערווירטע חתונה-מאַלצייט אויף טיש ; 
פאַר אַלעם די שאַרפע געפעפערטע פיינע פיש, 


ס'לעבערל-מיט-ציבעלע אין שמאַלץ גוט איינגעהאַקט, 
דערנאָך די שילגערלעך אונטער דער הינערשער יויך, 
נאָר דאָס געבראָטענע הינדל ברומט עפּעס אין בויך, 
דער זיסער שטרודל אונטערן האַרצן זיך באַקט -- -- 
אַךְ, װאָלט ער נאָך וי אין די אַלטע צייטן גע *י. 


בענטשט ער די שבע-ברכות, דזשימיעט ער, חלומט ער ? 
מיצקע דרינען וי קומט זיין אַלטיטשקע גאָר אַהער ? 

צי זיצט ער טאַקע שוין אין גןדעדן מיט איר, װוי? 

ס'גיט אים שטאַרק אַ ציטער די אײינגעשלאָפענע קני: 


,מזל-טוב !5 אין מויל שמייכלט דאָס צימעס אַזױ זיס ! 
ער רייבט זיך דעם שלאָף פון די אויגן : ווייס איך װאָס ? 
צעבראָכן אַן אַרונטערגעלאָזן ליידיק גלאָז, 

שלימזלדיקע קעלנערין פאר זיינע פיס -- -- 

,מיס", נאָך א פּארציע צעקאָכטן פלוימען צימעס ,פּליס?. 


2 די אַלטע 


דריימאָל אין טאָג טוישט זי די געשטריקטע היטעלעך, 
און אויף די שאַלן קלעבן נאָך די פּרייזיקוויטעלעך, 
און די צווייערליי אַריינגעזעצטע ציין, 

צום עסן און צום שפּאַצירן גיין .. . 


דאָט יינגסטע פרייליין מיט די פּערלדיקסטע ציינער 
קאָן נישט שמייכלדיק ,זי באַװייזן* מלא חנער ! 
דאָס פּאָלקעלע, אזש רויט צווישן די ציין, 

דו ווייסט נישט איז עס פון רוש צי פון כריין ; 


אַז פאַרן עסן נאָכן עסן און אינמיטן 
פונם פּודער-פּודעלע האַלט זי אין איין שיטן ! 
און ס'רויטע ליפּן-שטיפטל נאָכאַנאַנד, 

גייט נישט אַרױס ;,גראַציעס* פון איר האַנט. 


נאָר איינמאָל ביים טיש, מיטן אין עסן, 

האָט אַן אומגליק פּאַסירט, זי האָט זיך פאַרגעסן, 
מיט זאַלץ שטאָט פּודער -- אַז מען איז אַלט, 
פאַרגעסט מען, באַשײנפּערלעך, וי מען האַלט. 


מיט דער קאר 


מיט דער קאַר קומט דער זון מיט דער שנור אַהער, 
ס'אייניקל נעמען זי צו דער באָבען מיט ; 

די ביטערקייט פונם גאַנצן ווינטער 

פאַלט פון איר שווערן האַרץ אַראָם, 

ווי דער לייכטער ליכטיקער פרילינג-צוויט. 


דער נחת פון קליגן אייניקל -- --- 

און די פאָרנעמקייט פון דער שנור -- -- 

אָבער נאָך איידער זי נעמט זיך איבער דערמיט, 
ווינקט דער זון מיט דער שנור זיך שוין איבער : 
;,דאַרלינג! מיר גייען באַלד, ;שור-שור'*,., 


אויף א דערלאנגט וויזיטן-קארטל 


דאָס ליד מיט דריבנע אותיותלעך כ'האָב אויפגעפינטלט, 
אויף אַ וויזיט-קאַרטל װאָס אַ ,װאַכער* מיר געגעבן : 
אוי, וי ס'ווילט זיך נישט די נשמה דאָ-הי אויסהויכן, 

וי ביטער שווער ס'זאָל נישט אָנקומען ס'ביסעלע לעבן. 


דאָ שטאָרבט אונזער איינער צווישן פרעמדע, אין ,האָספיטל", 
קיינער זעט נישט, גיך אין ,מאָרטשערי* אַראָפּגעטראָגן ; 

און צי אַלײין פערזענלעך אַרײינגעפאַקט אין קאַסטן, 

דאָס צומאָל, אפילןו, מ'קאָן אוֹיף זיכער אויך נישט זאָגן. 


אָנגענומען, אַז מען איז שוין טאַקע יאָ דערזעלבער, 
מען ליגט געל אין ארון איבער קאָפּ הענגט שװואַרץ אַ צלם } 


163 


(מ'מוז שוין זיין פון אייזן, רואיק אַזױ איינצוליגן, 
אפילו אַ טויטער, קאָן מען אַרױס פון די כלים), 


קאָן אונזער איינער מיט אַ װאָלענעם גרויסן טלית, 

זיך רק אַרומטראָגן, צו ווערן אין אים באַגראָבן, 

אַז אַ פאָר גאַנצענע װאָרעמע זאָקן אויף ווינטער, 

מען איז נאָך צומאָל גאַנץ נישט זיכער, אַז מען וועט האָבן. 


נו, קומען זיי די חברה מיט די גלאַנציקע דאַשקעס, 
טרעפן דיך אַ נאַקעט-קאַלטן אין קאַסטן ליגן -- -- 
מילא, די ,תשעה קבין" וועלן זיי דיר נאָך געבן, 
אָבער ווו זאָלן זי אַ טלית אויף דער שנעל קריגן ? 


טאָ, װאָס מיר אַ וואַכער, זאָלן זיי דיך שוין אַ נעם טון, 

וי דער רוח דעם מלמד אוועק ווו דיך פאַרטראָגן, 

און אויף וויסט-ווייט ,פעלד", נישט דיינס אַקינד, ס'וועט לאָנדאָנער וויגט, 
אַ קדיש-יתום, װאָרט נאָך װאָרט, דעם רעוורענד נאָכזאָגן. 


דער קומענדיקער סוחר 


עס ווערט אַ יידיש שטעטל אונזער תל-אביב, 
ס'דרייען זיך שוין אַרום דאָ תל-אביבער יידן, 

אַ מלמדות זוכנדיק, אַ חזניש-שטעל, 

און אַז אַ פּרעסער איז מען אויך שוין גוט צופרידן. 


אין יידישן שעלטער איז ווידער יידישלעך ! 

פון וואַנען איז אַ ייד ? נישטאָ זיך װאָס צו שעמען, 
אַ נכתב אין תל-אביב, געבוירן, חיפה-צפת ? 

אַזאַ יאָר אויף מיר װאָס פאַר אַ טייערע נעמען. 


וי אַזױ דערקענט כ'האָב דעם איראַקער בחור ? 

זיכער נישט אין זיינע ברייט-צעשפּרײיטע נאָזילעכער -- 
אין זיין תליאביבער-שניט און אין זיין ,היברו" ! 

און אין זיין סאַברע-ענגליש --- ,אוב נישט נאָך העכער" ! 


דרייט זיך נאָר אַרום מיט די הענט אין די טאַשן 

באַנוצט זיי בלויז דעם קענזשער זיינעם צו פאַרקעמען ! 
יבא יומו, ער װעט שוין האָבן דאָ זיין שטעל! 

קוקט זיך דערווייל אויס בלויז, מיט װאָס זיך צו פאַרנעמען . 


164 


די באַלאַדע פונם װײיטשעפּעלער שטאָט-משוגענעם 


אַ גאַנצן טאָג אַזױ אַהין און אַהער, 

פונם שפּיטאָל צום קאַצן-פלייש-ביידל , 
אָט מיט אַ געשריי צו זיך, מיט אַ טעבה, 
אָט װי גערעדט צו וועם שטיל און איידל ; 


;נישט נאָר נישט קיין פערד, אויך קיין מענטש נישטאָ מער -- 
ס'לויפן בלויז מאַשינען און מאַשינדלעך ! 

זיינען טאַטעס אונזערע געווען די פערד, 

זיינען די לאָשעקעס מיר, די זינדלעך". 


ביינאַכט בלייבט ער שטיין ביים קאַצן-ביידל, 

ענטשלאָסן דאָס געשעפט אָפּצושליסן : 

;ניין, נישט דעם שפּיטאָל פאַרקויפט ער זיין קערפּער --- 
זאָלן קעץ כאָטש פון זיין פלייש געניסן !* 


און װי דעם גאַנצן טאָג אַהין און אַהער, 

אַ רגע נישט אויפגעהערט צו זיך צו ריידן, 

אַזױ איצט קיין ריר זיך נישט, קיין פּיפּס פון מויל, 
און שפּירט הערלעך-ווייז זיין פלייש מ'טוט שניידן. 


;כאַ, כאַ, שײילאָק, האָסט נישט געוווסט ס'פונטל פלייש 
אָן דעם בלוט פאַרגיסן אָפּצוקױפן -- -- ---* 

און מיטן באַגינען הייבט ער וידער אָן, 

פון פלייש-ביידל צום שפּיטאָל צו לויפן, 


אַ גאַנצן טאָג אַזױ אַהין און אַהער 

פונם שפּיטאָל צום קאַצן-פלייש-ביידל -- --- 
;יעסיקאַ /* גיט עס אים אַ שטאָך אין האַרצן, 
ווען פאַרביי ער לויפט אַ יידיש מיידל --- 


;ר' שאול" 


(;װאָס אַמאָל ווייניקער", אָדר , דריי דורות") 


ר'שאול דער ערשטער ,א ליטווישער גאון געווען", 
ש"ס אויף דער שורה מיט אַ שפיץ פון אַ נאָדל; 
געלעבט ער װאָלט פון איר דאָ בכבוד גדול, 

װאָס קאָן אין לאָנדאָן אַ בעל-הנאָדל געשען ? 


אוּן ווען די קינדער אין צילינדער אים דערזען, 

און אין סמאָקינג אזוי -- אַ מאַנעקין-מאָדל : 

,ר' שאול גייט, סאַלוט ! דער טשיף-ראַביי-הגדול" !! 
פון די קולות ציטערט פריידיק אויף גאַנץ בריקלען. 


פאַר צווייטן אַזאַ זיין נאָמען גרייט שוין געהאַט, - 
באַגלײטנדיק אים : גא ר' שאול גייט צום בלאַט !*, 
ביז ער שטייט ביי די אָרעמלײט פאַר מחזיקי-דת. 


אַ נאָמעלאָזער איצטער איז שוין דער דריטער, 
ווינטער אין די נעפלס, זומער אין געוויטער, 
אַ מרה-שחוריקער ,טרעמפ" אויף פאַרװאָרלאָזטער גאַס. 


אין איינזאַמער אָװונגט שעה 


וי דער װאַלד אין ווינד װוו, די װאָכנדיקע טעג דאָ, 
סטראַגאַנעס רוישן -- ביימער מיט אָסיען באַהאַנגען ! 
ביליקע פּלאַטן זינגענדיק זיך דרייען -- 

פילן דעם נעפּל אָן מיט פייגל-געזאַנגען. 


די פאַרנאַכטן שטיל, וי נאָך װיסטן שטורעם, 

די ליידיקע קעסטלעך --- וי צווייגן אַרום ליגן } 

אַ טונקעלע שקיעה זעצט זיך שווער אויף די הערצער : 
ס'ביסל הייצונג פאַרן ווינטער צונויפצוקריגן. 


װאָס איז דען אַ װאַלד מיט זיין גאַנצער שיינקייט? 
ווונדערלעכער זון-פאַרגײ זעצט זיך אויף די ביימער ! 
כ'וואַנדל אין אָװונט-שעה, איינזאַם אַרום דאָ, 
אַרומגענומען פון אַזאַ אימה געהיימער, 


דער שמירמית-גאָרטן פון װײיטשעפּל 


(די גאָלדבערגם) 


אַ מלכה אַמאָל אַ גאָרטן אויפגעהאָנגען, 
אויף בריקן-קניפּן, אויף קייטן-שלייפן, 

און דער וולוינער בעקער פון װייטשעפּל, 
אַ װוונדער גאָרטן זיך פאַרפלאַנצט האָט דאָ, 
אין הערינג-פעסער און אױטאָדרײפן. 


16 


פון ארבע פּינות פעלדער ערד צוזאַמגעשלעפּט, 
און די פלאַנצן װו געקאָנט באַקומען, 

און אויפן אַספאַלט האַרט-געגאָסענעם, 

אין קװאַדראַטן פון שטאָקן און גאָרנס, 

גייט אויף אַ גאָרטן ביימלעך און בלומען, 


און װוי פייערדיק די רויטע ריוזן בליען ! 
יאָ, ס'איז דער ;קיוגאַרדן* אַ סך גרעסער, 
אָבער פון שמירמית-גאָרטן צומאָל, 
ווונדערלעכער דער װייטשעפּל גאָרטן, 
אין אױטאָ-רייפן און הערינג-פעסער, 


פאַרנאַכט, ווען די זון צעברענט זיך אויף עק הימל -- 
דעם באַק-אויוון דער בעקער נעמט גליען! 

אין שטייגל דאָס , באַדזשער"ל בלאָזט זיך אויף, 

און נעמט עפעס אַזױ מאָדנע-סמוטנע, 

אַ היימיש ליד אויסטערליש פאַרציען. 


די חורבה פון פּאַװיליאָן-טעאַטער 


. - - װאָס ס'טוט זיך דאָ אָפּ ווען די נאַכט פאַלט צו ! 
אַז אַ צוויי ברעטער נאָך פאַרװאַלגערט װו, 

איז װוער ברויך אַ דאַך דען און ווער אַ דיל, 

;גאָט, מענטש און טייפל", און ס'גייט אָן די שפּיל; 
אַן אויפגעהענגטער מיטן קאָפּ אַראָפּ, 

גייט הערשעלע דובראָוונער אויף און אָפּ. 


איז עס דען ס'געבלעקעץ פון דער מיסיאָן, 

צי דאָס קעץ-געמיאוקעץ פון פּאַװיליאָן ? 

איין גאָט אַן עדות, װאָס ס'טוט זיך דאָ אָפּ --- -- 
פיינמאַן אין אַ דיבוק צוריק אַראָפּ ! 

פּראַװעט קבר-מצוה? אין גרויסן פאָרמאַט, 
ס',טליתל? הענגט צעריסענער פּלאַקאַט. 


דער גרויסער אָדלער אויף אַ בעזעם רייט, 

וי אַ נישט דערקוילעטער האָן ער קרייט, 
ר/איז מרעיש-עולם, די וועלט לייגט ער איין ; 
אַמאָל דאָ דאָס נחתדיקע געוויין, | 
טרערן-ימים איין קוועטש בלויז מיטן אויג } 
מיט קאָפּ אין ד'רערד אריין אין קעֶסל"פויק -- 


צעזעצטע פּלעצער ביז צום לעצטן פּלאַץ, 
ס'אָרקעסטער דיריגירט -- אַן עק פון אַ קאַץ ! 
צו דער קאַסע קוקט קעסלער דורך אַ לאָך, 

ער זעט, אַז פאַרטיק איז נעבעך די בראָך, 

קלאַפּט ער ביי דער פּרימאַדאָנע שטיל אָן, 

און ליליתט שוין מיט איר ביז ס'קרייט דער האָן. 


עס דיבוקט נאָך, עס גילגולט נאָך דער שונד -- 
עס יאָשקעט פיינבערג דאָרט אַ שװואַרצער הונד ! 
בלויז אַז שונדיש ס/ווערט שוין ס'לעבן אַלײן, 

וִוי אויף דער בינע זעלבסט-מאָרד צו באַגײין, 
זילבערבערג אויף אייגענעם האַלדז דעם שטריק, 
ער פּערװואַרפט אים קינציק, וי אין אַ שטיק, 


און זיין אַרױסגעשטעקטע לאַנגע צונג, 

באַלאַקעט : ;עפעס א ווייטשעפל יונג, 

האָט ער אונז אַלע גענומען באַגרענד } 

זעט, אוב מען וויל נאָר איז עס קיין לעגענד ! 

0 מאָל דער ,לאַמפעדוזע קינג", 

ליר ? חשורוש ? עפעס אַ שפינגע-ד'גינג? =-- = == 


די באלאדע פון די בייגל-פאקויפערקע פון בריקליין 


אַז בסךיהכל לעבט מען זיבעציק יאָר 
און דער טוט ציט זיך אַ בייזער שרעק, 
איז וי אַזױ קאָנסטו אים אויסמעסטן, 
אַז ר'איז אַ שטעקן גאָר אָן אַן עק. 


ער מקל'ט, ער מזיקט און ער הרג'עט, 

דעם אין קאָפּ אַ ווונד, דעם אין האַרץ אַ לאָך, 
צו וועלכן אבר נאָר ער רירט זיך צו 

איז שוין אַ פינסטערער גרויסער בראָך. 


אַז בסך-הכל לעבט מען זיבעציק יאָר 

און טוט איז מען אַ לעבן לאַנג אַלץ -- 

אַ דריי אַהין אַ דריי אַהער --- אַן עלינו-שפּײ !ּ 
כאָטש שיט אים אָן דעם וויידל פול זאַלץ, 


לאַנגװוייליג צום שטאַרבן און דו ליג, ליג, 
מיט אויסגעפרעסענע אויגן פול געשווייג, 


168 


מילא, אַז לעכער זיינען גענוג פאַרהאַן, 
פעלט דאָך בלויז אויס נאָר דאָס ביסעלע טייג --- 


טאָ כאַפּ אַ טייגל און מאַך אַ בייגל, 

אַז דו קאָנסט נישט כאַפּן דעם טויטן-עק ! 

און קנעט און פלעכט און שיב אין אויוון, 

שווייג הייגט, שווייג מאָרגן -- סיי וי סיי קיין צוועק ! 


װאָרים פאַר װאָס זיינען דען תכריכים ווייס, 
כדי נישט איינצומעלן זיך ביי די זעק ; 

און ס'זאָל זיין װאַסער פאַר ראָשטשינע-טייג 
גראָבט מען דאָך די קברים טיף, אַ שרעק, 


נו, איז אַ לעבן אויפן עולם האמת } 

פון יעדן ארון אַ קנעט-מולטער געמאַכט, 
די מענער קנעטן, די ווייבער קאָכן 
;כל-הנערים" צום פלעכטן אויפגעװאַכט -- 


נישט אַזױ לייכט איז אַ לאָך צו כאַפן ! 

און ביז ס'ביסל טייג איז אַרומגעקלעפּט ! 

מילא, זאָל ס'קליינװואַרג ;כאַפּערלעך* שפּילן, 
ווייל זיי האָבנ'ס ביים לעבן נישט דערלעבט -- -- 


איז דאָס אַ לעבן אויפן עולם האמת, 

דער אויוון צום שיבן --- דער גיהנום ברענט ! 
נאָך האַלבער נאַכט, ווען מ'לאָזט זיך אין שול, 

שוין קאָשיקעס פרישע בייגל פולע הענט -- -- --- 


די זכרים טאַקע גייען אַרײן אין שול, 

די נשים אָבער בלייבן דרויסן שטיין --- 
די הערצער זייערע ואַקסן וי אויף הייוון, 
זיי הערן זיך צו וי מענער רייסן איין, 


מיט זייערע אויפגעשטעלטע סקעלעטן, 
שטייען זי דרויסן ביי די פינסטערע ווענט, 
אַז אַ געװאַלטיקער פּחד ס'נעמט אָן, 

אַזאַ בייגל-סוחרטע, ווען מ'דערקענט --- 


אויף אויסגעשטרעקטע קנאָכיקע הענט 
הענגען קאָשיקעס בלייענדיק שווער, 

און פוֹן די אויסגעפרעסענע אויגן-לעכער 
קוקט אַנשטאָט אויג, אַ געשװאָלענע טרער. 


169 


און אַז אַ פאַרבייגייער איילט פאַרביי, 

בלייבט זיין שריט וי געלעמט, מיטן אין גיין, 
און פון אַ גרויסער מורא איבערפאַלן 

שטרעקט זיך שטייף אויס זיין האַנט, וי פון אַלײן, 


נאָך אַ בייגל, אַ ברוינעם, אױסגעבאַקענעם -- -- 
איין האַנט נעמט, די צווייטע באַצאָלט -- אָן װאָרט ! 
דעמאָלט ערשט טוט זיך די שרעק פון אים אָפּ 

און די פיס זיינע רירן זיך פונם אָרט. 


ווען די זכרים דרינען, די מתים, 

רופט מען אין ווייבער-שול צו די ,עליות" אויף, 
נעמען די מתות פון די לעבעדיקע 

פאַרן עולם-אמת דעם ערשטן נאַדרױף -- 


דרינען די מתים מיט יעלות און געוויין 

רייסן אַ זועלט איין, אַז סיטוט זיך עפּעס גאָר ! 
און דרויסן די מתות יאָגן זיך אַרום 

ביז אױיספאַרקויפט ס'איז ס'לעצטע פּאָר. 


דער קוש אין דער פינסטער 


נישט קיין אָרעם בוידעם שטיבל צומאָל, 

און נישט אין קיין פינסטערן קעלער לאָך, 

נאָך האַלבערנאַכט אין אַ פערלעגן געסל, 
אונטער אַ צעבראָכענעם טויער, און דאָך -- -- 


ר'וועט קײינמאָל נישט פאַרגעסן יענעם קוש, 
װאָס געקריגן פון איר ביים אַװעקגײן, 

ער דרייט זיך אויס און קוקט פרום-נאָנט איר נאָך : 
דאָס שפלסטע נאָך וי הײיליק ס'קאָן זיין *י. 


זי האָט דערשפּירט זיין עלנדקייט, 

זיינע שווער פאַרפּראַצעװעטע צוויי הענט, 

צו איר קראַנקן מאַן אַהײימגעקומען, 

ס'טריפט פון די דעכער, די פיס זיינען נאַס, 

האָבן אירע ליפּן נאָך בלוי געברענט. 

אַזאַ שוידער איבערן קאַלטן לייב, 

אויף שפּיץ-פינגער גייט ער אין שטוב אַרײן, 

נישט אויפוועקן זיין שלאָפּנדיק שלאַף ווייב, 
10 


אויף דער װײיטשעפּל פּאטשענע 


די ברייטקייט פונם טראָטואַר דאָ, דאָס רחבות, 
מיט צוועלף אין דער ברייט זיינען מיר געגאַנגען, 
קייזער און קעניג, די מייער-סוויטע גאַדשפּיץ, 

אין רינשטאָק בגלופין זיין מאַיעסטעט, דער טרובאַדור, 
סקאַנדירט דעם שריט מיט סקאַנדאַלן-געזאַנגען. 


פוקס און קאַץ און מייזל און ליסקי און טיגער --- 
שלמה, דער מלך פון דער נארע געוועזן! 

איצט מ'דרייט זיך אַרום דאָ מיט עק צווישן די פיס, 
די אייגענע ביינער כאָטש אַרומצוגריזשן, 

די װייטשעפּל קעץ ס'ליד אַדורכצולעזן. 


נאָר נישט אויף דער זייט אַרױף, ווו ,די צייט? דאָרט שטייט, 
אַ פאַרהאַקטע מיט נעגל און מיט ברעטער י-- 

אַ מת אינם ארון זיין רעכט נאָך צו טון ! 

אַז איך גיי די שדים-חורבה אַמאָל נאָך פאַרביי, 

מיין בליק אַ טרערן-פאַרגאָסענער ווערט ער. 


גוט װאָס כ'זע נאָך סאָכאַטשעװסקין דאָרט אָנקומען! 
אָדער איז עס זיין שאָטן ,למך שפּרינג אונטער" ? 
אָבער, אויב אַ שאָטן, אַ סימן מען לעבט נאָך, -- -- 
קלינגער פאַראויס מיט געשפּיצטער פען און טינטער, 
און קרעדיטאָר שמייכלט, זקן-סופרימדיק און מונטער ! 


... אין דער ליין 


אינדערהיים געוועזן איז זומער זומער, ווינטער ווינטער, 
פון הימל איז גאָט אַלײן אונז געגאַנגען אַנטקעגן} 
אויפגעשטעלטער קבלת-פּנים-טויער -- אַ רעגנבויגן, 
מיט צעקלינגטע שליטן-גלעק קומט ער פון אַלע וועגן. 


די פרילינג בין-השמשותן, דאָס געזאַנג אין די ריטשקעס : 

קאַ זון און אַ רעגן, עס איז אַ כלה געלעגן", 

ערשט אין די ווינטער-נעכט די שניי-מענטשן ---: די חנוכה-ליכט, 
דאָ יעדער טאָג אַ געמיש פון נעפּל און פון רעגן, 


171 


קיינמאָל כ'וועל נישט פאַרגעסן יענעם ערשטן באַגעגן דאָ! 
זוו הימל, ווו ערד, ווו זון און ווו לבנה און שטערן? 

עס הענגט הער גאַנצער-אַרום --- ,תולה ארץ על בלימה", 
אַן אייל-אויסגעשמירטער, קאָלירטער, פּאַפּיר-לאַמטערן. 


טראָגט אים אין דער האַנט אַ יינגל װאָס גייט פון חדר אַהיים ? 
הענגט ער אין סוכה ? סטראַגאַנעס מיט געדעקטע טישלעך ! 
,אויף הימל אַ יאַריד", שטיקער שור-הבר, ייןדהמשומר, 

דער לויתן האָט זיך געפישלט -- אַ ים מיט פישלעך. 


זע, ס'גאָלדענע ציגעלע אַרױסגעפאָרן האַנדלען, 

װאָסער מינים סחורות עס האָט נישט אַלץ צו פאַרקויפן ! 
ס'בערדעלע שאָקלט זיך, די הערנדלעך שפרונגען אונטער, 
די שמעקעדיקע פיסעלעך װוי געשמאַק זיין לויפן. 


שטייט נישט אליהו-נביא דאָרט מיט גאַנצע פּעק מציאות ! 
ס';טעלערל פון הימל" דו ברויכסט פון אים בלויז פאַרלאַנגען, 
קלעטערט ער אויף יעקבס לייטער אַרױף אונטער אַ װאָלקן, 
און אין איין הרף-עין ער װעט עס דיר דערלאַנגען. 


מלאכים, שרפים אופנים --- װוי עס פלאַקערט אַ מסחר ! 

צום זיבטן הימל אַרױף די פּרײזן זיך שרויפן : 

צום ערשטן מאָל, צום צווייטן מאָל, צום דריטן מאָל -- זכה לו! 
ווידער דרייט זיך ס'אופנים-רעדל אויף זעלבן אופן. 


איינער פון חיות-הקודש בייסט אַ ציגאר צווישן ציין -- 

אַ זאַנג פון יוסף הצדיקס זיבן פעטע זאַנגען 

אַ פאַטשיילע שפּרײט ער אויס -- ;ואד יעלה מן הארץ" ! 
שעווציקס באָד צווישן סטראַגאַן-שטאַנגען אויפגעגאַנגען -- 


אויף שטאָלצן און אויף קוליעס טאַנץ קאַפּעליע מ',זיבעטלער" 
און דער , טויב-שטומער" גאָרגלט זיך אויף גראַמאָפאָן-פּלאַטן ן 
ביז צום הימל אַרױף אין נעפלען ס'פּנים באַהאַלטן --- 
דער באַרדיטשעװוער גיט גאָט אַליין אין טאַטנס-טאַטן : 


,דיין וועלטל, גאָט, אַ גאַזדקאַמער מיט אויפגעדרייטע קראַנען. 
אַ טשאַדנדיקער, רויך-דושנדיקער שייטער-הויפן -- -= י--" 
ראָד אין רעדל אַרײנגעצײינדלט דרייען זיך די ?בערעס", 

און די אופנים --- מיילער גייען ממש אויף שרויפן. 


12 


איז ווער זעט, אַז נאָך אַ ייד שטעלט זיך מיט אַ שטעלעכל ? 
ס'קאָכט, סזידט דאָס קויפן-פאַרקויפן גערידער-האַרמידער ! 
גאָט צו דאַנקען, נאָך געפּאַקט אַ פּלאַץ אויף הימל יאָריד, 
אױיסצופּאַקן מיינע פּעקלעך פּאָעמעס מיט לידער. 


;לשון און לעבן, לשון און לעבן" ! 


מאַנכעסמאָל, ווען פאַר אַ ,לשון און לעבן? איך לייז, 
כ'ווער-דערלייזט, וי ווען כ'ישרייב אַ סמוטנע-מוטנע ליד ; 
גליאיק-גליווער געגאָס גייט סקרוך דורך גאַנצן גוף, 


און בלייב שטיין אַ מאַנומענט פון בראָנז אויסגעשמידט --- 


דורך אַזאַ מין צער װאָס איבערפולט מיינע אויגן, 

קוק איך טרויעריק אָן דעם קויפנדיקן ייד : 

צי װאָלט נישט בעסער געווען, ווען ער ענטפערט מיר אויך, 
וי צענדליקער אַנדערע : יידיש ? ,איי קאַניט ריד" ? 


קאָן איך אים געבן אַ גאָט, ישראל, סאָציאַליזם ? 

אין צומאָל, אויב מיין ליד איז גוט ווייס איך אויך נישט. 
שנעל דרייט ער זיך אויס, וי דערשראָקן, וי באַנומען, 
זיין אָפּהענטיקן טראָט כ'קוק נאָך צעחושט צעמישט, 


שפעטער, כ'זע אים, אין האַלב-לײדיקן, נעפלדיקן, 

אַ שטיל פאַרטיפטער, בלעטל נאָך בלעטל ער מישט -- -- 
אַז קיינער זאָל נישט זען, פון אַזאַ מין גרויסע פרייד, 

נישט אײינמאָל פון מיין אויג אַ טרער מיר אויסגעווישט. 


רובינען 


אַרױסגעפאַלן שוין די נאָדל פון זיין האַנט, 

צוזאַמען מיטן לעצטן װאָרט פון זיין מויל ; 

וי אויסטערליש אויסנעקרומט עס האָט זיך -- אַ גרויל } 
אָבער אין קאָפּ גראַמט זיך אים נאָך אַלץ, נאָכאַנאַנד --- 


דער קוק זאַלקיג'ס מיט אַזױ פיל צער און פערשטאַנד. 
און שמואל ווייהט'ן, וי גוט איז אים און וי זוויל, 
ווען מיט ווייך שטיקעלע קרייד אויף האַרטער זויל, 
אויף פון פאַרשריבענעם , אינווויס"-בוך, אויפן ראַנד, 


173 


גראַמט זיך אַ ליד צו זיין אסתר, צו ,פאַמאַכצט", 
און מיר, דעם דריטן, דעם מזומן, אַ פאָעט 
צו זאָגן דעם פראָסטן ,רבותי מיר וועלן בענטשן". 


צו דער ברכה מיט שם המלכות מוזן זיין צען, 
הערשמאַן, זיידנפעלד, צומאָל זילבערג --- ס'װאָלט נישט געווען! 
כאָטש גוט צום פאָסנעם מזומן גענוגן דריי מענטשן, 


י ביעטעןן 


נישט די קונציקע פאַרציקט-געציקלטע, 
אַטלעס און זייד געהאָפטענע מאנעגראַמען -- 
דער אַרױסגעצױגענער פאַסטריגע-דרים, 
דווקא ער האַלט ס'געמאַכטע בגד צוזאַמען. 


אַ גאַנץ לעבן ערלעך, שערלעך און אייזנס, 

שוין שווערלעך שפיץ-פען געשליפן אויסצופיינען. 
ווויל אַזאַ מענטש, װאָס פיינער ער אַלײן איז, 

וי צונויפגעהאָפטן זייגע ווערטער זיינען. 


צו קליין אונזער פאָלק איז, אפשר גאָר צו קלוג, / 
ראָסקאָלניקאָווס, קאַרמאַזאָוווס אױיסצוטראָגן ; 

וויי, ווער אויף אַ דאָסטאָיעווסקי זיך פאַרמעסט, 

דער סמערדיאַקאָוו אין אים האַלט זיך אין איין צװאָגן, 


,אויף שיידוועגן", צי ,אויף חרובע וועגן" ? 

אַלע פירן פון עמק-הבכא-טאָלן -- -- 

עס-גייט אין די טיפעניש, אין באַרג-אַרױף ! 

בלוט-שליאד --- ציט זיך דער שטריך, מיילשטיין צו באַמאָלן. 


אויף מיין גורל-זכות שווער אויסגעפאַלן איז, 
דאָ אַ קאַפ צוגלעטן, דאָרט אַ טראָפ אויסווישן ; 
בעסערע ביכער, װי אונזערע לעצטע דאָ, 

איין גוט בלעטל צו לעזן --- וויפיל מ'מוז מישן ! 


,גלעזערנעם באַרג", גלאַט-גליטשיק, אַרױפשטײגן, 
דאָס גאַנצע לעבן מען מוז זיך דאַצו קלייבן -- --- 
וויפיל פאַרזילבערן דעם באַרג מיר קענען, 

אויף אַזויפיל צעשפיגלט די טאָלן בלייבן, 


124 


מ. וייסגראַוו 
וי אין שטעטל אין דער היים, פרייטיק אין דער פרי, 
אויף פישמאַרק אַרױסגעקומען אַ פרומער ייד, 
קומט ער שבת אַראָפּ צום ווייטשעפל יאַריד, 
איינקויפן און טרונקן ביי לײאָנס אַ ,קאַפ-טיי, 


איבער אַ האַלבן יאָר-הונדערט ער װווינט שוין הי, 
דעמלט ווייטשעפל, --- אָ, דער גרויסער אונטערשיד! -- 
גאַנצע גאַס געווען איין צעזינגט עדלשטאַדט-ליך, 

ער יונג, נאָך יינגער, עליה השלים, זי -- -- 


און וועם דעמלט נישט אָנגעטראָפן ביי אַ טישל, 
פון גרעסטן העכט, קאַרפן-קאָפ, ביזן קליינסטן פישל : 
קאַפיטאַנטשיק-קאַפּלאַן, פרומקין-ריווקין-זאַלקינד, 


און איצט זיצט ער דאָ פונקט וי עפעס אַ שבת וי ! 
דערמאָנט זיך : פאַרקנייטשט בליקל ריווקינס -- -- זעט'ס געבוי ; 
שמייכלט ער נאָך צו זיך דאָ ביים טישל אַצינד, 


מיין תפילה איצט 


אַז נישט מיט שמע ישראל אויף די ליפּן, 
אין גאזדקאמער אויסגעגאנגען וי אַ ייד, 
כאָטש די זכיה האָבן ביז לעצטער מינוט, 
האַוונען יידישלעך, מיין פאר'דבק'ט ווידוי-ליד. 


אַנידערגעפאלן אין גאס, אויסגעשטרעקט, 

צווישן די ציין פארביסן דאָס לעצטע װאָרט, 

איך האָב עס דאָך אין מיין ביטערן לעבן, 

נישט פון איין ביסן מיינעם שווער אָפּנעשפּאָרט. 


אַ װאָרט וי אַ מענטש פארפּייניקט קאָן ווערן, 
און ביי לעבעדיק לייב צו קבורה געברענגט} 
אַלײן אַ מעשה ס'װאָלט זיך אָנגעטאָן, 

אוֹיף פארביטערטער ליפּ בלייבן אויפגעהענגט -- 


ווי אין גאז-קאמער שוין אַרײינגעשטופט איצט, 
שטיקט זיך מיין װואָרט אין מיין כאָרכלדיקן האַלדן ! 
נאָר אויסהאלטן קענען לעצטע מינוט דא, 

מיט עקל נישט אַ כראקע טאָן זאָל שוין אויף אלץ, 


רחום וחנון דו 


וואלט איך געווען א פראנצויז, 

א סיפיליטיש-צעפרעסענער גוֹי -- 

(גהעטע דער דייטש און שעקספּיר דער גאון, 

זי גייען מיך שוין ביידע לאנג נישט אן!..) 
זיכער זיך געפונען א הייליקע פרוי, 
ארייננעמענדיק מיך צו זיך אין הויז, 

מיך שטיל געקארמעט מיט איר לייב -- 

מיר גאנץ צו זיין, װוי קראנק כ'בין שוין און גרוי ! 
יעדן מנווול זיך פארקויפט פאר א ווייב 

ביז איך וואלט שטיל אויסגעגאנגען אזוי. 


וואלט איך א רוס געווען. 

מיך צוגעשארפט, קיינער זאל נישט זען, 
צום פּושקין מאנומענט, 

אין די קעשענעס פארשטעקט די הענט, 
געהאלטן כ'וואלט דעם פּיסטױל 

און באפרייט מיך פון שאנד און פון עול --- 
אין האַרצן אַרײין דער געצילטער שאָס, 

עס וואלט געווען פון מיין לעצט ליד 

דאס לעצטע אות -=- == == 

בין איך דאד אבער א ייד -- 


גאטעניו, רחום-וחנון, דו, 

גיב מיר כח זיך צו פארקריכן ערגעץ-וואו 
אין א געסל פינסטער און פרעמד, 

אין א לעצט-פארלויזטן העמד, 

שטיל אויף מיינע אויסגעטרעטענע שיך, 

אז קיינער זאל נישט דערקענען מיך ; 

און מיט צוויי שאכטלעך שוועבעלעך שטיין, 
אנביטן יעדן פרעמדן וואס אדורכגיין } 

מיך דערנערן אזוי, ביז פאלן כ'וועל טויט, 
בארגראבן צו ווערן ערגעץ הינטער א פּלױט. 


176 


די ארעמע חתונה 
ס'חתונה-בריוןל 


קול ששון וקול שמחה, איר זאָלט אייך נישט דערשרעקן, 
ווען מיט גרויס מזל ס'חתונה-בריוול איר װעט קריגן } 
קיין מגיפה, קיין פעסט, קיין כאָליערע, רחמנה לצלן, 
קליינע קינדער שטאַרבן נישט, חלילה, אין די וויגן, 


פון דער מיטה אַראָפּ אַ פאַרבלוטיקט-געשענדעטע, 
אַ טויט-באַלײידיקטע, די שפחה אַראָפּגענומען -- --- 
אַ חתונה אויפן בית-הקברות -- ס'איז חי-געלעבט, 
קאָקלע-קהל, אין עסיק, אין האָניק, אַרױסגעקומען. 


דער גערודער, דער געטומל : ס'גאָרגלט זיך דער חזן 
דער שמש, אַ פאַרקייכטער, שלעפנדיק די פיר דרענגער ; 
מכוח'ן סילוק'ן האַמפער זיך די מחותנים, 

די מחותנעטעס זעען אויס דיקער וי לענגער, 


און ווו קאָן מען נאָך זען, אַזעלכע זיסע תחינה-ליפלעך, 
פון פאַרצוגן פיסקל אַזאַ מענה-לשון הערן ; 

אויף אַלע כלים צעקלינגט זיך אַ כ;אל מלא רחמים", 
ס'שטעלן זיך װוי די באַבעס אין די אויגן די טרערן. 


פון שטערן-טיכלעך ווינקן טענצלדיק ציטער-שפילקעס, 

אויף ברוסט-ברעטלעך בלישטשען ברייטלעך -- ברילאַנטענע בראָשן ; 
ביז אויפן האַלדז אַראָפּ פערלען זיבן שנירלעך טרערן 

ווען דער בדחן, ביים באַדעקנס, צעלאָזט זיך מיט לשון, 


ווישט די אויגן אויס, אַ מצווה-טענצל אויפגהאָצקעט ! 
אָט די טענדע-ווערענדעס װעלן דיך נישט ,,באַגרעבן"; 
דעם הויך-אויפגעגאַנגענעם קוילעטש אויפן קאָפ ‏ 

מיט אַזאַ שפחה אַלע גבירנטעס איבערלעבן, 


פון חתנ'ס צד 


באמת, אַן עוולה גדולה אייך צו פאַרגעסן 

האָט איר דאָך דאָ צרות אונז אָפּגעטון און זיך אויך ; 
מילא, אַז דער מאָגן ליידיק און נישט פול דאָס האַרץ, 
טראָגט מען זיך אַרום מיט אַן אויפגעבלאָזענעם בויך, 


177 


גרויס וי יעסענין, צי אַ בעל-כוסה וי יענער, 

אוב נישט עכט, בלויז נאָכגעמאַכטס, װאָס שוין דער אונטערשיד? 
ס'ערגסטע, װאָס אַ מבין אַ ייד, פאַרשטײט זיך בעסער, 

וי אויף אָנגעשטעלטן טרונק, אויף איינגעמאַכטן ליד. 


אונזער געזאַנג -- ;על כל פשע תכסה אהבה" ! 

אָבער אָנגעהויבן טשאַדען פון שטעטל דער רויך -- -- 
איז ווער זעט נאָך די פייגל, וועם גייען זיי שוין אָזי 
וי שיין זיי זאָלן נישט זיין, זייער פליען וי הויך ? 


װאָלט ער דאָ געבליבן, ר'װואָלט שוין בייגל געבאַקן, 

אויף יענער וועלט, דאָרטן, עסט ער זיי געשמירט --- אויף דער ; 
װאָדקא פון פלעשל ? זיינען נישט פאַראַנען ;גרעסען", 

דייטש, ענגליש ? װאָס טרינקן פון קעלישקל ליקער ? 


אַ לעבן אויף אייך דאָרט, בלויז אַ בייז אויג נישט שאַטן! 

טאַקע, אַז וועלט ,טשאַדעט* אַ וועלט, פאַרװאָס נישט מיר אויך ? 
שוין עפעס גרויס'ס אויסדרייען --- אַמבראָזיש-לאָמבראָזיש ! 
האָט יונה זיך נישט געראַטעװעט ביים פיש אין בויך ? 


;יידיש ? מיר שרייבן מיט העברעאישע אותיות !* 

זיך שוין אַרומגעדרײט דאָ וי פאַט און פאַטאַכאָן : 
סאַנשאַ פאַנשאַ נעבעך פאַר טעלער זופ, דאָך קיכאָט -- 
פאַר כוסה, װאָס נגידל געשטעלט פאַר ,באַדאַכאָן". 


אי"ה אויף קנס-מאָל איינלאַדענען ביידע, 

אים, די כלה צו באַזינגען, װי ער קען -- מיט כוח ! 
און סאַנשאַ, זעט ער נישט אויס וי אַן עכטער שדכן* 
ס'בייכל אים אָפרח"שן מיט דער גילדענער יויך --- 


אויפן אויסגעבעטן כלה-שטול אים באַזעצן ! 

גיי און שרייב אין עברית מיט זיבן גרייזן נח? 

ערשט, ווען יענער ליד אויף שיילעקיש איבערזינגטס, 
גאַנצע ענגאַלישע דיכטונג דעמלט װער נאָך ברויך דיי 


די ,ארעם-סעודה* נעבען ... 


ממחרת, נאָך דער חתונה די ?ארעם-סעודה" ! 
ס'האָט זיך געטון אויף בענק און אונטער די טישן, 


178 


עס שמייען די סאַרװעס משוגענער-ווייז אַרום, 
דער קאָכעלעפל האַלט אין איין שוימען און מישן, 


בלויז פון דרויב פון די עופות, די קעפלעך, די פיסלעך, 
און ערשט פון נעכטיקן שריים אויף די טעלער, 

אַן אָרעם-סעודה פאַר אַ כאָפּטע אונטערלעקער ? 
חתונות, אמתע, פראַווען און מאָלצייט-בעלער, 


און װאָס קלענער דער עולם אַלץ גרעסער די שמחח } 

אַ חוץ עפעס אַן ;אפגעדאַוונטן* בעל"תפילה, 

אַ פאַרשלעפטש קרענק מיט פעדער שוין אונטער די נאָז, 
האָצקעט אַרין אַ חולה-נופל אויף אַ קילע, 


יענער מיטן מחיש װאָס האַלט זיך אין איין קוועטשן, 
זיצט אױבנאָן, ביים שפיץ-טיש, אַ ברייט-צעקנעפלטער ! 
אַז וויפיל בסך-הכל, נעבעך, געבליבן נאָך ? 

איינער אאַנאָנגעפאָרענער", אַ צעווייטשעפלטער, 


הייזעריקער חזן-האַלדז בלאַזשנט ,משברכ'ס", 

צום טאַקט באָמקען שכור צו די ליידיקע גלעזער : 
;מורינו ורבינו הגביר הנגיךד? -- -- --- 

די גבאיטעס שנייצן אין די טיכלעך די נעזער, 


אַן ;אָרעם סעודה" אויף אַלע קבצנים געזאָגט ! 

האָט מען דאָס געשנאָשקעט און פופיקלעך פאַרביסן,. . 
בלויז אָן קאַפּעלע נעבעך : די פויק אַ געפּלאַצטע, 

און פון פידל די לעצטע סטרונע שוין געריסן, 


+ 3 : 


ס/וואַלגערן לערע פלאַשן, צעבראָכענע גלעזער, 
אין געבליבענש ביינער ברעכן הינט די ציינער } 
אַ פאַרשנאָשקעטער איינגעשלאָפן ביי אַ בענקל, 
צו אַ מצבה אַצוגעפאַלנער וויינער. 


;שא, שטיל מאַך נישט קיין גערודער" בלויז דאָס באַס-געגרעבץ 
דאָס גערומפל אין די בייכער -- די פויקן דעכן ! 

לאז זי זיס טרוימען אין זייער שלאָף דעם גערעכטן, 

אין דעם געמייקע טריפהנע קושקע אויסצוברעכן. 


179 


דער ווייטשעפל טראטואר 


עס איז אַ שטאָט אַ ברייט-באַבלעטערטער, צעצווייגטער שטאַם 

מיט הייזער מיט גאַסן, איר װאָרצל -- דער טראָטואַר ! 

אַלץ איינגעשרופענער בלויז דאָס האַרץ, װאָס גרעסער די שטאָט -- 
אַ פאַרשטאָפטער מאָגן צעגרעבצט זי זיך מיט אַ קאַר. 


ווערט אונטערגעהאַקט אַ כרך, געשניטן ווערן גאַסן -- 
איבערגעװואַקסן געביי אין װאָלקנס זיך אַ שפאַר ! 

בולװאַרן און סקווערן, ווייט צעלויפן זיך די וועגן, 

בלויז דאָס האַרץ עס בלייבט דאָס זעלבע --- געװואָרצלט אין צער 


1{ דער שבת-שפאציר 


אָן אירע געסלעך װאָס איז ווייטשעפל, 
וי אונזערע שטעטלעך אַצינד אָן די יידן ! 
היימישלעך בלויז די שבתים זיינען נאָך, 
זיי דערמאָנען אין די שטעטלדיק ירידן. 


די געבליבענע, שבתדיק אָנגעטון, 

לאָזן זיך אַרױס מנוחהדיק שפּאַצירן, 

און דרייען זיך צווישן די ;בערעס" אַרום, 
וי אויף אַ יאָרמאַרק צווישן גויאישע פירן. 


דער חלול שבת, צי סישטעטל דערמאָנט זיך * 

דער ייד, אויף צווייטער זייט, װוי אבלדיק גייט ער : 
לאַנג וי דער יידישער גלות ציט זיך דאָרט, 
טראָטואַר ברייטער, אַלץ רחבותדיק פאַרשייטער. 


פון די געבוירענע דאָ בענקט ווער צוריק, 
צום געסעלע ווו זיין וויגל איז געשטאַנען? 
אויב יאָ, װעט ער אַזױ וי דער ייד דאָרט, 
אַ סמוטנער אויף ברייטן טראָטואַר דאָ שפאַנען. 


2 אויף דער אנדער זייט 


נישט אויף דער זייט, טראָטואַר, דער יריד-צעטומלטער, 
אויף דער אַנדערער, גייען מענטשן אַזעלכע שטילע, 

וָזי צו אַן אַלטאַר, װוי להבדיל צום ארון-קודש, 

עס איינצורייסן, אַנידערצופאַלן א תפילה. 


ס'גייט אַ זון צו אַ טאַטן, אַ גוסס, אַ שכיב-מרע, 
אַ מאַמע צו אַן איין-איינציק קינד װאָס ליגן מסוכן, 

אַ געליבטער ציילט די שריט, ציילט די רגעס וי אַמאָל, 
ער גייט, זיין געליבטע אַ לעצט מאָל איצט נאָך אָנקוקן. 


צו זיין קאַר גייט ווער אַ שװוער-פאַרקלערטער אין געדאַנקן, 
אָקאָרשט אַ יונגער מענטש געבליבן אונטער זיין מעסער, 
ער דערזעט שטיל אָנקומען אַ פרוי, און וי אַ מערדער, 
כאַפּט ער זיך גיך אַרין, אין זיין קאַר --- דער פראָפּעסאָר, 


נישט אויף דער זייט, דער יידישער, דער מאַרק-צוטומלטער, 

אויף דער אנדערער, ווען כ'שפאַציר אין די זומער פאַרנאַכטן, 
ווערט מיין שריט אַן אַנדערער, אַ שטילער, אַ פאַרטראַכטער : 
פירט מען מיך נישט אַרױס פון אַמבולאַנס אויפגעמאַכטן ? 


אַ לעצטן בליק כ'װאַרף נאָך אויף דער אַנדער זייט אַריבער ! 
טויט-שטיל, קֵיין ,זעל" מען זעט נישט מער דאָרטן, אױסגעשטאָרבן. 
צעלאָפן זיך יעדער אין זיין לאָך, אין ,זיין ריר" אַרײן, 

יעטווידער אין זיין גןדעדנדל װאָס זיך דערװאָרבן. 


פון אַ שויפענסטער בליקט בלייך אַריבער אַ מאַניקען, 

אויף דער פאָטשענע שטייט שטיל אַ פאַרגעסענע ,בערע" -- -- 
אין דער ליידיקער רחבותדיקייט כ'דריי מיך דאָ אַרום, 

אַזאַ מין פאַרלױרענער רואה-ואינו-נראה. 


5 װי-זא :ור 


ס'לאָנדאָן-האָספיטל אויף צווייטער זייט טראָטואַר 
ס'טראָיאַנער פערד מיטן מאַרק אַוועקגעשטעלט, 
געשטאָפט מיט דאָקטוירים פול מיט קראַנקן-שװעסטער, 
אַרײנצובאַקומען געפערליסטן העלד, 


פון דער זייט פאטשענע, פונם קאַפע לייענס, 

קוקן די ;אָלד-פענשנס? אַריבער מיט שרעק: 

זי װואַרטן דאָרטן מיט זייערע כלי-זיין, 

קורץ און שאַרף, אונז איינגעשלעפערט, און --- אַן עק ! 


נישט זעלטן פאַרדרייט ווער ס'קעפל, וי אַ הינדל, 
און פון קייגנאיבער -- ס'טראָגבעטל איז דאָ! 


181 


די אאָלד פענשנס" קוקן זיך פאַרלעגן איבער : 
אַ יינגער מענטש נאָך געווען... געכאַפּט די ;פלאו" .. . 


נעפל-פאַרהאָנגען קוקן גרוי די שפיגלען, 
קאַלטע טראָפן קייקלען זיך סמוטנע אַראָפּ -- -- 
די אַלטע ביי די טישלעך הערן וי מען טראָגט, 
יעדן טראָט אויף טראָטואַר ציילן זי אָפּ. 


: : : 


אָן אירע געסעלעך, װאָס איז ווייטשעפל, 
אָן אונזערע שניידער װאָס זיינען מיר דאָ? 
אויסגעלייגטע שויפענסטער אױסצושלאָגן, 
ווען חלילה קומען זאָל, אַ בייזע שעה -- -- 


אָ. נישט נאָר מאַניקענס אויפן טראָטואַר, 
אויסגעלייגט, ליגן מיר װעלן --- אין אַנגראָ! 

און אין טרויאַנער פערד אַ דאָקטאָר, אַ זון, 
איינגלייגט : האָרכט פון וי-זאַיװי דעם עכאָי.. 


א לעצט געזאנג צו מיין לייב אויסצוזינגען 


אַ לעצט געזאַנג צו מיין לייב אויסזינגען, 
און נישט אַז עס זאָל עס ווער נאָך ליינען, 
װאָרים ווען איך װועל זיין שוין געשטאָרבן, 
מען וועט דאָך אים צומאָל נישט באַויינען. 


אַ לעצט געזאַנג צו מיין לייב אויסזינגען, 
ווייל ביז אַצינד ער האָט אויסגעהאַלטן ; 

עס וויגט שטיל איין ווי אַ קינד דעם זינגער, 
וי אַ זיך וויגנדיקער שטריק פון באַלטן. 


אַ לעצט געזאַנג צו מיין לייב אויסזינגען, 

צווישן די פיר ווענט עס זאָל בלייבן פאַרשוויגן -- -- 

אַ זינגענדיק האַרץ, ווערט עס אומעטיק, 

בלויז דער טוט קאָן עס, ווי אַ מאַמע פאַרוויגן חי דחז דוה היה דיה דוה דיה 


182 


אין שפיטאל בעט 


ווען ער איז דערגאַנגען זיין לעצטן טראָט -- -- 
נישט צו מענטש, נישט צו זיך און נישט צו גאָט 
איז ער אַ פאַרמענצעטער צוגעקומען ; 

אַן אַמבולאַנס האָט אים צוגענומען, 

פון רינשטאָק אַ פאַרקערט קופקעלע שטויב, 

צו זיך ר'איז געקומען ביים אַראָפהױב --- 


ער קוקט זיך אַרום, פון אַן אַמבולאַנס, 

עלעהיי פון אַן עגלה, אַ שאַנס 

אים, אפנים, געװאָרן נאָך געגעבן, 

אַזאַ לעצט פאָרעכץ אויך איבערצולעבן, 

ער שמייכל : צו שטאַרבן צומאָל שוין טויט-מיד, 
און אין קאָפּ סדרט זיך נאָך אַלץ אַ ליד, 


אַן אָפּ-אין איבערגעלעבטן פאָעט, 

אז מען לייגט אַרײן אין אַ שפיטאָל-בעט, 
נישט צוצוגרייטן פאַרן דאָקטאָרס מעסער --- 
(גלאַט אַזױ ביז ווערן אַ ביסל בעסער...) 
נאָך נישט צייטיק פאַר מלאך המות שווערט ! 
דאָפּלט שווער אויף האַרץ אַזאַ איינעם ווערט, 


פאַלאַצן גאַנץ לעבן געבויט, געשפּינט, 

און צומאָל געבליבן אָן הויזגעזינט, 

און אַצינד אז אַביסל זיך אויסרוען 

ער מוז, איז װאָזשע זאָל ער נעבעך טוען, 

דערפרייט אים יעדער גראַד היץ װאָס שטייגט הויך : 
זיין לאַגע וויסן, צי מוזן זיי אויך. . , 


ליגט ער צופרידן, די אויגן פאַרמאַכט, 

קיינער נאָר נישט דערקענען װאָס ער טראַכט, 
זאָל נאָר אַװעקגײן דער לעצטער גראַד פיבער, 
וועט דאָס לעבן אים ווערן דאָפלט ליבער : 

איז דאָך פאַר אַן אָפּגעלעבטן פאָעט, 

זיך אויסצורוען דאָך פאַראַן אַ בעט... 


וי זי לויפט אַזױ אַהער און אַהין, 
מיטן פענצאָלין שפריץ, מיט פלאַש אורין ; 


1813 


און וי שטאָלץ זי טראָגט דאָס אזוי די פלאַשן, 
און דעם עמער דעם געלעמטן צו ואַשן; 

וי מאַיעסטעטיש דערהויבן, די קרויז 

פון הייבל אויף קאָפ, וי אַ קרוין זעט אויס. 


איידער געקומען ס'איז די באַזוך-צייט, 

אַ טישל אויסגעצוגן, געמאַכט גרייט ; 

אָבער אַז קיינער איז דאָך נישט געקומען, 

איז ווער האָט געזאָלט אים ברענגען די בלומען ? 
באַזוך-שעה אַװעק, ברענגט ער אַ בוקעט, 
ס'צעטעלע : ;אַנאָנים פאַרן פאָעט". 


און ווען זי שטייט אים צו געבן אַ שפריץ, 

האָט זיך זיין בליק געטון אַזאַ צעבליץ: 

דער אַנאָנים, דווקא זייער אַ נאָנטער... 

אין צאַרטן ציטער פון איר האַנט, דערקאָנט ער -- 
די מאָרפיום-נאָדל אין אַ נערוו אַרײן, 

און ער קיין קרים זיך נישט געטון, אָ, ניין -- -- 


אַז ס'האָט אים געפירט אַהער דאָ זיין טראָט, 
באַרג-אַראָפ, צו מענטש, צו זיך, צו גאָט, 

מוז דאָך דער אומוועג אויך האָבן אַ זינען, 

און אויב נישט ס'געזוכטע -- דאָס אויסגעפינען ! 
ער ציילט דעם ריטם, דעם פולס פון אַ פערז -- 
די אַװועקגעאײלטע שריט פון דער נערס. 


פון מיינע לידער ,אין יידישן שפּיטאל? 


רוט די שכינה מיר צוקפּנס ? 

איך ווייס נאָר אַז עמעצער שטייט איצט דאָרט, 
מיינע ליפּן באַװעגן זיך, כסדר פאָרט, 

אָבער ס'כאַפּט קיינער נישט אויף קיין װאָרט, 


איך אליין נאָר הער עס און פאַרשטײ עס, 
און מאַך מיד די אויגן צוריק צוֹ -- -- -- 
רוט דאָ די שכינה מיר צוקאָפּנס ווו 

אָדער שטיל אין איר שויס שוין איך רו? 


184 


א + א 


קוועקזילבעריק, אַרױף אַראָפּ צאַפּלט ביסל לעבן, 
איין גראַד נאָך און --- אַריבערגעשפּרינגען ! 

מוז מען דען ערשט צוריקשפּרײזן אויף צוריק, 
כדי לעצטער שפּרינג זאָל געלינגען ? 


איין איינציקער גראַד נאָך, אַ האַלבער -- --- 

הער איך טאַקע, די מלאכים שוין זינגען?... 

,מאַמע? -- -- -- 

ניגונדיק"וויגנדיק װאָרט אויף מיין ליפּ-געשטאַמל, 

רייסט מיך וועקנדיק אויף צום לעבן מיך צו צווינגען -- --- 


אויף אירע װאַכע אָרעמס טראָגט זי מיך װויגנדיק אַרױס, 
פון אַ טונקלען שפּיגל װאָס ווערט אויף פּיצלעך צעשפּרינגען. 


3 א 58 


אַזאַ תפילהדיק טורטלטױביק װאָרקען, 
וי די בלוט-טראַנספוזיע אין האַרצן אַרײן איך'ס דערשפּיר : 
אַלע אין די בעטן הער איך בעטן פאַר מיר -- --- 


די ליבשאַפט איך װעל קיינמאָל נישט פאַרגעסן, 
און עס לוינט זיך שוין צו לעבן פאַר איר, 


(צו אַ נערם) 


אַזױ איז מיין מאַמע איבער מיין בעטל, 
טעג און נעכט געזעסן און גאַנצע װאָכן, 
פערעלעך דרילעווען זיך אירע טרערן, 
און ס'האַרץ פון דינסטן נעדעלע צעשטאָבן --- 


איבער איר שויס דאָס געשפאַנטע שטיק-רעמל, 
איר האַרץ -- בײיטאָג די זון, ביינאַכט די לבנה ! 
אירע ליפן שלשתדיק געשנירלט --- 

אַ תחינה זי האַלט אין איין זאָגן בכונה. 


אין מיטן נאַכט, ווען כ'עפן אויף די אויגן, 

און דערזע זי אזוי תפילהדיק זיצן, 

האָט זיך איר פרום מויל פערלדיק צעשמייכלט : 
;געפעלן דיר אינם אַזשור די שפיצן ?* 


185 


13 


פאָר דר. ישראל פעלדמאַן 


װאָס מיינט דען אַ פּאָעט צו זיין ? 
קענען מיטפילן דעם צווייטנס פּיין! 
גאָט, נישט די יסורים מיך שרעקן, 
נאָר די מורא זי קאָנען אויפוועקן, 
רחמנות צו זיך אַלײן -- -- 


וי שרעקלעך וי קריכעריש קליין, 
ציטערדיקע הענט אין געוויין, 
פאַר זיך גופא בעטנדיק שטרעקן. 


די שטילקייט דריי אַזײיגער : 

און אויפן זעסל ביים פענסטער איינער אַלײן, 
איך לאָז די אויגן פאַרשעמט אַראָפּ, 

און דרימל וי אַ זקן, שטילינקע איין. 


: : : 


אויף כװאַלעס פון ים 1 אין אַ שפּיגל? 
קריסטאָל שטייף באַװעגט זיך מיין בליק, 
נישט אַ װאָרט אַרױסצורײדן צו וועם. 


ווי הינטערגרונט דער ים װאָלט געווען, 
און איך אין וויגנדיק טיפן זעסל, 
איינגערעמט אין דער גילדענער רעם. 


מיין זיידע זצ"ל 


אַז נאָך חצות אָפּריכטן, 

האָט זיך מכינען גענומען, 

פאַרטיק ערשט געװאָרן גלייך מיטן טאָגן. 

און שטייענדיק אַזױ אַ צעבראָכענער ביים כיור, 
און גענומען מיט כוונה אשר-יצר זאָגן, 

איז ער מער שוין צום דאַװענען נישט געקומען. 


186 


אין קריאת-שמע בזמנו פאַרגעסן, 

אין ,,פון פאָרנט" און פון מיטן מיטן, 

געשטאַנען זיינען אים פאַר די אויגן 

די אַלע װאָס האָבן אַזױ געװאַלטיק געליטן; 
;וברא בו נקבים נקבים חלולים חלולים" -- -- 
האָט זיין געוויין דאָס האַרץ צעשניטן, 


;שאם יפתח אחד" ! האָט אים דערדריקט דעם דלך ; 
צי קאָן זיין תהלים זאָגן וועמען דען היילן ? 

אַ פּױער װאָס ברענגט קרייטעכצער אין שטאָט, 
װאָלט ער געװאָלט צו יעדן קראַנקן איילן ; 

אַ גרעזעלע ווערן אַ שטיקעלע קרייטעכץ, 

און צו יעדן אַ שטיקעלע זיך פאַרטיילן, 


די צוויי שטייף-אויסגעאַרבעטע בלייכע הענט 
אויף דער װאָל-ווײיכער רויטער קאָלדרע, 

וי אוסגראַװירטע זעען זיי אויס } 

אין שאַרפן פּנים די שװואַרץ-אַפּלען, 

(אונטער אַש ס'װאָלטן פונקן געברענט )) 
היימיש פאַרטיפט און אַזױ אויפגעריסן גרויס, 
מיין טאַטנס אויגן כ'האָב אין זיי דערקענט, 


אַ גאַנצן טאָג זיינען די ליפּן אַזױ שטיל, 

נאָר ביינאַכט ווען ער מיינט ר'איז אַלײן -- -- -- 
מיט מיין גאַנצן האַרצן איך הער זיך איין, 

און וי איך װאָלט עפּעס אייגנס דערקענט, 

האָרכן מיינע אויגן, אין זיך אַרײן געווענדט. 


(מיין ווי-זאַ-װױי אין , מיילענד-װאָספטל") 


נאָך באַלעקט דעם לעצטן לעפל אים דערלאַנגט, 
געװאָלט נאָך װאָס אויסריידן, װאָס געדענקט : 
וועגן ווידוי, אפשר ירושה צעשענקט, 

צי עפעס אַ לעצטן ווילן נאָך פערלאַנגט, 


187 


קוים צו דער װאַנט זיך אויסגעדרייט -- ;אָפּגעדאַנקט", 
אויף צויטל פון דער היים מיט זיך מיטגעברענגט, 

האָט עפעס אַ מין פונקל זיך אויפגעהענגט, 

און אזוי מיט אַ שמייכעלע אױסגעצאַנקט : 


... אַ פיטשעדיקס, וי אַלט האָט ער געקענט זיין, 
צום ערשטן מאָל געפירט אים אין חדר אריין, 
דער מלאך-פאָמפער װואַרפט אים פייגן אַראָם י.. 


ער זאָגט נאָך דעם רבי'ן : קמץ אלף, אָ -- -- 
ער הערט : ,, מיין קינד אין אַ מזלדיקער שעה" -- -- 
ער שפירט אַצינד די מאַמעס קוש אויף זיין קאָפּ -- -- -- 


די שפחה 


צוגעשניטן, געפאַסטריגעט, געדזשאָבעט, 

מיט דער מאַשין געשטעפט, מיט די הענט גענייט, 
צוגעפרעסט שוין מינדסט פעלדל ווי קונציק פיין --- 
פערטיק דאָס מלכותדיקע חופה-קלייד, 


אָבער ווער זאָל עס דען אָנטאָן, און נאָך װאָס, 
אַז קיין חתונה וועט סיי וי נישט זיין ‏ 

דער חתן נישטאָ, טוט צי גאָר אַנטלאָפן, 
כלה-עגונה אויף אײביק אַלין. 


קענען מייז צעגריזשען, מילבן צעפרעסן, 
מיט אַזויפיל פרייד דאָס קלייד אויפגענייט ? 
וויפיל טרערן, וויפיל בענקשאַפט-פיין -- -- 
אַ חופה-קלייד פאַר גאָט און פאַר לייט ! 


אַ שיפחה געווען און אַ שיפחה זי בלייבט, 
און איין-אליין, שפעט אין קיך זי װעט שטיין, 
איר קופערט גיט זיך אַן עפן אויף אַלײן, 

און איר האַרץ געטרייסט פון אַ זיס געוויין. 


188 


א סאנעט 


אויף שריט און טריט מיט אים מיך אָנשטױסן איך פלעג, 
וועג געפירט פון שטוב אין קאַפע, פון קאַפע אין שטוב : 
אויב ס'וועט זיין ווערעמדיקער און פינסטערער אין גרוב, 
וועט עס דאָך אָבער שוין זיין דערפאַר דער לעצטער וועג, 


כ'קוק אים אָן ! ברודער כ'וועל דיר נישט ענטפערן, נישט פרעג ; 
ווערט מען געבויערן אַ פויגל מיט אַ שטומפן דזשוב, 
אין הארצן אַרײן אַלץ טיפער און טיפער אים שטופ, 
און דיין זינג וועט זיין דער זיסטער און די לעצטע טעג, 


און זע, װוי דאָס פנים ווערט אַלץ פויגלישער, אַלץ דינער, 
דער בליק --- קריסטאָל-געשליפער, שפיציקער גרינער ! 
און וי ס'ברויערט אין האַרצן אַלץ טיפער און שאַרפער -- 


צעשפיגלטע קוקן מיר איינער אויפן צווייטן --- 
צוויי נאָענטע, װאָס דערקענען זיך פון דער ווייטן } 
הער, איינער פון אונז די האַרף, דער צווייטער -- דער האַרפער. 


צוויי לידער 


פוֹן וויפיל שטעט איז דען לאָנדאָן צונויפגעשטעלט, 
און פון טויזנט און איין שטעטל ווייטשעפל, דו -- -- 
מען דאַרף נאָר אַ װואָרט צו הערן, אַ תנועה בלויז, 
און מען דערקענט דעם איינגעזעסטן פון װו, 


און נישט נאָר די אָנגעפאָרענע, די פרעמדע, 
זייערע קינדער אפילו --- אין זינג-אַקצענט ! 

וי דעם טשעלסי-טעדי-בוי אין אַ פאַרק-לעין קלוב, 
און וי אין היײידפאַרק דעם ;קאָקניי מען דערקענט, 


הער איך אַ ייד נאָך ריידן דאָ מאַמע-לשון, 

ווי אין שול ביים ליינען הער איך צו צום טראָפ, 

און דערזע זיין גאַנץ שטעטל פאַר מיין בליק, 

שפיגלט אין דער טרער, װאָס פאַלט שווער פון אויג אַראָם, 


ווו איז עס דאָס שטעטל -- טויזנט און איין מעשה. -- 
וי די מעשיות פון חומש װאָס אַמאָל געווען ? 

און פון דעם נעסל דאָ, דעם שאָטן נאָך פון דאָרט, 
ווער קאָן וויסן װאָס אין איין טאָג ס'קאָן געשען. 


+ א צ 


נישט פאַר אַן אָפּענעם ים צעפונקלט מיט זון --- 
פון אַ בלעטעלע אַראָפטריפט אַ טראָפּעלע טוי, 

ס'טובלט זיך מיין בליק דערין, וי די זון אין ים, 
גייט אויף אַ צעשפיגלטער זי זי קלאָר און בלוי, 


און ווען אַ שוועלבעלע בלייבט שטיין הויך אויף אַ שפיץ בוים, 
און צעוויינט זיך מיט זיין לאַנג-צעצױגענעם אוי, 

בלייב איך טיף פאַרטראַכט אין מיר קוים עס צו פאַרשטיין, 
ווי אַזאַ קליין באַשעפענישל ליידט אַזױ, 


און ביים טישל, ווען זי זיצט קייגנאיבער מיר 

איז עס אין קאַפע פֿונקט אַזױ, האָר גענוי : 

דאָס גאַנצע פאָלק איר'ס זיצט איצט קייגנאיבער מיר, 
אין אָט דער האַרץ סודותדיקער, ווייט-נאָנטער פרוי, 


דאָס אַלביאָןבלאָנד פון אירע גאָלד-קופערנע האָר, 
ס'שנייט נאָך אַרױס פון דעם זילבער-געדינטן גרוי, 
וי פון איר שטאָל-בלױיען נעפל-באַהױיכטן בליק, 
ס'קוקט בייז אַרױס צו מיר איר זיידע, יעדער גוי. 


די באשמירטע שולן 


1 
מאָלט זיך בלויז דער שאָטן פון שטן אויף די ווענט, 
אָדער גייט שוין ווידער דאָס שרעקלעכסטע פאַסירן? 
איז עס אַ ווילדער אָנהױיב, ווידער פאַר אַ סוף, 
צי ס'ווידער-קול ווילדעוועט נאָך אין די געהירן ? 


פאַרװאָר,. מיר שטעלן שולן אויף ווו מיר קומען, 

נישט נאָר תפילה צו טון -- גאָטס װואָרנונג צו דערהערן } 
עס זאָלן זיין ווו די ,,עצים ואבנים", 

ווען גאָטס כעס איבער מענטש אױסגעגאָסן מוז ווערן. 


וי די כותל-מערבי פון בית-המקדש, 

זיינען פון די געטאָ-װענט די שולן געבליבן ; 

וי שווער ס'איז אַ פאָלק, ווען אין גלות אַרײן ס'גייט, 
אַזױ שווער ווען פון גלות אַרױס ס'ווערט אַרױסגעטריבן, 


190 


;אדוני אדוני אל רחום וחנון" -- -- --- 

האָסט אונז אויסגעקליבן אײיביק דיר צו געהערן } 
גאָט, אײיביק פרוווסט דו אונז --- עשרה נסיונות !ּ 
מיט פאַרטריבן ווערן, וי מיטן װידערקערן, 


2 צו דער פארברענטער עזול 


אין אָנהױב איז געווען דאָס פייער -- --- 
אויב ס'וועט אונז צו אונז נישט צוריקברענגען, 
צו וויסן ווואַהין מיר געהערן, 

וועט מען אונז באַלד אויף גאַסן-לאַמטערן, 

וי די געהרגעטע הינט אויפהענגען, 


עס איז דער שייטער-פייער, וי דער סנה, 
ס'טאָר קיינמאָל נישט אויפהערן צו ברענען, 
עס וועקסלט זיך בלויז אָפּ איינס אין צווייטן, 
צו גיין אַזױ אין די אײיביקייטן, 

זיך און גאָט אין פייער צו דערקענען. 


אַז אַ פונק דערפון זאָל בלייבן טליען, 
וויפיל אַשׁ דערצו מוז מען געברויכן ! 

אַ ונק בלויז איז עס, אונז צו דערמאַנען: 
זע, ביידע זיינען זי נאָך פעראַנען, 

דער סנה, וי די קרעמאַטאָריום-רױכן, 


3 


פון די צייכנס, פון די ווערטער אויף די ווענט, 
דעם מנא-מנא"תקל פאַר דער וועלט כ'ליין אַרױס, 

יאָן עס איז װײיניק איצט שוין איין וואַנט, איין לאַנד, 
אַ קללה עס קומט וי די וועלט אַזױ גרויס. 


נאָך דעם װאָס ס'איז געשען, נאָך דעם װאָס געווען, 
קומט עס ווידער אָן דאָס שרעקלעכע, הזאות ? 
נישט דער שטן, נישט לילית, נישט דער טייוול --- 
גאָט אַלײן לאַכט געװאַלטיק פון מיר אַרױס : 


אָ, אז 6,000,000 זיינען װייניק געווען, 
וועט איצט 600,000,000 שוין מוזן זיין, 
און ווייל אַזופיל יידן דאָך נישט פאַראַן 
וועלן אַלע פעלקער אַצינד מוזן גיין, 


11 


נישט אין קרעמאַטאָריום, נישט אין גאַזיקאַמער -- 
אַן אָשװיץ-מײידאַנעק-טרעבלינקע --- צו קליין ! 
גאַנצער-ערד-קיילעך, אויב ס'גייט ווייטער אַזױ, 
איין פאַרניכטונג-לאַגער וועט שוין איצטער זיין. 


8 8 + 


אוב נישט זיין אַ ווייטשעפל, 

מיט פינגער אַהינצוווייזן : 

זע, 60,000 שניידער, 

װאָס שטייען מיט שער און אייזו -- -- 


אמת, נישט קוילן, נישט ערץ, 
טורבינען אויף טויזנט שרויפן ! 
אָבער וי מוז מען שוויצן, 

אַז ניי-מאַשינדל זאָל לויפן -- 


פון די אָדערן אַרױס 

די פאַסטריגעס מען מוז ציען ! 

די פויסט ווערט פעסט-געשמידטער, 
װאָס הייסער די פרעסלעך בריען. 


אַ ווייטשעפל וועט אַ מאָסלי, 
קיינמאָל נישט איינברעכן } 

מען שטייט פנים אל פנים, 

שווער ס'מעסער אין רוקן שטעכן. 


אָבער צעקראָכן אַזױ, 

צעװאָרפן אויף טויזנט ערטער : 
אַן אַרצט מיט קריסטיר-רענצל, 
אַ לויער מיט הילך פון ווערטער ! 


דער מענידזשער-דירעקטאָר, 

אין דער ווילע מיט צוועלף צימער, 
און ערגעץ גאַנץ דרויסן שוין, 

אין .מענטשן? -- דער אייגענטימער ! 


נאָך וואַרפט זיך אין די אויגן, 
דער אַלטער שניידער אַצינדער : 
בלויז ,, סייענטיסטיק", ביידע, 
באַברילטע באַרימטע קינדער ! 


צעװאָרפן און צעקראָכן. 
דער ,, בוקי*, וי דער געלערטער ‏ 
192 


עס האַלט זיי נאָך צוזאַמען, 
דער טויט אויף ,די גוטע ערטער". 


כאָטש װאַרטן אויף יום כפור 
ווען זיי קומען אָנגעקראָכן ; 
(טויזנט-און-איין שילכל, 
קוים מנין אין דער װאָכן. . .) 


דער פרעזידענט איז דאָ שוין? 
יאָ, און ער מעג שוין אָנהױיבן } 
אײינמאָל אין יאָר --- דאָך ער קומט ! 
גאָט צוֹ דאַנקן און צו לויבן, 


וועט ער אַרױס, דער עראַביי", 
מיט פעטן פריידיק אויף מלעמער, 
און אויף דעם פרעמדן פייער, 
גיסן װאַסער פולע עמער -- 


עס גיסט זיך וי אַ זמר ! 
וי ;מיקסט" ער שעקספיר מיט ,בייבל"; 
אַ ;מאַסטער פיס אויף לענגוויטשס", 
כאָטש נעם עס און ,, צעקייבל" --- 


דעם ,דזשודאיזם טראָבל", 

מיט זיין פריידיק אויסגעפונען ! 
בלויז דאַכט זיך עפעס, ר'איז אים, 
אין זיין װאַסער-שטראָם צערונען. 


הא אאא א א א אי אי א אע אע 0 0 2 


אין יום-הדין, יום-כפור, 
מיט גאָט קאָן מען נאָך ריידן, 

אָבער אַז קומען דער טאָג, 

חלילה נישט מער אויסצומיידן -- --- 


עס גייט נישט אין תירוצים, 
צומאָל גערעכטע באַװייזן ‏ 

טויזנט הענט מוזן האַלטן, 

שאַרפע שער און שווער שטיק אייזן. 


קידינו לא שפכו את הדם הזה" 


יידיש ווייטשעפל, שטעטל ד'בריטן, 


193 


פון שייטערהויפנס, און קרעמיאַטאָריעס, . 
געבליבן געביין אויף אַש נישט צעריבן, 
לעבעדיק אין קבר דיך נישט פאַרשיט, 
אָבער װאָס איז פון דיר איבערגעבליבן ? 


אין דיינע גאָסן כ'שואַנדל אַרום איצט, 

קוק און קוק און קען דיך קוים נאָך דערקענען : 
אין די שולן, װוי אונטער אַש-קופעס, 
צאַנקנדיקע פונקן -- נריתמיד'ס ברענען ! 
מילא, די טאַטע-מאַמעס געשטאָרבן, 

בלויז די קינדער, די אייניקלעך ווו זענען? 


יידיש ווייטשעפל, שטעטל ד'בריטן, 

האָט מען דיינע שרייבער נישט אױסגעשאָסן, 

פרעסע, טעאַטער מיט מאכט נישט פאַרמאַכט, 

קלובן און שולעס מיט צװאַנג נישט געשלאָסן =- -- -- 
דעם פסוק צומאָל נישט קענען זאָגן : 

,ס'האָבן אונזרע הענט דאָס בלוט נישט פאַרגאָסן":. 


קאַצעט, גאַזדקאַמער און קרעמאַטאָריע, 

האָט דאָך צו אַלץ אַמאָל אַ סוף גענומען ! 
נ.ק.זו.ד. -- געשאָסן און אַ סוף, 

האָט זי בלויז װאָס געװאָלט אַרױסבאַקומען. 
אומענדלעך און מענטשלעכע געמוטשע, 

אין אייגענעם דרעק טאָגיטעגלעך פאַרקומען. 


און תמיד אונזער בלוט מיט גאט עס טוט רינען 


האַלב האָבן די געטאָדװענט צוגענומען, 

אַ העלפט פערפאַלן געװאָרן וי אין װאַסער, 

און דאָס ביסעלע װאָס איבערגעבליבן, -- 

דער שארית-ישראל, דער מעשר מן המעשר! -- 
אַ מאָנקאָליע אין זינען זיך גענומען: 

פאַרטיליקט צו ווערן פון אייגענע האַסער. 


ס'האָט גאָט זיין געוועט נישט פאַרשפילט ביים טייפל ! 
מישטיינסגעזאָגט, װאָס קאָן יענער שוין געווינעןך? 

ער טאָפּלט אַהין, ער פאַרטאָפלט אַהער, 

אַ מאָנקאָליע װאָס גענומען זיך אין זינען. 

אַ שטיין אויף אַ שטיין שטייט די מוריהיװאַנט,יי . 
און תמיד אונזער בלוט מיט גאָט עס טוט רינען. 


144 


ִ+ :: 8 


אַז דער קול-העם, כל-הגוימדיט, 
באַשטימען וועט פון אונז פטור צו ווערן, 
(אומעטום זיינען דאָ די ערענבורג'ס!...) 
וועלן מיר זיך קייגן אים קענען ווערן? 


ט'מאה'דיק, מיט מערהייט באַשטימט שוֹין מ'האָט, 
צומאָל אויף אַ דעמאָרדקראַטישן אופן : 

מיט ברייזל שפייז, אז מיר זאָלן אַלײן 

וי די מייז אין די קאַפּקעס אַרײנלױפן. 


וי מיר גריזשן זיך שוין איינס ס'אַנדערש, 
זינג-און שפרינג-קדושים אויף הינטער-פיסלעך : 
ניין, מ'וועט נישט פאַרגאַזן, נישט דערשיסן 

מיר װועלן אױסשטאַרבן, מעט מעט --- צו ביסלעך, 


בלויז זע, לעצטע פעדער אונטער דער נאָז, 
דאָס לעצטע װאָרט פון גוסס טוט אויפשרייבן, 
און פון גרויס שמחה, אַ לעבעדיקער, 

פון טויטן-בעט ער טוט זיך אויפהייבן. 


: 0 + 


זי וועלן צוריקקומען וווינען דא, 

קיין אַנדערער אויסוועג זיי נישט איבערבלייבן ; 
נישט חלילה -- גאָט באַהיט און באַשיץ ! 

מען װעט אונז דאָ אין אַ געטא אַרײנטרײבן. 


בלויז ווו שוין צו געפינען אַצינד נאָך, 
אַגויאישע געגנד אָן יידישע שכנים ?. . 

און אין ווייטשעפל גאַנצענע גאַסן, 

און אַ יידן אויף אַ רפואה --- נישט איינעם. 


אַ כשרה מקווה, ס'וועט ווער ברויכן, 
ער װעט זיך שוין מוז באַמיען קיין הענדן, 
מיט אַ שאלות נשים צו אַ דיין, 

אַרום פיקאַדילי ערגעץ ווו זיך ווענדן. 


און וװועט זיך אַ יידיש האַרץ פאַרבענקן, 

אַ רבישן טיש, אַ יידינע אין אַ שייטל ; 
אַריבערכאַפן קיין ברענט, אין איין וועגס 
מיטברענגען אַ שמאַלץ-הערינג פון בשמים-קלייטל, 


195 


אין בליץ 


וי ערב יום-כפּור אין שטעטל נאָך מנחה 

זעט אויס היינט דאָ אין די לאָנדאָנער גאַסן, 
עפּעס איילט מען זיך, עפּעס לויפט מען אַזױ 
און דאָך אַזױ פאַרטיפט אין זיך און געלאַסן. 


עפּעס זען אויס אַלע פּנימער איצט, 

איינער דעם אַנדערן אַלצדינק צו פאַרגעבן, 
און די פאַרקניפּטע ליפּן, בלאַסע אַזעלכע, 
אויפגעציטערט מיטן גאַנצן לעבן. 


און די זאַמד-זעקלעך װאָס מ'האַלט אין איין פירן, 
זענען'ס נישט יום-כפּור-ליכט אַריינצושטעלן? 

אָ. ס'וועט שוין געשען דאָס װאָס ס'איז געשען, 

אויב ס'וועט אונז יאָ, צי חלילה נישט געפעלו -- -- 


װאָלטן מיר געקאָנט נאָר װוי ביי ?תפלה-זכה" 
איינער דעם אַנדערן ווינשן און בענשן, 

ס'װואָלט גאַנצע שטאָט איין געבעט אַרומגענומען, 
מיט אַזאַ הייליקייט איבער אַלע מענשן. 


אונזער ליד דא 


פּונקט וו די לבנה זיינען מיר דאָ, 

וי זי כסדר נעמען מיר אָפּ און צו, 
אַלע פינסטערנישן צו באַלײכטן 

און קיינמאָל נישט צו געפונען קיין רו. 


אַז דאָס ליכט איר'ס זי נעמט פון דער זון, 
זי באַלײיכט אָבער ווען יענע איז נישטאָ -- 
אין מיטן העלן טאָג -- װוי הכנעהדיק! -- 
אויף בלויען הימל אַ פּיצל װאָלקנדל-גראָ. 


196 


פונקט װוי די לבנה זיינען מיר, דאָ, 

וי איר פּנים איז אונזערס אַזױ בלייך --- 
ווו נאָר מיר זיינען, ווו נאָר מיר קומען אָן, 
אַזאַ היימישקייט און פרעמדקייט צוגלייך } 


און אַז די זון חלילה וועט אויסלעשן, 

מיט אױיסגעלאָשן די לבנה ווערט -- --- 
דערפאַר ציטערן מיר דאָס תמיד אַזױ 
איבער יעדן קליינסטן פּנימהלע װאָס ווערט. 


וי זי וויגט זיך דאָס אויף דער טעמזע איצט, 
אַזױ קיילעכדיק-בלייך, אַזױ ליכטיק גרויס 

וי פריידיק ס'שפּילן זיך די כװאַליעס מיט איר -- 
איז עס דאָך זיכער די זון ועט ווידער אַרױס ! 


אין א ?בלעק-אוט" לבנה-נאכט 
(באַלאַדע) 


די מאַרק-שרייערישע שויפענסטער שטיל פאַרהאָנגען, 
אויסגעלאָשן דעם ביליקן בלענד פון די לאַמטערן ! 
ס'האָט הימל היינט אין זיין פּראַכט זיך אויסגעצירט, 
מיט לבנהשן זילבער און מיטן גאָלד פון די שטערן. 


אַ פאַרשטײגערטע בת-מלכה אין ,טױזנט און איין נאַכט" 
שטייט איצט די וועסט-מינסטער אַ פאַרהילטע אין שלייערן, 
די טעמזע ציט זיך זילבערן צו אירע קנעכל, 
אַריבערשפּיגלען יעדן פוס-טריט צו איר טייערן. 


פון די טיפע פאַלטן פון אירע זיידענע קליידער 
פאַלן שאָטנס אַרױס איבער די ברייטע סקווערן, 
און די נאָכשלעפּנדיקע שווערע סאַמעט-שלעפּן 
ציען זיך איבער גאַסן, גאָר נישט מער אויפצוהערן. 


פון זיך אַראָפּגעװאָרפן די װאָכנדיקע בגדים 
סהאָט שטאָט, אין יום-טובדיקע זיך אָנצוקלײידן, 
טונקל פאַרפאָרן די קאַרעטן פאַר די געביידעס 
נייגעריקע בליקן, צודרינגליכע, אויסצומיידן. 


197 


פון מעקאַ, פון באַגדאַד, פון איבערן גאַנגעס ? 

ווער ווייסט פון ווו דער פּרינץ-באַשערטער װעט אָנקומען ? 
איז ער נישט אין יענע פּערלמוטער בלוילעך-בלייכער שיף, 
װאָס קומט אַזױ פּאַמעלעך מאַיעסטעטיש אָנגעשװומען* 


באַלד וועלן קעניקלעך, די אויפגעשטעלטע האַרמאַטן, 
געבן יענע קבלת-פנים זאַלפּן-שאָסן, 

באַלד װעלן אַלע אויפואַכן, באַרוישטע, צעטומלטע, 
פון דעם געגעבענעם װויװואַט פאַרן פּרינצליכן חתן. 


מיט בענגאַלישע פייער-ווערק דער פינסטערע הימל ! 
ברענענדיקע פלייערס קרייזן אין פאַלנדיקן בויגן ! 
פול זיינען אַלע אויערן מיט ראַקעטן געקנאַל, 

און מיט די אויפפליענדיקע פייערן אין די אויגן. 


דעמלט װעט די געקרוינטע בת-מלכה הייבן איר שלייער, 
דעם געקרייזלטן שלאַנקן קאָפּ אירן קעניקלעך נייגן, 

אָ, פונם בלייכן חן, אױסגעגאָסן אויף איר פּנים, 

ס'וועט דער גאַנצער אַרום זיך פאַרהילן אין שוזייגן -- -- 


פון דער פּערלמוטער שיף, די בלויליכע, בלייכע, 

מיט זיין גאַנצער סוויטע ס'וועט דער פּרינץ אַרוסקומען, 
מיט די שטערן צו דער ערד ליגנדיק צו אירע פיס, 

פון דער פּראַכט פון איר שיינקייט זייערע הערצער באַנומען. 


און אירע באַגלײטער, פון די טונקעלע ווינקלען אַרױס, 
קוים אַרױיסבײגנדיק זיך פון צעשאָטענטע נישן -- -- 
די ערשטע עליזאַבעט שטייט קעניגלעך פאַרשטיינערט, 
אַז זי זאָל נישט מוזן קיין טרער פון אויג זיך אָפּװישן! 


זי װאָלט עס אָבער געמוזט, --- און וי לבנה'יש צעפונקלט ! --- 

,די בירגער פון קאַלײ* * זי גרויליך-רוי זיי שטייען דאָרטן י-- 
ווען מיט שעקספּירס ,זומער-נאַכט טרוים" לצים-חבריה 

ס'װאָלט נישט פלימעריק צעזילבערט דער האַרבסטיקער גאָרשןיי. 


* אַ מאָנומענט פן אוגוסט ראָדן, װעלכער שטייט ביי דער טעמז, 
קייגנאיבער פון וועסטמינסטער. 


198 


וי קעניקלעך טרויעריק וי פּאַרשטײנערט זי זעט דאָס אויס, - 
צווישן די אויסגעבלייכטע בלויע טרוימערישע פּאַיאַצן ! | 
באַלױ אָבער פּלאַצט ;באָטעם? * אַרױס מיט זיין לייבן געבריל, 
אַז דער גאַנצער אַרום װעט אין איין געלעכטער צעפּלאַצן, 


אהי אאהא ‏ אאאאי אאאי מאאר אי וו"אא ואר ער ר ר א 


שוין הערט מען דאָס געקולער פון דער פּערלמוטער שיף, 

פון די געווירצטע שאַרפע וויינען, פון די פולע פעסער -- -- 
די מיטגעברענגטע טייערע חתן-מתנות צו זען, 

פון אַלע זייטן דער עולם-אָנקומער ווערט אַלץ גרעסער. 


און שײלאָק מיט זיין אויסגעשליפענעם בלאַנקן מעסער 

בליצט אויף, גרעכטע חלקים פאַר אַלעמען אויסצוטיילן -- -- --- 
וי גאָט זיינע שטיל-פינקלדיקע שטערן אין הימל, 

ס'זאָל דער מענטש זיינע גין-גאָלד דוקאַטן ערלעך אָפּציילן, 


מיט ברייטע סקווערן, מיט מיילנדיק-לאַנגע גאָסן 

ציט זיך אָנאויפהער דאָס פאַלנדיק-שאָטנדיקע איילן, 
און וי שווערע בוקעטן פון זיידענע פאַפירן, 

מיט זייער פרעכטיקייט װאָלטן זיך רוישיק אַרױסשײלן, 


פּראַלן אוייף שווערע קופּערנע, באַפליגלטע טויערן, 

זוי פון ווייטן ציט אָן פון די גלאָקן אַ דינינק קלינגלען, 
און פון וועסט-מינסטער, די געלאַסן אַרויסגעקומענע, 
מאַיעסטעטיש די סוויטע און דעם פּרינץ אַרומצערינגלען. 


און װער איז אַלץ נישטאָ ? דער לייבן-הערץ און קראָמװעל, 
די מאַמעדיקע װױיקטאָריאַ, אין קראַנץ צווישן אַלץ -- --- 

אוז, דיזראַלי נעמט עלעגאַנט, מיט שלאַנקן פאַרבויג, 

דעם נעפּל-רינג פון דער לבנה אַראָפּ, ס'רינגל פאַר דער כלח. 


די מעוועס 


אויפצופליען מיט געשאַרפטן רציחה-געשריי 
הענגט זייער געפלאַטער איצט איבער אַלע בריקן, 
די האַרטע דזשובעס זיינען געשפּיצט אַזױ דין 

אַלע קנאהדיק בייזע אויגן אױסצופּיקן, 


* אַ קאָמעדיע-העלד פון שעקספירס דראַמעס, ,וועלכער קאָן ברילן וי 
אֲ לֵייךְ". 
199 


וי שטאָלץ ווען זיי לאָזן זיך אויף די כװאַליעס אַראָם, 
און וי זיכער די אויסגעצוויקטע פיסלעך שפּרייזן! 
האָבן נישט די גענז אַמאָל רוים אָפּגעראַטעװעט, 
וועלנ'ס דאָך די מעוועס דאָ אוודאי באַװייזן. 


א סעפּטעמבער-טאג אזא 


1 


דער ווונדערליכער, דער בלויער סעפּטעמבער טאָג, 
וי אַ באַלאָן אויף אַ שנירל קאָן ער אויפפליען ! 

אַ זייפן-בלאָז, אַ שימערנדיקע, צעשפּיגלט, 

אַזאַ סוף-זומער-טאָג אין מיגניעדיקן אויפגליען. 


די מאַטע קלאָרקייט פון אַזאַ פאַרזילבערטן הימל, 
נישט צו דערכאַפּן מיטן בליק דעם ווייטן בויגן ! 
און זיינען נישט בלויז, די שוץ-באַלאָנען אויבן, 
בלייך-בלויע טעג, ווונדערלעכע, ווו אויפגעפלויגן ? 


אָ, די אויפגעציטערטע פרייד פון אַ טאָג, אַזאַ 

אַ טויאיק-צעשפּיגלטער אין טויזנט טרערן, 

און דאָס פלאַטערדיקע האַרץ אָזדאויפהער עס רייסט זיך 
וי אויפגעצויגן אויף אַ שנירל עס וויל ווערן -- 


אַ באַלאָן צו צעשפּילן אין שללץ פון קאָלירן, 

ווונדערלעך אויפגעציטערט אין פריידיקע בליקן, 
און יעדער טראָפּן בלוט בלוילעך צו פאַרשװעבן, 
מיגניעדיק אויפגעבליט, אין געפלעמל פון בליקן. 


דער טיול-פאַרשלײיערטער טרויער אין אַ טאָג אַזאַי 
מיט יעדן מינדסטן ווינדל-בלאָז אָפּגעדעקט צו װערן! 
און דאָס האַרץ הענגט אויפגעציטערט איבער אים, 

אַ שוץ-באַלאָן אַזאַ אַראָפּגעשאָסן צו ווערן. 


2 


די בלוילעך באַהױכטע סעפּטעמבער הימלען, 

מיט די צעשווומענע װאָלקענדלעך זילבריק באַזױימטע. -- 
איבער מאַטען בלייך פון טייכן, טויבן אַזעלכע, 

זוניק צעפּלאָשעטע, פּוכיק צעשוימטע. 


200 


דאָס הענגענדיק-נעפּלדיקע, דאָס דורכזיכטיקע, 
לייכט געצויגן אַזױ מיט אַ פּענזל פון טערנער ; 
נאָר די סוף-זומער-זון, אַ בולטע בלייבע, 

אַ בלעכענע שיסל אַזאַ פול מיט ווייצן-קערנער. 


פלאַטערן זיי אַרום, די קרייזנדיקע באָמבערס, --- 
טשאַטעס טויבן, געיאָגטע, מיט קנאַלן פון בייטשן } 
פון די בלעכענע שיסל אַרױס, פון דער פולער, 
כאַפּנדיק אַרױסצופּיקן אַ זשאַרנעלע-װייצן, 


קונציק-קרייזנדיק, צעבלענדט, צערענדערט, 
שאָטנדיק אַזױ אויפצולייכטן נאָך העלער, 
אָט-אָ דערגרייכן זיי, אָט-אָ צעפּיקן זי 

מיט די שנאָבלדיקע צעבלענדטע פּראָפּעלער. 


און אַז אַ באָמבע פאַלט אַראָפּ אין טויזנט שפּליטער, 
פון דעם באַהױכטן סעפּטעמבערדיקן צעשפּיגלטן אויבן. -- 
ס'פאַלט דאָך אויך פּלוצלינג עפּעס אויף קאָפּ אַמאָל אַראָפּ, 
פון אַזאַ קרייזנדיקע טשאַטע סוף-זומער טויבן . . . 


סוף-זומער-פעדעם 
(צוויי סאָנעטן) 


1 
. - - דאָס זיינען נישט קיין שטאַכל-דראָטן 
זשאַװערדיק-בלוטיק, ראָסטיק פאַרצויגן --- 
סוף-זומער-פעדעם קומען-אָן געפלויגן, 
צעשימערטע מיט זון און מיט שאָטן 


צעפלימערטע מיט מיקן און מיט מאָטן, 

נישט טרערן הענגען שטעכיק אין די אויגן --- 
ראָסע-טראָפּן מאַט-פינקלדיק אויפגעצויגן, 

און פּערלדיק אַזױ צו װוערן צעשאָטן, 


און פון שטאַם צו שטאַם אין לעצטן גרין, 
מיט איר קונציק, מיט איר אַהער און אַהין 
ציט א שפּין דאָס, אירע שפּין-געװועבן, 


לויערנדיק מיט כיטרע און מיט טריק, 
אויף אַ צעטומלטע מאָטע, א מיק -- -- -- 
דאָס בלוטיקע, פאַרפּלאָנטערטע לעָבן. 


. 2 
פון עפּעס פאַרבאָרגענע אַזעלכע קנוילן 
וויקלען זיך די פעדעם פון בוים צו בוים, 
אַזױ זיידן-דין, צו דערבליקן זיי קוים, 
אין יעדן שימער-געפלימער צו פאַרהוילן, 


פאַרשלונגען צו װערן פון יעדן װינטיקן הוילן. 
אַזאַ גרויסע קנויל איבער ליידיק ברייטן רוים 
וויקלט זיך גרוילעך דער הימל פון זוים צו זוים, 
צו פאַרפּלאָנטערן די וועלט מיט טויזנט גרוילן. 


ניין, ס'זיינען נישט קיין סוף-זומער-פעדעם דאָס, 
צעריסן צו װערן פון מינדסטן ווינטל-געבלאָז -- 
ס'איז גאַנצע ערד איצט שטעכל-דראָט געוויקל, 


בלוטיק פאַרצויגן אַזױ פון שטאָט צו שטאָט : 
און יעדער פון אונז -- צעטומלטע מיק און מאָט, 
פּראָפּעלער-צעפלאַטערט, צעפלימערטער"ניקל... 


פּראזשעקטאר ס 


1 

פּונקט וי אַלע קעץ פון די פינסטערע געסלעך אַרום 
װאָלטן זיך אויפן הימל גאָר מיט אַמאָל צעלאָפן, 
מיט װאָנסעס אַזעלכע, ניוכנדיקע, זוכנדיקע, 

צו דערשמעקן עפּעס מיט זייערע נעזלעך זיי האָפן. 


און אָט-אָ שפּרינגט שוין אונטער גאָר אַ גרויסער קאָטער, 
מיט אויפגעריסענע צוויי אויגן גרין אויפגעלויכטן, 

דאָס דערטאַפּטע געכאַפּטע אויפן אָרט צו דערשטיקן, 

מיט זיין הייסן אָטעם, דעם גיפטיק אויסגעהויכטן. 


און איז עס נישט אַזאַ שנעלס, אַזאַ מייזל טאַקע, 

אַ משוגע געװאָרנס, װאָס האַלט זיך אין איין דרייען, 
און די אַלע, די צעפּלאָשעטע װאָנסעס באַװעגן זיך, 
ווי זיי װאָלטען'ס געהאַלטן שוין מיטן אין צעקייען ? 


און דערנאָך, ווען פון די ביינדלעך ס'וועט קיין שפּור נישט בלייבן, 
וועלן זיי זיך צו פולע לבנה -- צום פולן בעקו!-= ‏ - | 
צום פרישן געמעלק פון דער ,מילך-גאַס* צוכאַפּף - 
מיט דער װאַרימער מילך די װאָגסעס זייערע באַלעקן ? 


2 
דער ,שעפּס* און די ,, ציג* און די גרויסע בופל-קו, 
זיי ווערן פון , צווילינג" איצט אױיסגעמאָלקן --- 
און די פּראָזשעקטאָרס זיינען די גרויסע מילך-שטראַלן, 
װאָס פאַלן אין ;עמער* אַריין פון די אייטערדיקע װאָלקן ! 


און נאָך איידער דער תשרי-טאָג וװועט אָנהויבן צו טאָגן, 
ס'וועט פאַרן מילך-וועג דער הימלישער װאָגן זיך אָפּשטעלן, 
זיינע געשייערטע קאַנען מיט מילך אָנצופילן, 

אַװעקצושטעלן הינטער פענסטער און אויף שוועלן, 


די הערלעכקייט פון אַזאַ אויפגעװואַכטער שטאָט, 

אַ פאַרוויקלט-צעוויקלטע מיט גאַסן, מיט סקווערן, 
אַזאַ אָנגעדרײט דריידל זי װואָלט געוועזן, 

דרייען זיך, דרייען זיך קיינמאָל נישט אויפצוהערן, 


מיט יאָגנדיקע אױיטאָס, מיט באַסן, טראַמװײען, 
מיט טויזנטער צוגן ס'איז שטאָט צעלאָפן ! 
יעדעס רעדעלע געסדרט און געצירקלט, 

וי די גלגלים אין די הימלישע אין-סוף'ען. 


2 
די ווונדערלעכקייט פון אַזאַ אויפגעוואַכטער שטאָט, 
מעכטיק צושטרעקט אַזױ אין טויזנטער צילן ! 
די אויפגייענדיקע זון כאָטש אין די הענט זי צו נעמען, 
פוס-באָל איבער אַלע דעכער מיט איר צו שפּילן, 


איבער די קאָלירנדיקע גערטנער אַרום און אַרום, 
אין הימלישן נעפּלדיקן זיך אויפצוקלערן ! 

דעם אָפּװואַרטנדיקן צייכן, דעם פריידיק-באַקאַנטן, 
פון טויזנטער סירענעס מ'ברויך נאָר צו דערהערן -- 


די מעכטיקייט פון אַזאַ לעבעדיקער שטאָט, 
הערלעך אַזױ אין סוף-זומערדיקן צעשטראַלן ! 
איר צודרייט, איר בורטשענדיק איינגעווייד נאָך 
ס'זיינען די טויזנט קאַבעלן, רערן און קאַנאַלן, 


אירע דריזן --- גאַזאָ-מעטערס און דינאַמאָ-מאָטאָרן ! 
ראַדיאָדזענדערס צעהילכן, װאָס זי וויל זאָגן } 

אָ, פונם געװואַלטיקן לויף פון אירע געבליטן 

זאָל דאס האַרץ איר'ס נאָר נישט אויפהערן צו שלאָגן, 


203 


סוף זומער 
שטאכל-דראט און געטא מיער 


אַז מיר אַרומגערינגלט מיט געטא-מויער -- 

אין די ערד איינגעצוימט אין שטאַכל-דראָטן ! 
מיר זיינען דער ליכטיגער שפיגל פון דער וועלט 
פונקט װוי מיר זיינען איהר פינסטערער שאָטן. 


מ'האט איהר אָנגעטון, די וועלט, אַ דערנער-קרוין 
און די שדים אַרום פלאַצן פון געלעכטער, 

װאָלט כאָטש אַ מענש געשטאַנען אין דער מיטן 
און געווען דער אויסגעלאַכטער הייליג גערעכטער. 


און איז אמת דער מענש אַזױ שלעכט װי ר'איז, 
וי מיר אַזױ נעבעכדיג וי מיר זיינען, 

מוז דער ווידער-קול פון טייוועלשן געלעכטער 
זיין --- פון פּאַרשעמטע הערצער דאָס געוויינען. 


ווארים ווער האָט דען געמאַכט די געטאָ-מױיערן -- 
מיט אונזער בלוט אַלײן די ציגעל געקנאָטן ! 

פונקט ווי געמאַכט ס'האָבען די מענשען די כלי-זיין 
זיך אַלײן איצטער מיט זיי אױסצוראָטען. 


סוף-זומער-מאטיוו 1941 


אַ פאַרפלאָנטערטע פליג, געפאַנגען, 
לעבעדיגערחייט זי אויסצוזייגן, 

פון אַ סוף-זומער-שפין, אַ וועבענדיגע, 
צווישען בלוטיגן געוויאַנען פון צווייגען, 


אַזױ דער גאַנצער ערד-קיילעך איצט, 

אַ פאַרװיקעלטער אין די שטאַכל-דראָטן, 

פון עק-וועלט ביז עק-וועלט, אַ שפינענדיגער, 

הענגט בלוטיק-עקעלדיק איבער איהר דער שטן -- -- 


פאַרפּלאָנטערט-פאַרװיקעלט, פאַרקנוילט און פאַרקניפט, 
לעבעדיגערהייט נישט מער צו ענטרינען, 

און די שטאַכל-דראָטן הערן גאָר נישט מער אויף 

מיט זייער ראָסטיגן װואַנענדיגן { שפינען. 


אויסגעזויגן שוין ביז'ן לעצטן טראָפן, 

איהר לעצטן צאַפל ס'וועט די ערד געבן, 
אַרונטערפאַלן ס'ווצט דער שטן וי די שפין, 
װאָס דערשטיקט אין אירע אייגענע געוועבן. 


נישט אַנדערש װעלן די פייגל הײאָר זינגען, 

וי אַלעמאָל סוועט זיין זייער שטענדיק ליד --- 
ס'איז דאָך נישט דאָס טשוויטשערן פאַרן פענסטער, 
ס'איז נאָר דאָס פלאַטערן אין אונזערן געמיט, 


ווער פאַרשטייט דען דעם פויגל ווען ער זינגט, 
ס/איז אין אייגן האַרץ נאָר די פרייד, צי דער וי ! 
וי האָפערדיק קאָן דאָס זיין אַ שװאַלבן געטריל, 
ווי מרה-שחורהדיק טרויעריק -- דער סאָלאָװוײ, 


פון ווייטע לענדער קומט ער, צו ווייטע פליט ער, 
װאָס ווייסט ער דען ווואַהין און פון ווו -- -- 

אַז הימל אַזױי ריין, אַזױ פאַנאַנדערגעשפּרײט, 

און זיין אייגן געזאַנג נאָר איז דאָך זיין רו, 


אויף אַ מינאַרעט אין אפריקאַ, אין אַזיע, 

ווען דער אייל-בוים איז אַזױ ווונדערליך צעבליט 
און צווישן דעם צעפליענדיקן לייכטן צוויט 

שיטן זיך די צאַרטע טרעלן פון זיין ליד ? 


צווישן ראָדאַדענדרן אויף אַ טעמפּל-רואין, 
פאַרגעסנדיק, אַז פליגל צו פלי שוין צעשטרעקט, 
אָדער אויף טואער-טורעם פאַרתמט-צעטומלט 
ווען מיט זיין לילאַ דער בעז איז אַזױ צעשמעקט ? 


אינדערהיים פאַר מיין מאַמעס אָפענע פענסטער 
וועט אַ לערכע זינגען היייאָר איר האָפערדיק ליד, 
פון די קאָרן-פעלדער אַרום זי וועט קומען -- -- 
וועט זי זי געפינען באַשיצט און באַהיט ? 


205 


* א 8 


נישט צו באַזינגען דיך מיַט לויב- און נצחון-לידער,. 
נישט מיט מיין אייגענעם, מיט מיין דערפילטן צער, 
שפּרוך-ווערטער, צעשעפּטשעטע, טראַכט עס אין מיר, 
וי מ'טוט פון איינעם, ווען ער איז אין גרויס געפאַר. 


בייזע רוחות אָפּצושרײען, אָפּצױאָגן, 

וי מיט תפילה-געפליסטער, מיט כשופדיק װאָרט 

אַ חולה אין לעצטער רגע נאָך אָפּצוראַטעװוען, 
ווערטער פון אייגענער נויט פאַר דיר אָפּנעשפּאָרט --- 


וי אַ מענטש, קאָן איינעם אַ שטאָט ווערן נאָנט, 
איר נאָכצוקוקן אויף יעדן ראָג צו בלייבן שטיין ! 
דער אויסבויג פון אַ גאַס, ס'דערהויבן פון אַ מויער 
פון אייגענעם אַרױסגעקרומטן רוקן-ביין, 


זיינענ'ס נישט אונזערע שטעטלעך איצט אינדערהיים 
דיך צו באַשיצן אַצינד זיי ווערן צעשטערט ? 

אָ, זאָל דאָך שטיל בלייבן קענען מיין צער אין מיר, 

ביז פרידן- און פרייד-ליד וועט ווידער ווערן דערהערט. 


ל א נ ד א 


אַ באַטעריע אַזאַ אין לוג-װאַסער - 
שטעקט די אינזל דאָ טיף אינם ים, 
אַריבער אויבן איבער דער טעמזע 
קומען זיך דאָס די , דראָטן* צוזאַם --- 


איז גאַנצע שטאָדט עלעקטרישער מאָטאָר, 
צעצונדן אַזױ מיט לעמפּ געבלענד, 

יעדער סקווער איז אַ ראָד אַזאַ, 
דרייענדיק זיך אין איײיביקן אָדענד -- 


איינס אין אַנדערן איינס אין צווייטן, 
אַרײנגעדרײט מיט רעדערדיקע ציין, 
און די גאַסן -- לויפנדיקע בענדער, 
אויף אַ רגע נישט צו בלייבן שטיין, 


206 


נישט דער הימל מער און נישט די ערד, . 
אַרום זיך -- די דרייענדיקע שטאָדט ! 

די אָנאויפהער לויפנדיקע מענטשן, 
ערגעץ-ווו געצויגענע פאַר אַ דראָט. 


יעדן פרימאָרגן, פּונקט צו דער מינוט, 
דעם זעלבן וועג און דעם זעלבן באַװעג, 
און די עלעקטריש דעצונדענע נעכט -- 
נאָר אַזעלכע נעפּל-צעשפּיגלטע טעג ! 


נישט לבנה מער און נישט די שטערן -- 

סאיז שטאָדט אַזאַ צעשיינטע מיט לעמפּ! 
איז עס נישט ;,קאָסטאַר*, אָדער ,,פּאלוקס" 
אונטער דער בריק דאָרטן יענער טרעמפּ? 


מיט טויזענט הייבערס, צענעפּלטער אַרום, 
אַרױסגעהױבן פון טעמזע אַרױס, 

הענגט שטאָדט איבער די בריקן פאַרװואָרפן, 
אַ צעצאַפלטער נעץ, געװאַלטיק גרויס, 


ווינסטאן טשארטשיל 


נישט אַ פאָן אין ווינט איז אַ פירער -- 
אַלע שטורעמס אין זיינע זעגל-טיכער ! 
ער נעמט זיי אויף, ער זאַמלט זיי צוזאַם 
צום ציל צו קומען פּינקטליך און זיכער. 


יאָ, וי דער וועלן-וועג הינטער דער שיף 
זיין געדאַנקן"גאַנג, זיין אויפגעשוימטער ! . 
אַלץ ווייטער און ברייטער, אַלץ אױסגעשפּרײטער, 

פון אייגענע ברעגעס נאָר אַ געצוימטער, 


פון די יאָגענדיקע געדאַנקן אין אים --- 
קיין איינציקע רגע נישט אויפצוהערן ! 
די איינגעגראָבענע, די ברייטע פאַלדן, 
איבער זיין פעסטן, זיין געקאַרבטן שטערן. 


מיט שמייכלען פאַרביסן צווישן די ליפּן, 
דאָס געװואַגטסטע שפּילענדיק צו צווינגען! 


207: 


יאָ, די רינגעלעך רויך פון זיין ציגאַר 
פאַר'ן אַנקער די געקאָוועטע רינגען. / 


נישט אַ פאָן אין ווינט איז אַ פירער, 

צו דרייען זיך אין אַלע פיר זייטן -- 

ער איז דער שטאָלצער מאַסט פאַר'ן זעגל, 
און דער שטורעם-ווינט אים אױיסצושפּרײטן! 


אנטאני אידן 


זיין בילד געזען דעמלט- אין בערלין נאָך, 
און געוווסט באַלד, ער װעט נישט פאַרראַטן, 
נאָך נעפּלט יענער זשמור אין זיין בליק, 
פון זיינע עלטער-זיידעס, די פּיראַטן -- 


נישט ווערטער צו הערן, נישט פאַלטשן קלאַנג, 
פול כיטרישן פון חניפישן פּלױשן -- -- 
קרעלן שניידן זיך אים אין האַרץ אַרײן, 

פונים בלוט ווי כוואַלישע גערוישן ! 


אויף שנירל פון זיינע פאַרקניפּטע ליפּן 

ציטערן זיי אַרױף מיט שטילסטן שווייגן -- -- 
זיין בילד געזען דעמלט און געפילט, 

דאָס האַרטנאַקיגע אין דעם שלאַנקן נייגן -- 


פּנים אל פּנים זיצט ער מיט'ן שטן, 

אויפ'ן קני אַזױ דעם עלנבויגן, 

דעם אײנגעהאַלטענעם קאָפּ, ווייך גענייגט, 
צו פאַרשאָטענען דעם גלי אין די אויגן -- 


א א הי א אה א" אט א אי אי אי סאי אי אי אפור רה אט 


נישט מיטץ בלוט פון זיין קליינעם פינגער 

וועט אַזױנער דעם טייוול זיך פאַרשרייבן ! 

וועט ער זיין גאַנץ לייב און לעבן אַװועקגעבן -- 
פון דער וועלט אים צו פאַרטרייבן -- -- -- 


208- 


| האר בעלישע -: . - 


מיט אויפבליץ פון אַ בעלישאַילעמפלי  .‏ / יי 
יעדן איבערגייער איבער אַ ראָג, יי | 
אַלץ זיכערער בליצט אויף די האָפענונג, 
נענטער ער דערזעט דעם נצחון-טאָג, 


און וי שרעקלעך סיײאָגן די ידיעות, 

שוין פאַרן בליק ס'שטייט די דאַנקירק-געפאַר ! 
גייט אַן אַרמײ אַריבער דעם קאַנאַל -- - 

אַ מענטש צו דער צווייטער זייט טראָטואַר ! 


ס'קוקט די שטאָט מיט דערשראָקענע ראָגעס. . 
אַ געראַטעװועטער װאָס שטייט פאַרבליפט -- -- 
דײיטשלאַנד, ס'האָט אַ ייד געחתמ'ט דיין טויט, 
דיך פאַרצוקט, דער צוק פון זיין אונטערשריפט, 


בריטאַניע, עס פאַרהילכט דיין ליד די שרעק, 
ווי העלדיש ס'גייען אין קאַמף דיינע זין ן. 
אויף די ראָגעס די בעלישא-לעמפלעך -- 
נשמה-ליכטלעך צוקנדיק אויפגלין -- -- --- 


איך האָב אים געזען, יום-כפור ביינאַכט, 

שטיל פאַר אָפענעם ארון קודש שטיין, 

איבער זיין קאָפּ צוקט נר-תמיד-לעמפל, 

מיט אַן אויפבליץ -- קיינמאָל נישט אויסצוגיין, 


צוויי סאנ עטן צו די אהיימגעקומענע פון דאנקירק 


1 
נישט אימה האָבן זיי מיטגעברענגט, 
נישט געפאַלנקײט אין זיך, נישט שרעק -- 
פון די געפאַלענע אויף יענער זייט ברעג, 
דאָס בלוט פאַר זייער לעבן פאַרשענקט, 


אַ פאָן איבער זייערע קעפּ איז צעהענגט ! 
עס פּלאַטערט איצט אַזאַ בלוטיקער פלעק, 
איבער'ן גאַנצן לאַנד דאָ פון עק ביז עק, 
אין קיין שום האַרץ נישט צו ווערן פאַרשווענקט, 


אין קיין שום מוח נישט צו װוערן פאַרװוישט -- 
נישט שרעקיק, נישט אָפּהענטיק-צומישט == . 
געפּאַנצערטע אין פאַרװוונדיקטער הויט. 


אַזױ זיינען זיי אַהיים אָנגעקומען צוריק ! 
און עס פלאַקערט אַרױס פון יעדן בליק 
מיט נצתון שוין איבער לייבהאַפטיקן:טױט, . 


א סאנעט צו א מאמע / 


איר האַרץ איז שטיל, נאָר איר בליק איבערגייט פון אַלײן! 
וועט ער נאָך אַהיימקומען, וועט ער דאָרט שוין בלייבן, 
וועט ער פון געפאַנגשאַפט טרויעריקע בריף איר שרייבן, . 
אָדער וועט מען זיין נאָמען קריצן אויף דענקמאָל-שטיין?! - 


פאַרװאָס דאָס אַלצדינג איז ווער קאָן עס דען פאַרשטיין ! 
אָ. װאָלט זי געקאָנט איצט בעטן, אין גאָט איצט גלייבן, 
און אַלע בייזע מחשבות פון זיך נאָר פאַרטרייבן -- -= - 
זי איז דאָך נאָר אַ מאַמע, איז איר האַרץ פול געװיין == - 


לויפנדיקער איר בליק זוכט זיינע פּנים-ריסן ! 
איר האַרץ איז שטיל --- פון אַלײן נאָר די טרערן פליסף  .‏ . 
פון אַלײין דאָס קלאַפּן אין אירע שלאַפע שלייפן == . 


סוטטאס הומ אוומאוט {וססוא האמוט המוסששומו. א פאומו, פאט 6 = = 6 --י! ,יי 4 


מיט זיין לעבן, --- גראָד איר קינד האָט עס אויסגעקליבן ! 
זיינען אַנדערע מאַמעס זין איבערגעבליבן -- -- -- 
אָ, איצט קאָן זי בעטן, איר האַרץ גאָט באַגרייפן -- -- 


צוויי מלחמה באלאדן 
41 יי 
איר איינציקן זון ! 
אין יענער מלחמה דעם מאַן פאַרלוירן, 
און אין דער --- איר איין-איינציקן זוֹן! 


און זי, אַן אָרימע פרוי, אַ מאַמע, 
װאָסער שלעכטס האָט זי וועמען געטון ? 


210 


דעמלט, די בשורה איז אָנגעקומען;. . 

זי האָט איר קינד געהאַלטן אויף די הענט, 

צו איר ברוסט זי האָט עס צוגעדריקט, 

איר צער, איר פאַרשטאַנד -- טרערן-געבלענדט !ּ 


אַ פרישער קוואַל, אַן אַרױסגעריסענער, . 

פון אונטער איר האַרץ פון וויי פאַרשטיינט, 
און אירע אויגן האָבן זיך פּלוצלינג, 

צוויי יתומים-קינדערלעך צעוויינט -- -- --- 


איצט האַלט זי די בשורה אין אירע. הענט, 

צו פאַרטייעטן האַרץ פעסט צוגעדריקט : 

ס/איז איר קינד -- -- זי קאָנ'ס נאָך אַרױסלאָזן -- -- 
וי בעטנדיק, װוי ליבלעך עס בליקט -- . 


אין יענער מלחמה דעם מאַן פאַרלוירן, 

איר איין-איינציקן, איר זון --- אין דער ! 

װאָלט דאָס האַרץ כאָטש געקאָנט זיך צעוויינען. 
דער בליק --- פאַרגיסן אַן איינציקע טרער. 


פון דער בשורה צום האַרצן צוגעדריקט, 
פון איר מרה-שחורה-פאַרקראַמפטער האַנט, 
ווי פון מוטנער זיך שליסנדיקער קװאַל 
טראָפּנװײיז טריפט אַרױס איר פאַרשטאַנד, 


אלע כוחות איצט צוזאמענגענומען 


ס'גייט די גאַנצע וועלט אויף רעדער אַצינד, 
און ס'מוז שוין ערגעץ אַהין ווו פירן ! 
אײינגעשפּאַנט מיר זיינען איצט אַלע, 

און די בייטשן אויף די רוקנס מיר שפּירן. 


נאָך אַ שמיץ נאָר, נאָך אַ קנאַל-געבליץ, - 

און אויף הינטערשטע פיס דיבאָם זיך שטעלן -- -- 
דער אָבער װאָס האַלט די לייצעס אין האַנד, 

ער ווייסט דעם ציל, און אָנקומען מיר וועלן. 


אַן אויפברויז צו לעבן ס'איז אין צייט אַזאַ 
סרייבנדיקע בייטש צו שפּירן אויף רוקן ! 


211 


מיט קאָפּ פאָראויס נאָר ציען און ציען 
אויף איין רגע זיך נישט אומצוקוקן . 


ס'גייט די גאַנצע וועלט אויף רעדער אַצינד, 

צו איר איינציקן ציל איצט אָנצוקומען! 

נאָר נישט שװאַך בלייבן, נאָר נישט שטיין בלייבן, 
אַלע כוחות איצט צוזאַמענגענומען. 


בלוטיק איז דער שליאַך, גליוועריק און גליטשיק, 
און נישט איינער פון די פיס וועט פאַלן ! 

אָ, איידער צום ציל מיר וועלן אָנקומען, 

זאָל נאָר נישט אויפהערן דאָס בייטשן-קנאַלן. 


זאָלן מיר נאָר נישט ליגן בלייבן אַלע, 

די שווערע משא נישט דערשלעפּן צו קענען! 

מיט קאָפּ פאָראויס נאָך ציען און ציען 

און מיט שװואַרץ-אַפּלען פוֹל גלױביקן צעברענען -- -- 


(ווידמונג) 


9 8 : 


װאָס שטאַרקער דער ים, װאָס שוימיקער ער רייסט, 
אַלץ פעסטער דער ברעג פון כוואַלישן געגלעט, 
אַזױ דער מענטש -- יעדער איינער און צוזאַם, -- 
ווען טוט און לעבן אין זייער ווילדן געוועט. 


עס איז נישט נאָר בלויז דער ברויזנדיקער ים, 
װאָס רינגלט דיך אַרום דאָ און שטיל באַשיצט, 
עס איז דאָס שווייגן פאַר'ן שטורעם אינ'ם בלוט, 
אין יעדן טראָפּן פינקלדיק אויפגעבליצט = = 


ס'איז דאָס מענטשליכע האַרץ אַ פעלדזן אין ים, 
אָנאויפהער געװאַשן פון זיין כוזאַלישן געברויז! 
לעבן און טויט ראַנגלט זיך און רינגלט זיך, 
ס'מוז דאָס האַרץ קאָנען אויסהאַלטן נאָר בלויז -- 


געוואַלטיק ס/האָט אַ מענטש דאָ אױיסגעהאַלטן, 

דאָס געשאַף פון זיינע הענט איז בילד פון זיין בילד ! 
און איז נישט האַמלעט און ליר און אָטעלאָ 

אָצעאַנען אין זייער אויפברויזיקן וילד? ט 


יאָ, ס;איז דער אינזל דאָ דער פּיעדעסטאַל, 
שעקספּיר, פאַר זיין געװאַלטיקן מאָנומענט !ּ 

און די שוימענדיקע כװאַליעס -- דער הינטערגרונט, 
פאַר ברױזנדיקן צעשפּיל פון זיין אָנענד. 


די זון פון נעפּל זיך אַרױסרײסנדיקן דאַ --- 
אָפּעליאַ רייסט פון זיך איר שלייער אַראָפּ, 

אין אירע ענטבלויזטע הענט די גילדענע קרוין, 
שעקספּיר, צו באַקרױנען דיין קעניגליכן קאָפּ, 


איבער די געפאלענע איבער זייער דעונקמאל-שטין ניואטן און דארוין, 


איך קריץ אייערע נעמען אין 


ס'איז דער בייזער צעשטרעק פון פינסטערע הענט 
נישט שטאַרקער וי דאָס געטוליע פון מאַמע מיט קינד, 
פּונקט וי ס'איז דאָס געגלעט פון שטראַליקער זון 

נישט ווייניקער געװואַלטיק ווי דער שטורמיקסטער ווינט. 


רייסנדיקע כוחות זיך צוזאַמען צו האַלטן, 

ס'איז פון צופלוס און אָפּפּלוס דאָס אייביקע געברויז; 
אַז דאָס געקרייז פון דורות קיינמאָל נישט אויפהערט. 
אין הערצער דאָס אײיביקע צוצי און אָפּשטױס, 


כ'האָב אַ מוטער-אַף מיט איר זייגנדיקס שפּילן געזען, 

און אויף אונזער אָפּשטאַם שטאָלץ מיין האַרץ זיך געפרייט -- 
איבער אַלע אונזערע בייזע אכזריותץ 

ס'איז דאָך אַזאַ טוליענדיקע גנאָד אױסגעשפּרײט ! 


איז עס פון זון אונטערגאַנג, איז עס פון זון אויפגאַנג ? 

עס פאַרבט זיך בלוטיק דער ברויזנדיקער ים ‏ 

אַזױ מיר --- מיט כסדר'דיק פאַרגיי און אויפגיי, 

עס ראַנגלט זיך און אײיביקט זיך דער מענטשליכער שטאַם -- -- -- 


ס'ציט אונז דאָס פינסטערע פון דער ערד צו זיך צוי 
אָבער נישט װוייניקער דאָס ליכטיקע פון דער זון ! 
יאָ, נישט ווייניקער פון גרויליקן גרויזאַמסטן, 

פון ליבליכן-גוטן --- מיר זיינען א טייל דערפון. 


; 
: 6 א" 


אַ מאַסטבױים, אַ פאַרװאָרצלטער מיט די װױאָסלעס. 
דער מענטש װאָס אויפגעװואַקסן אויף אַן אינזל } 
מיט אַן אַלבאַטראָס-פען דיקנס אים באַשריבן, 
בלויז פון װאָס געמאַכט קאָנסטיבל זיין פינזל ? 


איז דען מעגלעך אַזאַ פון טריפהנע חזיר-האָר, 
אזוי הײיליק כשר צו קענען מאלן ? 

ער איז געמאַכט, פון יענע באַדזשער-הערלעך, 
קעניג ליר מ'פלעגט מיט אַזאַ פענזל גאָלן, 


אין טוי בעכערלעך געטונקט פינזעלעך דינע, 
ס'דורכזיכטיקע אינזל-גרין פון די גראָזן { 

און די נעפלען, שװוער-פאַרװיקלטע, געדיכטע, 
זעגל-טיכער ווייט-געשפאַנטע, אויפגעבלאָזן -- 


ווענוס פון ים-ישוים-שיסל אַרויסגעשפרונגען, 
לעידי מאַקבעט --- ביי ברעגעס דאָ, די גרינע ! 
אַזויפיל לייוונט צעװאָרפן און צעוויקלט, 
צו פאַרווישן די שאַנד פון קינאה-שינאה. 


ס'איז דער אינזל-מענטש אַ פאַרקראַמפטער אָקטאָפוס, 
פון זיין קרבן אויסגעזויגן לעצטן טראָפן : 

ס'האָט מאַרקס זיין קאַפיטאַל דאָ געשריבן, 

האָגאַרט געמאָלט --- צוויי-אױגיקע ציקלאָפן ! 


פון אַן אָסקאַר וויילד אַזאַ מין ממעמקים, 

נאָר דער אינזל-מענטש געקענט אַרױסקריגן ! 
רײינאָלדס יינגל-קעפלעך -- די מלאכימלעך נאָך, 
דער הימלישער כאָר פון לאָרד בײיראָנס ניגון. 


ווען קאָנסטיבלס בילדער צום ערשטן מאָל דערזען, 
פאַר אַן אַקװאַריום-װוונדער שטיין געבליבן ! | 
וי סמוטנע אין די געסלעך דאָ אַרומשפאַנען, - 

אָן די לייכטקייט ווי דיקענס זיי באַשריבן. 


214 


צום פייף-באמבער-,בליץי איבער ווייטשעפל 


ווען עס ראַנגלט זיך דער שטן מיט גאָט, 

ווערט אונזער בלוט וי װאַסער דעמלט פאַרגאָסן ; 
דאָס ביישטידל פון דער ערד באַשמירט ווערט, 
רויט-אויסצולויכטן פון פינסטערע כאַאָסן, 


וי ס'גיסט זיך אונזער בלוט --- גאַנצע טייכן ‏ 

צי װועט דער געראנגל שוין קיינמאָל אויפהערן ? 

און דער פינסטערער כאַאָס אין דער וועלט, 

אויף אייביק, שוין קיינמאָל מער ליכטיק נישט ווערן? 


עס ראַנגלט זיך איצט דער שטן מיט גאָט, 

זע, אויסגעקוילעט עס ווערט שטעטל נאָך שטעטל ! 

וי גרויס ס'מוז דאָס זיין דער חשכות-כאַאָס, 

אויב אַזויפיל בלוט מ'ברויכט פאַר ביישטידל-ברעטל -- 


מיין ביסעלע אין מיר, וי עס רייסט זיך, 
אין דעם גאָט-געראַנגל פאַרגאָסן צו ווערן : 
וועסט אויך ווייטשעפל מיט דיינע געסלעך, 
צו אונזערע הייליקע שטעטלעך געהערן ? 


וי זיי פאַלן איין די קאָרטן-הייזלעך, 

פון שוועבלעך אויפגעשטעלטע -- וי זיי פלאַמען ! 
און דאָס גלויף איצט פון דיינע געסלעך, 

מיט אַלע שטעטלעך, ווייטשעפל, לויפסט צוזאַמען -- 


פון טשאַטעס-הינט געיאָגט מיט ווילד געװאָי 
ס'פייף-געבייטש איבער זייערע קעפ צו הערן ! 
יאָ, וי די שקצים זיי פייפן אונז נאָך, 

מיט אַזאַ געלעכטער, משוגע צו ווערן. 


215 


באמבעס איבער לאנדאן... 


1 


אױסגעװאַקסן, לעבעדיקס פון לעבן געבוירן, 
ביסטו געװאַלטיק מיט דיין איצטיקן געשטאַלט, 
מאָזאָליש פאַרהאַרטעװעטע הויטן געקאַרבטע 
איבער גאַס און סקווער דער געגאָסענער אַספאַלט. 


די קייבלס, די קאַנאַלן, די רינען, די רערן 

ס'איז דיין פאַרפּלאָנטערט-פאַרקניפּט אינגעווייד : 
בלויז מיט אַלע דיינע מיקראָפאָנען, אַנטענען 

וי אויסגערעכנט, וי שפּאָרעװודיק דיינע רייד. 


און אױטאָס און באַסעס און טראַמװײס און צוגן, 
אונטערערדיש, איבער-ערדיש, איבער געביי -- 
ס'איז צום האַרצן צו, דאָס ציען זיך, דאָס דריוולען זיך, 
געוויקלט און געפלעכט פון דיין אָדערן געדריי. 


און וועט מען אַ שטעקן צווישן רעדער דיר שטעקן. 
ר'וועט ווערן צעבראָכן אין דיין שנעלן געשװינד! 
ס'זיינען די אָקעאַנען דאָס בלוט דיינס, 

דיין אָטעם -- דער ווילד-צעפאָכטער שטורעם-ווינט ! 


יאָ, וו ביים העלד געבליבענער שראַם אויף פּנים, 
פון זיין גבורה גאָר ס'איז העלדישער באַװײז, 
אַזױי-אָ בלייבט העלדישער סימן נאָר, 

פון יעדער געטראָפענער באַמבע דער אויפרייס. 


2 


אַ טױזנט-יאָריקע, אַ טשערעפּאַכע אַזאַי 

װאָס דערהערט די רויב-פייגל איבער איר קאָפּ, 
אונטער איר פּאַנצער, איר האַרטן, זי פאַרקריכט זיך, . 
נאָך איידער זי לאָזן זיך איבער איר אַראָפּ. 


זיי קרייזן אַרום איר, זיי שאַרפן די דזשובעס, 
די צינגער, די פאַרשלונעטע הענגען גרויס אַרױס : 
ס'איז צאַפּלדיק לעבן דאָרט --- אַרײנצובײסן } --- 
ווי ווייך ס'אינגעווייד, װוי װואַרעם איר שויס. 


216 


זי קרייזן אַרום איר, זיי שלייפן די דזשובעס, 
איינעם נאָכן צווייטן זיי ברעכן זיך די צֵיין } 
כאָטש רייסן געדעדעם, װאַרעם, צעצאַפלט, 
פון אַ געװאַלטיק-ליגנדיקן קיזל-שטיין. 


און זי, די טשערעפּאַכע, די טויזנט יאָריקע, 
רוט אַביסל אויס פון איר קריכנדיקן גיין --- 
איז נישט ווידער שטורעם-ווינט דרויסן?... 
שמייכלט זי זיך קלוג אין איר גוידער אַרײן : 


אָ, נישט נאָר אויף פּלעצער, ווייטע, באַזונטע, --- 
אונטער ענגען פּאַנצער ס'קאָן אויך אָנגענעם זיין ; 
וי גוט ס'טוליען זיך דאָס די אַלטע ווייכע גלידער --- 
מ'מוז נאָר געפּאַנצערט זיין אין אייגענעם געביין, 


3 
און אויב נישט דיין נשמה, לאָנדאָן, נישט דיין האַרץ -- 
דיין געװאַלטיקן כוח, אָבער, איך האָב'ן דערקענט ! 
אינם בליק פון אַ מאַטראָז צו זיין מיידל, 
און אינם צאַרטן דריק פון זייערע הענט, 


נישט אויפרייס-באָמבעס קאָנען דאָס צעשטערן 
און נישט פון קנאה קאָן דאָס ווערן באַזיגט, --- 
געבוירן געװאָרן אויף אויפברויז פון ים, 

פון שטילע כװואַליעס געשטילט און פאַרוויגט, 


און מיטן שטורעם-ווינט געװואַלטיק געװואַקסן ! 
גרויזאַם אַזױ וי ער, וי ער אַזױ שטאַרק!! 
דאָס גראַניט פון דיינע גאַסן, דיינע סקווערן, 
וי זיין צאַרטע ליבע, ווי זיין ברייטער קאַרק. 


דיינע הייזער, דיינע שפּײיכלערס, דיינע סקלאַדעס, 
איבער דער טעמזע די פאַרװאָרפענע בריק, 

מען קאָן זיי אויפרייסן, מען קאָן זיי צעשטערן, -- 
אָבער נישט דעם הענגנדיקן וויגנדיקן בליק ! 


און ווען דו פאַרגײסט דיך מיט ליבע-ליד, לאָנדאָן, 
דאָס האַרץ אין-איינעם ווערט פול מיט ציטער צו דיר, 
און ווען דיינע מאַטראָזן-געזאַנגען צעהילבן --- 

פונם אויפברויזנדיקן בלוט צעשפּרינגט עס שיער. 


, 5 


שטאט אין פלאמען 


אַן אויפגעברילטע מיט צעפּלאָשעטע גריווע, 
אויף אַלע זייטן גרייט שוין זיך צו װאַרפן, 

מיט איינגעהאַלטענעם ציטער נאָך אין לאַפּעס, 
ביז די גראַטשעס וועלן שפּיציק זיך אויסשאַרפן ; 


מיט לויערנדיקער רוגזה אינם רוקן, 

מיט אַ צאַפּל אין עק, יעדע רגע צו פאַררייסן, 
מיט ציינער שטשירענדיקע, קריצנדיקע, 

די העצער אויף פּיץ-פּיצעלעך צו צעבייסן ; 


אַזױ שטייט די שטאָט, געװאַלטיק און מעכטיק, 
אָ צעפלאַקערטע אין די צעפאָכעטע פלאַמען -- 
אַ לייב, אַרומגערינגלט אים צו פאַנגען, 

מ'האָט אָנגעצונדן דעם דזשונגל מיט שטאַמען! 


אָ, די גלאָוונע-אויגן, גלוטיק צעגליטע, 

צום שפּרונג ווען זי וועלן זיך געבן אַן עפן, 

וווהין נאָר אין זייער שרעק די העצער זיך צעלויפן, 
זיינע ציינער און נעגל ועלן זיי טרעפן, 


בלינד פון צעברענטער רוגזה זיינע שװאַרץ-אַפּל -- -- 
מיט זיין בלויסן ניוך ער וועט זיי דערשמעקן ! 

די ארויסגעפלאמטע צונג, די בלוטיק רויטע, 

וי זי װאָלט שוין אַ סלינעדיקע זיך באַלעקן. 


יאָ, שוין שפּריצן די בליקן מיט פייער-פונקן, 
פונם כוח װאָס נעמט זיך מעכטיק צוזאַמען -- 
די שטאָט, געװואַלטיק-אַזױ, מאַיעסטעטיש, 

אַ צעצונדענע אַצינד אין די פלאַמען ! 


אין די געסלעך דא 


די שאַרפע נויט דאָ פון די אָרעמע געסלעך 
אַרײנטעטװוירט זי האָט זיך אין מיין הויט, 

מיטן ציטער פון יענע שפּיץימעסערס, 

ביים אָפּשנײדן װאָס דינער דאָס רעפטעלע ברויט ; 


218 


און מיט שטעכן אונטער נעגל וי מיט נאָדלען, 
װאָס קאַלטע קעשענע אין פויסט האָט זיי געביילט ! 
דאָס נאַסע גװואַזשדזשען פון צעריסענע שיך 

פון אַלצדינג דאָ זיי האָבן מיר דערציילט -- --- 


ביז אין מיין שטיבל אַריין מיר נאָכגעקראָכן, 

פון די געסלעך דאָ איז מיר די ביטערע נויט, 
װואַכיק געװואָרפן מיין האַרץ גאַנצע נעכט, 

ביז ס'האָט טאָג בלוטיק אין פענסטער אויפגעגרויט, 


די נאַסע ווענטלעך, די נידריק-שיפע סטעליע, 
דאָס כסדרדיקע קאַפּן פון צעבראָכענעם דאַך, 
און דאָס בייזע בלאָזן אין קאַלטן קוימען --- 
אין מיטן ים אין צעשטורעמטן געקראַך ! 


אַלצדינג כ'האָב געזען און געוווסט אַז ס'מוז קומען : 
פון די שמאָלע קוימענדלעך דער שיטערער רויך 
האָט עס אַזױ דייטלעך פאַרשריבן אויפן הימל, 

און אויף די פענסטערלעך -- דער היסטנדיקער הויך, 


און איצט אַז ס'איז אָנגעקומען, אַז ס'איז דאָ, 

און װאַכיק זיינען די נעכט מיט טוט און מיט שרעק, 
און מיט צעבלאָזענע געסלעך, צעשטורעמטע, 

ס'איז דאָס שטובל מיינס מיטן שטורעם מיט אַװעק, 


בלאָנקע איך מיך, געסל אויס געסל איין, 

נישט צו געפינען מער אינערגעץ קיין אָרט --- 
אַ מאַטראָז אַזאַ פון געזונקענע שיפן, 

װאָס ראַטעװעט זיך אַזױ פון פּאָרט צו פּאָרט, 


װאָס נישט געבליבן שוין קיין ליידיק פּיצל פּלאַץ, 
אויף זיין פאַרשרומפּלטער טעטוווירטער הויט -- 
די אַלע נעמען אַרײינצושרײבן נאָך, 

פון די אומגעקומענע אין שרעקליכן טויט, 


219 


,דיירעקט-היט" 
(שעלטער-רעמיניסענס) 


אָדער מ'איז טויט, אָדער מ'בלייבט לעבן -- -- 
און אַז די שורות זיינען דאָך אָנגעשריבן, 

װאָס קאָן נאָך זיין אַ בעסערער סימן, 

אַז כ'בין צווישן די לעבעדיקע געבליבן. 


אָבער ווער קאָן עס נאָך וויסן, צי דעמלט, 

ווען די שורות וועלן צו וועמען דערגרייכן, 
ס'וועט נישט זיין אַ ליגנט, אַ פאַרשפּעטיקטער, 
דער אַצינד געשריבענער לעבנס-צייכן, 


און אפשר טאַקע גאָר צווישן יענע פּגרים, 

װאָס נישט מער צו דערקענען ס'איז ווער זיי זענען, 
ליג איך איצט שוין אַ טויטער צווישן טויטע, 

אַ צעקאַליטשעטער נישט מער צו דערקענען. 


אָ, נישט מיך און נישט קיינעם איך דערקען נישט מער -- 
ווי צעריסן אין אונזערע פּנימער די ריסן ! 

פון פינסטערער שרעק, פון גרויליקער נקמה, 

דער בליק און אכזריותדיק די ליפּן פערביסן י-- 


-...... - - .א א.יגגג,,--- ,2 א}י = == ,יי ניי. רנ יי 00 יי ,גנ יללי.... 


אָדער מ'איז טויט, אָדער מ'בלייבט לעבן -- -- 

אַז גלייכגילטיק ס'איז שוין דער גאַנצער אָדער !ּ 
עפּעס פּונקט וי דער מענטש אַצינד װאָלט געוועזן 
אַזאַ אויסגעשפּיגענע ווערעמדיקע יאָדער. 


אַז דאָס-אָ װואָס ס'געשעט איצט, ס'קאָן געשען. 

אַז צו דעם-אָ מיר האָבן געקאָנט דערגרייכן, 

װאָס איז שוין דער חילוק צווישן טויט און לעבן, 

און צום װאָרט מענטש -- דאָס נידריקסטע פאַרגלייכן ! 


אָ, דאָס קלעטערן אונזערס אויף העכסטע הייכן, 
איז עס געווען בלויז כדי טיפער צו פאַלן ? 
אויפפליענדיקע באַלאָנען נאָר אַזעלכע, 

מיט אַלע זייערע ליכטיקייטן אויסצוקנאַלן. 


אַז דאָס-אָ װאָס ס'געשעט איצט, ס'קאָן געשען. 
און מיט מענטשלעכע הענט געהאָלפנ'ס צוגרייטן -- --- 
װאָס איז שוין פאַרלירן, װאָס איז שוין נצחון, 

אַפּילו דער חלום פון קומענדיקע צייטן, 


די טילבורי אין לבנה נאכט 
(דער וייטשעפל-שעלטער מיט 15,000 מענטט)) 


1 
אַ ריז אַזאַ אויף ברייטע פיס אַװועקגעשטעלט, 
מיט אַ פּאָר אויסגעהויבענע פּלײיצעס פעסט און ברייט, 
אַ מעסער פון יעדער כאָלעװע אַרױסצוציען! 
אַ געלאָדענעם פּיסטױל אין יעדער קעשענע גרייט ! 


איינגעהילט אין ברייטן, אין געפאַלדעװעטן שינעל, 
גאַנצע טעג און נעכט צו שטיין אַזױ אויף װאַך; 
איבערן מוטיק-צעשטרעקטן קאָפּ די עראָפּלאַנען -- 
בייטשן-צעפאַכעטע טויבן איבער אַ טורעם דאַך! 


די פּעלצענע קוטשמע איבער די אויגן אַראָפּגערוקט -- 
ס'שטיקן זיך פון די דאָקס אינם פּלאַמיקן רויך ! 

די געפּוצטע קאָקאַרדע, גראָד איבער דער נאָז 

שטייט די פולע לבנה, אין זעניט, אין דער הויך. 


איז ער נישט איינער פון דער קעניגליכער גװאַרדיע ! 
אין ציגל-רויטן לייב-ראָק מיט די בלינקענדיקע קנעפּ? 
שמירה שטייט ער ביי די טויערן פון דער טעמזע, 
און ווען מאַרשירן --- איז איבער לייבער און קעפּ! 


זאַמלען זיך די געסלעך אונטער זיינע פּלייצעס 
מיט קינד און קייט, מיט די בעבעכעס און מיט שרעק, 
און אַז זיי הויבן אויף די דערשראָקענע בליקן 
איז זייער גאַנצע מורא אויף איינמאָל אַװעק -- 


פון גאַנצענע דורות אָנגעדריקטע מאָזאָליעס 

זיינען די שטאַבעס, די ניטן איבער זיירע קעפּ! 

די אייזערנע סטעמפּעס, די געקאָװעטע שינעס -= / 
מוסקל-געפלעכט אונטער פייערדיקע האַמער-קלעפּ! 


221 


דעם סאָלדאַטסקע ראַניעץ אויף די ברייטע אַקסלען 
טראָגט ער ריזיק דעם געביי מיט שטאָק איבער שטאָק ! 
די שפּייכלערס ביי דער זייט --- די קוילן-קעסטלעך! -- 
אויף פּאַסעק אַזױ ברייט אַרומגעגאַרטלט אַרום ראָק. 


און זאָל נאָר קומען ווער, און זאָל נאָר װאַגן עמעץ, 
ער װועט זיינע פעסטע אָרעמס געבן אַ צענעם =- =- -- 
יאָ, ער שטייט דאָ אַ װאַרטנדיקער גולם אַזאַ 
אונטערקלעפּן זאָל אים װער אונטער צונג הײיליקן שם. 


2 

שווענדזשענדיקע מענדעוויסקעס אין אַ קרייז אַרום 
ליגן שװאַרצע און קראַצן זיך אין קרייזל-קעפּ , 
ווערעמלעך ביי אַ נאַשער-קינד אין ווי-הייסט-מעס -- 
כאָפּטעס ווייסע אונטער גאָטיש-געװועלבטע סקלעפּ. 


ראָיענדיקע טאַראַקאַנעס, קריכנדיקע ווענצלעך 
אַרײנצוכאַפּן זיך ווו אין אַן אָפענעם שפּאַלט -- -- 
אַ גאָטס-רחמנות נעבעך אויף אונז אַלעמען, 

ווען װי אַ מגפה אַזאַ אימה אונז איבערפאַלט. 


רעגן-ווערם פון דער ערד אַרױס אַרױסגעראָיעט, 
אויפגעפּיקט צו װוערן פון אַ פויגלישן דזשוב, 

ליגן מיר דאָ מיט מאַן און ווייב,. מיט קינד און קייט 
און מיט געראַטעװעטן פון ברענענדיקער שטוב. 


יאָ, װוי די הערינגלעך אין די שאַכטלעך קאָנסערווען. 

וי די פעסלעך מאַרגאַרינע צום ביליקן פאַרקויף, 

אַרום דאָ אין די שפּייכלערס, אין די פולע סקלאַדעס, 
אָפּצוליווערן פאַר אַ שבוש, בלויז פאַר אַן אַדרױף -- -- -- 


מיט זיין בעטגעװאַנטל ס'סופרל דאָ פון געסל 
געפינט זיך אויך דאָדערגעץ אין דעם מענטשן-געמיש, 
קראַצט עס זיך נעבעך די צעשויבערטע פּיאה : 

די גענזענע פּען געלאָזן אין דער היים אויפן טיש !. 


אין פּוכענע קישנס, אין געשליסענע פּערענעס, 

נישט צו געפינען איז אַ פעדער אויפצושרייבן אַן אות !. .. 
און אָן אַ מזוזה אויף טיר, אָן אַ קמיעה אויף האַלדז 

די סופרטעס שװאַך האַרץ פאַלט איין פון יעדן שאָס, 


אַ שטיקל פּאַרמעט, אַ געשורהטס, אַ געווירעטס, 
ס'איז יעדעס פּנים -- נאָר דער שם דערויף איז נישטאָ! 
אָ, װאָלט ער נאָר געהאַט איצט זיין גענזענע פּען מיט זיך, 


איבער אונז ס'װאָלט אַריבער אַצינד די בייזע שעה -- -- -- 


ליגן מיר אַלע דאָ מיט ווערטער אויף שפּיץ-צונג, 

יאָמערלעך אויפצושרייען מיט זיי יעדע מינוט ! 

יאָ, הייליקער שם פאַר שטומער, פאַר גולמשער צונג 

מוז געשריבן ווערן מיט שרעק און מיט מענטשלעך זידיק בלוט. 


3 
שטייט ער אַ צעשויבערטער, אַ נישט אױיסגעשלאָפענער, 
פון אַ גאַנצער נאַכט װאַכן, אויף באַפעל צו זיין גרייט ? 
צי פון נצחונדיקן הוליען ביז זון-אויפגיי 
די קאָקאַרדע ווויל-יונגעריש פאַרשאַרט אויף אַ זייט ? 


ס'איז די זון אין מזרח, אַ פאַרטרונקענע אין נעפּלען -- 
שכור מ'קאָן ווערן פון אַזאַ ווונדערלעכן אויפגאַנג ! 
אונטער דער קוטשמע אין די איבערלאָפענע אויגן 

אַ כיטרע איינגעהאַלטענער באַהאַלטענער פאַרלאַנג --- 


וי װאָלט ער זיך אַזאַ זעץ געטון, אַ צעקוועטש געטון, 

אַ קאָזאַטשאָק אויפגעטאַנצט אויף ציטער פון קעפ! 

נאָר איז ער דען נישט איינער פון זיי, בלוט פון זייער בלוט, 
אָנגעטון בלויז אינם ראָק מיט די גלאַנצענדיקע קנעפּ. 


נישט מיט כשרע געשניצטע, מיט פלעדערוויש פעדער, 
אַן אַרױסגעפליקטע פון אַ געשאָכטענער גאַנז, 

נישט אויף שטיקל פּאַרמעט, געשורהט און געווירעט 

אַ הייליקער שם -- ס'שרייבט אַצינד זיך דער בילאַנס : 


דרויסן אין די שלאַכטן די בעסטע און די שאַטרקסטע, 

און מיר דאָ אין שרעק און אין עקל --- פאַרװאָס און פאַרווען? -- 
זי טונקט זיך אין מענטשלעכן בלוט, אינם זידיקן, 

שטאָלענע פליגל פון עראָפּלאַן איז איצט די פּען 


פונם ליידיקן געקלאַפּט פון די שרייב-מאַשינעס, 

פון קרעדיט און דעביט און פונם מזומענעם געלט, 

מיטן רויטן שטריך, מיט פעטן, פעסט אונטערגעשטראָכן, 
דער סך-הכל אונטער חשבון וועָרט איצטער געשטעלט --- 


ס'איז רעכן-טאָג, אױיסגעצאָלט ס'ווערט ביז לעצטער פּרוטה! 
און ,עין תחת עין" און ;שן תחת שן" -- -- 

אַ ריז אַזאַ אויף ברייטע פיס אַװועקגעשטעלט, 

ביי די טויערן פון דער טעמזע שמירה צו שטיין ! 


שטייט ער אַזױ פּנים אל פּנים מיט לעבן און טויט, 

צו באַשיצן, צו באַהיטן, יעדע רגע זיין גרייט ; 

צום אומפאַלן האָט עס מיט אים אַ טרייסל געגעבן, 

אָבער אויף זיינע ברייט-צעשטעלטע פיס פעסט ער שטייט. 


די טילבורי אין דער פרי 


אַראָפּגעשאָסן זיי האָבן אים די קוטשמע, 
אַ שטיק פון אַן אויער-לעפל מיטגעריסן, 
ער אָבער, אַ באַװאָפנטער, שטייט אַזױ-אָ, 
מיט צילנדיקן בליק און ציינער פאַרביסן. 


אַ לאַץ פון מונדיר האָט עס מיטאָפּגעשליסן, 
אַ פּאָלע צעפּלאָשעט און ווילד אויפגעהויבן, 
נו, זעט מען דעם בויך, דעם ברייט-געפאַלדעװעטן, 
אַזױנס און אַזעלכעס, װאָס נישט ס'איז צו גלויבן -- 


פון שטאָל פון געקאָװעטן זיינען די קישקעס, 

דאָס װאַמפּיקע אַרום --- אייזערן מוסקול-געוויקל ! 
פון מעש און פון קופּער די ווענען און אַרטעריעס, 
די געדערעם אויסגעהעמערט פון האַרטסטן ניקל. 


און אַז ס'וועלן זיך אים די פיס אונטערברעכן, 

ס'וועט זיי אפילו אויך דאָס-אָ נישט נוצן -- -- 

ר'וועט פאַלן אויף זיינע אָרעמס, שטאַרקע, צעשטרעקטע, 
מיט זיין פעסטן רוקן אַלעמען צו באַשיצן. 


אויף קני און אויף קנעכל -- די לענדן. 
און די ברייטע ברוסט אויף די עלענבויגן! 
און באַשיצט אַזױ מיר װעלן בלייבן, 
אונטער זיין רוקן וי אַ בריק אויסגעבויגן. 


224 


ניין, נישט אַ געפאַלענער װעט ער ליגן -- 
אויף בויך צילנדיק גאָר, אַזױ אויסגעצויגן ! 
און שאַרפע וװוונד, אַז ער װועט ווייאיק דערפילן, 
בלוט איבערלאָפן נאָר װעלן זיין זיינע אויגן. 


אַראָפּגעשאָסן זיי האָבן אים די קוטשמע, 
און אין אויער-לעפל אויך-מיר עפּעס ווונדן, 

אָבער דאָס גליאיקע, דאָס ברעניקע אין זיין לייב 
ס'איז פון אַ צאָרן אין אים פריש איצט אָנגעצונדן: 


אין פלאַקער-שיין, פון די אָנגעצונדענע הייזער, 

שטייט ער בולט מיט זיינע צעשטרעקטע מויערן -- -- 
מיט טויזנטער הערצער ציטערט עס אויף אין אים ! 

און איבער זיין קאָפּ דאָס פלאַטערדיקע לויערן -- 


אָ, דאָס גיפטיקע געזשום אין זיינע אויערן, 
און די שרעק פון די טויזנטער אין דעם באַהאַלטן! 
זיינע קנאָכן קנאַקן נאָר אַזױ אין די פלאַמען 

מיט באַנײטע כחות אַלצדינג אויסצוהאַלטן --- 


לעבעדיק ס'איז די שטאט 


אַ לעבעדיקע איז די שטאָט, 

מיט אירע קאַנאַלן, אירע גאַזירערן, 
מיט אירע באַנען, אירע אױטאָס, 

מיטן געלויף אַ רגע נישט אויפצוהערן; 


וי ס'קרייזט דאָס, װי ס'איילט דאָס, 

מיט אױטאָבוסן, מיט טראַמװײען, 

און אונטערערדיש און איבערערדיש -- 
געדערעם-געקנויל וויקלען זיך אין דרייען! 


ס'איז פאַרן בלוט-געלויף די אָדערן, 
די קאַבעלס אונטער גאַסן צעגראָבן! 
אָבער אַז לעבעדיק ס'איז די שטאָט 
מוז זי דאָך אַ האַרץ אויך האָבן --- -- 


צו דערפילן איינער דעם צווייטן, 
צו דערשפירן יענעמס פריידן און ליידן, 


225 


קאָן דען עפעס לעבעדיק מיינען, 
נאָר מיט געדערעם בלויז און אינגעוויידן ? 


מיט צאַפּל פון מענטשלעכע הערצער, 

אונטער שריפה-חורבות פאַרשאָטן, 

אַ האַרץ זי װעט באַקומען, די שטאָט, 

און איר נערוװועןינעץ פון שטאָל און פון דראָטן 


ווי מיט ווענען, וי מיט אַרטעריעס, 
אין מוסקל-געפלעכט, אונטער הױיטן, 

איבער איר גאַנצן לייב זי װעט שפּירן 
יעדן בחנם געפאַלענעם טױטן -- -- 


די אויפגעריסענע גאַסן אַרום --- -- 

אירע פּולס-אָדערן ס'ווערן אויפגעשניטן ! 
ס'אָדער-לאָזן ס'איז, פון בייזן בלוט בלויז, 
דערפון אַ לעבן-לאַנג פיבריק געליטן. 


פרילינג 1941 


1 

אט װעט ער זיך בלוטיק צעבליען 

מיטן גלאנץ פון זיינע דערנערלעך, דער קזשאק, 
וי די מאמע מיט איר קינד, יענע נאכט, 
טוליענדיק עס אזוי בעקעלע צו באק. 


טוט שוין איז עס געוועזן און אזוי בלאס, 

אבער גאנץ איבערגאסן מיט זידיקן רויט ! 

א צוזאמענגעקנוילטער קזשאק, א צעבליטער, 

איר פארוואונדעטער לייב מיט קינדעלע טוט -- -- 


קאן װער עס דען צוריק אויפוועקן? 

און ווער וואגט עס צו נעמען פון אירע הענט 1 
די מאמע מיט איר קינד אין יענער נאכט, 

אין זיין צוזאמגעקנויל כ'האב ביידע דערקענט. 


2 
ווייטאקן, וואס נעמען זיך צוזאמען 
אויפצופּלאצן אין בלוטיקע וואונדן, 


206 


בייזע געשווילעכצער אזעלכע 
אייטערדיקע אוֹן פיבערדיק-צעצונדן, 


שטייען הייזיאר צייטיקע די טולפּן, 
אויפגעקנאספּעטע צום אויפברעכן ! 

דער אטעם פון זיי אזא קראנקער, 

פון גוססדיקע אין לעצטן אויסדעכן -- -- -- 


און אפשר פרעסט עס אין מיר נאר אזוי, 
ס'נעמט זיך אייטערדיק-בלוטיק צוזאמען ! 
זינט יענער נאכט ס'טויטע קינד געזען, 
אויף די צעשונדענע הענט פון דער מאמען. 


3 
דאס פריש-צעבליטע, דאס יונגע ביימל, 
פון צווישן די אפענע חורבות ארויס, 
פון די קופּעס הייזער צעשאטענע, 
שטארטשענדיק מיטן שפּיץ קוים בלויז ; 


וי אויף ברייטע, אויף אפענע לאנקעס 

ס/וואלט געשטאנען איצט דא הינטער א סטויג --- 
א, א שפּליטער אזא ווארפט עס זיך 

אין מיין ווייאיקן, פארוואונדעטן אויג ! 


נישט רויטלעכער צוויט אויף צווייגעלעך -- 
פון געהרגעטע גאר ס'בלוט-געשפּריץ! 

און פון מיין בליק בלוטיק צעשטאכן, 

מיטן ארויסשטארטשענדיקן ביימל-שפּיץ. 


די ביכער שאנק 


וי מיט א שטומפּיק מעסער, וי אפּגעשניטן, 
שטייט דאס איבערנעבליבענע, שטיקל גאס, 

אויף דער נאקעט-אנטבלויזטער וואנט דאָס ביכער-ברעט, 
אויסטערליש אזוי, וי עפּעס א מיאוסער שפּאס --- 


גלייך גערייצט זיי וואלטן זיך מיט דעם וואס געזען, 
פינקלען גאלד-געליישטע רוקנס אין פרילינג-זון ! 


207 


כאטש צוצושטעלן די פייערלעשער-לייטער, 
צום לייענען איצט ארויסנעמען איינס דערפון -- 


ווארום יענער מענטש, וועמען זיי האבן געהערט, 
מיטן ווייכן זעסל און ווארעמען בעט, 

ס'איז דאך פון זיי גארנישט מער איבריק געבליבן --- 
וי אט-א דא די פאָר ביכער פון עפעס אַ פאָעט. 


די פייגל הייייאר 


און ווען די פייגל וועלן אנקומען 

זייערע נעסטלעך וואו אויסצוקלעבן -- -- 
אז אונזער דאך איז נישטא איצט מער 

און אויך נישט יענער, וואס דערנעבן -- 


א, אזויפיל צעשאטענע פעדערן, 

די גאנצע וועלט כאטש נעסטלעך אויסצובויען! 
אבער אז מיט אייגענע הייזער אזוי, 

וויאזוי אונז נעסטער נאך אנפארטרויען? 


נישט מיט זינגען פאר אונזערע פענסטער -- 
מיט אזא פישטשעדיק שטילן וויינען 

וועלן די פייגל אנקומען היי-יאר. 

נישט צו וויסן צומאָל ווו זיי זיינען. 


בין-השמשות 


די אימה ווען דער אוונט קומט אן, 

די גאסן פולע מיט וואקלדיק איילן, 
דערשראקן און טרויעריק די מענטשן -- 
היהלעך אזעלכע, וואס לויפן אין היילן, 


מוילווארפן מיט פארזשמורעטע בליקן, 
נישט אנצוקוקן איינער דעם צווייטן, 

און נישט דעם בלויען בין'השמשות הימל -- 
צעבליטע פיילעכעלעך איבער קברים בייטן. 


וי ס'ישטערנט זיך דאס אויס דער בלייכער הימל -- 
דער פינסטערער טויט מיט זיינע טויזנט אויגן ! 

א שרעקלעך, א טאפּנדיק אומגעהויער, 

מיט גראטשעס אין שווארצע לאפעס איינגעצויגן, 


א פרילינג-נאכט היי-יאר 


א שווארצע פלעדערמויז אזא 

פון פינסטערנישן אויפגעוואבט, 
פארפּלאנטערט אין שוידער פון קאפּ 
איז די פליגל-צערוישטע נאכט. 


| יעדער טעמפּער, האסטיקער קלאפּ, 
אויפטרייסלדיק ביזן פונדאמענט -- 

איר בלינדער, אומגעלומפּעטער פלי, 

זיך שטויסנדיק אין דעכער און ווענט!--- 


מיט אירע פליגל צעבראכענע, 

אונטער די חורבות פון הויז צו הויז, 

זי טשאטעט פינסטער א גאנצן טאג, 

ביז ר'לעשט שוידערדיק זיך ווידער אויס. 


פולע לבנה 


א פולע איז דרויסן די לבנה, 

ווי צו פילן די גאנצע וועלט מיט גליק ! 
און דאדא האט א קינד מיך אנגעקוקט 
מיט אזא גרויסן, קיילעכדיקן בליק ; 


אזא לבנהשן. אויפגייענדיקן, 

אז דאס הארץ ווערט אנגעפילט מיט פרייד } 
האב איך אויסגעדרייט מיין פּנִים צו וואנט, 
א גוססדיקן גלייך, ווען ס'קומט אן זיין צייט, 


זיכער האב איך אויגן פולע געהאט -- --- 

האב איך, האט ס'קינד די גאנצע נאכט געוויינט ? 
פון א שטארקן העש כ'האב מיך אויפגעכאפּט ; 
דרויסן האט לבנה נישט מער געשיינט -- -- --- 


ש א ר י עו 


מיט דער ,בינדע" שוין איבער די אויגן, 
פארמשפּטע ביים ווענטל געשטעלט, 
שטייען מיר אזוי די גאנצע נעכט 

ביז דער באגינען ווידער אויפהעלט -- 


יענער רייטער אויפן צעשוימטן פערד, 

וואס קומט אנגעריטן מיט שנעלן געלאף, 
פאכנדיק מיט דער ,בעגנאדונג" אין לופט 
אנצוקומען נאך איידער ס'איז דער סוף -- -- == 


אבער פון געטראפענעם פּונקט אין ציל -- 
די אויפגעריסענע וואונד ס'איז די זון ! 

און דאס שאריען אזוי בלוטיק-רויט -- 
דאס ווארעמע ריטשקעלע בלוט דערפון ! 


זון-פלעקן 


זענען עס די פייערן פון א גאנצער נאכט, 

וואס לעקן די ווענט מיט זייער צונגיק-געפלאם, 

צי די זון פון אנטקייגן, וואס פאלט דורך א שפּאלט, 
ס'איז דאָך זון-אויפגאנג אצינד דרויסן, מז-הסתם ? 


ס'שרייבן זיך אזעלכע ליכטיקע אותיות 

אויף פינסטער וואנט, אויף נאקעטן געשטיין, 
העראגליפן לעבעדיקע, צעציטערטע ! 

דאָס פאַרמאַטערטע הארץ קאן עס קוים פארשטיין -- 


דורך פארהוילנסטע שפּארעס, דורך שמאלסטע שפּאלט, 
דאס ליכטיקע ווארקען דרויסן פון א טויב : 

זי לייענטס אזוי ליבלעך טאַנצנדיק דרויסן, 

פאַר איר טויביכע אין רואינען-שטויב. 


א ראבאט - סאנעט 


ווען אין מיטן זיין ווילדן געברום, 

ער בלייבט שטיין אויבן איבערן קאָפּ, 
ס'/האַרץ אויף אַ רגע שטעלט זיך מיט אָפּ, 
און פּאַרשוויגן דער גאַנצער אַרום. 


קאָן עס דען אויפרייסן אומעטום ? 

און צוזאַםס מיט דעם דערהערטן קלאָפּ, 
גייט ס'האַרץ ווידער אין ווילדן גאַלאָפּ, 
און יעטוועדע פליג מיט איר געזשום, 


230 


עס דאַכט זיך אויס אַ ראָבאָט קומט אָן ; 
יאָ, אין סוף-זומער אַ זלידנע פליג, 
דאָס איז ער איצט אין די טעג פון זיג, 


פול די אויערן בלויז נאָר ער זומט אָן, 
טוט ערגעץ-ווו צו בלייבן קלעפּן -- -- -- 
ווי ס'ווילט זיך דעם זיג מיטדערלעבן. 


ר א ב א ט ס 


אַז טויזנטער מענטשן אין גאַזיקאַמערן געטריבן, 
װאָס איז שוין אַ ,ראָבאָט" װאָס פאַלט דאָ אַראָפּ? 
קעגן אַ ים פון צרות, פון שרעק און פון פּיין, 
אַן אַראָפּטריפנדיקער איינציקער טראָפּ -- -- 


און אַז יעדע רגע ס'קאָן פאַלן איבער קאָפּ, 

און דער מינדסטער גלאָזדשפּליטער קאָן מאַכן בלינד, 
אָבער אַ מאַמע קאָן זיך אויף דר'ערד דאָך װאַרפן 

און מיט איר קערפּער אָפּראַטעוען איר קינד =- -- == 


אָ, טויזנטער מענטשן אין קברים געטריבן, 

באַגראָבן צו ווערן לעבעדיקערהייט, 

און אין מיילכל פון קינד שטאָפּט מאַמע איר בריסט, 
שטאַרבנדיק זי הערט איר קינד כאָרכלדיק שרייט -- 


יאָ, אַז פאָרשטעלן מיר זאָלן זיך כאָטש קענען, 
דעם שרעק און דעם צער אויף אַ טויזנטסטל טייל, 
ליגן מיר איצט דאָ אין די שעלטער פאַרקראָכן, 

צו ציילן ראָבאָטס װאָס פאַלן יעדע ווייל, 


ווו ,װייטשעפּל* איז געשטאַנען 


די חורבה ווו די קירכע איז געשטאַנען 

מאָדנע באַלױכטן פון עלעקטרישע לעמפּ, 

אונטער קזשאַקעס פאַרשטעקט, טונקל באַװוינקלט, 
פויסט צוקאָפּנס איינגעשלאָפּענער טרעמפּ. 


אַ מידער פון אַרומשלעפּן גאַנצן טאָג, 
ליגן געבליבן אינמיטן זיין גאַנג, 


211 


הענגט לבנה אין זיין צעריסן פּנים, 
אַן אַראָפּגעריסענער לאָמפּ פון שטאַנג. 


גריילעך גאַנץ מעגלעך, װוי דער פאַרלאָזענער טרעמפּ 
כ'וועל גאָר ליגן בלייבן ערגעץ ווו דאָ -- --- 

צוזאַם מיט לבנה ווו אַװעק װאַנדערן וויסט, 

איידער באַגינען שאַריען װעט גראָ. 


צו דער געבאמבטער ווייטשעפלקירך 


(צוויי סאַנעטן) 


;גאָטעניו, עס זאָל אַ נאָמען נאָך איר איבערבלייבן !* 
זיך אים אַרױסגעכאַפט אין זיין גערעכטן גרים-צאָרן, 
און זע, ס'איז נאָך לאַנגע יאָרן איצט מקוים געװאָרן. 
איז אַזױנס נישט ווערט וי אינם פנקס צו פאַרשרייבן ? 


פאַר דער קירך פלעגן שקצים פאַרנאַכט זיך צונויפקלייבן, 
ס'יידל גייט אין שול, האַלב בלינד, אַ באַיאָרטער אין יאָרן, 
נאָכגעװאָרפענע זידל-ווערטער מ'טוט אים נישט שפאָרן, 
און איינמאַל איינער אַ שטיין שוין גענומען אויפהייבן --- --- 


אַ יידיש מויל פאַרשעלט נישט חלילה קיין מענטשן-קינדער ! 
אָבער פון די ;עצים ואבנים? --- בלויז אַ נאָמען : 
,ווייטשעפל", אַ גאַס װאָס ציט זיך מיט יידישע קראָמען ! 


און פון דער טומא --- אַ וואַנט ס'טאַפט זיך ביי איר אַ בלינדער, 
צווישן די ביימער שלאָפן זיך אַנידער צו לייגן -- --- 
הער, װי ער פרעפלט מיט די שפערלען צווישן די צווייגן. 


2 


צווישן דעם װאָרצל-געפלעכט די ווילדע אָרגיעס נעכט, 
מענטשלעכער לייב אין פאַרשאָלטענעם תאווה געקרעמפ -- 
אַ סיפיליס-פאַרפוילטע מיט טויט-שכורן טרעמפ, 

האָבן זיך זייער הימלבעט צורעכט דאָ געמאַכט. 


232 


ס'ראָיעט אַ קופע מיסט--- הייליקע קימפעט-טראַכט, 

קרענקלעך געל-פאַרשעמט בלאַט-געציטער אין בלענד פון לעמפ } 
נישט צו באַגעגענען אַ פאָר אויגן חיהש טעמפ, 

דער הימל לעצט לבנה-אויג זיך בלוטיק אױסשטאַכט. 


איז שמעקעדיקן גרין שטיקעדיק אַזאַ גערוך ! 
דאָס מוז נאָך זיין פון גאָר גאָר אַלטע צייטן אַ פלוך, 
פאַר ;שענדן האָסטעס*-נילבולים, פאַר עלילת-דם. 


געמאָרדעט דעמלט, פאַרטריבן און צוגערויבט אַלץ! 
אַ קללח זיך אַרױסגעריסן פון גסיסה-האָלדז, 
פונם געקוילעטן בעל-תוספת דאָ, מסתם. 


אַ סטאַיע פייגל איבער ווייטע ימען, 

אין די זוניקע לענדער אַרײן אָנצוקומען, 

אַז פון די בייזע אָנציענדיקע זאַװערוכעס 
זייער געזאַנג זאָל חלילה נישט פאַרשטומען. 


מיט זייערע לעצטע כוחות אױיסצוהאַלטן, 
אינמיטן פליען דאָס לעבן נישט אויסצוהויבן, 
אַן אינזל װוו, אַ פעלדזן כאָטש אויסצורוען, 
זי זוכן פון די מטושטוש-שווינדלדיקע הויבן, 


פון אַלע זייטן ציען שוין די ווילדע ווינטן, 
דער ים הינטן אין שטורעמדיקן אויפשוימען ! 
שוין ליגן זיי אינם ווירבל פון די כואַליעס, 
ס'זאָל איין רגע חלילה זיך נאָך פאַרזוימען. 


אָ,. דער וועבענדיקער נעפּל אַרום און אַרום, 

אַז מ'װוייסט שוין נישט צומאָל ווו הינטן ווו אויבן ! 
עפּעס דער גאַנצער אויפקאָכנדיקער ים 

אין איין פאַרנדיק גאָרנישט זיי צו צעשטויבן -- .-- 


אָבער ווי נאָר זיי דערשפּירן ערד אונטער די פיס, 
די דערשראָקענע הערצער ווערן פול פאַרטרויען, 
פון אייגענע פליגלען רייסן זיי די פעדערן, 
נעסטער אויף דער אינזל זיך אויפצובויען. 


233 


און פון העלדזער זייערע האָפּערדיקע געזאַנגען 
פון גרויס דאַנק זיי קענען גאָר נישט אויפהערן -- 
ווער ווייסט אפשר אומעטיקע, שוין פּאַרשטומטע, 
וועט עס גוט טון דאָ, זייער געזאַנג צו דערהערן. 


אָ, דער וועבענדיקער נעפּל אַרום און אַרום, 

אַז קיין צוויי שפּאַן קאָן מען דאָך פאָראויס נישט קוקן ! 
אפשר אַראָפּגעפאַלענע, פאַרלוירענע דאָ, 

מיט געבראָכענע פליגלען גוססן הינטער רוקן? 


און אפשר איז דאָס אויסגייענדיקע גאָר געווען. 
פון די פליגלען דאָס געבראָכענע געפלאַטער ! 
װאָס זיי האָבן פון נעפּל אַרױס, פון דאָ דערהערט, 
און זיך געראַטעװעט אין זייער סכנה-געמאַטער ? 


אָדער גאָר צו ווייטע, צו זוניקע לענדער, 
מטושטושע פאַרלוירענע מיטן אין פליען, 
ווייטער נישט מער צו קענען, נישט אויסהאַלטן, 
צוזאַמענצוברעכן מיט זייער גאַנצן באַמיען ! 


מיט לעצטן אָנשטרענג נישט צו קענען קעמפן מער 
מיט די שטורעם-ווינטען, װאָס יאָגן און בלאָזן -- -- 
וועלן זיי דערהערן פון נעפּל אַרױס געזאַנג, 

און זיך ראַטעװנדיק, צו זיי דאָ זיך אַראָפּלאָזן. 


234 


די שטאט 


פאר קריסטאבעל 


אויפאיינמאָל, אַ שפּילצײיג פון שאַכטל אַרוסצונעמען, 

עפענט זיך דער הימל אויף מיט שטאָט אויף אונזערע הענט ! 
די זון אויבן ס'איז אַזאַ גרויסער רויטער באַלעם, 

זיך צו פאַרשפּילן מיט איר אין אײיביקן אָנענד -- -- -- 


מיר וועלנס איצטער מיט אונז מיט אַרונטערנעמען, 
ביי דער ספּרענזענע נאָר געבן אַ קליינטשיקן דריי --- 
באַנען וועלן לויפן, אויף דער טעמזע די שיפן, 

און מיר ביידע זיצן אין אַזאַ אָנגעצױגענעם טראַמװײי, 


אַ שפּילצייג אַזאַ פון אַ שאַכטל אַרױסגענומען, 

וי דיך פון מיין אויפגעעפנטן האַרצן אַרױס } 

מיין קאָפּ אין דיינע שפּילנדיקע טוליענדיקע צוויי הענט, 
וי אָקאָרשט אַרױסבאַקומען דו װאָלסט אים פון דיין שויס, 


און די געבליבענע טרער הענגענדיק אין דיין בליק 

די גאַנצע וועלט שפּיגלט זיך ליכטיק אין איר דאָ אַצינד --- 
מיט שעפעלעך-געקנויל, מיט ים'ען געכװאַליע, 

מיט שטאָט -- אַ צעלאָזענע ספּרענזענע אין ווילדן געשווינד, 


צָג צ + 


צום שפּרונג אויף אַלע פיר אויסגעצויגן, 
אַ לייבעכע װאָס טשאַטעװעט אויף פאַרציקן, 
ליגט זי מיט אירע ביעדרעדיקע בריקן ; 
מיט לויף פון צוגן לייכטן-אויף אירע אויגן ! 


אויף אַ רגע צומאָל טוט עס נישט אויפהערן 

אין די ליידיקע געדערעם דאָס ווילדע ברומען; 

און דאָס קריצן פון די ציינער וויל נישט פאַרשטומען, 
אַלץ צו פאַרטיליקן און אַלץ צו פאַרצערן. 


אַ צערייצטע זי זעצן אַ קאַץ אויף דער שויס, 
צו גלעטן און צו טוליען זי נאָר אַזױ בלױיז, 
איבער דעם צוקעדיקן גלאַט פון ווייכן רוקן. 


און דאָס שװאַרצע קעפּל מיט די װאָנסעלעך גרוי! 


אַ גאַנצע נאַכט כאָטשבע צו זיצן אַזױ 
און אין די קעציש גרינע אַפּלען צו קוקן. 


235 


די שטאט 


1 
מיט שפּייכלערס, מיט קעלערס אַלץ טיפער און טיפער, 
מיט סקלאַדעס, מיט ביידעמער אַלץ העכער און העכער, 
שטאָקן אויף שטאָקן און דעכער אויף דעכער, 
מאַרמאָר און גראַניט און קופּער און שיפער. 


לייבן-גריוועס זיינען הימלען איבער הייזער, 
צעהאָנגענע איבער געביידעס איבער געמעכער, 
און די גאַסן אַזעלכע, נאָרעס, אַזעלכע לעכער 
פול געבריל געברום, פול גרימיגן געבייזער -- 


די בוסעס לויפן פון די לאפּעס אַנטלאָפענע !ּ 
פון איינגעהאַלטענעם צאָרן אויגן איבערלאָפּענע 
זיינען סקווערן, זיינען פּלעצער צענעבלטער רויך. 


אַלץ טיפער און טיפער אַלץ העכער און העכער, 
און פון די העכסטע דעכער און געמעכער 
פאַלט תמיד דאָס קעצל אויף ווייכן בויך. 


2 


וי קאַצןדשטעגלעך, װי שליאַדן פון מייז 

דרייען זיך די געסלעך קויטיקע און שמאָל, 

די געשטאָפּטע שפּייכלערס ציען זיך אָן צאָל 
מיט גאַז מיט גיפט, מיט פּראָך-און שפּייז-געלייז, 


וי די ראַטן, װי די קעץ, װי די מייץ 

ראָיעט עס, לויפט עס, אַהער און אַהין, 

עס שטינקט מיט פערד, מיט מענטש, מיט בענזין -- 
פון אַלע װעלט טיילן מענטשלעכער שווייס. 


אין סחורה, אין באַר, אין ווערט-פּאַפּירן ! 
ביזטו דאָס האַרץ פון דער וועלט, די געהירן, 
אָדער בלויז נאָר איר מעלה-גרהדיקער מאָגן ? 


דיך אָנקוקנדיק װוער זיך אױיסמאָלן, װער זאָגן, 
ווער כאָטש בלויז דערשפּירן דעם פינסטערן צער, 
פון קניענדיקן װאָס מאָלט אויף קאַלטן טראָטואַר. 


236 


3 


צווישן די שווערע גרויקייטן פון די הייזער-בערג 

אַ פאַרבלאָנזשעטער אינדיער, אין טורבאַן אין צױיטן, 
אַ ייד אין שטריימל מיט אַ װוערך אַ רױטן, 

אָדער נאָר אין שװאַרצן פראַק און פעסקע א טערק 


שלעפּט זיך פאַרלוירן די זון גאַס אויס גאָס איין. 
צֶווֹנט בלייבט זי שטיין אויף אַלע הויכע בריקן, 

מיט אַזאַ פאַרלױרנקייט אין דערשראָקענע בליקן, 

ביז זי װאַרפט זיך פון אַ געלענדער אין טעמזע אַרײן, 


מיט איינגעהאַלטענעם אָטעם בלייבן די שיפן, די הייבער, 
און אויפן בריק די פאַרבייפאָרנדיקע טרייבער -- -- 
די פענסטער פון טראַמװײס, אויף פאַרמאַטערטע פערד דער שווייס 


נעמען רויסע שרעק מיט זיך מיט אין די סקווערן. 
און די טעמזע גריזשעס און גריזשעט נישט אויפצוהערן, 
מיט גאַנצע טשאַטעס צוזאַמענגעלאָפענעט װאַסער-מײז, 


ס'דרייט זיך דער ערד-באַלעם און אַלץ מיט אים מיט, 

די אױטאָס, די באַנען, די שיפן, די פליער, 

און יעדער װאָס שנעלער און יעדער װאָס פריער, 

און דאָס געיאָג אין די דראָטן איז פּראָפּיט און פּראָפיט ! 


נולן, נולן, פון שרייב-מאַשינען אַזאַ שרויטיקער געשיט ! 
אַזש ס'שווינדלען די אויגן, אַזש ס'פּלאַצן די שלייפן, 
גאַנצע זון נאָר אַזאַ נוליקער רעקלאַמע רייפן ‏ 

מ'מוז אין איר נאָר דורכשיסן דאָס לאָך אינדערמיט. 


נולן, נולן, און ווו איז דער ערשטער, דער ציפער פאָראויס ?. .. 
אָ, יענט האַנט אויף װאַנט מיט פייערדיקן , מנא תקל" 
האָט גיכט שוין אין די פינגער פון דעם נולן געהעקל -- 


נולן, נולן, גאַנצע וועלט איין דראָטיקער נולן געפלעכט ! 
און יעטווידעס האַרץ, מיט זיין עכט און זיין רעכט, 
אין אַ לאַפּקע געפאַנגען, אַ צאַפּלדיקע מויז, 


237 


זאַט איז זי, קאַץ און מויז שפּילט זי זיך איצטער, 

די לאַפּקעלעך אין סאַמעט, אין אַטלעס און אין זיידן, 

דאָס פּנימל אַזױ ליבליך, אַזױ צנעות'דיק באַשײדן, 

נאָר מיט אַמאָל אַזאַ בליק, אַזאַ פאַרשייטער צעבליצטער ! 


אַזױ מאָדנע הויקערט זי זיך מיט אַלע טעמזע-בריקן, 
איר לאַנגער עק, שטייפט זיך מיט יעדן פאַבריק-קוימען, 
אַזױ שנעל, אַזױ אייליק, נישט צו פאַרזוימען 

יאָגט אַזאַ פייערל אין אירע ווילד-געװאָרענע בליקן -- 


אָ. דאָס אָטעמדיקע קוקן, דאָס גיפטיקע, גרינע ! 
ס'מייזל דרייט זיך דרייט זיך, בלייבט אויף הינטערשטע שטיין, 
די אייגעלעך ווערן אַזױ גרויס פונם גלאַנץ פון אירע ציין -- == -- 


אויפגעלויכטן שטיל איז שטאָט מיט צעשריגענעם קינאָ 
און מיט גיפטיקע רעקלאַמע איבער יעדן הויז -- == -- 
זאַט איז זי איצטער, זי שפּילט זיך אין , קאַץ-און-מויז? ! 


7 


דו, קוקנדיק דיר אין דיינע שטילע אַפּלען. 

ווערט עס אין מיר אַזױ גרויס און אַזױ קליין, 

װוי אין קעצישע אויגן דער גרינלעכער שיין. 

און מיין האַרץ --- װי אין לאַפּעס טוט עס אויפצאַפּלען ! 


װאָס אין דיר טוט זיך, װאָס קאָן איך וויסן ? 
און זיך אַלין צומאָל קאָן מען דען קענען? 
וי אין קעצישן בליק דאָס גרינלעכע אויפברענען 
איז ליבע, איז װאָרהאַפטיקײט און געוויסן -- =-- 


ס'זיינען גראַטשעס אַזעלכע אין אונזערע געהירן, 
ביז אין אינערלעכן-אינערלעכסטן זיי צו דערשפּירן ! 
ס'זיינען װוערטער אַזעלכע אין אונזערע מיילער ! 


יאָ, יעדער איינער איז זיין אייגענער פיילער, 

און מיר פיילן און פיילן און שלייפן און שלייפן -- -- 

אָ. האַרץ מיינס, װאָלט איך דיך כאָטש געקענט באַגרייפן. 
238 


אין יענעד נאַכט, יעסיקאַ, אין יענער נאַכט, 

איז שײילאָק'ס האַרץ וי פון מייז צעגריזשעט געװאָרן ; 
און װאָס טוט נישט אַ מענטש אין זיין װוילדן צאָרן, 
װאָס װאָלט דען אַ ליר אָן קאַרדעליאַ געמאַכט ? 


אין יענער נאַכט,. שעקספּיר, אין יענער נאַכט, 

ווען מיין בלוט איז צעקלונגען מיט דיינע סטראָפן, 
מענטשלעך בלוט צעשוימט אין אין-סופן ! 
מענטשלעך האַרץ אויף דנאָ פון טיפעניש פאַרשמאַכט !ּ 


אין יענער נאַכט, שײילאָק, אין יענער נאַכט, 
ווען דו ביזט געװאָרן אַזױ מיאוס אױיסגעלאַכט, 
איז אַלץ אין מיר געװאָרן געשליפענער שטאָל, 


אָ, אַלץ איז איצט ווידער וי אַמאָל, וי אַמאָל ! 
איך בין פאַרשמאַכט, בין געװאָרן אױיסגעלאַכט -- -- -- 
און דו, קאָרדעליאַ ? אפשר שעקספּיריש נאָר אױיסגעטראַכט וז 


אין װועג איז מיר אַ קאַץ פאַרבײיגעלאָפן, 
איך גלויב ס'איז אַ שװואַרצע געווען, 

אין נעפּל קוים כ'האָב'ס געקענט דערזען, 
אין מיין האַרץ האט פאַרלוירן זיין האָפן, 


איצט װאַרט זי מיך אָפּ אויף אַלע ראָגן, 

ווו נאָר איך קום-אָן לויפט זי מיר פאַרביי, 

מיין האַרץ גיט אַ צאַפּל מיט לעצטן געשריי, 
אָבער אויף זיכער קאָן איך דאָך נישט זאָגז -- 


אפשר האָט זי אויפן בויך אַ געלן פלעק ? 
אָדער אפשר גאָר איז ווייס ביי איר דער עק ? 
איך ווייס נאָר זי לויפט פאָראויס אַלע וועגן, 


אָפּצווואַרטן מיך פאַר יעטווידער טיר. 

און איר פּוצן זיך און איר װאַשן איז רק פאַר מיר ! 

און נישט אויפהערן וויל גאַנצע טעג דער רעגן. 
239 


10 


מיט איינגעצויגענע גראַטשעס, פאַרשוויגן און ווייך 
וי ז'װאָלטן געטרעטן אויף אור-וועלדער מאָכן, 
מיט אויגן אַזעלכע, פולע מיט נצחון, 

שטיל פאַרזילבערטע מיט לבנה'שן בלייך. 


װאָס איז בלעכערנער דאַך ? קאַלטער אַספאַלט? 
נאָרעס און פעלזן פון אור-אור-צייטן ! 

דעם אָנקום פון פרילינג שמעקן זיי פון דער ווייטן! 
און שטאָט איז זשונגל-פאַרפּלאָכטענער-װאַלד, 


לייבעכע און לייב איז יעטווידע פון זי ! 
אָ, דאָס ליכטיקע פאַרשוויגענע אין זייערע אויגן -- 
אַן עקל פון אַ ווייס-מייזל פון שרעק געבויגן 


איז מולד הינטן, צװישן דעכער, אין אויפגיי. 
אַ לייביכע און אַ לייב איינער נאָכן צווייטן, 
צווישן גראָטעס און פעלזן אין אור-אור-צייטן. 


11 


אַראָפּפאַלנדיקע קעץ מיט מעוברתדיקע בייכער 

פאַלן שטיקער לבנה צו מיר אויפן דיל, 

אין מיינע אויגן טוט עס װאַרעם אַזאַ שפּיל, 

אַ רגע נאָר קוים -- און ס'בלייבט נישט קיין זכר -- 


דורך פענסטער, דורך טיר-שפּאַלט, דורך קוימען! 
אין מיין איינשלאָפן הער איך זייער געדראַפּע, 

און אַזױ אויף ברוסט מיט אַ געבליבענער לאַפּע 
װאַרף איך מיך אין אַנגסטן אין שווערע טרוימען -- 


מיוא ! מיוא ! פון יעדן בויך קריכן טוצן אַרױס -- -- 
טיגער אוּן לייבן אַזױ ווילד, אַזױ גרויס -- == == 
שיין-װואַרפער אויף ימים צינדן זיך זיירע שװואַרץ-אַפּל ! 


זייערע װאָנסעס זוכז-אָן פינסטערע ווייטן ! 
פּאַנצער-שיפן טוען צו אַן אָנפאַל זיך גרייטן -- -- -- 


: 
=נטסטה = פמעתגתה 0608 אט  (‏ אאקאטיט אוסומאא. אס = = א 0 פיאאווא 02 00005444 * טיעטס = ססמססתם סא אאאנהוואש. 


אין ימים בלוט צערין איך אין מיין אַנגסט-געצאַפּל. 
240 


12 


איבער די ימים קומען געשווימען די קעץ, 

פון די נעפּלען אַרױס ווילדע מעוועס געפלויגן, 
פון די טעמזע-"ברעג וואַסער-מייז געצויגן, 

און פון אַלע שעקספּיר'ס דראַמעס דער לץ., 


װויאַ װיטאַ! צו דער חופּה מיט פידל און מיט באַס, 
און בראַנפן און וויין װוי װאַסער זיך געגאָסן ! 

לייךיל מאַקבעט איז די כלה און שײילאָק דער חתן; 
אַ פריילעכס אויפגעשפּילט אויף װייטשעפּל-גאָס ! 


װויאַ װיטאַ! דער חתן אין זיידענעם צילינדער, 
פון שטעפּן און פּרעסן נעבעך שוין אַ בלינדער, 
און די כלה -- געבליבן ביים שלומפּער-שלעפ ! 


װיאַדװיטאַ! און העפּיהעפּ-העפּ -- -- -- 
שײילאָק דיין מעסער, אָדער ליידי דיינס, 
דאָס פונט פלייש אַרױסצושנײדן פון האַרצן --- מיינס, 


13 


נישט קיין קאַץ חלילה און נישט קיין קאָטער, 
אפילו קיין קעצישע אויגן צומאָל האָט עס ניש, 
ס'איז אין זיי אַזאַ װואַסערדיקער קאַלטער געמיש 
און אַזאַ קעלבישקייט גאָר -- אָ, טאַטע-פאָטער ! 


דאָס גאַנצע קעצישקייט ליגט נאָר אין די ברעמען, 

אָ. װאָלט ער זיי װי זיינע װאָגסעס זיי געטון אָפּגאָלן ! 

זאָל איך דאָס פּנים נאָך ווייטער איצט מאָלן ? 

מ'וועט דערקענען -- און איך וויל קיינעם נישט פאַרשעמען 


נישט קיין קאַץ און נישט קיין קאָטער אפילו, 
בפרט אַ נפשל מיט אַ נשמה, אַ שטילע; 
אָבער ווען דאָס צערעדט זיך מיט זיין װאָרט-געהעקל, 


דאַרװין, װאָלסטו געהערט דאָס חניפשע געמעקל --- --- 
װאָלסט געוווסט װער ס'איז מענשטלעכער שטאַם-פאָטער ! 
ס'איז געווען אַ פּשוטער װייטשעפּל קאַטער, 


24| 


14 


זאַט און פעט, אויף מזרח-װאַנט זיי אויסצוזעצן, 

מיט מאָנטעפיורע-מאַרדער-קראַגן כאָטש פאַר קערק ! 
נישט טאַנדייטערס מער מיט ירידן און מיט מערק, 
חמימות, קרירות, און רעגנערישע נעצן. 


נישט מער געציקלט ,מן המצרל" איז צו הערן דאָ 
צום קעצישן-שנוררן פון אַ ניי-מאַשין פון ;זינגער", 
עלעקטרי רייסט אַרבעט פון פעט-געאיילטע פינגער ! 
ס'גאַנצע לעבן אַ שאָפישע איבערישעה -- 


אַ חופּה, אַ קדיש, אַ דאָמינע, א קערטל, 
און אויף די בימע אַ ראַבײ מיט אַ קמץ-ברעדל, 
אַ ,חיה-אדם"-מומיע אין מוזעאום צו שטעלן! 


אָ די געװאַלטיקע שטאָט און טיף נאָך מיט טונעלן. 
מעלה-גרהידיק צעברומט מיט לייבן-געדערים -- -- 
אל מלא רחמים שוכן במרומים -- =- -- 


15 


נישט פייגל געטריל, נישט פאַרליבט געמיויץ פון קעץ -- -- 
קולעכלעך פון קינדער װאָס גייען אין שול ! 

אָ. איך זיץ װי אויף עלעקטרישן שטול, 

שפּירנדיק אין האַרצן שוין דעם לעצטן זעץ. 


נאָנטע פּנימלעך, אין אייגעלעך נאָך דער גלאַנץ, 

דאָס שלשלתדיקע אין פרעמדן קלאַנג צומאָל =- -- 
אי זייערע טאַטע-מאַמעס ביי נאָדל און נאָל 

גאַנץ אויסגעזויגענע פון אַ לעצטער ;צשאַנס* -- 


געראַטעװעטע דאָ פון טויט און פון פאַרקומען! 
;שור" ! עס האָט זיכער אַנדערש נישט געקענט זיין! 
אַ קאַץ ראַטעװעט אירע קעצלעך צווישן ציין, 


זיי אוועקצווואַרפן --- נישט טראָגן דעם עול ! 
פרי-מאָרגן פאַר מיין פענסטער דער קינדיש-פרעמדער קול -- -- 
דאָס לשון אויף דער צונג װערט מיר אָפּגענומען. 

242 


16 


אַ שוסטער-יונג פונדערהיים, אַ יונג װי אַ כלאָפּ 
מיט אַ פּאָר הייסע סמאָלע אויגן, װאָס גליען, 
מיט אַ פּאָר פעסטע ידים, דראַטװעס צו ציען, 
כאָטש פון דער טשופּרינע פון אייגענעם קאָפּ. 


אָ. איז דאָס געוועזן אַמאָל אַ טשופּרינע ! 

אַ לייבן-גריווע יעטווידער קענזשער לאָק, 

אַ טרייסל צו טון מיט איר װוי מיט אַ גלאָק, 

ווען צעברענט ס'האָט זיך אין אים ערלעכע שנאה -- 


;בראַטשע ! ברידער ! ס'איז אונזער פּראַצע !* 
וי איז איצטער נאָך צענעפלט זיין גלאַצע 
מיט מאַרקס, מיט קראַפּאָטקין, צו טון אַ סטראַש : 


אונזער וועלטל --- מ'מוז עס אויף די קאָפּיטע נעמען, 
אַזױ צװישן פעסטע קני זי אַרײינקלעמען -- -- 
וי אַן אויסגעדרייטן אַלטן קאַמאַש -- -- 


8 


17 


מיט די ,שבועה" אויף ליפּן און מיט קייטן אויף הענט, 
פון תפיסות אַנטלאָפּענע און פון תליות אַ ראָפּ, 

מיט נאַהאַגײיקעס געשװאָלענע איבער שפּאַלט פון קאָפּ 
צו לויפן און אַנטלויפן וו וועלט האָט נאָר אַן ענד. 


מיט טויט פון חברים און מיט לעבעדיקע נויט, 

מיט ברכה פון מאַמע, מיט כלה-בליק באַגלײיט 
איבער ימים, איבער יבשה, איבער ווייטסטע ווייט -- 
מיר שווערן מיר שװוערן ביי אייגענעם טויט. 


און יענע דאָ, געבליבענע, אין מיטן אין געיעג, 
זיי טרעטן דאָ, זיי טרעטן דאָ װוי לייבן אונטער גראַט, 
מיט ציינער פאַרביסענע אין אייגענעם זאַט. 


מיט לאַפּעס געגראַטשעטע אין אייגענער הוט : 
מיר שווערן, מיר שווערן ביי אייגענעם טויט, 
די מיילן-שטיינער צו בלייבן דאָ מיטן אין וועג. 


243 


18 


אַ רויטער קנויל-װאָל אין אײיליקן שטריקן, 

אויף ערד אַרונטערגעפּאַלן פאַר קעץ זיך צו יאָגן 
איז אויפגייעדיקע זון אין נעפּלדיקע פאַרטאָגן, 

די בליץ-אָפּטיליערס, אויף קוימען פון פאַבריקן, 


זיינען שטריק-שפּיזלען מיט אױפגעכאַפּטע ,אויגן" -- 
ערגעץ-ווו זיצט אַ מכשפה פאַרבאָרגן, 

אַ גאַנצע נאַכט ביז ס'קומט אָן דער פרי-מאָרגן, 

פון די טויזנטער דראָטן איבער שטאָט געצויגן, 


שטריקט זי, שטריקט זי, נישט אויפצוהערן, 
ביז גאַסן און פּלעצער און סקווערן, 
איין צאַפּלדיקער, איין װאַרפנדיקער נעץ 


די סירענעס זיינען די מיוקעצדיקע קעץ, 
װאָס שפּילן זיך מיט'ן אַראָפּגעפאַלענעם קנויל -- 
זון-אויפגיי פאַרפּלאָנטערט מיט מענטשלעכן גרויל. 


19 


אין אױטאָס, אין אָמניבוסן, אין טראַמװײס, 
אין די באַנען אויבן איבער די דעכער 
אין אונטערערדיש -- -- אין לעכער 
מיטן לעבן זיך געראַטעװעטע מייז. 


מיט ברעקלעך ברויט, מיט שטיקלעך שפּעק, 
לאַפּקעס אַזעלכע אויפגעשטעלטע ! 

זיינען וויטרינעס אויפגעהעלטע, 

אין דעם פייפנדיקן לויפנדיקן שרעק. 


נישט קיין מייזל --- אַ שוועלבעלע אין געפלאַטער, 
צאַפּלט צװוישן גראַטשעס מיט לעצטן געמאַטער. 
דורך פּלעצער, דורך סקווערן, דורך גאַסן 


יאָגט די שטאָט זיך אַ קאַץ נאָכן עקי 
אין טעלערל מילך קוים נאָך אַ לעק, 
איז אין נעפּל די זון אין פאַרבלאַסן. 


244 


20 


כ'קען קיינעם נישט דאָ, נישט די נאַטור, נישט די שפּראַך, 
צומאָל נישט אַ מענטש ריכטיק אין די אויגן נישט געזען, 
איך ווייס נאָר שעקספּיר איז אַ דאָאיקער געווען! 

און מ'מוז שוין זיין עפּעס עכטס אין איר געמאַכטן געלאַך. 


דאָס גיין דאָרטן פון יענעם סאָלדאַט אַהין און צוריק, 

זיין פּלוצלינקער דריי, זיין שטיין-בלייבן אַזױ אינדערמיט, 
הונדערטער דורות גיין געזעצט, אין זיין שריט ‏ 

ס'מוז שוין זיין עפּעס עכטס אין דעם מכלומרשטן טריק. 


אין קאַנאַדע, אין פּאַלעסטינע, אין אַפריקע, אין עגיפטן 
טויזנטער עכאָס פון אַ שריט אַ צעקניפּטן -- 
שעקספּיר, דער זשונגל לייב דאָ ! און אַלץ מ'קאָן פאַרשטײין --- 


די בריק עפענט זיך אויף --- אַזאַ תהום-טיף בוך, 
און אין מיין האַרץיגעבלעטער אַ שטילער געזוך : 
אין איר נאָנטקײט צו מיר ס'מוז עפּעס עכטס שוין זיין, 


21 


דאַמפיק און רױכיק, פול באַלאָדענע שיפן, 

און וי דעמלט מיט פּיראַטן-ליד, מיט כשוף-פלוכן 
און מיט שווער אויסגעלערנטע ביבל-שפרוכן, 

איצט מיט ציפער-געפאָרמל, מיט צירקל-באַגריפן --- 


מענטשלעכער בליק קאָן אַרום איינעם אַרומשפּאַנען 

וי װילד-געװאָרענער לייב מיט גראַטשע, מיט שאַרפער, 
צעשפּיגלען מיט רעפלעקטער און מיט שײינװאַרפער, 
אַז קיין רעטונג איז נישט מער פאַרהאַנען. 


מענטשלעך װאָרט קאָן װילד וי לייבן-געבריל ווערן, 
אַז הענט און פיס קאָנען װוערן אָפּגענומען, 
מיט טראָמפּײיט צו טראָמפּײיט און מיט פּויקן-ברומען -- 


מיט זענדער דעם הילך גאַנצע װעלט צו מאַכן הערן! 
אַריין און אַרױס פול באַלאָדענע שיפן -- -- 
דאָס בלוט פון דער זון און דעם מאַרך פון ערדישע טיפן. 


245 


22 


האָ-האַ-האָ ! ערגעץ-ווו האָבן מיר דאָך אויך אַ אינזל, 
וועלן מיר זיך זאַמלען וי די ווילדע פּיראַטן, 

מיט ליד צעפיפענעם פון טאַטן צו טאַטן -- 

ס'איז אונזער האַרץ אין אונזער בלוט גערינזל! 


האָדהאָ-האָ ! אין אַלע זייטן ציען אונזערע שיפן, 
וי קעצישע װאָנסעס דרייען זיך אונזערע זעגל, 
די מאַסטן ציטערן אונטערן גראַטש פון אונזערע נעגל, 
און מיט אונזער ליד פון טאַטן צו טאַטן צעפיפן. 


האָ-האָדהאָ ! פול געשטאָפּט זיינען אונזערע שיפן, 
וי מיט גרין-אוגיקע קעץ װוי מיט ימים טון מיר שטיפן ! 
מיר ציען דורך וועלט וי צעפיפענע פיילן -- 


האָרהאָ-האָ ! דאָס גוטסקייט פאַרן לעבן זאַמלען מיר איין ! 
און פאַר לעצטער נויט דאָס מענטשלעכע פאַרשטיין! 
יעדער אַ ברודער זאָל זיין, מיט יעדן זיך צו טיילן. 


23 


אין דיינע לאַפּעס ליגט די מאַכט פון דער וועלט, 
און אין אונזערע די מאַכטלאָזיקײט ; 

דיין טראָט איז צעברומט מיט ווייט און ברייט, 
פאַר אונזערן זיינען גראַטעס אויפגעשטעלט. 


גאַנצע טעג אין געװואַלטיקן געשווייג, 

אַז איין איינציקע נאַכט זאָל ווערן צעברומט ; 
יאָ, לייב בלייבט לייב, פאַרביסן פאַרשטומט, 
מיט שפּאַנענדיקן טראָט אין אייזערנער שטייג ! 


די ווייטסטע ווייט, גאַנצע אַרום און אַרום 
פאַרקריכט זיך פאַר דיין פאַרשוויגענעם אָנקום, 
אַ שרעק ואַרפסטו אָן מיט דיין ציינער-קריצן ! 


די מאַכטלאָזיקײט פון מענטש צו באַשיצן, 
אַז מענטש זאָל קאָנען גלויבן אין זיין מאַכט ! 
שפאַנען מיר אַרום פון שװואַכסטן אויסגעלאַכט. 


246 


24 


מיט ריטשאַרד לייבנהערץ און מיט קראָמװעל, 
מיט בלוטיקן שװוערד און מיט געשליפענעם װאָרט, 
און מיר מיט קדושים הײיליקן יעדעס אָרט, 

מיטן ,ואם-תאמר" נישט צו רירן פון שטעל -- 


שווינדלדיק-גראָדליניק װוי גאָטישער געביי, 

און װאָרט קאָן צעבלינקן וי האַק אין געניק ! 

מיט מנשה בז-ישראל'ס ברענענדיקן בליק, 

מיט שייטער-הויפנס אויפצופלאַמען אויפסניי --- -- 


און אין מיטן לויפן-ענטלויפן-געלויף, 
מיט קויף-פאַרקויף און מיט בליק צו גאָט אַרױף, 
זיינען גאַסן דאָ נאָנט מיט אייגענעם בלוט -- 


,יודן גאַס*, אַ וואָרט נאָר און ס'טוט אַזױ גוט -- -- 
וי געוואַלטיק צעטומלט, וי צעהילבט ס'איז די שטאָט, 
און מיר נאָך אַלץ מיט פאַרפּלאָנטערט געשריי צו גאָט ? 


25 


מ'קאָן מיט ליבע זיין חניפיש וי אַ קאַץ, 

און אין שנאה זיך פאַרקריכן וי אין אַ נאָרע ; 
יאָ, ווערטער ליכטיקסטע געלויטערטע, און קלאָרע 
קאָנען זיך צוזאַמשטעלן אין פינסטערסטן זאַץ, 


א צו קאָנען זיין אָפן מיטן גאַנצן אַרום ! 

נישט ווערטער מער, נישט פרייד, נישט טרויער -- -- 
מענטשליך האַרץ --- ווילדע חיה אויף לויער ! 

מיט שטילקייט פאַרביסן וי מיט לייבן געברום ! 


אָ. מיט יעדן פעלטל צו זיין זעעוודיק אָפן -- -- 
אין אַ פינסטערן דאָק-ליקל האָב איך היינט געטראָפן 
אַ יונג מיט אַ טשופּרינע, מיט אַ לויפנדיקן קאָפּ -- 


קאָנסטעבל, וי ר'װאָלט אַקאָרשט פון דיינ'ס אַ פערד איצט אַראָפּ ! 
ערגעץ-דאָ, אין אַ נאָנטן דאָרף, ביי אַ גאָרטן צוים, 
שטייט עס דאָרט געבונדן מסתם אין ליכטיקן טרוים. 


247 


20 


וי ס'רייסט זיך דאָס מיט קנאָספּן, מיט דופט און מיט זאַפט 
אונטן אונטער דעם קאַלטן צערעדערטן אַספאַלט, 

וי פאַר אַ שטורעם-געוויטער אין דונקל פאַרפלאָכטענעם װאַלד, 
שטייט מיין האַרץ אויף איינמאָל שטיל און פאַרגאַפט --- 


געוואַלטיקע איבערמענטשלעכע, פאַרמאַטערטע מי! 
דזשונגל אויפגעלויכטן מיט דערשראָקענעם לייבן-בליק, 
איז די שטאָט אין מיטן איר געבעט אויף אַ טעמזע בריק, 
אַנידערגעפאַלן אַזױ אויף פּנים און אויף קני -- -- 


און װאָס איז דען שרויף-אין-שרייפל און ראָד-אין-ראָד ? 
טראָפעלע שווייס גייט טיכטיק אויף, װוי ליכטיקער טוי, 
וי דער הימל אויבן מיט שטיקלעך צעריסענעם בלוֹי -- 


טערנער, וי ליב האָסטו געהאַט דיין לאָנדאָן, דיין שטאָט ? 
גאַנצע זונען האָב זיך אויסגעקרייזט אין דיין בלוט, 
די נעפּלען דאָ אַדורכצובליצן מיט פריידיק-גלוטיגן מוט. 


21 


װי שטאָט אין דיקע נעפּלען אַ פאַרהילטע, 

אַ פאַרפּלאָנטערטע מיט גאַסן און מיט סקווערן, 
וויקלט זיך אַרױסעט מיט שנירן לאַמטערן, 
אַזױ הערצער צעציטערטע דערפילטע. 


ליכטיקע שנירן פון איינעם צום צווייטן -- -- 

נישט וועסטמינסטער, שפיצן-פאַבריק-קוימען און זענדער, 
און נישט פון טעמזע-בריקן אייזערנע געלענדער, 
ליכטיקע שנירן צעציטערטע מיט ווייטן -- 


איבער קעצל, איבער שטילן, אויף שויס, 
מיט אור-װואַלד-שרעק אין אָנגעצונדענע אויגן, 
קאַן מען זיצן איבער ווייטקייטן געבויגן, 


איבער אייגענעם האַרץ נישט איין נישט אויס! 
און אַזאַ גלעטנדיקע װאַרעמקײט שטיל דערשפּירן, 
אויפגעציטערט מיט געפונקל פון טרערן-שנירן, 


מערץ-אַפּריל 1937 
248 


אין א סוף זומער טאָג... 


אֹ 
1 


דאָדאָ אַ שניידער-מאַשין, דאָרטן אַ שוסטער-האַמער, 
דער ריח פון יעדער אָפּענער טיר נאָנט און באַקאַנט ; 
אין יענעם שפּייז-געוועלבל מיט מאָגערע פּאַליצעס 
באָרגט זיך אַמלײכטסטן ווען אַ ליידיקער די האַנט. 


היימישע פּנימער, תנועות אַזעלכע נאָנטע, 

איז װאָס אַ סך צו ברייען נאָך, אַ סך צו פאַרשטיין, 

װאָס ס'וועט זיין מיט כל ישראל וועט זיין מיט ר' ישראל ! 
און אַז אַ וועלט מיט מענטשן לעבן, נו, װעט נאָך איינער זיין, 


11 


פון וו איך קום איצט אָן ? פון אַ טיפה סרוחה ! 

אַז די גאַנצע גרויסע וועלט שפּירט זיך שוין דערפון -- -- 
אַ גאַנץ לאַנד צערייבט זיך אין שטינקנדיקן פּראָך, 

אַז אַ גאַזדמאַסקע איז שוין דאָ די פאַרויכערטע זון. 


בריסק און ירושלים און מאַדריד און שאַנבי, 

זי זיינען נאָר די לאַנגע פּראָך-שנירן פון דאָרט ! 

אַז כ'וויל פוֹן דעם אַלץ שוין גאָר נישט מער וויסן -- .-- 
פאַר קאָפּ בלויז אַנידערצולײגן אַ פּיצעלע אָרט, 


1 


אָ. אַ װאָרט איז מיר שטעקנגעבליבן אין קעל, 

אפשר על איכ'ס אַרױסרײדן קענען אין מיטן שלאָף, 
אָדער װעט אַ שפּיאָן אויך דאָ מיר שטיין צוקאָפּנס, 

עס אױפצוכאַפּן, צו ברענגען אויף מיר די בייזסטע שטראָף. 


די פוייליכקייט פון די קינדער װאָס לויפן דאָ אַרום ! 

די פרויען װאָס ריידן זיך אַריבער פון שוועל צו שװועל! 

יאָ, דאָס װאָרט װאָס איז מיר שטעקנגעבליבן אין האַלדז, 

כ'וועל מיך דערמיט אויפכאַפּן אין באַגינענדיקן העל, 
249 


פֿאַר'ן פענצטער דרויסן דאָס שטיקל הימל, 

וי פון װואַנצן צעביסן אויפגעוואַכט אינדערפרי 
און ערגעץ-ווו, ערגעץ-ווייט איז זוןדאויפגיי איצט, 
אין ליכטיקסטן, אין הערליכסטן פאַרבן-געגלי -- 


אויף אַ ביליק געלעגער, אַ הראַטס, אַ קויטיקס, 
האָט עס זיך זיכער געװאָרפן אַ גאַנצע נאַכט, 
דערפאַר איז דאָס שטיקל הימל פאַרן פענצטער 
שוין באַגינען אַזױ טרויריק און פאַרשמאַבט, 


זז. 


ערגעץ-ווו ווערן ווייצן פעלדער איצט געקאָסעט, 
וועגענער-חיי פאָרן געפּאַקטע אין סטאָדאָלעס אַרײן, 
ערגעץ-ווו זיינען. אויגן ליכטיק צעפינקלטע, 

פולע מיט הימלען ביז צום איבערגיין -- -- 


אַ בערגל אַזױנס, צו ליגן אין טיפן גרינס, 
פערשלייערט שפּיל פון ואָלקנדלעך װאַרעם אין בליק ; 
אַ הויפן גראָז, כאָטש, אָנצורייסן דערפון, 
הינטערװואַלעכס אויף צו װאַרפן אים צוריק -- -- 


דן. 


צעצווייגטע ביימער זיינען געשטאַנען אַרום מיר, 
זיי האָבן געטון די פינסטערע אויגן אַזױ גוט, 
איך שפּיר נאָך ס'ליכטיקע גרינס פון די בלעטער, 
שימערן איצט אין מיין פאַרלאָשענעם בלוט, 


איבער מיין קאָפּ אַ פויגל אויף אַ זוניקן צווייג 
פון גאַנצן האַרצן זיך צעלאָזט מיט זיין געטרעל ! 
װאָלט איך געקאָנט נעמען איצט אַזאַ נאָנטן בוים 
און אים אַנידערשטעלן דאָ פאַר יעדער שוועל. 


20 


נישט אַן איבערבלייבעכץ פון אַן אַמאָליקער געטאָ, 
אָטיערשט נישטלאַנג דאָס געסל דאָ אויפגעבויט -- -- 
קאָן מען דען באַשטימען צייט און אָרט צי גאָר רוים, 
פאַר אכזריותן פאַר מענטשליכע און פאַר נויט -- 


זייער לעצטן טראָפּ בלוט נאָך אַרױסצוזײגן, 

די פאַרמוטשעטע, זיך געראַטעװעטע דאַָ?!... 
און איך האָב מיך געראַטעװעט מיט מיין טרוים 
צו חלומען אים נאך דאָ כאָטש אַ לעצטע שעה. 


.1 


װוי אַ מויז, װאָס לויפט אַרױסעט פון אַ לאָך 
און כאַפּט זיך אין אַ דראָטענע לאַפּקע אַרײן, 
האָב איך מיך אין אַ געסל דאָ אַרײנבאַקומען, 
דרויסן די קעץ האַלט די נכפּה צווישן די ציין, 


אַ זיך געראַטעװעטער, מישטיינסגעזאָגט !! 
אַז איר דרויסן, באַלעקנדיקע זיך נאָך בלוט, 
זאָלט לויפן משוגענער-ווייז אַהער און אַחין, 
איז פאַר אַ פאַרמוטשעט האַרץ אויך שוין גוט, 


1 


אָ. כדי צו קענען גראַמען כאָטש האַרץ מיט שמאַרץ, 
וויפיל פרייד מוז דאָס אין בלוט דעמלט זיין -- --- 
דער גאַנצער אַרום קאָן ליכטיק ווערן מיט אַ װאָרט, 
דאָס האַרץ װערט װאַרעם אַרומגענומען, אויסצוגיין --- 


אַ בוים, אַ צעצווייגטער פול מיט זון-געשטראַל ! 
אַלײין גאָר איז מען שטאַם אין גלאַנציקסטן שװאַרץ ! 
אַ פּיצעלע שיינס בלויז ערגעץ-ווו אויסגעפונען, 

כדי צו קאָנען גראַמען נאָך כאָטש האַרץ מיט שמאַרץ, 


231 


דאָס, װאָס בלייבט-איבער פון בײיטאָג אויף די מערק, 
פירט מען אָווענט-צייט אויף די וועגעלעך דאָ אַרום, 
און די פרישע פרוכטן זיינען נישט אַ סך שענער ‏ 
װי דעם אויסרופערס משונה'דיקע געברום. 


בלוטיקע שקיעה זשומענדיק אין געסל דאָ -- 
ביליקע אָראַנזשן אַ פול אָנגעשאָטענע שאַרץ! 
און יעדעס װאָרט אין מיין אויער, אונטערגעביסן, 
רייסט זיך אָפּ אין מיר צוזאַם מיט מיין האַרץ, 


11 


די געלע נעפּלען פון די ווינטיקע ווינטערס 
טראָגן זיי איצט נאָך דאָ אין יעדן פּנים-פאַלט, 
און די גוטסקייט פון זייערע מידע אויגן 

קוקט טונקל אַרױס אַזױ איבערלאָפן און קאַלט. 


אַ {גאַנצן טאָג מיטן הייסן פּרעס-אייזן אין האַנט, 
ווערן ליפּן בייז-צוזאַמענגעפּרעסט און האַרט ! 

פון די פאַרמוטשעטע, קומענדיקע פון די שאָפּס, 
הילכט דאָס געסל דאָ אָפּ אַזױ אָפהענטיק אָפּגענאַרט. 


1 


(מיין אַכציק יאָריקן שכן געוידמעט די אַכט שורות) 


;נישט דאָס געקעכץ און נישט דער חזן אין שול להבדיל -- -- 
עפּעס אַלץ דאָ אַזױ וי אָן טעם און אָן חן -- -- * 

פופציק יאָר שוין באַלד דאָ --- און אַ היימישע ראָסל-פלייש 
סלינעט נאָך אַלץ צװישן זיינע צוויי געבליבענע ציין. 


אַז נאָר אָפּגעריבענע ווערטער נאָך, צעבויגענע, 

דריקט דאָס נישט פאַרשטיין אויפן האַרץ שווער װוי שטיין, 
ווערט אייגן בלוט און פלייש פרעמד אפילו 

און מ'הייבט אָן דעמלט צו ריידן צו זיך שוין אַלײן. 


252 


גאָנשלעס אַזעלכענע, װאָס די זומערפייגעלעך 
זיינען שוין אַרױסגעפלױגען פון זיי, 
צעװאָרפענע פאַר טירן פאַר שוועלן שטייען זיי, 
טויט-פאַרמאַטערט פון אַרבעט און פון געשמיי. 


ערגעץ מוזן דאָך ברייט-באַבלעטערטע ביימער זיין, 
אַז לעבעדיקע גאָנשלעס זיינען אַמאָל דאָ געווען, 
און מיט זומערפייגעלעך, פאַרבן צעפלאַטערטע, 

ווער ווייס װאָס מיט זיי ס'קאָן נאָך אַלצדינג געשען. 


11 


די שווערע ריחות פון די אָפענע טירן דאָ, 

מיט פרייטיקדיקע פיש, מיט היימיש געקעכץ, 

ציען זיך הינטער זיי, שווער-אָטעמדיק נאָך, 

מיט יענעם פונדערחיים נאָך מיטגעברענגטן קרעכץ. 


און וי אַרײינגעכאַפּטע זיך אין פרעמדע צימערן, 
זומערפייגעלעך אין אַ ליכטיקן אומגעריכט, 
קאָנען זיי נישט רוען מיט די פאַרזענקטע פליגל 
ביז זיי צאַנקען אויס אין דעם צוקנדיקן ליכט, 


.1 


מיט די דריי געפונענע שבת-צונאַכטס-שטערנדלעך 
זיינען אונז די פינסטערע הימלען היימיש געװאָרן דאָרט, 
און מיט די געהיימע סכאָדקעס אין די וועלדער 

איז לעבעדיק דאָרט צעשעפּטשעט געװאָרן אונזער װאָרט, 


אַ ברכה נאָך איבער שבת-ליכטלעך אין לייכטערלעך, 
װאָס קוקן װאָכעדיק פון די אָפענע קרעמלעך דאָ אַרױס, 
און איבער דעם געשמאַקן ריח, דעם היימישן, 

פון די געפילטע פיש װאָס שמעקט דאָ פון אַ הויז, 


253 


דאָס צאַנקן פון מיין לעשנדיקן בליק, דאָס שווינדלען, 

איבער יעדן ביישטידל אַזאַ בלוטיק געלער פלעק, 

און אַז כ'וועל שוין מיינע פּאָר שטעקנגעבליבענע ווערטער 
פון קעל אַרױס אַרױסבאַקומען --- װאָס שוין דאָ פאַר אַ צוועק ? 


אין טונקלען ראָג דאָ שטיינבלייבן פאַרשטיינערט און שטום, 
אַז יעדן פאַרבײיגײיער זאָל אָנכאַפּן אַ שרעק ! 

אפשר דאָס אַרױסגעשריגענע דעמלט, דאָס פרעמדע, 

װעט אַ פאַרשטיינטן מיך פאַריאָגן אין אַלדי"העק. 


.1 


און מיטאַמאָל זעסטו אַ פּנים גערונצלט און אַלט, 
מיט אַ טיכל איבערן שטערן טיף אַראָפּ גערוקט, 
דו בלייבסט שטיין, ס'האַרץ בלייבט מיט שטיין, 
מיט אויפגעריסענע בליקן שטיל און געבוקט -- 


די רעם פון דער טיר, די ביישטידלעך, די שוועל, 
ס'איז אַזאַ געראַמט בילד פונדערהיים מיטגעברענגט ! 
פון פּױלן, פון ליטאָ, פון אַ שטעטל אין רייסן, 

דאָס געסל דאָ צו הײיליקן איז עס אויפגעהענגט, 


ווו 


אַ געסל אַזױנס, אַז מישפּרײט אויס די צוויי הענט 
קאָן מענס צום האַרצן צו דריקן --- אַזױ גרויס ! 

און דאָס װאָרט אין מיר, װאָס קאָן עס שוין גאָר זיין 1 
טאַקע נאָר אין אַ לאַפּקע אַ צעצאַפּלטע מויז. 


;גאָט פון אברהם פון יצחק און פון יעקב 

באַשיץ און באַשירעם דיין פאָלק ישראל -- ==" 

שעפּטשע איך מיט דער אַלטער, װאָס שטייט אויף דער שוועל, 
אַזױ קליין -- -- אַ קינד -- -- װוי אינדערהיים אַמאָל, 


24 


אַזאַ פרעמד לענדישע פרוכט, אויסצוקוועטשן, 

גייט אַ רויטליכע די זון אויף דאָ יעדן אינדערפרי, 
די טעג, אַזעלכענע גלעזערנע צעמישטע, 

כאָטש מבושימדיק זיי אויסצוטרינקן מיט איין צי --- 


וי עס ברויזט דאָס, וי עס צאַפּלט דאָס דרויסן דער טאָג ! 
אויפשוימענדיק מיט מענטשליכע מאַטערניש און מי --- 
אַן אויסגעקוועטשטע פרוכט, אַן אַװעקגעװאָרפענע, 

איז זון-אונטערגיי יעדן אָװענט דאָ הי -- -- 


1 


וי עס װאַקלט דאָס, װוי עס װאַרפט זיך דאָס דרויסן דער טאָג 
און דאָס געיאָג אויף די טויזנטער רעדער ווואַהין ? 

און איך, ווואַהין קאָן איך דאָס נאָך לויפן, 

אין געסל דאָ אַהערצוברענגען כאָטש אַ פּיצעלע גרין ? 


אַ הימל מיט צערעדערטע טויבן אַרום זון, 

וי שמעטערלינגען אַרום אַ צאַנקנדיק ליכט ! 

אָ, דאָס לערניינגל, הינטן ביים שניידערשן פענסטער, 
מיט אַזאַ כסדרדיקן צוקן אין בלאַסן געזיכט, 


.1 


און ווען פולע לבנה קומט צו געסל דאָ צו, 
פאַרהילט זיך טרויריק איר ליכטיקער בליק, 
און זי בלייבט שטיין, וי אין אַן ענגער טיר, 
נישט מער אויף אַהין, נישט מער אויף צוריק -- 


אַ פאַרמוטשעטע בלייבט זי ליגן אויף אַ דאַך, 
געל צוזאַמענגעקנוילט וי צווישן שװאַרצע, קעץ, 
ביז שפּעט נאָכהאַלבענאַכט זיי צעלויפן זיך אַלע, 
פון אַ טיר װאָס גיט װואַקלדיק אַ שכורן זעץ -- 


255 


איפאסאט היהא ששמוחום - הששתמתט מאקסמאטט ‏ /2055004: 6אגאסט /055506 שאה בי יט הטוש סאו 5 סופ יי 056 מימאתתר = 0 וט טס 


אַזאַ אויסטערלישע פינסטערניש אַרום און אַרום -- -- 
אונטער מיר האַרטע נאַרע ? ווו בין איך דען איצט ? 
און ווואַהין דען נאָך לויפן און אַנטלױפן, 

אַז װוינאָר אַ פוס-טריט איז ער מיט בלוט באַשפּריצט. 


נישט גאָט --- די נויט האָט זיך באַװיזן דאָ צו מיר } 
און אָפן האָב איך געקוקט געזיכט צו געזיכט -- -- 
אָ. מיין גאַנץ בלוט אַ פלאַקער אַ צעפלאַמטער -- 

מיין צעפלאַטערט האַרץ אין ברענעדיקן אומגעריכט, 


11 


ווייסט דען דער מענטש וװואַהין זיינע שריט פירן אים, 
איינאיינציקער שריט און מ'איז אין מיטן פון דער וועלט -- --- 
אָ, דאָס שווינדלען פאַר דעם אויפגעריסענעם תהום ! 
איינאיינציק בליק און דאָס האַרץ איז אַ זון אויפגעהעלט, 


דאָס פּנים היינט פון יענעם אַלטיטשקן, פון יענעם פּרעסער, 
מיט די געלאַמעװעטע אויגן, צעקנייטשט אַזױ און געל --- 
אַזאַ אויסטערלישע פינסטערניש אַרום און אַרום, 

מיט ציטער פון פינגער כ'דערטאַפּ דאָס װאָרט אין מיין קעל., 


1 


דו, מיט דיינע פאַרמאַטערטע, צעאַרבעטע פינגער, 
טאַפּ דאָך אָן און דו װעסט לייענען אות נאָך אות, 
דו, דאָס איז דער וושט, דורך דעם גייט דאָס עסן, 
און דאָס, ס'איז דער צווייטער סימן -- הוק! און ס'איז אויס ! 


מיין שריט אָבער איז אַ געבענטשטער געוועזן, 

ער האָט מיך בלינד דאָ אַהער געפירט ביז פאַר דיין הויז! 
דו, מיט דיינע פאַרמוטשעטע, בלינדע פינגער, 

טאַפּ דאָך אָן און דו װועסט לייענען אות נאָך אות. 


256 


און ווען אונטער װאַקל פון פיס ס'איז קיין ערד נישטאָ 
און איבער קאָפּ דאָס פּיצל הימל אויך שוין פאַרװישט, 
הייבט אייגענע נאַטור אָן צו קיימען און צו שפּראָצן 
און אַקער און זון װוערט מיט בלוט דעמלט צעמישט. 


און בריסק און ירושלים און שאַנכײ און מאַדריד 

עס רייסט זיך מיט ירדן, מיט ווייסל, מיט אַמור -- --- 
און צום איינאיינציקן וועג, צום ליכטיקסטן, 

ווערט פון אייגענעם בלוט די ציענדיקע שפּור. 


.11 


און דאָרטן, פון ווו איצט כ'קום אָן, ס'איז אויך נאָר נאַטזר, 
ס'רייסט זיך דאָרט װי מיט טשאַטעס װאָיעדיקע הינט! 
זאָל דאָך אַ שטילקייט קומען איבער זייערע ווילדע הערצער 
ווֹי די שטילקייט, װאָס קומט נאָך אַ שרעקליכן ווינט -- 


אַ בלינדע שטייט די װועלט איצט אויף אַלע ראָגעס, 

אַ מלחמח-אינװאַליד פון אַ דרעסירטן הונט געפירט ! 

אָ, מיין קעל, אַדורכגעשניטן שוין צו ווערן, 

ס'האָבן זי בלינד אירע, פאַרמוטשעטע פינגער באַרירט --- 


אהו אאמ ר ואר א ר א א"י א"ה הוה עטאט אאאאאן ‏ אאא שאר ער ר 0 


מיט אַ רוט געלאַמעװעט אויג קוקט אַראָפּ די זון, 

וי זיװאָלט אַ גאַנצע נאַכט צו וויינען נישט אויפגעהערט, 
פאַר מיין פענסטער אויבן אינ'ם פּיצעלע הימל 

שטייט זי, װי ווייטער נישט צו קענען, טרויריק פּאַרקלערט ; 


ביז מ'שלעפּט זיך שוין צו דאָ --- אַזאַ פיצעלע ערד -- -- 

ווו מיט שיפן ס'גאָלד פון דער וועלט ווערט אַהער געפירט, 
און דאָ גראָד מוז איך מיך טרעפן אויג אויף אויג מיט דער נויט, 
אַז מ'קאָן חלילה שטיינבלייבן פון שכל גערירט -- 


257 


וי גרינג קאָן זיך דאָס גראַמען האָרדן מיט אַקאָרדן, 

און וי נאָך לייכטער, חלילה, לאָרד מיט מאָרד } 

און אַז הימנען רייסן זיך אין טיפעניש פון האַרץ, 

וערט דען נישט געזאַנג צומאָל אַ האָר פון אַ יידישער באָרד, 


צו מיר אָבער האָט זיך באַװיזן דאָ די נויט פון מענטש, 
פּנים אל פּנים צו איר בין איך געבליבן דאָ שטיין, 

אַז צום פּשוטסטן גראַם אפילו, װאָס גראַמט זיך מיט שמאַרץ, 
האָט מיין האַרץ קיין כוח נישט מער צו דערגיין. 


1 


שטייט דאָ דער קוילן-גרעבער אין טיפסטער פינסטערניש, 
אונטער זיינע טריט אָבער איז אָטעמדיקע ערד; 

שטייט שװאַרצער אין רייז-פעלד מיט װאַסער ביזן בויך, 
אָבער הימל איבער זיין קאָפּ האָט נישט אויפגעהערט. 


יאָ, און אַלץ קאָן מען דעם אָרעמסטן אַװעקנעמען, 
אָבער נישט פון זיינע פאַרביסענע ליפּן דאָס װאָרט ! 
אָ, אַזאַ נאַטירלעך רחמנות נעמט מיך נאָנט אַרום : 
וי בעטלעריש, רענדל אויסגעביטן, עפּעס אַ לאָרד. 


.1 


װאָס זיינען דען אַלע רענדלעך פון דער וועלט 
אַנטקעגן יענע ליכטיקסטע אין טינקלען װאַלד, 
און װאָס זיינען אַלע ווערטער, די געזוכטסטע, 
ווען שטילע אימה דאָס האַרץ איבערפאַלט. 


לאָ, דורך דעם וושט קומט דאָס ביסעלע עסן, 

דורך דעם צווייטן לעבעדיקן סימן --- דאָס װאָרט ! 

און װעל איך ס'געסל דאָ נישט קאָנען באַזעצן וי אַ כלה, 
כ'וועלס מספּיד זיין װי אַ נפטר אויף הייליקן אָרט. 


258 


ייא 


איז זי די אַכציק יאָריקע פון אַכציק יעריקן 
שטילינקע אַװעקגעשטאָרבן אָקאָרשט יעצט, 

איז דער אַכציק יאָריקער וי אַ חתן ביי איר געזעסן, 
און די שכנות האָבן זי וי אַ יונגע כלה באַזעצט, 


געבענשט איז דער װאַקל פון מיין שריט געוועזן אַ הער דאָ, 

און דו, אַלטיטשקע, אַ דאַנק דיר, װאָס האָסט אַזױ לאַנג געװאַרט, 
איך בין אַהערגעקומען דיך צו זאַלבן און צו שמירן 

וי אַ קעניגליכע מומיע צו בלייבן אונז אױפבאַװאַרט, 


.1 


(די מענה-לשו זאָגערקע געווידמעט עליזאַבעט) 


און אויפאַמאָל אַזאַ זאָגעדיק-זינגעדיק-באַרײדעװדיקס, 
אויפגעשריבן פון עפּעס אַ ,פּאָלנישן-יודע"-ייד, 


װאָלפגאַנג פאָן געטע, דו גרויס-גרעסטער פון דאָרט, 
װאָלסט דעם ,יודע" מקנא געווען איצט, הערנדיק דאָס-אָ ליד -- -- 


גיין, זי האָט נישט געװיינט, נישט געקלאָגט, די זאָגערקע; 
אירע טרערן זיינען געווען פון די ווערטער דער טראָפּ! 
און װי זי האָט אַזױ קונציק-טרויריק מטעים געווען 

מיט יעדן שאָקל, מיט יעדן לייכטן נייג פון איר קאָפּ, 


.1 


פּאַמעלעך און שטיל און וי אויף ווייכע זאָקן 

וועט פון היינט אָן מיין שריט זיין אין געסל דאָ, 

און פּינקטליך, אויף דער רגע, אַ גייענדיקער זייגער, 

דעם אַלטיטשקען אָנצוטרעפן דאָ אין בין השמשות-שעה -- 


וי אונטערן שאָטן פון אַ בוים, אַ ברייטן באַבלעטערטן, 

וועל איך אַזױ נישט-זעעוודיק שטיינבלייבן טיר ביי טיר ; 

אַז נאָך יאָרן פאַרשאָלטענע, ס'קאָנען ווערטער אַזױ טרייסטן, 
מוז איך דאָך אַמאָל אַרױסבאַקומען דאָס װאָרט װאָס אין מיר, 


239 


ייב 


און װאָס קאָן שוין נעבעך גאַנץ ,איזראַעל* דאָ אונז טון! 

און אַז זאַנגװיל שלום-עליכמען קוים געלאָזט איבער דער שװועל!! 
אָ, ס'איז דאָך נאָר קנאה געווען -- װי נעבעכדיק מענטשלעך ! 

וי האָט עס זיכער פוז זיינע אויגן אַרױסגעלאַכט אַזױ העל -- 


אין דעם פינסטערן דאָרטן, פון װו איך קום איצט אָן, 
איין לוסטיקן קנאַל פון טביה'ס פייערדיקע בייטש, 

און אויף זיין , מילך-וועג"-וועגעלע זיך אַרײנגעכאַפּט, 
ווער ס'האָט נאָך געװווסט פון שמע ישראל דעם טייטש. 


11 


אָ, זיך צו באַװײיזן מיט אַ קריסטוס, מיט אַ שפּינאָזאַ, 

נעבעכדיק נישט פאַרשעמט צו ווערן מיט אַ ייד דאָ אין גאַס -- -- 
אַסך דערנידריקטער און שפלדיקער אַזאַ מין שפּיל, 

וי דיין קאָמעדיע, שלום עליכם, ;דער בלוטיקער שפּאַס". 


טביה דו, דיין פּאַרמוטשעט פערדל הויט נעבעך און ביין, 

וי דאָס טראָיאַנישע פערד שטייט עס אויף דער שוועל פון וועלט ! 
מיט אַלע אונזערע פעלערן אונז צו באַשיצן, 

אפילו מיט אמשיל ראָטשילדס געירשנטע געלד -- -- -- 


.1 


דאָ אַ שניידער-מאַשין, דאָרטן אַ שוסטער-האַמער, 

און װאָלט מען אויף פעלדער און אין מינען אונז געלאָזט, 
װאָלט שוין זיכער דעמלט נישט אויסגעפעלט אין קיין שטוב 
אַ שטיקל ברויט, צי גאָר אַ ביסל קויל אין שאַרפער פראָסט. 


אָ, אויפגעריסענע פאַרבלוטיקטע נאַטור אין אונז 

מיט בריסק, מיט ירושלים, מיט מאַדריד, מיט שאַנביי, 

וי דערשטיקטע וועלדער פון טיפעניש פון שאַכטן 
אַרױסגעריסן מיט דערשטיקטן װאָרט אונזער טליענדיקן וויי. 


260 


ייג 


פון פאַרקזשאַקעװטע וועלדער, טיפע פאַרזונקענע, 

און פון דערשטיקטן, טױזענט-יאָריקן מענטשן-געשריי. 
ס'האָבן שטעט, געװאַלטיקע, זיך אַרױסגעריסן 

מיט װילד-פאַרקזשאַקעװטן ראָד-אין-ראָד-געדריי. 


אור-געפלאַטער, פאַרשטײינערטער, מאַמוט-געקלעטער 
איז קריכנדיקער טאַנק שוין איצט, איז רוישיקער פליער ! 
און מיר נאָך אַלץ, דורך אַ לעכל פון אַ נעדעלע, 

אין הימל אַריין כאָטש געקראָכן אויף אַלץ פיר --- --- 


11 


און דאָס לערניינגל מיט צוקנדיקן געזיכט 

ס'וויל מיר גאָר נישט אַרױס מער פון קאָפּ ! 

און אַז דאָס געסל דאָ איז אַזאַ שמאָלס, אַזאַ ענגס, 

און דאָס ליידיקע שטיקל הימל, װאָס קוקט טרויריק אַראָפּ. 


ווו קאָן דען דאָ פּלאַץ האָבן דער צעשטערנטער ,װאָגן ? 
און אַז חלילה מ'וועט ווידער מוזן אין וועג -- -- --- 
סוף-זומער-נעכט, אָן פייער-פליג אָן פאַלנדיקע שטערן, 
אָן צעאַקערטע סוף-זומער-פעלדער פאַרװיאַנעטע טעג. 


1 


ס'לעצטע היי איז אין די סטאָדעלעס שוין אַריינגעפירט 
און דער װאָגן שטייט איבערן גאַנצן דאָרף אױסגעשפּאַנט, 
אָ, אַזאַ סוף-זומער-געסל מיט לעצטער זון, פאַרזילבערטע, 
און דער שאַרפער היי-גערוך אַזױ תאוהדיק און באַקאַנט. 


פונקט וי קלאָר טייכל, צופוסנס פון אַזאַ ליכטיק דאָרף, 

איז דאָך טיפער הימל אויך נאָר אָפּשפּיגלונג דערפון ? 
היידשמעקעדיקער מילך-וועג ! און איך ? אָנפליענדיקע פייער-פליג -- --- 
אַ געשייערטער דנאָ פון אַ מילך-עמער -- די סוף-זומער-זון ! 


261 


ייך 
1 


אויפגעריסענע פאַרבלוטיקטע נאַטור אין אונז, 

וי אין טיפעניש פון שאַכט דאָס כסדרדיקע געטריף ! 
יאָ, און װעט עס נישט ווערן פון אונז אַרױסגעריסן, 
ס'וועט דאָך אַרױס וי פייער-לאַװואַ פון גליאיקער טיף. 


פאַרשטיינערטע װוערטער, שווערע, פאַרזונקענע, 
דערשטיקטע שוין אין אונז מיט ,,מ'טאָרנישט* און ;מ'מעג", 
ס'מוז זיך דאָך אַרױסרײסן ליכטיק איבער גאָרער וועלט, 

צו שטילן ווילדקייט פון הערצער אין פינסטער געיעג -- 


.11 


װאָס זיינען דען אונזערע געסלעך אין גאָרער וועלט, 
אָרעמקײיט אויסגעשטעלט שוין צו לעכערליכסטער נױיט! 
נישט נאָר ס'מלבוש פון לייב, די שטיוול פון די פיס -- 
ס'לעצטע װאָרט פון מויל אַרױס שוין, פאַרן ביסן ברויט ! 


װאָס איז דען אונזער בלוט פאַרגאָסן איצט אומעטום, 
וועלט וויל רויט-אָפּשפּיגלען איר ווילד-רציחיש געזיכט ! 

אָ, װאָלט איך איצט געקאָנט פאַלן אויף פּנים אין געבעט, - 
אַרום און אַרום דער צוקנדיק-בלוטיקער אומגעריכט -- 


.1 


אַ קוים אַרױסגעדרײט פאַרקאָפּטשעט נשמה-לעמפּל 

איז זון פאַרן פענסטער דרויסן אין גרויען אינדערפרי, 
אין טיר קלאַפּט דער אַלטיטשקער טרויריק נאָך אַ צענטן, 
און אין האַרצן אין מיר גיט עס אַזאַ ווייאיקן צי -- 


שאַנכײ, מאַדריד, ירושלים און בריסק און בערלין -- -- 

יאָ, כ'בין איינער, אַ צענטער -- צום מצרף זיין ! 

ווער ווייס ווודערגעץ ס'ווערט פאַרמוטשעט איצט אַ מענטש -- 
ברוך הוא וברוך שמו -- -- -- -- אמן... 


ווייטשעפל, 1937, 


262 


2 ווייטשעפל-אידיליעס 


ערב-פרילינג 1928 


1 
און איז װאָס, אַז איך בין קוים נאָר אַ מענטש 
און דאָס לעבן איז אַ זשאַווער-קייט אויף האַלדז, 
איך צעבייס עס פאַרשוויגן צווישן די ציין 
און בין אַן אויפגעריסענער רינג אינם אַלץ -- 


וי גרויס און װוי ליכטיק דער אַרום און אַרום ! 

און אין מיר איז עס, דאָס אָפענע דערפון ! 

אין מיין האַרץ דרינען קרייזט עס און ס'צעפלאַטערט 
אַ סטאיע טויבן װאָס רינגלען אַרום דער זון, 


2 
זע, אין מיטן אויף האַרטן, אויף גלאַטן אַספאַלט, 
טאַנצט אַ טויב פאַר זיין טויביכע זיין פרילינג-טאַנץ, 
און איבער יענעם ייד דאָרט, מיט דער צעיאָגטער באָרד, 
צעפלאָשעט אַ מיקן-שװואַרם אין ליכטיקסטן גלאַנץ, 


אָ, מיין האַרץ פאַרקייכט זיך וי אַ לאַכנדיק קינד 
אין דעם שטיקנדיקן פון בענזין און פון שטויב --- 
פון אויבן פון אונטערן דאַך קוקט עמעץ אַרױס, 
וי פון אונטער אַ קראַקווע אַ װאָרקנדיקע טויב, 


6 
קיין מאַגנאָליע-בױים שטייט דרויסן נישט פאַרן שוועל, 
פליישיק אַזױ און תאוה'דיק צעפלאַמט, 
ליכטיקע, אָטעמדיקע, נאַקעטקײט! -- 
ווי הימל און ערד װאָלט אין אים זיך באַמאַנט, 


ניין, קיין מאַנדל-ביימל, אַ צאַרטס, אַ יונגס, 

ציטערט נישט פאַר מיין פענסטער נערוועז פאַרבענקט, 
זיינע צווייגלעך קלאַפּן נישט אן אין שויב 

מיט צאַרטע פינגערלעך נאָכן שלאָף אויסגעלענקט, 


203 


4 
זע, מיט אַ גרויסער שניידער-שער אין האַנט, 
פון אַן אויפגעעפנט פענסטער אַרױס, 
שניידט אַ שניידער-געזעל די ביימער צו 
און שערט וי פון זיידנצייג די בלומען אויס. 


פול איז דער גאַנצער אַרום און אַרום 

מיט צוגעסמאַליעטן ריח פון פרישן פּרעסל ; 
און די זון אַן אויסגעגליטע, אַ רויטע, 

פאַלט וי אַ כשר-שטיין אין צעקאָכטן קעסל. 


5 
און איז װאָס, אַז איך בין קוים נאָר אַ מענטש, 
און מיט צייטונג-בלאַט בליען מיר בלוטיק אויף ! 
און אַלץ, װאָס מיר טוען און אַלץ װאָס מיר ריידן : 
איינער איז דעם אַנדערענס קויף אָדער פאָרקויף ! 


און איז װאָס, אַז די גאַסן מיט געהעצטן געלויף 

טשאַטעס הינט צעלאָזענע מיט בייזן געביל -- -- 
ערגעץ-ווו אַ דראָסל מאַכט די דעמערונג איצט שטיל, 
און ס'האָרכנדיקע האַרץ פלאַטערט מיט מיט יעדן טריל, 


6 
זע, טויזנטער קוימענס קאָנען נישט פאַררויכערן 
אַ צאַרט ביןדהשמשותדיקס, אַ װאָלקנדל זוים ! 
די גאַנצע ערד, מ'מעג פאַרגיסן מיט אַספאַלט, 
אָבער אין ווינקל ערגעץ-דאָ אַ בליענדיקער בוים -- 


פון טיפסטע טיפענישן מיט זיינע װאָרצלען 

שטייט ער צעקנאָספּעט דאָ מיט אָפּענעם תהום ! 

און פון תהומ'עדיקע פינסטערנישן אין אונז 

ס'לייכט אויף, ס'טליעט אויף דער ליכטיקסטער טרוים, 


7 
וי דער בייזסטער ווינט נאָך אין זיינע טונקלע פאַלדן 
טראָגט דעם צאַרטסטן זוימען-שטויב פון בליט צו בליט, 
ווי פון אונטער האַרטסטן שטיין ס'קליינסטע גרעזל 
אַרױיסצורײיסן זיך ס'ווערט קיינמאָל נישט מיד. 


264 


אַזױ טראָגט זיך אַ חלום אין אונז פון דור צו דור, 
מיט אונזערע לעבענס צעבליט און באַהיט, 

מיט אונזער טויט אין אייביקייטן צו צייטיקן, 
אויפצולייכטן נאָך אין פינסטערסטן געמיט, 


8 


אָ, דאָס פינסטערע, דאָס בייזע לעבן אונזערס, 

דער גאַנצער הימל איצט פאַרגאָסן מיט אונזער בלוט, 

און ווער דאָ האָט נישט וועמען דאָרט אינדערהיים ! 

און מאָרגן, איבערמאָרגן, מיר דאָ --- ווער ווייסט װאָס מ'טוט.? 


אָבער אויף אײינמאָל קוקן דיך אָן צוויי אויגן 

און דער הימל אַזאַ בלויליך-זילבעריג-געמיש -- 
ס'טעלערל פון הימל כאָטש אַראָפצונעמען, 
געשייערט צום סדר פאַר יעדן יידישן טיש. 


9 


די צוויי הינט היינט אינדערפרי פאַר מיין טיר, 

וי אומענדלעך אין זייער שפּיל זיינען זיי געווען ! 

דעם גאַנצן טאָג האָט מיין האַרץ זיך געפרייט } 
באַשערט ס'איז מיר געווען זייער שפּילן כאָטש צו זען. 


אַזױ שטיל אַזױ גוט צו יעטווידן מענטשן 

איז אַ גאַנצן טאָג געווען מיין װאָרט און מיין בליק, 
און מיט שריט, אַזעלכע לייכטע, געלאַסענע, 

קום איך איצט צו מיין איינזאַמער טיר היינט צוריק, 


10 


נישט צוריקגעקומענע צעפלאַטערטע שװואַלבן, 
נישט אַ סאָלאָווייטשיק װאָס גייט-אויס נאָך זיין זי -- 
דאָס הייזעריקלעכע געקוויטש פון די װראָבלעס 
ס'איז די פרייד געווען פאַר מיין פענסטער אינדערפרי, 


און איצט דאָס תאוה'דיקע צעגליטע אין הער לופט, 
נישט אויף סאָסנע-שפּיצן מיט וועווריקלעך געלויף -- 
ס'זיינען די קעץ, װאָס ברייטן זיך שוין צו דער נאַכט, 
מיט מיאוקעצדיקן געיאמער פון הויף דאָ צו הויף, 


205 


138 


11 


און איז װאָס, אַז איך בין קוים נאָר אַ מענטש 

און איינער אויף צווייטן אַן אויפגערייצטער הונד ! 

אי יעדע שקיעה, אין האַרץ פון דער וועלט, 

ס'בלוטיקט אויס אַ פריש אויפגעריסענע ווונד == -= דה 


און מיר אונטער מיין איינזאַם פאַרהאַקטער טיר, 
נישט באַשערט צומאָל װואיעווען זיך וי אַ הונד ! 
ס'סאַרפעט אין מיר אַ זשאַװוער-קייט אויף אַלע רינגען 
מיט אויפגייענדיק פּאַרבענקטן לבנהשן-רונד --- 


12 


ניין, נישט ,יהושע'ס-פּנים* קוקט פון אויבן אַראָפֿ, 
ס'איז אַן אָפּגעהאַקטער קאָפּ --- פון אומעטום ! 

אין פינסטערן גליווער פון אייגענעם בלוט 
שווימט עס אַזױ איבער גאָרער וועלט איצט אַרום. 


איך דערקען אין פּנים יעדן שטריך, יעדן פאַלט -- 

אויף אײינמאָל, װוי ס'װאָלט מיך גאָר דערקענט -- -- -- 
מיט פאַרשוויגענע ליפּן, צוזאַמענגעביסענע, 

פאַלט מיין קאָפּ וי אָפּגעהאַקט אין מיינע הענט, 


13 


סאַלאָמע טאַנצט אירע ווילדע טויטרטענץי . 
קנעכל-קאַסטאַניעטן אין מיין שלייפן-געקלאָפּ ! 

אויף מיינע ווענט ציטערט דער שלייער און דער שלעפּ 
און אויבן די גאָלדענע שיסל מיטן יוחנן"קאָפּ -- 


רינג אין רינג, שלייף אין שלייף און אויפגעריסן ברייט, 
וי אױסגעלאַסן, וי פאַר'שכור'ט-פאַרשייט ! 

איבער אַלע דעכער, איבער דער גאַנצער ערד, 

די איבערפליסנדיקע שיסל איבערגייט. -- -- 


14 


מיינע פינגער פאַרקראַמפטע ציטערן און וויקלען זיך, 
אַ צוציענדיקער פּעטלע-רינג איבער אייגענעם האַלדז! 


266 


איך בין דאָך אויך אַ מענטש, מיט אַלעמען באַגלײך ; 
און ווער איז דען דער שולדיקער אין דעם און אין אַלץ ? 


ווער ווייס װאָס נאך האַלבער נאַכט דרויסן פאַר מיין טיר. 
אפשר וועלן װואיען פון היינט, די צוויי צעשפּילטע הינט ? 
נישט אַ קייגן אויפגעגאַנגענער פולער לבנה! -- 

ווער ווייס, װאָס יעדע רגע ס'קאָן געשען אַלץ אַצינד --- 


15 


עמעץ-ווער נעמט אַראָפּ די גלאַנציקע שטערן, 

אין פערטיקע מונדירן אָנצונײיען די קנעפּ; 

פאַר די מאַמעס, פאַר די איבערגעבליבענע פרויען 
צעשניידט ווער די נאַכט שוין אין שטיקער שװאַרצן קרעפּ, 


אָ, מיט זון-אויפגיי קאָן פאַר יעדן בעט נאָך ליגן 
אַן אויפגענייטער מונדיר, אים נאָר אָנצוטון, 

און מיט זון אונטערגיי, מיט אויסגעבלוטיקטן, 
יעדע מאַמע באַװײינען איר איינציקן זון, 


16 


און איז װאָס אַז איך בין קוים נאָר אַ מענטש, 
און דאָס לעבן איז אַ זשאַװוער קייט אויף האַלדז, 
איך צעבייס עס פאַרשוויגן צווישן די ציין 

און בין אַן אויפגעריסענער רינג אינם אַלץ -- 


דער בלייכער, דער דערשראָקענער אַרום און אַרום, 
דאָס פאַר'חלומ'טע האַרץ איז קוים דער פּתרזן דערפון , 
און אינעװײיניק, דאָס פינסטערע פאַרבלוטיקן, 

דער דעמער איידער ס'בליט-אויף די צייטיקע זון. 


261 


הערבסט-דיליע 
(צו יוליע, פון בוך ,ווידערוווקס") 
1 


טויזנטער קוימענדלעך אויף די דעכלעך אַרום, 
אויפגעהאָנגענע וועש צעפלאַטערטע אויף שטריק -- 
אַ פּלאָט מאַסטבױים-שיפלעך געבונדענע צום ברעג, 
אָקאָרשט ‏ געקומענע פון אַ רויב-צוג צוריק. 


יללה-צעהוליעטער פּיראַטן-געזאַנג, 

הילכן שענקן שכורלעך אין חושך אַרײן ; 
בריקלעך, װאָס פירן צו די שיפן אַריבער, 
וואקלען די נאַסע געסלעך אין לאַמטערן-שין. 


2 


אויף אַ בריקל אַזאַ, אַ װאַקלדיקס און נאַס', 

האַטעװען מיר זיך דאָ אין די פינסטערע געכט, 

פון אָפּגעבראָכן ברעט צוגעשווומען צום ברעג, 
פאַרפּלאָנטערט צווישן כװאָליעס און פלאַנצן געפלעכט, 


וי עס קרעכצט דאָס בריקל, וי עס װאַקלט און שלאָכצט, 
איינצוברעכן שוין אונטער אונזער יעדן טראָט -- -- 
כ'בין אַ פּיראַט, אַ צעהוליעט-יללהטער, 

און ס'ברעכט געזאַנג אַרױס פון מיר, אויף גאָט'ס באַראָט. 


3 


שטויבעלעך צוצעפליען אין זון און אין ווינט, 
מיטגענומען צו ווערן פון כוואַליעס אין ים, 

ווען נישט אויפגייענדיק פלאַנצעלע דאָ און דאָרט, 
װאָס האַלט ביים ברעג די זאַמדישטױבעלעך צוזאַם. 


װאַסער טראָפּן צעשפּריצטע אַרום שטייפן פעלדו, 
צו בלייבן בלויז פון זיי, קוים אַ ביסעלע שוים, 
ווען נישט יענע, װאָס פאַלן אין אָפּענעם שפּאַלט, 
צו גרייכן מיט זייער געטריף ביז צום תהום. 


268 


4 


וי באַנאַל דער טוט איז דאָ און ערשט די ליבע ; 
עס לויפט אַלצדינג אַזױ שנעל -- אַ נעכטיקער טאָג ! 
זע, מיר גייען אים אַנטקײגן מיט שריט נאָך שריט, 
און די ליבע שטייט צעציטערט אויף בלאַסן ראָג. 


קוקט פון דיינע אויגן, היימיש, שטאָטיש --- דער טויט, 
אָדער ס'איז די ליבע, װאָס ברעכט זיך אין מיין בליק ? 
װאָלטן מיר זיך געקענט אָננעמען ביי די הענט, 

זיך פירנדיק, אָנקומען אין שטעטל צוריק, 


5 


מיט צעפלאַטערטע טירן אין חושך אַרײן 

בלענדט צעפּראַלטע שטאָט, זשומענדיקער ווייט און ברייט --- 
אַן אָטאָמאַט אַרײנגעװאָרפן אַ ;סיקס-פענס", 

אַ ראַדיאָ קעסטל אויף גאַנצער נאַכט אויפגעדרייט, 


בין איך נישט אַ פאַרבלאָנדזשעטער מאַטראָז אַזאַ, 
אין אַ ביליקער ביר-שענק ווייט הינטער דער שטאָט, 
און דו, אַ צעוואָיעטער ווינט איך די אָרעמס -- --- 
וי עס וויינט יללהדיק אין מיר אויף גאָטס באַראָט, 


6 


די טויזנט קוימענדלעך אויף די דעכלעך אַרום --- 
אַזאַ קרעמאַטאָריומל יעדעס הייזל דאָ ‏ 

ווי פולע מיט רויך די צענעפּלטע הימלען --- 
אויסגעשפיגענער אַש, שטויב-צעשפיגלטער גרא. 


אַזש צומאָל נישט אַ הייפעלע אַש, אַפילן, 
איבערבלייבן ס'וועט דאָך דאָ פון אונזער געביין } 
יללהדיק צעחוליע, מיין פּיראַטן ליד, 

וועסט אונז ביידע כאָטש באַגלײטן ביז ניטויט אַרײין? 


7 
ס'זיינען בלויז נאָך דיינע אויגן דאָס װאָס כ'דערקען, 
אַלץ איבעריקע אַזױ פאַרפרעמד מיר און ווייט } 
זי קוקן מיך אָן, עס צוקן פייכט די וויעס, 
און מיין האַרץ, אַן אייז קריע אין זון, װאָס צעגייט. 


209 


ס'זיינען בלויז נאָך דיינע אויגן דאָס װאָס כ'דערקען, 
שװאַרצע אַזעלכע און פון מיט פונקן-געשפּריץ, 

און מיינע, איבערלויפן בלוילעך פאַרנעפלט : 

גאָט דערבאַרמדיקער, באַהיט אונז און באַשיץ. 


8 

פאַרלאָשענעם שטאָט-געפלאַסטער פון געסל דאָ, 
אָנצינדן מיט ריטם-געװואַקל פון מיינע שריט, 
דעם הוילן הילך פון קייבל-געוויקל, 

אָנפילן מיט אויפרייסנדיקן דינאַמיט, 


עלעהיי, ס'לויפט אַן אָפּנעריסן פערד פאַרביי, 

און ס'פליען פונקן פון אונטער זיין ווילדן לויף -- -- 
נאָך לויכט אַ שבת-ליכטל פון פענסטער אַרױס, 
און ס'געסל דאָ דערמאָנט אין אַ היימישן הויף. 


9 

טויזנטער קוימענדלעך אויף די דעכלעך אַרום, 

ציט עס דורך איינעם, פון אונזער שטיבל דער רויך? 
פונם שטריק פון די פלאַטערדיקע וועש אין ווינט, 
ווינקט פאָכעדיק, באַקאַנט ווינדעלע פון דער הויך ? 


אַז ס'זיינען דיינע אויגן שוואַרץיפינקלדיק נאָך, 

איז דאָך אַלץ איבעריקע נישט וויכטיק שוין מער ! 

אָ, אין אונזער שטעטל מיר קאָנען נישט צוריק, 
אפשר וועלן מיר'ס ברענגען צו אונז דאָ אַהער -- -- 


10 
מאַמעס שעפּטשענדיקע ליפּן בלויז כ'האָב געזען, 
ווען שבת-קודש-ליכט אָנגעצונדן זי האָט, 
כ'האָב געקוקט אויף זיי, אויף זייער שטילן ציטער, 
און נאָך איצט כ'פאַרשטײ, וי מענטש קאָן רעדן מיט גאָט. 


איז עס מאַמע געווען, אָדער ווייל איך אַ קינד? 

אין שטיבל אַרומגעשװעבט האָט ליכטיקער סוֹד -- -- 
כ'זע אים אין דיינע אויגן, ער שוועבט נאָך אַצינד } 
מיר וװועלן אים פאַרלאָזן אויף גאָטס באַראָט -- --- 


11 

פינסטערע הויפלעך, חושכדיק פאַרלאָשענע, 

שפּיגלן זיך אַ גאַנצע װאָך אינם שבת-חן, 

יעדעס געסל אַ באַלױכטן בריקל אַזאַ, 

משיח'ן דעראויף פריידיק אַנטקײגן צו גיין. 
20 


אַן אייגענער הימל וועבט זיך איבער געסל, 

מיט אקדושה", מיט ,ברכו? און מיט ,אמן", 

מיס געזאַנג פון פריידיקער ניי-מאַשין, באַגלײט, 

מיט ,די דריי נײיטאָרינס", מיט ,זונדעלע גאָר פיין" --- --- 


12 
איך האָב'ס דאָך נאָך געזען ווען אָנגעקומען כ'בין, 
און וו ווונדערלעך ס'זעט דאָ אויס די שקיעה-שעה, 
און דו, צי קענסטו עס דען פאַרגעסן דען ווען, 
ביזט דאָך געבוירן געװאָרן אין געסל דאָ. 


װי ס'מישט זיך מיר אין קאָפּ מאַמעס ,קרבן-מינחה"/ 

און װאָרט פאַר װאָרט איך ליין תחינהדיק פון דיין בליק ; 
אַז עס סטייען נישט די כוחות צון גיין ווייטער, 

האָט מען נאָך די קראַפט אומצוקער אויף צוריק1.., 


13 
דאָס ליכטיקע שמייכעלע פון טאַטנס אויגן, 
װאָס האָט זיך פאַרלוירן אין זיין געדיכטער באָרד, --- 
װוי הדרת-פּנימדיק צעשטראַלט ס'האָט זיין לעבן } 
כ'וועל'ס געפינען ווען כ'וועל ווערן אַלט און באַיאָרט. 


אין טאַטגס ספרים עס ליגט דאָך שטיל באַהאַלטן, 
מיט זיין, יעדער דאָרט אַרײנגעלײגט, גרויע האָר ; 
וי מיט װאָרצל-הערלעך אין צעאַקערטער ערד, 
צו זאַפּטיקן און צו צייטיקן פון דור צו דור --- 


14 
אויף טויזנטער רעדער עס יאָגט ווילד די שטאָט אָן 
און מיר נאָך ווילדער אויף רעדל פון ניי-מאַשין --- --- 
אַנטלויפן מיר פון וועמען, צו ראַטעװען זיך, 
אָנצוקומען װאָס גיכער ערגעץ וװוואַהין ? 


מיר שטופן זיך דורך לעכעלע פון נעדעלע דינס, 
אָבער דאָס דרים-קניפּעלע קיינער נישט פאַרציט ! 
עס שטעכט שוין אויס, געשפּיצטע גראַמאַפאָן-נאָדל, 
פון וויכער-צעזשומט רעדעלע, לעצט היימיש ליד --- 


15 
צוויי פלאַטן אַזעלכע, זיי שפילן לידער אויס, 
דרייט זיך די זון בײיטאָג, די לבנה בײינאַכט, 


211 


אין נעפל דאָ ס'ווערט טיילמאָל טרויעריק אַזױ, 
פונם ביסעלע לעבן אַ סוף כאָטש געמאַכט, 


אַ טוט קינד אין אַ וויג וויגט מען איין מיט געוויין, 
נישט די וויג --- אַליין אַזױ מ'שאָקלט זיך סתם : 
איילולולו, ס'לעבן אַריבער צו שווימען, 
אויסיאָמערן פון אַ טרער אַ גאַנצן ים -- 


16 
רייסן שטורעם-ווינטן די שטריק פון די ברעגעס 
און די מאַסטן, די געשטרעקטע ברעכן זיך איין? 

די זעגליטיכער -- צעריסענע לאַמטערן, 
מיט וועלכע מיר פלעגן אַהיים פון חדר גיין ? 


פון אַלע זייטן אַ ווילדע סיאָגט די שטאָט אָז -- 

אַ צעפיפענע שקצים-מחנה אומגעריכט -- -- 

;גאָט פון אברהם פון יצחק און פון יעקב", 

אַז ליידיק דער חלל, אַלײן ס'גייט אויס דאָס ליכט אאר אה א יי = 


17 
מינדסטער טרערן-טראפ, אַ צעברויזטער, צעשווימטער, 
רייסט זיך נאָר אַ ברעג צודערגרייכן ערגעץ-ווו, 
צווישן גרעזלעך צו צעפינקלען אַ הגע בלויז, 
אויף שאַרפן שפיץ-פעלז כאָטש צוגעפינען די רו. 


זע, אויף סקאַלע-װאַנט אויבן, וי משופעדיק, 

בויען זיך פייגעלעך צוויי, שטילינק, זייער נעסט ! 
אונטן דאָס געברויז, דער ווילדער געפלייץ, און זיי, 
אָן אויפהער אַזױ, מיט ליד, מיט לעצטן פאַרמעסט. 


18 
און ווען חלילה לויפן מיר וועלן פון דאָ, 
ווי אַ שטעטל פון דער היים נעמען מיר דיך מיט, 
וי פון פּױלן, וי פון ליטע, װייטשעפּל דו -- 
כ'שפּיר עס פריידיק אינם ריטם פון מיינע שריט ! 


ווי פון שייטער-הויפן נישט פאַרלאָשענעם פונק, 
אַ שבת ליכטל פון דאָ, פון אַ שטוב אַרױס, 

מיט אונזערע הוילע הענט עס צו דערטראָגן, 

עס אַהיימצוברענגען נאָך איידער עס גייט אויס. 


272 


ביים ברעג 


ווייטשעפל און וועסטקליף 


אַ שטוב מיט אַן אַלקער סיז ווייטשעפל און וועסטקליף, 

דער פפאַב" פון פאָפּלאַר -- די עפלעזשער"-פלאַזשע אין סאוטענד ; 
פאָרט צוריק אַ ייד מיט פרישע כוחות פאַר דער װאָך, 

אַ גוי -- די ,וועדזשעס? פון דער װאָך זונטיק שוין פאַרשפענדט. 


נישט אײנמאָל, אַ פאַרשכורטער פון צער און פון פרייד, 
מבושימדיק געװאַקלט ביים ברעג, אין אַ לבנה-נאַכט ; 

איצט רו איך אויף אַ לענשטול, אַן אויסגעניכטערטער, 

אַ זוייטשעפלער ייד, קרענקלעך-פאַרשמאַכט און אָפּגעשװאַכט. 


שטייף דער רוקן, דער קאַרק, אין שלייף אַן אָדערל צוקט, 
ס'ציט אַ האַנט, ביים פוס ס'כאַפט אָן -- ממש אַ מאַריאַנעט } 
אַ שפינגע-דעגינגע ספרונזשענע שפרינגט נאָך דאָס האַױץ, 
אוֹן דאָס מויל אַן אױטאָמאַט, װווי פון היץ רק עס רעדט. 


גרינלעכע שאַמפאַניער-וויין-פלאַשן, אױיפגעקאָרקטע, 
אַמאָל די צעשוימטע כװאַלעס אין די נעכט געווען; 
פולע לבנה -- דער אויפגעהויבענער בעכער, 

מיין פנים צעשפיגלט דערין -- כ'האָב פינקלען געזען. 


איצט זיץ איך אויף לענשטול, וי יום-כפור צו נטילה --- 
אַ פלעשעלע חלשות-טראָפן ס'איז יעדע וועל ! 

וי וויל איר מיר ס'האַרץ דערכאַפן מיט יעדן אָטעם, 
אַראָפּ היסטן פון דער ברוסט אַ שטיקנדיקן קרעל, 


וועל איך מיט דערפרישטע כוחות נאָך פאָרן צוריק, 

אָדער איז שוין מיין לעבן פאַרשפילט גאַנץ און פאַרשפענדט ? 
עכאָדאומשטערבלעכער גסיסה-כאָרכל נאָך בלוין, 

איז מיין כאַטקעלע נאָך אין ווייטשעפלער איסט-ענדן ? 


273 


ביים ים 


צ + + 
קייגן דעם ים װאָס רינגלט אינזל דאָ אַרום, 
װאָס איז די שטאָט ? אַ שטויבעלע אין שטורעם-ווינט! 
אַ פראָכל אין אלע פיר זייטן צעפלויגן, 
ביז אויפן דנאָ פון אָפּגרונט פינסטער זי פאַשווינדט. 


און די טעמזע ברייט צערודערט, ווייט צעכוואַליעט, 

אַ טראָפּן פאַלט שטיל-פאַרחלשט אין ים אַרײין! 

מיט גרויס געטומל גאוהדיק ;גאה גאה" אָנגעצויגן, 
בלויז וי נעבעכדיק בייס שלוס דאָ, װוי שמאָל, וי קליין, 


און איך ? ווילד אויפגעריסן מיינע צוויי אויגן ! 

איז נישט דער הימל איינס, און דאָס צווייטע דער ים 1 
איבער מיין קאָפּ דאָס צעשריגענע געפלאַטער, 

פון אַזאַ מעווע איך בין אַ גילגול מסתם -- 


אָן אויפהער אַהין, אַהער, װי נערוועז, וי ווילד, 

און מיטן שפיץ-דזשוב גלייך מיר אין האַרצן אַרײן! 
דאָס שתי-וערובדיקע שקיעה-געוועב, 

הילט מיך אין גרויען בין'השמשות-טלית איין. 


מיין האַרץ װאַרפט זיך וי ס'שיפל צווישן די כװאַלעס, 
שטורעם אין מיר צו שטילן מיט שטילקייט פון ליד ; 
און צווישן די טויזנטער, די צען טויזנטער, 

צעציטערט כ'זיץ, אויף פייער-טאָפ אויף אַ יריד -- 


לויפט אַ ייד אין שול אַרײין כאַפן אַ קדושה, 

גוי אין שענק צו פאַרטרונקן מיט נאָך אַ גלאָז ביר 1 
איבערגייענדיקע זון ביזן דנאָ כיטרונק אויס, 

פון אַ מין צער, אַ ווילדע פרייד, כ'ווער משוגע שיער. 


וועסטקליף 


וי צו אַ גוטן יידן, אַ מין בעל מופת, 

אַזױ קומען מיר דאָ אַהער צו גיין ! 

ער זאָל לעבן, זאָל אונז בענטשן, סגולות געבן, 
מיט תפילות זיינע אויף אונז מגין זיין. 


214 


באַזעסענע דיבוקים אַרױסצוטרײבן, 
חולה"נופלס געפינען זייער רו, 

שלאַקריריס, געלזיכטיק זיי שלעפן זיך אַהער, 
נאך אײינמאָל אים זען איידער ערד דעקט צו. 


יושבים ישישים און כל-ערליי פרושים, 
וװאַרטן אָפ דאָ זייערע לעצטע טעג, 

זאָל ער ווידוי זאָגן מיט זיי און זי מיטגעבן, 
צידה-לדרך אויף ווייט-לעצטן וועג, 


און אנשי שלומינו, באַשנאָשקעט, בשמחה'ט, 
צוֹ כאַפן שריים, אַ תורה-װאָרט, 

פירנדיק טיש, הדרת-פנימדיק צעשאָקלט, 
איבער גאַרטל ציטערט שוים-ווייסע באָרד, 


וי ס'רוישט, וי ס'רעשט, אַ גערידער, ווען ער קומט, 
פון מקווה, פון התבודדות צוריק, 
זיין רחבותדיקער גאַנג, זיין מלכותדיק אויסזען 


כאַפן אויף אים עס וויל יעדער אַ בליק, 


ס'רוט די שכינה אויף ברייט-פאַלדנדיקן שטערן, 
צעפלאָסענע באָרד צעפלאָשעט ווייט ; 

זע, אַ מלאכים מחנה פון הימל אַראָפ, 

כמאַרע אין טלית געהילט אים באַגלײט. 


וי ער װאַרפט זיך, װי ער קנייטש זיך, וי ער שעפטשעט, 

פאַר אַ חולה איז ער מתפלל שטיל; 

װאָס נענטער זיין צו אים, וי מען שטופט זיך וי מען שטויסט זיך, 
ער זאָל לעבן אַ ברכה געבן וויל. 


סאוטענד 


אויף אַ קערמיס קומען זיי, אויף אַ יאָר מאַרק-יריד, 
אויף אַ וװואַקכאַנאַליע, אַ קאַרניװאַל; 

זי קומען די לעצטע פענע אויסצוגעבן, 

און מאָרגן װאָס ס'וועט זיין, זי אַלץ עגאַל, 


אַ לעב טון, און וי די געטער אויפצולעבן, 
די מאָזאָלעס, די פעסטע פויסטן-הענט ; 


215 


אונטער זייערע שריט װאַקלט שכור די ערד, 
ס'גייט דער אָלימפ אויף -- דער פעלזיברעג סאוטענד ! 


זע, פון יעדער מושל אַ ווענוס אַרויסשפרונגט ! 
און איז נישט גאָט-פאָסײדאָן יענער יינג? 
הינטער אים אַ שלעפ סאַטירעס, סירענעס, 

מיט פריילעך געטענצל, מיט ווילד געזינג. 


די פּאַטשערקעס קאָלירן, די קרעלן שנורן, 
אויף זייער האַלז און ברוסט ארויפגעהענגט -- 
אַ קופידאָ פון טיף-בלויען הימל אַראָפ-, 

פון ים-גרינעם אָפּגרונט אַרויפגעברענגט. 


;עס שטינקן די ווערעם, די ראַקעס, די מושלען, 
אפשר פאַר אַן איידלער יידישער נאָז" ! 

צעלאַכט זיך הויך מיט זיין ברייטן בויך אַ באַקכוס, 
און פאַרטרונקט אים, דעם ראַק, מיט נאָך אַ גלאָז. 


אַ ווילדע עד-דלא-יאַדע באַקכיאַדע, 

אַ מאַסקע-פנים קוקט די זון אַראָפ, 

און ס'גאַנצע גרויליקע גרוי-גורלדיק לעבן, 
זיס פאַרטרונקן מיט איין ביטערן טראָפ. 


ס'דרייט זיך אַ גורל-קרייז, אַזאַ מין טייוול-ראָד, 
צעשפילטער קאַרוסעל מיט קינד און קייט, 
גלגל-הארץ מיט גאַנצן אַרום, 

הימל איבער אים -- שװינדל-ראָד זיך דרייט, 


6 . 8 


;יורדי הים באניות המה ראו מעשי ד'!* 

ברומט אין מיר אַ פסוק תהילים געװאַלטיק אַזױ, 

מיט טראָפ און מיט שטורעם וי מיין טאַטע פלעגט זאָגן, 
און נישט ים און נישט הימל, און נישט ייד און נישט גוי -- 


גאַנצע וועלט אַ צעשורגעטע, אַ בלוט-צעכװאַלעטע מיט גאָט ! 

ס'איז יאָגנדיקער ים זאָגנדיקער תהילים-טראָפ, 

די ברייט-צעפלאָסענע באָרד, דער שטייף-צעפאַלדעװעטער שטערן -- 
,על דאַטפת אטפוך* ! פאַלט די זון אין ים אַראָפּ. 


276 


,יורדי הים באניות המה ראו מעשי אדוני", 
טױיט-אָנגעשכורט װאַלגערט זיך אַ מאַטראָז אויף ברעג, 

מיין טאַטנס תהילים זאָגן ווערט אַזױ וויינענדיק אַזױ שטיל, 
מיך נעמט אַרום אַ בין השמשותדיקע טויט-שרעק, 


אין וועטטקליף ביים ים 


אין וועסטקליף דער ים אַ מין היימישער טאָפ, 
אויפן פריפעטשיק ער שטייט און שוימט און זידט ; 
צי אַזאַ זאַלץ דאַמפנדיקע שיסל גאָר, 

פאַר שטעכיקן אָטעם ווען שווער שוין מען ציט ? 


שניידערס און פרעסערס און סתם מידע יידן, 
זיצן איבערן ים און אָטמען אים איין, 

ביז ס'בלייבט פון אים נישט קיין טיפה מן הים, 
נעמט מען זיך ממש פילן ווי אין דער היים. 


ס'ציט זיך אַ בלאָטע וי אין שטעטל אַמאָל, 
צו טאָפטשען טיף ביז איבער קנעכל און קני } 
און אַז גאָר נישט שוין ס'איז איבערגעבליבן, 
איז כאָטשע דאָס-אָ פון אונזער גאַנצער מי. 


טאָפּטשעט מען, דרעפטשפט מען מיט ווייב און מיט קינד, 
און מען פילט זיך וי ביים טאַטן אין דער היים. 

צי טאַקע גאָר וי דעמלט שוין, נאָך אין גושן, 

ביים טרעטן און קנעטן דעם שטרויענעם ליים ? 


איי, וי ס'זיצט זיך, ווי שוויצט זיך --- אַ מחיה ! 
אי דער סיר-הבשר, אי בזת-הים -- -- 
זיך אַרױסגעראַטעװעט אויף אַ טאָג דאָ, 
אין וועסטקליף ביים ים האָט מען ביידע צוזאַם. 


דאט ליד פון ,גם זו לטובה" 


נישט קיין פיראַט, נישט קיין אייניקל פון אַזאַ, 
נישט יחזקאל ביים כבר כ'זיץ דאָ ביי דער טעמזע} 
אַן אַרױסגעשלײדערטער שוין אויף לעצטן ברעג, 
אַ יסורים-צערגריזשעטער נחום איש גם"זו, 


277 


גאָטס צייכן, אַז זי זיינען נאָך נישט קיין טויטע, 
דאָס געגריזשע מיינע ביינער נאָך דערשפירן ! 
אַז נישט קיין געזאַנג און אַז נישט קיין חזיון, 
אַ שמועס מיט זיך אַליין יידישלעך כאָטש פירן: 


אויב ס'ראיען אויף אַ שיף חמרים מיט ראַטן, 

סימן מובהק עס איז, זי גייט נאָך נישט אונטער ! 
זי בייסן די זעגל-שטריק, גריזשען דעם מאַסטבױם, 
בלויז קיין איינע צומאָל לויפט דאָך נישט אַרונטער. 


זיסע מוזיק איז דאָס געפייף פון די ראַטן, 

ווען ס'טאַנצט שיף מיט שטורעם-ווינט אויף ים אַ וויבער ! 
אַ ראַנגלעניש צווישן לייבן און שלאַנגען, 

און זִי ציט איר װואַסער-:װעג כװאַלעדיק זיכער. 


צוויי סאנעטן 


1 

וי אַזױ אַ ווערבע אזוי זוונדערלעך ברייט, 

זיך געקענט צעװאַקסן מיט איר גרין געוויין? 
פאַר גאטס ווונדער כ'בלייב אַ פאַרבליפטער שטיין, 
אַ פויגעלע מיין באַװונדערוועג באַגלײט -- 


קייגנאיבער אויף עפּלבױים עס שטייט, 

עס זינגט אַז דאָס האַרץ קאָן איינעם צעגיין: 

.וי איך גיי איין, וי איך װוער קליין אין מיין פיין, 
און דו אַזױ גרויס צעװאַקסן אין דיין לייד", 


מיט טויזנט און איין אויג צעגלאַנצט אַזױ גרין, 

קוקט די ווערבע צום פייגעלע אַהין : 

;אַז מען קאָן די ליידן פאַרשוויגן אין זיך טראָגן, 
װואַקסט מען מיט זיי צוזאם מ'ווערט ברייט און גרויס, 
מיט טויזנט און איין אויג מיין פיין כ'וויין אויס, 

אָבער אָן אַ װאָרט צו זאָגן פאַר קיינעם נישט צוקלאָגן". 


2 
דאָס געראָיע הינטן, דאָס גערודער און געדריי, 
אַהין און אַהער נאָר מען לויפט, נאָר מען שוויצט ; 
אױסגעקנאָטענע פון ליים, פון האָלץ געשניצט, 
מענטשלעך װאַקלדיקע געגאָסענע פון בליי. 

28 


און איך אַ פארשטייפט-פאַרשטיינערטער, תמיד דאָ ב'שטיי, 
גאָלד שיינט דער הימל, דער ים דימענטן צעבליצט, 

אַ פרייד ביז ארויף דאָ צו מיר ווילד איז צעשפריצט, 

איך קוק פאַרשייט-פאַרשטײיפט, צומאָל נישט כפאַרשטיי. 


מיט מיין פאַלדן-צעקנייטשטן שטערן וי שווער איך קלער, 
מיינע אויערן אויפגעשטעלטע פול מיט געהער, 

מיט מיינע לערע אויגן-לעכער בלינד איך בליק, 

און װאָס מער איך טראַכט אַלץ ווייניקער כ'ווייס און פאַרשטיי, 
אָ, איין רגע בלויז ווערן מענטשלעך וי זיי, 

און צוקרישלט ווערן און ווערן ערד צוריק, 


ים-לאנדשאפט 
1 
נישט אויפן הימל שפּאַצירן די װאָלקנס --- 
שטילינקע זיי שווימען אויף גלאַטיטשקן ים , 
אונטן די זון אַרײן און אַרױיס צווישן זיי, 
קילט אָפּ איר פאַרגילדיקט גליאיקן צעפלאַם, 


אַ פּאָרצעלאַן טעלער זעט זי שווימענדיק אויס, 
געזעטיקט פליען די מעוועס פון איר אויף ; 

נישט אין הימל מיט געבייזער זיי פליען --- 
דאַנקדיק זיי נאָרקען מיט פיסלעך אַרױף -- -- -- 


איין גרויסע כמאַרע פאַרציט ברויזיק דעם ים 
אין טויזנט שטיקער איז צעבראָכן די זון ; 

צום ברעג צו דער שערבלדיקער ווייסער שוים -- 
פּיצלעך פּאָרצעלאַן געבליבענע דערפון, 


2 
ביז איבער די בייכער די שעפּסן אין גראָז, 
שטויסן און שטופּן און ווייסן נישט וווהין, 
פאָראויס רייסן זיך מעקנדיקע די קעפּ, 
הינטער זיי די לאָנקע כואַלעט פעט און גרין } 


אַ סטאַדע שאָף געטריבענע פון בייטשן, 
אַרומגערינגלט מיט געװואָיע פון הינט, 

פאַלן, שטייען אויף און ווייטער אַלץ יאָגן --- 
אָנלויפנדיקע כװאַליעס אין פייף פון ווינט, 


און ווען שטיל ס'ליגט דער ים גליאיק אין דער זון, 
זי מעוועס איבער אים שוועבן וי אין שלאָף היה 


219 


פון דער אָפּגעגעסענער לאָנקע שוין לאַנג 
אַהײימגעטריבן ס'האָט דער שעפער די שאָף. 


א ,קאיאר"-ליד 


א כמאַרע-חיה כיטרע אָנגעקראָכן, 
פאַרצוקט די זון און זי אויפגעפרעסן, 
איר בלוט גערונען ביז אויף ברעג אַראָפ, 
און איך וי גאָרנישט, שטיל זיך געזעסן. 


אויפן ים טאָפיעט די פולע לבנה --- 

אַ פערצווייפלטער האָט זיך דערטרונקן ! 
און איך שטעל מיך אויף װאַקל מיד אַהײם, 
מיט אויגן האַלב אין שלאָף שוין פאַרזונקן. 


און אַ גאַנצע נאַכט נישט אין בעט, איך ליג: 
דאָ אין חיה-כמאַרע בויך פאַרשלונגען, 

דאָ אויפן דנאָ פון ים טיף דערטרונקן -- 
דער פאַרצווייפלטער אַריינגעשפרונגען! 


כלחך-השור, חיה-כמאַרע ברעכט אויס 

שטיקער זון, זי אינצושלינגען ווידער -- -- 

כ'ליג בלוט-צעקאָכט, אין אַנגסט-שרעק דערטרונקן 
כאָטש נעם און מעלה-גירה ,קאַיאָר*-לידער. 


דער בליענדיקע קאשטאנבוים פון פעלזן-ברעג 


אַ מעשענעם הענגלייכטער װאָס הענגט אַראָפּ אין שול, 
פונם טיף-בלוי צעמאָלענעם קופאָל-סופיט, 

זעט אויס דער ברייט-צעצווייגטער קאַשטן-בוים אין זון, 
צעקנאָספעט אַזױ מיט זיין ווייס-רויזלעכן צוויט ן 


און די זומערפייגעלעך פליענדיק אַרום אים -- 

אַרום די פלעמלעך פון די געצונדענע ליכט, 

זי פלאַטערן, פלאַטערן און ווערן נישט פאַרברענט -- -- 
וי ווונדערלעך אַזױנס צוֹ דערזען אומגעריכט. 


גאטס וועלדל 


פון די וועלדער װאָס גאָט אויסגעזייט האָט אויף דער ערד, 
איז אים אַ ‏ גאָרשט זוימען אין האַנט איבערגעבליבן, 
געטון עס אַ שאט אַזש ביז פעלז-שפעלטל דאָ אַהער, 
לעצטן רעשט נישט אױסגעסאָרטירט, נישט איבערגעקליבן. 


דעמבעס און ליפעס, בריאָזקעס און יאָלקעס און עשעס, 
װאָרצלען און צווייגן װאַקסן פאַרװיקלט איינס אין צווייטן } 
קלאָטשע-פאַרפלאַנטערט, בערדיק-פאַרפלאָכטן, פאַרקאָלטנט, 
מיט אַ װויסט ווילדן אָדלער-נעסט כאָטשע צו פאַרבייטן, 


און ווערט גאָט מרה-שחוריק, ביטער-פאַרצווייפלט, 

װאָס געטון באַשאַפן ער האָט דאָס שיינינקע וועלטל, 
לאָזט ער זיך אַראָפ אין וועלדל-תוהו ובוהו, 

געװאַלטיק ווונדערלעך אױסגעװואַקסן אין פעלז-שפעלטל, 


ווערבעס 


אַז אויפגעהאַנגען די פידלען אויף די ווערבעס, 
האָבן זיי דען שפילן דערפאַר אויפגעהערט ! 

עס האָבן די ווינדן געסטראָיעט די סטרונעס, 

די שטראָמען צעברומט דעם ניגון איבער דער ערד. 


און צי װעט דען אויפהערן צו זינגען מיין ליד, 

ווייל קיין בן אדם אויסהערן וויל עס נישט מער ? 
כ'האָב'ס געזינגען פאַר די פייגל ביי די ברעגעס, 

און טאָן פאַר טאָן זיי טשוויטשערן עס מיר נאָך, הער. 


און די ווערבעס נאָך געבויגענער געװאָרן, 
זע, זי טרויעריק, וי טיף מרה-שחוריק שטיין --- 

און װועט ווער פאַרבייגיין דאָ, הערן די פייגל, 

זען די ווערבעס, מיין ליד פון אליין ר'וועט פאַרשטיין. 


געזאנג איבער צייטיקער תבואה 


װאָלקנדל שוועבט לייכט איבער שווערע תבואה-זאַנגען 
בייגן זי ענוויתדיק די קעפלעך איין ; 

לערכעלע פאַרלוירן אין בלוי-טיפן הימל, 

קומט אַלץ ווידער צוריק צו איר סמוטנעם רעפריין, 


וי רחבותדיק דער הימל, פול שפע די ערד, 

בלויז וועמען גייט אָן קליין פייגעלע גייט איין ? 
װאָלקנדל אונטער פיסל פלינק אַװעקגערוטשט, 

אוֹן צווישן הימל און ערד איר הערצל בלייבט שטיין, 


וי שטיל, ס'הענגט ציטערדיק אויף שװאַכינק פליגעלע, 

דער גאַנצער אַרום האַלט קוים נאָך דעם אָטעם איין: 

אָט-אָט פאַלט עס פון טיפן הימל אַראָפ ! 

עס פאַרשווינט, און נאָך טיפער ווערט איר זיס געוויין, 
281 


אין האבער פעלד 


פאַרבײיגייענדיק פאַר צייטיקן האָבער פעלד, 

אַ חברה גנבים שפרינגען די פייגל אַרױס, 

זי האָבן געהערט אַ שאָרכן און מיך דערזען -- 
אפנים טאַקע אַ שטראַשידלע שוין כ'קוק אויס ! 


וי פאַשוויגן ס'דלוביען צװישן תבואה געווען! 
מסתם האָבן זיי אַ שומר אויף בוים דאָ וו שטיין, 
גיט ער אַ סימן, אַ זוונק, אַ מין פיפס אַזאַי 

ווען ער דערזעט אַ מענטשן אָנקומען צוגיין. 


פול ווערט הימל מיט זיי, די שפערל די שװאַלבן, 
דאָס געשוועב, די קולי-קולות, און --- מיט אַמאָל 

אַזאַ זיס געזאַנג, אַז סיהאַרץ אין דיר שיער צעגייט -- 
איז ס'פייגעלע אַזױ קליין, אז מיזעט'ס נישט צומאָל. 


דאס פערד ביים צוים 


דאָס פערד מיט די גרויסע קלוגע אויגן, 

דעם קאָפ אַריבערגעװאָרפן איבער צוים, 

ניוכעט דער האָבער איז צייטיק שוין צום שניט, 

פֿאַר פרייד אויף זיינע פיס איינשטיין ס'קאָן נאָך קוים. 


די אויערן שטעלט עס אויף שאַרף און שפיציק, 
אַזש ס'הייבט אים אָן ציטערן אונטערשטע ליפ ; 
ס'גלוסט האַרץ אויסריידן פאַר וועמען עס איז, 
גיט עס קלוגן אַזא הירזשעדיקן כריפ -- 


וי עס האָט זיך דאָס צוגעכאַפט צום האָבער, 
זיי וועלן אים אויסמלויטשען נאָך פאַרן שניט ! 
ער וויל דאָס זאָגן, נאָר זאָל זיינס איבערגיין, 
און מיט פיס אין צוים בייז אַ קאָפּע ער גיט. 


צוויי זומערפייגעלעך 


עס יאָגן זיך צוזיי זומערפייגעלעך, 

די פאַרבז-פרייד אין זייערע פליגל ! 

אַהין-און-אַהער-שפיל און ווידער צוריק, 

און ווען זיי כאַפּן זיך --- דאָס געוויגל ! 
282 


גאַנצער אַרום שטיל-פאַרשוויגן אַזױ, 

עס זאָל זיך טון אַ באַװועג, אַ רירל } 

ס'גיסט זיך אַ מין פרייד איבער גאָרער וועלט, 
פאַרב אין פאַרב, קאָלירל אין קאָלירל, 


אַן אייביקייט ציטערט זון אין פלאַטער, 

אַן אוגנבליק -- אונטער זיי דאָס בלימל ! 
ס'װואָלט זיך פאַרשעמט גערויטלט, זעט אויס, 
קליינינקע װאָלקנדל אויפן הימל, 


דער מולד 


עס זעצט זיך די זון אונטערן וועלדל, 

און די גאַנצע וועלט פאַרזונקט טיף אין טייבל --- 
מיט ווייט-געשטרעקטן קאָפּ שוועבט זי אַראָפ, 

וי פוכיק-ווייך, קוים באַנעצט זיך איר בייכל, 


פון די זון איז שוין קיין שפיר נישט דאָ מער, 
פון די גאַנצע וועלט נאָך אַ סך װינציקער ! 

אַ קאַטשקע וויגט זיך רואיק אין טייכל, 

בייכל צו בייכל, װאָס קאָן שוין זיין גינציקער, 


ראַפטום דערשפירט זי פון מולד דעם שטראַל, 
און זי פליט ווילד אויף, װוי אונטערגעשאָסן ! 

זע, איבער וועלדל שווימט, ווי לבניש-ווייס, 

און פון טייכל --- ס'װאָלט וועלט אַרױסגעפלאָסן, 


אין א רעגן-טאג 


פונם נעסטל שטעקט עס אַרױס דאָס קעפעלע, 

נישט וי אַ יינג מאַמעלע --- אַן אַלט באָבעלע, 

אַזױ גרוי-צייקנייטשט אַזױ פאַרזאָרגט זעט עס אויס, 
און נאָך שפיציקער דאָס שפיציקע שנאָבעלע, 


הייבט אויף אַן אייגעלע צום הימל צום שװאַרצן, 

און איין גרויסע כמאַרע פינסטער פאַר די אויגן, 

נישט קיין טשוויטש --- א זיפץ רייסט זיך איר טיף פון האַרצן : 
אין אַלע זייטן קעפעל, אַרױסגעבױגן: 


283 


וי עס רעגנט, װי עס כליאַפעט, און דער ווינט 

און זי זאָל אין נעסטל כאָטש אַ האָבערל האָבן -- -- 
און באַץ, מיט איין פלינקן פלי אויף גאָטס באַראָט, 
פון אונטער דער ערד עפעס אַרױסצוגראָבן. 


די באלאדע פונם מעווען-געזאנג 


האָט דאָך אונזער חכם, שלמה המלך, 

מיט אַלע חיות ועופות געקענט ריידן, 

קאָן איך מיך מיט טויבן אַדורכשמועסן, 
כ'האָב'ס בקבלה פון מיין גרייז-גרויען זיידן. 


אַלע ערב-:שבת ביים שיר-השירים, 

באָבע, די גוטע טויב, ביים אויוון געשטאַנען, 

מיט אויגן צוגעהערט, שטיל צוגעװאָרקעט, 

קעפל צו געשאָקלט, װאָרט פאַר װאָרט פּערשטאַנען. 


וויפיל דורות און וויפיל בלוט געפלאָסן, 

פון אונטער דאַך היימישע טויבן ווו זיינען ? 

אפשר אין האַרץ דאָך איינע מיטגענומען, 

הער, וי עס הערט נישט אויף װאָרקנדיק צו וויינען. 


בין איך מיר אַזױ אין איינעם אַ פרייטיק, 

ביים ברויזנדיקן ברעג שפאַצירן געגאַנגען, 
דערהערט דאָס הייזעריקע מעווען געשריי, 
איז עס גאָר געווען שיר-השירים-געזאַנגען. 


אַ פאַרווונדערטער בין איך שטיין געבליבן, 
ערשט נאָך קבלת-שבת אַהײמגעגאַנגען, 

און אַזױ וי איך פערשטיי ס'טויבן לשון, 

האָב איך דאָס ליד אַזױ ווונדערלעך פאַרשטאַנען. 


און דאָ איז עס װאָרט פאַר װאָרט מיט מינדסטן װאָרק, 
מיט יעדן שאָקל מיט קעפל --- אויפגעשריבן : 

,;טויבן זיינען מיר, שיר-השירים טויבן, 

בלויז פון אַ שטורעם-ווינט ווייט אַװעק פאַרטריבן. 


, שאַרפער שפיציקער בלויז אונזערע שנאָבלען, 
הייזעריקער בלויז און רוי אונזערע שטימען, 


2844 


די פעלדזן אַרום שטייניקע און האַרטע, 
אוך אונזער שפייז װאָס צום ברעג קומט אָנגעשווימען. 


,ווינטער קיין װואַרעמען דאַך, קיין קראָקווע ווו 
אין שטורעם און ווינט פעלדזן אונזערש נעסטער, 
בלויז זע, אונזערע אויגן : ;עיניך יונים" -- --- 
שיר-השירים-טויב אונזער לייבלעכע שוועסטער, 


;און ווען עס קומט די קבלת-שבת-שעה, 
צינדן זיך ליכטלעך אָן אין אונזערע אויגן ! 
הייזעריק אונזער קול, בלויז אונזער געזאַנג, 
ווי אין טאָג פון אונזער חיים אַװעקגעפלוגן. 


;לבבתני באחת מעיניך --- == ---, 

וי אויסטערליש בין-השמשותדיק צעשריגן ! 
דייטלעך כ'האָב אַלץ נאָכגעשריבן װאָרט פאַר װאָרט, 
אָבער זייער האַרץ-צערייסנדיקן ניגון -- --- 


שוואנען געזאנג 


ווי שווייגנדיק שוועבנדיק ס'שווימט שניי-ווייסער שװאַן 
פון זיין שווער אַרוױפגעשאַרצט שװואַרצלעכן שטערן, 
מרה-שחורהייק טריפט וויסט-מבולבולדיקער בליק -- 
דאָס וועלן-געוויג ס'װואָלט געווען זיינע טרערן. 


שטייפקייט אין די פליגל, לאַנגע שטילקייט -- דער האַלן, 
גאַנצער גוף אַזױ וועט נאָך פאַרגליווערט ווערן: 
דאָס ווילדע געקוואַק, מבושימדיקער געטשוויטש, 
זאָל עס זיין טויט זיין, זיין קול מוז ער דערהערן. 


פון מעכטיקן פּאַטש פון זיינע פליגל, די צוויי, 
דער טייך-שפּיגל צעפינקלט מיט טויזנט שפּריצן; 
די װואַסער-הינער, די ווילדע קאַטשקעס אַרום, 
אויפגעשראָקן, דער הימל װואָלט זיך צעבליצן. 


און דער זינגענדיקער פויגל הויך אויף שפּיץ-בוים, 
מיט אָפּענעם מויל פאַרשוויגן ער בלייבט זיצן ; 
אַזאַ צעלאָזן זיך מיט צעפּאַטשטע פליגל, 

נאָר איין גאָט נאָך קאָן באַהיטן און באַשיצן. 


285 


קייקלט אַ דונער אַװעק זיך אין דער ווייטנס, 
איז עס אַ בייז-אָנצענדיקער געוויטער ? 
נאַקעטער הימל אַ בלוטיק-צעשמיסענער, 

פון טויזנט טריפנדיקע צעפייפטע ריטער -- 


אין ווירבל-ווינט ווייט-ווו צווישן וויסטע װאָלקנס, 
ואַרפט זיך ווייסער שװואַן אין ווידוי-גסיסה-ציטער ; 
ער צאַפּלט אויס און צוקט אויס לעצט געזאַנג-פּערלאַנג, 
אַ לעבן-לאַנג געטראָגן שווערמוטיק ביטער :-- 


א ר אה שא א אי עמ אי אי אי אי אאמ א אאמ א אט 


הויך אין די געדיכטע כמאַרעס דער דונער -- 

פון זיין געזאַנג דעם עכאָ קוים צו דערהערן! 

וי פייערדיק עס בליצט און וי ליכטיק עס ציקט -- 
מבולבולדיקער בליק אין מבול פון טרערן. 


זיין שטאָלצער שלאַנקער האַלדז אַלץ ווייטער, אַלץ העכער, 
גלייך וי די גאָרע וועלט זאָל גאַנץ אים געהערן ; 

זיינע ווייסע צוויי פליגל, שטיל אויסגעצוקטע, 

דער ווונדערלעכסטער רעגנבויגן זיי ווערן. 


צוויי סאנעטן 
1 
עס יאָגן די וועלן צום ברעג אָן אויפהער, 
ווייסן זיי פאַרװאָס זיי קומען און גייען ? 
און איבער זיי פון די מעוועס דאָס שרייען -- -- 
דעם פאַרװאָס און דעם צו װאָס, צי ווייסט דען ווער ? 


ס'רייסט זיך צו מיין אויגן איינגעהאַלטענע טרער : 
כסדר דאָס שניידן און ווידער פאַרזייען 

און וויפיל לעבנס עס זאָל נישט פאַרדייען, 

דער בויך פון דער ערד ער וויל אַלץ מער און מער. 


ביימל פאַרשפינט אין אַ סוף-זומער-פאָדים, 
בייגט זיך ביים ברעג פון לעבן סמוטנער בן-אדם : 
אַז װאָס ס'זאָל נישט זיין צי גאָט צי די טבע 


צו װאָספאַר אַ ציל און נאָך װאָס פאַר אַ צוועק 1 
און סײאָגן מחשבות וי וועלן צום ברעג 
און דאָס געשריי אין מיר ווי פון אַ מעווע. 

286 


2 
געדאַנק און געשריי, אָבער ווען שטיל אין מיר, 
אָן ענטפער און געפרעג און אן שום געדאַנק, 
זינגט אַזאַ פאַרשוויגן מלאכים-געזאַנג, 
זייער פליגל-געפלאַטער מיין יעדער ריר --- 


גאָט אליין כביכול אין מיר איך שפיר } 
פאַרזייטער זוימען, צי געשניטענער זאַנג, 

און מיין געצייטיקט לעבן צי קורץ צי לאַנג -- 
צו אומענדלעכקייט איז פאַראַן דען אַ שיעור ? 


וי רואיק מיטאַמאָל די וועלן אין ים -- --- 
גאָט דערשפירט אַצינד זיי האָבן מסתם } 
וי לאַשטשענדיק, וי שטיל געװאָרן זיי זענען. 


צום געשריי פון די מעוועס כ'הער זיך שטיל צוֹ : 
אַ מחנה מלאכים פליען אַהין- ווו -- --- 
װאָלט איך מיט זיי בלויז מיט-פלאַטערן קענען ? 


זא ל י עו 


וי שווער די דאַליען בייגן די קעפ, 
זי זיינען די לעצטע פון די בלומען, 
זי ווייסן שוין, וי די אַנדערע 
פאַרוויאַנען זי וועלן און פאַרקומען. 


שטאָלץ אויסגעשפיגן לעצטן בלוט-טראָפ 
עס האָבן די רויזן, און די נעלקן, 

וי שלאַנק זיי זיינען געשטאַנשטאַנען, 
ביז לעצטע רגע פונם פאַרוועלקן, 


בלויע קאָרן-בלום און רויטער מאָן 
צוזאַם מיט די זאַנגען פאַרשניטן, 
הימל און זון געטראָגן פאַר זיי 

און פאַלן מיט זיי נישט אויסגעמיטן. 


די דאַליען בייגן סמוטנע די קעם, 

אונטער די מאַסע פון זאַטע פאַרבן : 

אין זייער פעט-און שווער-לייביקייט, 

טראָגן זיי שוין דעם זוימען פון שטאַרבן. 
281 


אן אלטער דעמב 
1 
אַלץ פון לעבן ווייסט ער שוין און אַלץ פון טויט, 
אַז איבער אַכציק, און ווייט שוין אַריבער ; 
וי געוויינטלעך, געוווינט דערווייל צום ערשטן, 
בלויז דער צווייטער, װאָס נענטערער, ווערט ליבער. 


אַז אַ װואָרט מיט וועם צוריידן נישטאָ מער 
זיצט מען גאַנצע טעג פאַגליווערט אין שווייגן! 
טאַקע, אַלע פריינט זיינע זיינען דארט שוין, 
װוו דאָס אָרט זיך באַזאָרגט, מען זאָל אים לייגן. 


און פון וועמען טראַכט זיך, ווען אַלײן מען זיצט, 
אויב נישט פון יענע, װאָס ליגן שוין דאָרטן ? 
בלויז אַנומלט, וי אַ פריינט, און נאָך מערער, 
גאָר נאָנט ווער אים געװאָרן, דאָ, אין גאָרטן. 


קיין נפש נישט, נישט אַ פייגעלע -- דער ווינט 
אויף אַ ליידיק צווייגעלע פייפט אומהיימלעך ; 
און יענער אַ פעסטער, אַ ברייט-צעשטעלטער, 
שטייף-אָנגעכמאָרעט, פרעמד צווישן די ביימלעך. 


צוערשט פון אויבן אראָפּ, מיט אַ ווינק בלויז, 

שפעטער אַ קאָפּ-שאָקל, אַ שטיל-פאַרבייגן ; 

איצט ער הערט גאָרנישט אויף שוין, זיין מיטישמועסערי 
און ער --- אײביק כאָטש צו האָרכן און שווייגן. 


ער װואַרפט ווערטער, שווערע, טיף-פאַרוויקלטע, 

מער צו זיך, וי צו אים אַקײגנאיבער } 

וי שאַרף:שאָרסקע, וי פערזשאַווערט-שאָרכנדיק 
בלויז דאָס קול פון טאָג צו טאָג -- נאָנטער און ליבער. 


2 
,, , אין איינעם אַ טאָג בייגט ער זיך אַריבער, 
אַ סוד צו פאַרטרויען גאַנץ אויפן אוער -- 
ס'ווייעט ווינד-װויאַנענדיק, וויוגע-װואָיענדיק, 
זיין קאָפּ, אין ראָסע-הויך, שוידערט אויף גרויער. 


נישט גלאַטע ווערטער קומען קאַלט פון אַ מויל, 
און נישט אַ בבא-מעשה זיי דערציילן ; 
288 


ס'וואלט ווער פון אַ טאָפּ, אַן אלט-פאַרזשאַװערטן, 
רענדלעך, באַהאַלטענע, שווער אַרױס ציילן; 


.צוזאַם מיטן סוד מען װעט אים באַגראָבן, 

און נישט לאַנג נאָך, נישט ווייט מער אים צו טראָגן" ! 
און ראַפּטום ווינד-געשווינד דרייט ער זיך גרינג אום, 
און נעמט עפעס אַנדערש'ס צו אים גאָר זאָגן, 


וי קלוג-צעצויגן -- וי עס װאָלטן שאָרכן, 

וי אַ פאַרצערט האַרץ פון צרות זאָל ריידן ; 

;נישט פאַרשפעטיקן מען װעט קינמאָל דעם טויט, 
כאָטש קיינער קאָן קיינמאָל אים נישט אויסמיידן -- 


;ברייט ברוסט'קער דעמב טויט-ברוגז בלייבט פאַרשוויגן, 
ווערט לעצט געבליבן בלאַט אים אָפּגעריסן", 

אלץ פון לעבן ווייסט ער, און אַלץ שוין פון טויט, 

אָבער װאָס קאָן העלפן אַ סך דאָס וויסן ? 


שאַ, וי שטיל, װאָסער טיפער סוד מוז דאָס זיין, 
ניישט צו דערכאַפן שוין מיט הוילן אוער -- -- 
ער ווערט'ן געווויער, מיט בליק פול טרויער, 

זוטן ער הויבט, שוידערדיק, זיין קאָפ קאַפױער. 


.:: 8 .: 


ניין. קיינעם נישט אויספלאַפלען ער װועט דעם סוד, 
זיכער ער קאָן זיין אין גרייז-גרויען אַלטן, 

בלויז, ער ווייסט, אונטער בערגל ווייס אין ראָסע, 
נאָד טיף-פאַרבאָרגענער סוד ליגט באַהאַלטן. 


ברייט-פליײיציק צעשטעלט, שטייט דער דעמב אין דער קעלט, 
אַרום שוידערט אַלץ אין שטורעם-ווינט, קאַלטן, 

וי אין אַ מאַנטל, װואַרעם זיך וויקלדיק, 

רונצלט ער פאַרטראַכט אונטער קאָרע-פאַלטן, 


אין א וואלקן, א פיאלעטן... 


אויף האָר-שפעלטל שוין אויסגערעכנט, 
יעדער שפרינג-דגינג, יעדעס שרייפל} 
האַלב ביים ווענטל, האַלב נעמט צו דער ים, 
אַ געשפריץ פון חיסר און כיפל, 

289 


אויף דער מינוט און צו דער רגע, 
אלצדינג װוי ביים שנירל געצויגן ; 
אַ דריק ביים קנעפל און ס'טאַנצט דער מענטש, 
און ראָקעט צו דער לבנה געפלויגן, 


און זע, די מענטשן --- מאַריאָנעטן, 

אין איין פעסטע האַנט אַלע פעדעם, 

און וי ס'קלאַפט דאָס צו דער סעקונדע -- 
עס ציט זיך די וועלט כימי-קדם, 


;כשם שאני רוקד* פאַר גאָט, 
כך אַצינד פאַר מעשענעם קנעפל! 

בלויז אָן טיפן דריק, אָן צי ביים האַרץ, 
וי וועט זיך באַלד פערדרייען דעם קעפל, 


אַ קניפל אין פאָדים, אַ ריסל, 

און עס פאַרפלאָנטער זיך אינגאַנצן, 

און אַנשטאָט אין פאָראויס --- צוריק גאָר, 
נעמען אַלע ;ס'רידקל" טאַנצן. 


איך שווים, איך זשים, אויף אַ טרוים איך שוועב, 
אין אַ װאָלקן אַ פיאָלעטן --- 

כ'בין אַ טאַנצדיקער מינועט, 

כ'בין אַ פאָעט צווישן פאָעטן ? 


דער ים, דער מענטש, ,לעמוסי בטן? -- --- 
וִוי ס'הענגט אַלץ ווונדערלעך צוזאַמען ! 
ביזט דו עס אַזױ געטלעך צעשיינט, 

איז עס דאָס פנים פון מיין מאַמען? 


ס'גייט, ס'קומט, דור הולך ודור בא, 
וי דער ים, װאָס וויל נישט אויפהערן ! 
פון דער שטערן, פון די גלנלים, 

דאָס געזאַנג מיינע אוירן הערן? 


ווען איך האָב די אויגן געעפנט, 

שטייט איבער מיר אַ /מעשן-קנעפל" : 
,פאַרשפעטיק ?* שמייכלט ער צוויידייטיק, 
,דעם לעצטן נאַכט-צוג קיין ווייטשעפל ?* 


200 


דאָרף-אידיליע 


1 
אַ שייער, אַ קוישטאַל, אַ היי-בוידעם, 
אַ כאַטע מיט אַ באַדעקטן שטרוי-דאַך ; 
פאַרחברט מיט אַ קאַלב, מיט אַ לאָשיק, 
מיט אַ הונט קודלאַטע קאָלעגע פּער פאַך ; 


ענטפערן אַ פערד אויף זיין געהירזשע, 
אַ קלאַפּ אויף רוקן און ווערן אויף דו ; 
מיט פאַרטיפטן שכל מיך צוהערן, 

צו לאַנג געצויגענעם קואישן מו, 


יאָ, מיט גרויס כבוד גדוֹל צוקוקן, 

וי זיינע הינער עס פירט אויס דער האָן, 
און מיט אַ פויגל זיצן אויף אַ בוים, 

צו באַגריסן די זון ווען זי קומט אָך, 


2 
די שטאָט ביז דאָ אַהער לויפט זי מיר נאָך -- 
אַ לאָקאָמאָטיוו װאָס האַלט אין איין פייפן ; 
אין איין ראָד איז לויז מסתם אַ שרייפל, 
האַלט עס אין איין קלאַפּן הויל אין די שלייפן, 


וי ס'בלענדן זשאַווערדיק מיינע אויגן, 
אונטער זיי אַ געדריי פון שװואַרצע רעדער ! 
פאַלט די נאַכט אַראָפ פון מיינע וויעס, 

אַ טויב, אױפפּלאַשנדיק, פאַרלירט אַ פעדער ? 


עפּעס הער איך איז אַראָפּגעפאַלן -- --- 
ס'שטרעקן זיך מיינע הענט עס צו דערטאַפּן! 
זיי שטעלן שנעל אָפּ ס'לויפן פון שטרעקעס. 
אוֹן אין מיינע שלייפן -- דאָס רעדער קלאַפּן. 


6 
וי ס'שמוצערט און צוויטשערט, וויוקעט און קװואָקעט 
באַגינען איידער נאָך עס הייבט אָן צו טאָגן ‏ 
פון די גראָזן, פון די ביימער, פון טייכל 
-נעמט יעדעס באַשעפעניש זיין פּסוק זאָגן. 
201 


דער ,אוער האָן* האָט מסתם אָנגעהויבן, 
מיט קאַטשקע און זשאַבע, די פרומע ביידע ; 
און די שעפעלעך אויפן באַרג צעװואָרפן, 
זאָגן זיכער אַ פּסוק פון דער עקידה. 


ווען הימל און ערד פאַרגייען זיך אַזױ, 

ווער קאָן דעמאָלט אויפן געלעגער איינליגן ? 
דערמאָן איך מיך כ'בין אויך אַ באַשעפעניש, 
און פאַל אַרײין מיט טאַטנס ,, מה טובו"-ניגון, 


4 
וועקט ער די הינער פון שלאָף מיט זיין געקריי, 
רופט ער זיך איבער מיט אַ האָן אַ צווייטן? 
גאַנץ דאָרף איז, גאָט צו דאַנקן, אויפגעשטאַנען, 
צו געדעקטן טיש מיט כל-טוב אַ געגרייטן, 


דאָס פערד שלעפּט זיך גענעצדיק צום טייכל צו, 
טון אַ פרישן טרונק אויפן ניכטערן מאָגן ; 
שװאַלב כאַפּט שנעל אַ ראָסע-טראָפל -- אַ ראָסל, 
נאָר פריער מוז זי איר ווייס בייכל אױסצװאָגן, 


אין װאַרעם ווייכן גראָז ליגט זי נאָך, די קו, 

און האַלט שוין מיטן אין גריזשן און מעלה-גירהן, 
אָבער נאָך איידער מען קומט זי אויסמעלקן, 

גיט זי ברוסט, איר ביקל-,בנאָק", איר טייערן. 


5 
זי ווייסט האָר גענוי ווען ס'קעלבל נעמט זי זייגן 
און ווען דער פּוױיער מעלקן. זי זאָל אים נישט טון קיין בריק, 
בינדט ער אַ שטריק אַרום איר לענד. און ווען ס'קעלבל זייגט, 
זיינען זיי ביידע צווישן הימל און ערד איין שטיק גליק, 


ס'דוכט זיך איר דער ביק קריכט איר אויפן רוקן אַרום, 
און ניוכעט איר אין אויער אַריין עפּעס גוטס און הייס } 
איר שוװוערער בויך ציטערט אויף פון אַזאַ זיסן פּיין, 
מיט יעדן צי פון פּיסקל, מיט יעטוועדן בייס און רייס, 


וי גוט קוקן גלאַט אין וועלט אַרײן גרויס די אויגן ! 
עפּעס מוז ער דאָך זען איר מאַמעשי קואישער בליק, 
אַז זי שפּירט נישט צומאָל --- עס אַרט זי וי דעם קאָטער ! -- 
אַרום איר פייכטן פּיסק די זלידנע זשומענדיקע מיק, 


292 


6 
וי פון אַ באַרג ווו ווייט פייפט אַ פּאַסטושקע פלייט, 
איז מיט טויזנט טענער דער הימל צעמאָלן } 
וי שפּיציק יעדער פּינזל, דינינק יעדער שטריך, 
דער שווערער פאָן --- בלייכן שאָטנדיק די טאָלן. 


דער רויזלעכער זוים פון בלוילעכן װאָלקנדל ! 
און דער זילבערנער זוים דאָרטן גאַנץ הינטן ! 
אַרױפגעכאַפּט זיך אויפן טאָפל, אויפן שפּיץ, 
כאַפּן-אונטער טענער -- דרום-צפון-ווינטן, 


פון איין שפּריצל בלויז מיינע שװאַרץ-אַפּלען בלויען, 
פון אַזױ פיל הימל-בלוי זיי איבערגייען ! 

װאָס זע איך ? האַרט נעבן מיר, פון גרויס התפּעלות, 
פאַרגייט זיך אַ ראַבע-הון אין שווערע ווייען. 


7 
עפּעס באַװועגט זיך ווו, עפּעס באַלעבט זיך ווו, 
איינגעהאַלטן געשעפּטשע צווישן די צווייגן, 
פון שרעק הייבן בלומען אָפּענע אויגן אויף, 
און די גרעזלעך די קעפּלעך מיט אַזױ פיל שווייגן } 


פון יעדן שפּיץ-בוים אַן אויסקוקער אַ פויגל, 
הינטער נידריקסטן גרעזל טויט שטיל די גרילן, 
די שװואַלבן מיט זייער אַהין און הער שוועבן, 
האַלטן דערשראָקן שוועלבל אין איין איינשטילן --- 


וי ווונדערלעך ווילד, מיט רויטן שנאָבל די זון, 
פּיקט זיך לעבעדיק אויס פון די אייער שאָלן } 
עס שיילן זיך קרישלדיק די בערג אַרום, 
ס'צעפאַלן נעבלדיק פאַרשלייערט די טאָלן, 


8 
די דריי ווייסע טויבן װאָס זיצן אויפן דאַך -- -- 
װאָלטן עס דריי שװואַרצע װאָראָנעס געווען, 
אין שנעלן שליחות זיי וואָלטן געקומען, 
פון אַן אומגליק װאָס גייט ווו איצט באַלד געשען. 


די שװאַלבן טשוויטשערן פריידיק אויפן הימל, 

פליען זיי אויף אַ חתונה אַזױ פרי ? 

דאַרף איך נישט זיין דאָרט דער באַשערטער װאָס קומט אָן, 
איז װאָס זיץ איך אַ טרויעריקער דאָ הי ? 


292 


די דריי ווייסע טויבן זיינען פון דאַך אַראָפּ, 

און פון די שװאַלבן איז דער הימל שוין לער ! 
כלה-מתנות זיי האָבן מיטגענומען -- -- 

מיין האַרץ אַ פאַרבלישטשעטס מיט אַ פרישער טרער, 


9 
וי אַ קינד גראַבלט זיך די זון אויפן באַרג אַרױף, 
ווען זי קומט אָן, אין איר פּנים נישט אַריינצובליקן ; 
וי קיילעכדיק עס צעשטראַלט פון אַזאַ גרויסער פרייד, 
װאָס ס/אַרויפקריכן אַזױֹ הויך, דאָך געקאַנט איר גליקן. 


אַ צעהיצטע ווייסט עס מיט זיך נישט אָנצוהויבן, 

הענגט עס זיך נאַזנאַק אויף אַ קזשאַק, שטעלט זיך קאָפ קעפּױער } 
אָט קייקלט זי זיך גאָר אינגאַנצן צוריק אַראָפּ, 

רייסט זיך בלוטיק אָפּ אַ שטיק באַק מיט אַ האַלבן אױיער, 


און זע, דורך יעדן הוילן שטרויעלע אויף איר וועג, 
בלאָזט עס קונציק רעגנבויגנדיקע זייפן-בלאָזן } 

די קליינסטע די פּיטשעדיקסטע הענגען נאָך אַראָפּ, 
אין טויזנט און איין קאָליר פון די דינינקסטע גראָזן, 


10 
אַ פינקלדיק בלאַנקענדיק שייבן-שענקל 
זעט אויס ס'דערפל הינטן נאָכן רעגן } 
פון פיינעם פּאָרצעלאַן די הייזלעך, 
שװואַרץ-זילבער געדינט --- די גלאַטע וועגן, 


און דאָס אָנלופנדיק קליינע באַנדל, 
אָקאָרשט די שפּרונדזשינע אָנגעצויגן, 
אין דעם אײינגעשלאָפענעם װאָקזאַלעכל 
לויפט עס אַרײן --- אין אַ רעגנבויגן, 


ס'גאָטישע קלויסטערל מיט די טורעמלעך --- 
להבדיל בין קודש, ס'בשמים-ביקסל } 

אַ גראַװוירונג, אַ מגילת-רות-אַקװאַרעל -- 
אין האָבער-זשניווע דאָס זשװאַװע שיקסל, 


11 
וי קליינינק דאָס פייגעלע און וי גרויס דער זימל, 
און וי עס גיט זיינע פליגעלעך אַ צעשפּרײיט ; 
מיט דער זיסקייט פון זיין געזאַנג, מיט זיין הויכן פלי, 
די ליידיקיט איבערגייט מיט ווייט און מיט ברייט, 
204 


שתי-וערובדיק מיט זיין שוועבנדיק וועבן, 
דורכזיכטיק-זיידן און אומענדלעך עס פאַרזינקט ; 
גאַנצער הימל -- אַ בלויער פויגל, אַ צעגלאצטער ! 
וי פליגלדיק-בלאַנק און איין-אויגלדיק עס ווינקט, 


די זון, די פליגל צעפּלאַשעט צעשפּרײט צום פלי, 

אויף טאָפּאָל --- אויף איין פיסל אַ פויגל זי שטייט ! 
און דאָס פאַרמאַטערטע האַרץ פלאַטערט באַפרײט אויף, 
אַרײינצופאַלן אין געזאַנג- און שוועב-באַגלײט, 


12 
וי ליבלעך וי זיס עס וויגט זיך דאָס האַרץ, 
אין שטראַלן געפלאַכטן גין-גאָלדן וויגל } 
איבער דיר יענער חלומל מלאך, 
ער וויגט עס מיט פּערלמוטערן פליגל, 


אָט שטעלסטו דעם ערשטן שריט, שוין גייסטו, 
און ביז צום הימל נאָך איין זילבער שטיגל -- 
פון דיין געבונדענעם לייב און לעבן, 
אַראָפּ איז נעבל-פאַרכישופטער עגול, 


איך זע עס, ווי פון ווייטן דאָ דער ים, 

אין לאַפּיס-לאַצולי איינגערעמט שפּיגלט : 
עס איז די ליבשאַפט אין מענטשלעכן האַרץ, 
מיט אַ טרער פון אויג אײיביק געזיגלט, 


13 
אָ, אַז די ליבע אין מענטשלעכן האַרץ, 
אַז זי איז נאָך נישט אינגאַנצן צעשטערט -- -- 
וי צעהיצט אַ פערד און ווי אַ זוימען-קערנדל 
ס'דערשמעקט װאַרעם די דאַמפנדיקע ערד, 


אויף מיליאָנען שפּליטער דער ערד-קיילעך, 
אפשר ווערן צעשפּליטערט און צעשטויבט, 
אָבער דאָס האַרץ װאָס צעריסענער ס'ווערט, 
אַלץ גאַנצער און אַלץ העכער זיך דערהויבט -- 
אינמיטן זיין פונקן- און שטויב-געלויף, --- 
אונטער זיין טראָט צעשאָטן שוין די ערד ! 

און מיט זיינע אויגן, צוויי צעפלאַמטע, 

אַן אויפגעלויכטענער בלייבט שטיין דאָס פערד, 


295 


144 
דאָ הערט אויף מחיצה-פּלױט צװוישן לעבן און טויט, 
דאָ, נאָנט צו דער ערד איז מען געװאַקסן דעם לעבן, 
און דאָס באַלײדיקטסטע און אויסגעליידיקטסטע האַרץ, 
ווערט פול דאָ מיט גוטסקייט צו יעדן און מיט פאַרגעבן. 


אין ,,בלינדן-שריפט* זיינען פאַרטיפט דיינע פינגער : 
אָט אַ שאַרף גרעזל, אַ שטעכערל, אַ צאַרט בלימל { 
דיינע פאַרלוירענע אויגן, בלוי איבערלאָפן, 

זיינען צוויי טראָפּן פאַרלוירן אין טיפן הימל, 


און אויב אַ זשוק, אַ מרוק, װואַקלט נודנעדיק קרום אֶן, 
פון זיין ביטער לעבן ער וויל נעמען דערציילן, 

קומט אונטער אַ ,משיחל", הכנעהדיק-נאָנט און שטיל, 
און גלױיביק וי אַ קינד, די פּינטעלעך נעמסט ציילן, 


15 
פון עפּל-סאָד הינטן ביז אויף באַרג דאָ אַרױיף, 
אַ וואַקלדיקער , קאַראַװאַן" מיט האַק און פּאַק, 
אַרױפגעשלעפּט האָט זיך דער שליימיקער שניעק -- 
גלאַטער אַספאַלד זיין סערפּענטין-שליאַד-שלאַך-ציק צאַק. 


פּראָזשעקטאָרס שטרעקן זיך קונציק זיינע פילערס, 

פלינק זיי דערשמעקן קלענסטן שטרויכל און געפאַר { 

איינער אַ פילער קערעוועט זיך אין מיין זייט, 

קורטשענדיק זיך פאַר שרעק בלייבט ער שטיין שטייף און שטאַר. 


נאָר שנעלער וי מיט שנעל-צוג, פליער און ראָקעט, 
ער קומט אָן יעדע רגע צו ציל און צום צוועק, 

און אייביקער וי קאָנקריד געפלאַסטערטער שליאַך, 
איז דער שליימיקער ציק-צאַק-סערפּענטין פון שניעק. 


16 
אַזאַ הייליקע מיט שטראַלנדיקע הערנער, 
דרייט זיך אַ פאַרקלערטע קו אַרום אין זון, 
װאָלט זי איר קלוג מויל געעפנט און צערעדט זיך, 
ווער ווייסט װאָסער סודות געקומען דערפון. 


איך הער זיך צו צו יעדן גריזשע, װאָס זי טוט, 

און צום ברומען, װאָס הערט זיך טיף פון איר בויך, 
וי ערלעך אירע צוויי אויגן קוקן מיך אָן 

קיין פּיצל פּניה, פוֹן קנאה שנאה קיין הויך, 


26 


איך הייב שיעור נישט אָן צו פאַרשטיין יענעם אינדיער, 
װאָס פאַרבייגט זיך טיף ביז צו דער ערד פאַר איר, 

און מיט דעם אומריין, װאָס זי לאָזט אַרױס פון זיך, 
טוט ער זיין מענטשלעכן שטערן אַ באַשמיר, 


17 
דער צעקרומטער עפּל-בוים אינם כאַטע-פענסטער, 
ער ווערט ערשט אַזױ דייטלעך אין דער לבנה-נאַכט { 
זיין טונקל גרין אויפן העלן ליידיקן פּלײן, 
האָבן אים צוריק פאַר אַן עפּל-בוים געמאַכט, 


אַ פעכער, פליגן מיט אים צו יאָגן זעט ער אויס, 
אין זון, ווען די בהמות ליגן פּראַכעדיק אָרום } 
שווער אָטעמען די בייכער, מיד פאָכן די עקן, 
און זיינע צווייגן יאָגן דעם פליגן-געזשום, 


ערשט אַצינד, אַן אויסגערוטער שפּעט נאָך האַלבער נאַכט, 
ווערט ער צוריק אַן עפּל-בױם, צעקרומט, צעקנייטשט, אַלט, 
וי געבויגן אונטער דער שווערער משא ער שטייט ! 

מען הערט וי פון אים אַ ווערעמדיקער עפּל פאַלט. 


18 
דער קודלאַטער הונט װאָס ליגט אויף דער זון, 
וי רואיק ער זוכט די פליי אין זיין פעל, 
דער אַלטער פּױער מיט פייקע אין מויל, 
שטייט רחבותדיק אין ווייסן העמד אויף שוועל, 


צומאָל דער הונט ווייסט אַז ס/איז זונטיק היינט, 
אַנדערש קװאָקן די הינער, קרייט דער האָן { 
װוי ער װאָלט זיך דאָס בלאָסטע זיידן העמד, 
דעם הימל לכבוד היינט אָנגעטאָן. 


כמאַרען זיך, אַלטע, די ראָפּע אויגן, 

אַ מאָרדיטשקע בלענדט זוניק זייער בליק ; 

וי עס בייסט דאָס די פּאַרשיווע גריווע, 

נאָך יענער צייט װאָס קומט נישט מער צוריק, 


19 
ווען די צעװואָרפענע לעמער אויפן באַרג, 
די טומאהלע-גלעקלעך קלינגען הערן, 
הויבן זיי די אויגן אויף מיט אַזאַ שרעק, 
זי מיינען מען קומט די װאָל זיי שערן. 
297 


20 


איז עס נישט וי מען װאָלט די שערלעך געשלייפט ? 
פוּן מורא שטעלט זיך די װאָל קאַפּױער ; 

נישט נאָר האָרכן גרויס אויף זייערע אויגן, 

זיי בלייבן שטיין אינגאַנצן בלויז אויער. 


ערשט ווען זיי הערן דאָס שטילע געבלעקעכץ, 
לאָזן זיי די קעפּ צוריק אַרונטער, 

און זיי צעבלעקן זיך אַלע צוזאַמען, 
שיכורלעך אַזױ, זונטיקדיק מונטער. 


20 
אַז מען זעט אַזאַ שטיקל ערד וי דאָ, 
מ'איז נישט מער קיין פּיראַט, רייצן נישט קיין גליקן ; 
מען שלעפּט מיטן פערד צוזאַם דעם אַקער, 
און דער עפּל-בוים טוט אויג און האַרץ דערקוויקן. 


אַז מען האָט אַזאַ שטיקעלע ערד וי דאָ, 

מ'לאָזט זיך נישט מער איבער ווצלט מיט מאַסט און זעגל ; 
דער עפּל-זאַפט סיידער פאַרן ווינטער, 

און דעם אױסגעפּרוװט ביים שפּיל פון קעגל, 


אַז מען ליבט אַזאַ שטיקל ערד וי דאָ, 

איז מען פאַרברודערט מיט גאָט, מיט מענטש, מיט חיה; 
דאָס ווייב און דאָס קינד, דאָס פערד און דער הינט, 
איין משפּחה אַרום טיש --- אַרום ערד געטרייע. 


21 
דאָ הערט אויף מחיצה-צוים צוישן בעל-חי און מענטש -- -- 
און אויב פאַרן געשפּאַן ווערט אײינגעשפּאַנט דאָס פערד, 
שטופּט דער מענטש אונטער דעם װאָגן ווען דער וועג ווערט שווער ; 
פערד שלעפּט דעם אַקער, מענטש גראָבט מיט שפּאָדל די ערד, 


הונט לויפט נישט אין געוועט, ביי דער זייט חבריש ער גייט, 
און נישט ווילד אין גאַלאָפּ העצט פערד אין געיעג } 

אַזאַ שלוהדיקע רחבות איבער ווייטן פּלײן, 

און איינער דעם אַנדערן שטייט נישט אין וועג. 


געביידע איבער געביידע הויבן זיך די בערג, 
שפּיגלדיקע הימל-פענסטער פּראַלט שטאָק אויף שטאָק ! 
קיין פאַבריק-קוימען, רויכערדיקער, קיין סירענע -- -- 
שאַ, שוין ווידער ווו ווייט ועקט אָוונט-געבעט-גלאָק ? 


298 


22 
די שלאַנק-לאַכנדיקע ווייכע מאָרדע פונם פערד, . 
אַרום די טויזנט ניוכנדיקע פעלדלעך און קנייטשן } 
דער טיפער טרויער אין די שטילע גרויסע אויגן, 
די געירשנטע שרעק פאַר די פאָכנדיקע בייטשן, 


וי קלוג ער איז, זיין האַלטן זיך און זיין עכטער שטאָלץ, 

אַלע אין דאָרף דערקענט ער אין גאַנג, אין שריט, אין באַװעגן, 
און דער פריידיקער הירזש זיינער ווען ער דערזעט וועם, 

אַ ברייטן ;האַו-דו-יו-דו" וי ער װאָלט יעדן געגעבן. 


ווען אַ קאַר יאָגט פאַרביי, גיט ער אַ שאָקל מיט קאָפּ, 

ווי געזאָגט : װאָסער ווערט האָט אַ פערד היינטיקע צייטן? 

אַ גאַסט ברענגען צום צוג, מ'פלעגט סטענגעס פלעכטן אין מיין עק ! 
און אין מיין גזשיווע -- צעפּלעך מיט די בונטעסטע קווייטן, 


23 
איך הער שוין דאָס קלאַפּן פון די רעדער, 
און דאָס שווערע סאָפּן פונם לאָקאָמאָטיו ; 
, ציש-ציש-ציש !* הירזשעט נישט דאָ ווו דאָס פערד ? 
וי ס'קוקן מיך אָן צוויי שליפּיעס ליכטיק נאַאיוו --- 


היימיש-מענטשלעך, גרויס-שטאָטיש-ווילעריש, 

מיט אַ פייף און מיט אַ שפּריץ פון צווישן די ציין ; 

,פון אונטן גייט אַ פּאַרע, פון אויבן רויך" --- 

;צששש-ש", אויב נישט אויף ווינק, מיט געפינק אַלץ שוין צו פּאַרשטײן--- 


פול גרוסן כ'פיר אַ גרויסן טשעמאָדאַן ! 

בפירוש איך הער די קאַץ שיקט אויך מיט אַ גרוס : 

,מיאו, מיאו, מיאו -- --* און איז עס נישט ווייל כ'פאָר שוין, 
פֿאַרציט זי זיס ס'פּיסקל מיט געמאַכטן פאַרדרוס ? 


24 
װאָלט ער נאָך געקענט אַ שמייכל טון, דער הונט, 
גאַנץ וי זיין בעל-בית װאָלט ער אויסגעזען ; 
ווו געגאַנגען איז ער מיר נאָכגעגאַנגען, 
ס'זאָל מיר חלילה קיין בייז נישט געשען -- -- -- 


איז עס געווען כיטרעקייט, צי גאָר פריינטשאַפט, 
וויפיל כ'האָב נאָכגעטראַכט נישט געקענט דערגיין } 
כסדר קוקט ער מיר אין די אויגן אַרײן, 

איך אים, פון דער זייט, אויף די שאַרפע ציין, 


299 


ער האָט מיך באַגלײט ביז צום לעצטן דאָרף-הויז, 
און מיר האָבן זיך פאַרשטאַנען אויף ווינק : 
אין קליינעם דערפל דאָ, אין דער גרויסער שטאָט, 
דאָס הינטישע לעבן אינערגעץ נישט גרינג, 


25 
הייב איך אויף מיין בליק צום פייגעלע אויף בוים, 
האָט עס מיך דען נישט אויך באַשײדן שטיל באַגלייט ? 
עס האָט דאָך פליגעלעך און עס קאָן פליען, 
און געװואַגט אַזש ביזקעל דאָ אַהער אזוי ווייט, 


וי קליין עס איז, ווי פּיטשעדיק און ווי גרינג, 

פוכיקט זיך בייכל אים און ס'גלאַנצט, גלייך ס'גייט אין גאָלד { 
און מִיט איין אייגל װוי עס בלינצלט און בליקט, 

און נישט זינגען, נאָר וי ריידן עס װאָלט געװאָלט : 


אמת, אין קליינסטן דערפל ווי אין גרעסטער שטאָט, 
דאָס פויגל-פרייע לעבן אין ערגעץ נישט גרינג ; 

אָבער צי קאָן זיך דען ווער צו אונז פאַרגלייבן, 

ווען דאָס האַרץ גיט זיך אַ צעפלאַטער און טוט אַ זינג? 


26 
נישט מיט אַ צווייגל װאָס הייבט שוין צו וועלקן אָן, 
ווינקט מיידליש-באַשײידן אַ ביימל ווייט-ווו -- 
מיט אַן עפּל אַ האַלב-צייטיקן, פאַררויטלט, 
שאָקלט עס אַ נאָנטן באַקאַנטן אייליק צו : 


וועסט דיך נאָך דאָ אַריבערכאַפּן אַמאָל, 
וי אַ יינגעל עפּל רייסן איבער אַ פּלױט, 
כ'װאָלט נאָך געװאָלט, זאָגט עס צוריקגעהאַלטן, 
זאָלסט מיך זען ווען מיינע בעקלעך ווערן רויט, 


קוק נישט אויף מיין געשטעל קרום צעביגן -- 

װאָס מער אָנגעלאָדן אַלץ נידריקער געבוקט -- --- 

איך הער נישט מער צװוייגליגעשעפּטש, איך זע נאָך, 

דעם האַנט-קוש-שקיעה-בליק, װוי בענקנדיק ער קוקט -- -- -- 


300 


דער אינזל-פעלדז 
(מיס- געברענגט פון ;האָלידעים" פאַר די ,פריינט פון יידיט) 4117 


קאפיטל איינס 


1 
אָפּגעריסן אַ שטיק פון דער ערד ? 
אויסגעשפיגן אַ פעלדז פונם ים ? 
ווער ווייסט וויאַזױ אַן אינזל ווערט. 


און די אומה אויף איר וויאַזױ ? 
ס'איז אַנטרינען אויף איר מסתם, 
אַ פיראַט מיט געפאַנגענער פרוֹי, 


און צווייטער פון ווו, דריטער פון דאָרט, 
און נויט און געפאַר בינדט זיי צוזאַם, 
וי ס'ווערט אַ טראַטוע ביים ברעג אַ פאָרט, 


2 
פאַרבלאָנדזשעט שיף אין נעפל און ווינט, 
ביים געראַטעװעטן אויף אַ ברעט, 
דערטאַפן זיך הענט פערחלשט בלינד ; 


מיט פאַרמאַטערט-לעצטן אָטעם צי, 
דעם אינזל ברעג קוים נאָך ער באַטרעט, 
לינט אַזױ ביז שפעט, ביז אין דער פרי -- 


זון איבער קאָפּ, ערד אונטער זיין טראָט, 
פאַלט ער אויף די קני אין אַ געבעט, 
זיין פאַרװאָרצלט האַרץ טורעמט צו גאָט, 


3 
אַז געשריי פון די מעווע צומאָל, 
אַזאַ פריידיק אויסגעשריגן ליך, 
קומען אָן פאַרבלאָנקעטע פון טאָל, 


דער מיט אַ שווערד-האַק, דער מיט אַ שפיז, 
איינער ווער מיט אַ בוך, א מין ייד, 
געראַטעװועטער דאָ, מסתם איז. 


201 


מיט גלי אין אויג מ'רעדט זיך צוזאַם, 
ווערן אַקער-אײזנס אויסגעשמידט, 
פאַר שטיקעלע ערד אין מיטן ים, 


4 
ברענט אַ ליכט אויף אין די נעפל-נעכט, 

אין גאָטס הויז אויף שפיץ-פעלדז אויפגעבויט, 
אַז מענטש'ס האַרץ זאָל ווערן אויפגערעכט. 


און ווען פון ווו אַ שקלאַוו ווען פאַרשווינדט, 
אַ פאַרמשפטער לייב-קנעכט צום טויט, 
אַ מקום מקלט דאָ ער געפינט, 


ווער, ווי די באַװוינער דאָ, וי זיי, 
דעם ים און די ערד גאַנץ זיך פאַרטרויט, 
ווייסן װאָס מיינט געפינען די פריי -- --- 


קאפיטל צוויי 
1 
צי קאָן אַ פעלדז דען װאַקסן נאָך מער !1 
יאָ, מיט געביידעס מיט שטיין אויף שטיין ! 
און צי האָט שוין אַזױנס געהערט ווער, 


אַז טיפער נאָך פון דנאָ פונם ים, 
גראָבן פון זילבער-און קוילן-מיין ? 
בלויז פון קנאה דער גיפטיקער סם -- 


בלויז ער נאָר, פון די ביידע די צוויי, 
נאָך העכער און נאָך טיפער קאָן זיין, 
און נאָך שטאַרקער, וי ביים שקלאַוו די פריי. 


2 
קויל-שװואַרצער װואַלד זשמורט' זילבער-בלאַנק-בליק, 
מיט זיין נאַקן די זון ער פאַרשטעלט, +- 
נישט צו געבן קיין קוק אויף צוריק. 


סטאַדעס שעפסן זיין לאָקיגער קאָפ, 
װוי גאָלד-געצײיטיקטער ווייצן-פעלד, 
בלאַנקט באָרד בלאָנד-בלאַנק איבער בויך אַראָפ. 


302 


קומען פון זאַקסן אָן די לאַנץ-קנעכט, 
פון נאָרמאַנדיע געפאנצטער העלך, 
מען ברענט די סנאָפעס, די שאָף מען שעכט. 


2 
שטורעם-ווינט װאַקסט אין אים ווילד געשריי, 
זיין בליק אַ בייז-צעבליצטער פאַרדאַכט ; 
קאָנען שקלאַוון קיינמאָל נישט וערן פריי 11... 


אוֹזָ נישט ווערטער -- קרישלדיק געשטיין, 
שיט זיך, ווען ער ווערט פעלדז-שטאַרק פאַרטראַכט, 
קוועלכל-גערין דערשטיקט געוויין : 


װואָלטן זיי בלויז די שפיזן געהאַט, 
גישט אַקער-אייזנס פון זיי געמאַכט, 
אַז זייער מי איצט זיגער מאַכט זאָט, 


4 
ס'איז דער מיט די שריפט שולדיק דערין, 
די שקלאַוון בלויז צלמל געמאַכט, 
און נישט פּערשטאַנען צומאָל דעם זין.. . 


פייערל, װאָס אין אויג אים געגליט, 
מורא געהאַט פאַר שפיז, פאַר איר מאַכט, 
און אין אַקער-אײזנס זי געשמידט, 


שטייף-פאַרשטיינט בלייבט ער שטיין דער פעלדז-ריז} 
און עס האָט זיך דער ים ווילד צעלאַכט, 
מיט טויזנט צונגען ביי זיינע פיס, 


קאפיטל דריי 
1 
ס'הויערט דער פעלדז, קאָפ שווער אויף קני, 
גרייז"גרוי קרייזלט זיך באָרד, שפאַלט אויף שפאַלט, --- 
טונקל פונקלט שוין אין בליק דער גלי, 


נזשט פאַר, נישט צוריק --- אין זיך אַרײן 
ער קוקט, ר'איז מיד, און שוין גענוג אַלט 
אויב נישט אַלץ, -- עפעס כאָטש צו פאַרשטיין --- 


303 


יענעם נאַרן. . . אָבער זיך אַלײין?1... 
קלוג זיין שמייכל אין באָרד אַרײין פאַלט, 
נאָך טיפער אין זיך ער קוקט אַרײן -- 


2 
קאָפ --- אַ װאַלד, פּאַרװאַקסן באַלד מיט מאָך, 
פול בראָדעווקעס גערונצלטע באַק, 
יעדער דעך אין האַרץ שאַרפער שפיז-ישטאָך : 


אָך. דאַכט זיך, צייט פאַרשטיין לעבנס-תוך, 
און דאָך די אַלטע האַנט די שווערד-האַק 
האַלט זי -- דער יאָך ווערט אַלץ פעסטער נאָך ! 


פאַר מינדסט פליגעלע מיט לעצטן פאָך, 
גוטינקער ביסן נאָך, -- וי געשמאַקי -- 
קליינסט ווערעמל, מיט בייכיג געקראָך. 


3 
אַלץ זויל לעבן, איינס ס'אַנדערע פרעסט ! 
אָבער פול רחמים מעווע צומאָל, 
ווען עופלע איר'ס זי שפייזט אין נעסט. 


פאַרנעפלטער בליק פאַלט צו טויט-מיד, 
און זע, אַרױפגעקראָכן פון טאָל, 
מיט בוך אין האַנט, קומט אָן יענער ייד. 


אווידער צוריקגעקומען, ב'בין דאָ, 
אָבער אַצינד שוין צום לעצטן מאָל, 
איך װואַרט נאָך אַלץ אויף די רחמים שעה.. .* 


4 
און אויף שפיץ פעלדז אַ ליכט ווידער ברענט, 
וי די זון אַזױ ווונדערלעך גרויס, | 
ברעג --- איין געװאַלטיקער פּאָרט אָן"ענד. 


און שיפן אָן צאָל באַלאָדן שווער -- 


נישט בלויז ס'טויש-און קויף-זילבער אַרױס -- 
זיי ברענגען ס'גאָלד פון דער וועלט אַהער. 


304 


נעכטיקער קנעכט בעל בית איבער זיי! 
און עפעס זעט גאַנצע וועלט איצט אויס, 
אַ שקלאַָוו אָקאָרשט אַרױס אויף דער פריי ? 


קאפיטל פיר 
1 
צי ווייסט ווער וי אַן אימפעריע ווערט, 
ווי אַזױ מען באַהערשט האַלבע וועלט? 
אין איין מאַכט געבונדן בוך און שווערד, 


לינקס. רעכטס ? -- שווערד פאָכעט תמיד גערעכט ! 
קאַנטשיק גלעט, ווען טייטל די שריפט קנעלט, 
הערשער פון אייגענער מאַכט ווערט קנעכט, 


אין בלוט-גערוך אָבער שטינקט דאָס בוך, 
און ס'זשאַווערט די שווערד פון קליגסטן העלד, 
אוֹן גאָט'ס הייליק װאָרט כשוף-שפרוך -- 


2 
אָרום פליך, טייוול-גיך, אַ געקרייז, 
איבער פאַלדן פערשטייפטן געניק, 
קריכט אָ שד מיט הינעריש געשפרייז, 


כאָרכל-געיאָמער נצחון-געשריי, 
אָדלער יאָגט רציחיש נאָך פאַרציק ! 
און יאָגט זיך נישט זון מיט איר געדריי, 


מיט איין שלונג איינצושלונגען די ערד ! 
אין פאַנצער אַ מין שפאַרבער, איין פיק 
און גאַנצע וועלט ווערט איבערגעקערט -- == == 


2 
ער זעט אים קוים, ער הערט אים נאך בלױיז, 
אַ שטורעם אויפן ים זיך צעבליצט, 
שוים אויף ליפן צעכװואַליעט געברויז -- 


וי פון אַ בוך אַרױס עס לעזט : , ווייס, 
צוויי מאָל אַזױ אַלט װוי דו ביזט איצט, 
איבער דער גאָרער וועלט שוין איך שפרייזן 


205 


;און ווו בלויז געווען, מען קאָן דאָרט זען, 
יעדעס ווינקל מיט מיין בלוט באַשפריצט, 
אָבער אויב איצט עס װועט נישט געשען -- 


4 
,אויב נישט דערלייזט דער מענטש און גאנץ פריי, 
גערעכט דער הערשער, ערלעך דער שקלאַו, 
אויפפלאַצן וי אַ פאַרשטינקן אי 


;און װוי פוילע ווערעמדיקע ניס, 
;צו לצו, קו לקו קו לקו! -- -- 
וועט די ערד און אַלץ װאָס אויף איר איז -- == ---י 


גאָר נישט מער אַרום, ברויז-גערויש בלויז, 
פון בוך דונערט דאָס צעבליצטע כתב, 
עס לייענט זיך פון אַליין אַרױס, 


ארום פעלזן-שפיץ 
טשערעפאכע און אדלער אלעגאריע 


דער אָדלער שוועבט אין זיינע ליכטיקע היימן, 
ווער קאָן זיך דעמלט צו אים דען פאַרגלייכן ? 
ווער דאָס געקלאַפער פון די פליגל דערהערט, 
ווען שטאַרבן ער לאָזט זיך אַראָפּ אויף דער ערד, 
אַן אייביקע שרעק פאַרגליווערט אין דעם ווערט. 


דאָס ווייס-גרויע געקרייז אין דעם טיפן בלוי --- 

אַ שטיין געװאָרפן אין וואַסער ס'פליט אַזױ, 

איינס אין אַנדערן רענדערן זיך רעדער -- --- 

אויף זיין לעבנס-ברעג אין שרעק שטיין ס'בלייבט יעדער ! 


די רויטע גראַטשעס מען דערזעט, די נעגל, 
אַן אויסגעשטשערבעט שאַרף-אויסגעפיילט זעגל. 


און ערשט ווען מיט איין שאָס אויף פעלדזן אַראָם, 
כולו שנאָבל גאַנצער גרוי-צעגלאַנצטער קאָפ --- 
עס װאַקלט די ערד, שטיין ער בלייבט אויף איין פוס. 


די מאַיעסטעטישע טויט-שטילקייט אַרום, 
קיין פיפס, קיין שאָרך, קיין ברום, מינדסט געזשום. 


;איך װעל שוין ווען אַ כאַפ-טון מיט אים מיין שמועס, 
יבוא יומו, צו װאַרטן כ'האָב גענוג צייט". 

רעדט צו זיך די טשערעפאַכע אין דער זייט, 

פאַר שרעק -- אַ שרויף אין איר שאָל אַרײנגעדרײט, 


אַ מתושלח-לעבן לאַנג זיך געגרייט, 
אוֹן זיך דערװאַרט צום געפלאַפל פון די רייד !ּ 


נישט סתם אַ שמועס צווישן צוויי, אזוי-זיך בלויז, 
און נישט גלאַט ווערטער זיינען עס געוועזן --- 
זי האָט ווי פון אַ ,מעבור-יבוק" אַרױס, 

דעם אָדלער די ,ווידוי-גדולה" געלעזן : 


, .. איז אויסגערעכנט אויף אַ האָר יעדער ריר, 
איז דאָס לעבן-גאָר אַזאַ לאַנגער שפאַציר ; 


207 


גאָרע ערד נאָר אַ שוועל פאַר געהיימער טיר, 
גייסט, גייסט, אַן אייביקייט, אַן אויגנבליק, 
דאָס האַרץ אין דיר אָן אויפהער : טיק-טיק, טיק-טיק, 


װאָס פאַמעלעכער, די דערװואַרטונג אַלץ גרעסער, 
וויפיל ריגלען, וויפיל זיגלען, וויפיל שלעסער -- 
װאָס לענגער ס'דויערט -- אױיסגעשטאַנענער בעסער, 
אַלטער וויין אין מילב-:צעפרעסענע פעסער. 


קייקלדיק, װואַקלדיק פאַרשטעקט אין שאָל-פאַנצער, 

אין זיך באַהאַלטן, מ'ווערט ניכטערער, גאַנצער. 
פלאַטער-געמאַטער, נידריק-טיף, פלאַכע הויכן, 

רק אין עטער, צי אין ימים זיך שפיגלענדיק טויכן, 
נענטער צו זיך אויף קיין האָר עס קען נישט ברענגען -- 
אײביק אזוי אין דעם צווישן מען בלייבט הענגען! 


אָפּגעריסן פון דער מענטשלעכער גוטער ערד, 
און קיין מלאך אין הימל קײינמאָל נישט מען ווערט, 


ווער ס'צער'ט נישט אַלײן, געקערט אין זיך אַרײן, 
דער װועט נישט דערשווימען, דערפליען, דערגיין, 
דער בלייבט שוין וי ר'איז, קיינמאָל צו ווערן בעסער -- 


דיינע פליגלען --- צוויי בלאַנק-געשליפענע מעסער, 
נאַקעטע קלינגען געצוקטע פון די שיידן ; 

דיין ווילדן פיק, פלינקן פאַרציק --- ווער אויסמיידן, 
אַז שוין שאַרפער שנאָבל שלינעט אינגעוויידן. 
הייבנדיקע האַק אין האַנט פון אַ טעסער. 


פאַר אַלץ װאָס לעבט, שוועבט, דיך באַגעגנט אויף וועג, 
דיין שפיציק געביס אַ גיפט-פאַרזשאַװוערטע זעג. 

דיינע גלי-אויגן -- גרויס-צעפלאַקערטע פלאַמען, 

פון ווייטן שוין ס'קרבן פאַרטומלען, פאַרתמען. 


דיין פאַנג איז פלינק, וי דיין טויך טיף איז דיין פלי-הויך, 
אָבער זעטיקן דיין אויג, שווערער יי דיין בויך ! 

זעסט, געלאַסענער פון מיין גאַנג אַרבעט מיין מוח, 

אויב ,וויסן איז מאַכט* --- געוויסן שטאַרקער פון כוח ! 


בכוח צו זיין, און אפשר גאָר האָבן אים אויך, 
נאָר איינציען אים קענען, װוי מ'שנאַלט איין אַ בויך -- -- 
208 


ווי הויך אין די װאָלקנס ס'פלאַטערט נישט מיין פּערלאַנג --- 
לייביק נאָנט צו דער ערד, גיי איך מיר מיט מיין גאַנג, 


נישט איך שיפע וי אַ שלאַנג, 
נישט איך וועק מיט געקריי, 
נישט איך שרעק מיט געבריל. 
שא, 

שטיל, 

האָרך, 

קיין שאָרך, 

קיין קלאַנג, 

אָן .קררא", 

אָן געשריי ; 

מיט קאַלטער לונג, 

אָן געשפילטן שווונג, 

צומאל אָן שװאַנען"געזאַנג. 


כ'בין נישט קיין כ'ווייס ווער, 
קיין הייליקער, קיין העלד, 
,;לעבן און לעבן לאַסן ; 
כ'רייס נישט איין קיין וועלט } 
װאָס שוין מיט איר דער מער ? 


ביי קיינעם גאָרנישט איך מאָן ן 
טרעף איך עפעס ריכטיק'ס אָן, 
צי מ'טאָר נישט, 

צי מ'מעג נישט, 

כ'פרעג נישט, 


צי ס'טויג, 

צי נישט, 

כ'מאַך צו אַן אויג ; 

ס'מויל שטיל אָפגעװוישט, 

און ווייטער דער זעלבער איך --- 
כ'קריך, 


געבריל, 
געברום, 
געזשום, 


309 


געפייף ! 
איך קוק מיך נישט אום, 
ווען צומאָל שוין גאָר פאַרדריסלעך. 


פאַנצער-שאָל שטאָלט רוקן מיר שטייף, 
און אױסגעטראָטענעם גאַנג, 
ווייטער איך װאַקל, 


,;דראָד און דרום, דראָד און דרום", 
רירעוודיק, קוים-רירנדיק אַזױ, 
טרעטן גרייז-גרוי, 

מיינע אַלטע-פלאַטע שפרייז-פיסלעך. 


וי צוויי און צוויי --- פיר, 

אַזױ דער אויסגעחשבונטער סך-הכל, 
פון מיין יעדן באַװעג., 

פון מיין יעדן ריר. 


ביי קיינעם נישט איך פרעג : 
װאָס איז גאָט, 

פון לעבן דעם סוד, 

וואָס מיינט בייז, 

פון טויט דער זין } 

צי גאָר : אין סוף פון די טעג, 
ווואַהין פירט לעצטער שטעג. 


ווייס איך װואָס, 
שפעטער צי פריר -- -- 
וי לאַנג כ'לעב, --- כ'האָב צייט ! 


װוילאַנג כ'שפיר, 
מיט מיין נאָז, 
אַ בלעטעלע גראָז, 
כ'דערזע אַ פלאטערל-שוועב, 
אַ שפין אין געוועב, 
בין איך דאָס, 
װאָס איך בין, 
און ס'לעבן האָט אַ זין, 
מיט מיין שריטעלע, שרעטעלע-גרויס, 
גיי איך ווייט-פאָראױס, 
די צייט, 
20 


איך ווייס ; 

נאַך אלף --- קומט בית ! 

און נאָך יעדע פאָר שורות גיין, . 
אַ פונקט בלייב איך שטיין, 


ווייס, 

ס'איז די וופלט אַ קרייז, 
אוֹן איך אין דערמיט, 
גי שריט פאַר שריט, 


ב'שפריז, 
און קום אַלץ פאָראויס, 

דו, וי הויך נישט פליען װועסט, 
העכער פעלדזן דיין נעסט, 

עס װועט דיר תמיד פעלן ביים סוף, 
אַ לעצט שטאַפל אויף לייטער, 


וי תהומיק-טיף געטויכט, געזוכט הימל-הויך, 
נאָך דעם ריכטיקן, וויכטיקן, ליכטיקן גליק, 
אַ פינסטערער געקומען איצט ביזט צוריק --- 


אױסגעקראָכן דער רוקן, געבראָכן דער בליק, 
נאַקעט-אונטערגעפליקט איינגעפאַלענער בויך, 

מפונק, װאָס דרייסט דו קרום דעם שנאָבל -- פאַרציק ! 
פון מיין האַרט-פאַרפאַנצערטער שאָל אַרױס מיך פיק. 


אַרום פעסטן פונקט צירקלט אומענדלעך -- דער טריק ! 
נו, ביזט דו ענדלעך געפאַלן, װוי אין צירק פון שטריק, 
לויב גאָט כאָטש, װאָס נישט געבראָכן דאָס געניק, 


קאָנסט נישט מער אין הימל זוכן דיין רויב, 
גוט, זוכסט דו עס אויף דער ערד אין שטויב --- 


אַ בלינדע הון אַװעק, אַ בלינדע הון צוריק ! 
װאָס טויגן נאָך דיינע איינגערעדטע שטיק: 
האָלדער, האָלדער, האָלדער --- כ'בין אַן אדלער, 
פון אַלע גדולים דער גרעסטער גודל'ער -- --- 


ניין, אויף מיין פנים נישטאָ קיין שמייבל, 
נישט קנאה-שנאה רעדט פון מיר אַרױס, 
21 


און נישט שרעק --- דאָס שרעקלעכע געפלוידער ! 
כ'באַהאַלט מיין קאָפּ אין פאנצער דערפאַר בלויז, 
ווייל אַלט כ'בין און קאַלט כ'בין --- װוי איך שוידער, 


און ווען אפילו נישט דיין ווידוי מִיט דיר איך ליין -- 
נאָר די צוואה צולאָזן נאָך זיך שוין אליין ; 

נישט איך לויף, נישט איך פלי, נישט איך יאָג, 

און ווען ס'וועט קומען מיין לעצטער טאָג, 

די רגע נישט פאַרשפּעטיקן איך װעל -- 

מיט מיין געקריך זיין אויף אָרט און שטעל, 

זאָל זי קומען ווען זי וויל, 

ווען זי מוז, 

די שרעקלעכע שעה. 


אין מיין געמיט איז שטיל, 

אָבער וי לאַנג איך בין דאָ, 

בין איך אַ האַרטע נוס. 

שטאַרקערע פון דיר קאָנען מיך נישט שרעקן, 
זי וועלן זיך מיט מיר קרעקן, 

אויסברעכן די ציין. 


הער זיך גוט איין, 

ס'קאָן טאַקע זיין, 

צומאָל צווישן געקריך, 

כ'בין דער פאַמעלעך, 

וי דו צווישן די פלינקסטע -- דער מלך, 
דער פער, 

,בני אדמס" גרויסער פילאָסאָף ! 

אָבער סוף כל סוף, 

נישט מער, 

וי אַ נאַרישער עוף. 


הויבט די שווייגנדיקע טשערעפאַכע אֶען, 
גייט עס אַזױ אָן שעה'ן אויף שעה'ן, 
צום שלל פון אירע רייד עס נעמט גאָר נישט קיין ענֹד. 


פערל שיטן זיך ממש פון איר מיילכל, 
יעדעס װאָרט אין ציל געסטראָפן פיילבל, 
מויל און אויערן שטעלן אויף די פעלדזן-ווענט. 


312 


סקאַלע-קאָפ צו אירע ליפלעך אַראָפּנײגט, 

ווען זי איז מטעים, אויף טעלערלעך צעלייגט, 
גלימיק-פייערל אין אירע אייגעלעך ברענט. 

און װי שטיל ס'ווערט, ווען זי ענדיקט, ווען זי שווייגט, 
שוין איר במסונותדיקייט אליין איבערצייגט ! 

ווער נישט געענטפערט, אוב ענטפערן ווער געקענט ? 
און ער, 

פון די פייגל דער שלמה בן דוד, 

אונטער זיין כבוד, 

אַן ענטפער צו געבן. 


וועם ? 
דעם ? 
גיכער, אַ סך ניחער -- -- 


איבער די חכמה לעבן, 
גאַנצענע ביכער, 

מען קאָן אָנשרײבן, 

מיט זיינס אַן אויסגעקראָכן, 
פעדערל בלויז --- 

סודות גרויס, 

פול רמזים יעדעס בלאָט { 

פון יעדער שורה, יעדעס אות -- 
גבורה און נצחון ! 

דער שטורמער פון די ווינדן, 
פון די ווילדע װאָלקן-אינדן --- 
דער וויכער ! 


די געדולד געהאַט, 

גענומען זיך די צייט, 

צו די גלאַטע מעלחה- גירה-רייד, 
פון דעם כשרן קריכער ? 


ער, 
װאָס פונם חימל די שטערן, 

ווי אַ זשמעניע קערנער פיקט ער, 
זיך געקענט צו הערן, 

וי ס'יטשאַדעט -- און רעדט, 

אַן אָנשיקעניש אַן אמגעשיקטער ; 


213 


װוי פון אים שפעט, 

עפעס אַ מין שד, 

א פאַהיקעטער פאַריקטער -- 
נישט צו גלייבן -- == -- 


ער וויל זיך צום פלי צוריק אויפהייבן, 
אָבער די פליגל ווי אונטערגעבראָבן, 
ווי אויסגעלענקט, 

וי געלעמט. 


לעשט זיך די זון אויס ? 

איז זיין גרויס אויג-אפל, 
זשמורעדיק פאַרברעמט, 

צי גאָר שוין אױיסגעשטאָבן ? 


אין זיין ווילד האַרץ דער געװאַלטיקער צאַפל ! 
וי צאַנקנדיק-קראַנק עס בענקט, 

כאָטש נאָך איינמאָל בלויז, 

די ליכטיקע הימלישע הייכן, 

מיט שנאָבל-שפיץ דערגרייכן, 

מיט אויפקלאַפּנדיקן פליגל-צעשפרייט, 

מיט פוכעלט פעכעלע-פלי, 


כאָטש אָנטאַפן בלינד, 
דעם ווינט, 
די ווייט, 


אין זיין געבראָכענעם שטאָלץ, 

אויף אונטערגעהאַקטע שטאָלצן פון האָלץ, 
ער בלייבט שטיין, 

אַ צעקרימטער אויף זיינע קני. 


אַזױ מעכטיק פאַרשעמט, 
אַזױ קעניגלעך קליין, 
וואַקלדיק געלעמט. 


וי פראָסט, 

זיך אראָפּגעלאָזט { 

אַ ברענענדיקער פראָסט, 

גייט אַ סקרוך איבער זיינע גלידער : 
24 


אוי -- --- סס? 

שוין קיײינמאָל מער ווידער, 

צו די הימלען מיך נישט אויפהייבן ? 
שוין אויף אייביק אצינד פערבלייבן, 
אַ בלינדע פלעדערמויז, 

אין די שטויבן אזוי ארומצופויזן, 
הינטן דאָ, אין דער נידער, 

אַ שלי-מזל צװוישן שאַלמױזן ? 


איך, 

צוזאַם מיט דעם געקריך, 

דאָ הויזן, 

און די קראַנקע אָדלער-פליגל מיר לויזן ? 


וואָלט זיין בליק געווען איצט וי אַמאָל, 
אַ צעשפריצטער קרישטאָל -- 

אַ ים אין אויפרויזן ! 

אַשטיק גליאינדיק געשליפענער שטאָל, 
אים צוקנדיק צעבליצט, 

צו געבן אַזאַ שליידער, 


בעסער שוין דער טויט, 
איידער -- == == 
גייט קאַלטער גערונצל איבער זיין אַלטער הויט ! 


ווען פון קלענסטן ביז גרעסטן, 
אַלע זיינע פעדערן געשפיצט, 
צומאָל צעשלייסט און צעשניצט, 
אַלע זיינע פליגל פענעס, 

ווער קען עס, 

ווער דרייסט זיך פאַרמעסטן, 
אַזאַ צער אויפצושרייבן ? 


און שאַרף אוֹן פלינק און גרויס, 

קעניגלעך זיי אויג זיך פאַרמאַכט, 

כאָטש איין געדאַנקל, 

צו קענען צונויפקלייבן ; 

און באַרואיקט ער טראַכט : 

איך מוז שוין זיין אַלט, 

אפנים, אַז באַלד, באַלד -- -- --- 
215 


וי שווער עס איז זיך צו שיידן, 
אָבער נאָך אַ סך שווערער, ליידער, 
דעם סדר-העולם אויסצומיידן -- -- -- 


איידער, דאָ אזוי ווייטער זיצן צו בלייבן, 
מוזן אויסהערן דעם עבר-בטל'ס גערייד, 
בעסער שוין שטאַרבן פאַר דער צייט, 
אָבער דו, 

דיך, 

מיט דיין געקריך -- -- -- 

אַ תפילה פוֹן אַן אָדלער -- איז אַ באַפעל ! 


און קרעקנדיק זיך, 

אָן אָטעם, קרעכצנדיק גיך, 

מיט דער טשערעפאַכע אין זיין קעל, 
געפונען זיין מאַיעסטעשישע רו. 


ווייט, וויסט, צווישן שװואַרץ-ווײיסע סקאַלע-װענט ערגעץ-ווו, 
איז נאָך זיי ביידע איין קרישלדיקער מצבה-שטיין, 

ביז היינט צו טאָג, אַ גרויער פעלדזן געבליבן שטיין --- 

אי נאָך דער טשערעפאַכע מיט איר : מילא, נו, נו, 

אי נאָך דעם חכם, װאָס נישט געקענט זיין אונטערטעניק: 
אָ וי אָרמזעליק, וי האַרץדרײסנדיק װוייניק. 


אָבער יעדן באַגינען, ווען די זון גייט אויף, 
זי באַגילדעט די מצבה מיט איר גאָלדענעם שיין, 
קומען זייערע נשמות דאָ פלינק-געפלויגן, שטיל צוגיין -- 


זע, אָדלער-פלי ציט שטאָלץ צו שפיץ פעלדזן אַרױף, 


אין די קליינע אותיות צו לייענען, זיי צו פאַרשטיין, 
טשערעפאַכע מיטן גיין,. טיף-פאַרטראָכט בלייבט שטיין. 


216 


,שיר -- א געזאנג, השירים -- איבער אלע געזאנגען" 
עלעגיע אין דרייצן געזאַנגען און צוויי סאַנעטן 


א 
;גיי איך אויף גאַניקל אַרױס שטעטעלע באַקוקן" -- --- 
אז ווו נאָך א שטעטעלע פאַראַן און ווו נאָך אַ גאַנעק ? 
קיין ביינדעלע, קיין שטיינדעלע נישט איבערגעבליבן, 
קופעס אַשׁ אויף שטויב צעריבן -- אָשויץ און מײידאַנעק. 


העכער פון הר אבל, הר גריזים, הר המוריה, 

פון זי זעקס מיליאָנען געקוילעטטע, די עקידה, 
פאַרקוילטע אין איין פלאַם, אַ קרבן עולה אויפגעגאַנען 
טאַטע-מאַמע און קינד, אייניקל און באָבע-זיידע. 


נאָך גוט װאָס געפאָרן האַנדלען ראָזינקעס מיט מאַנדלען, 
אונטער יאַנקעלעס וויגעלע, קלאָר-ווייסינק ציגעלע, 

און איבער שבעה-ימים, ווייט אַריבערגעפלויגן, 

די גילדענע פאַווע מיט איר גין-גאָלדן פליגעלע, 


מיט יעדן מולד גייט אויף הערנדל פון ציגעלע -- -- 
יעדער זון-פאַרגײ --- פאַווע אַ פעדערל פאַרלוירן -- --- 
ביז דעם שופר-של-משיח הערן מיר ועלן שאַלן, 

ווער אַזופיל טרערן און שטילע זיפצן צו טרוירן ! 


ב 
ווי אַלט-קלוג, וי צאַפלדיק יונג, און נישט גענוג געווען, 
אונזער קלאָג אויסצושרייען, בענקענדיק אויסצוזינגען, 
איצט אַז אונזער װײיטאָג גרויס אַזױ, קוים צו דערפאַסן -- 
די לשונות ביידע, צומאָל, צי װעט עס געלינגען. 


דעם גאַנג פון לעבן ווער ווייסט ? זיינע סודות ווער דערגייט ? 
די רו פון טוט ער קאָן משיג זיין ? אָבער דער טרויער , 

אַ מענטשלעך האַרץ אין צער, פון גאַל עס קאָן ביטערער זיין, 
אָבער ווען אין געזאַנג ער גיסט זיך אויס --- שמן-המור. 


ער מיט ווערטער קאָן געבן צו פאַרשטיין אַ מין שנאה, 
מענטשלעך נפש אויסזידן אין שמעקנדיקע זייפן ? 

;אַלע געזאַנגען זיינע קדוש, דער -- קודש-קדשים", 
אוב מיט ליד כאָטש די נקמה מיר ועלן באַגרײפן, 


27 


בלויז, צי שוין לשונות, צוויי צומאָל, געניגן אַזאַ פאָלק, 
נישט נאָר גאַנצע וועלט -- גרעסטע צרות אַדורכגעגאַנגען? 
אַז מיר זיינען געװאָרן אויסגעוויילט, עס צו זינגען, 

;שיר -- אַ געזאַנג, השירים -- איבער אַלע געזאַנגען?. 


ג 

אױסגעמאָסטן די גאַנצע ערד, אין דער לענג, אין דער ברייט, 
ס'ציען זיך די שליאַדעס אין די ווינקלדיקסטע עקן, 

דער ווייטער, דער צוריק -- איין גרויסער כשוף-עגול! 

אלע שטערן ווינקן שוין פאַרפירעריש און שרעקן. 


ווואַהין פירט אַזאַ וועג, אַז אומענדלעך מינדסטער שפאַן 

אַ שטרויכל, יעדער מיילן-שטיין, תליות --- די וועג-ווייזער, 
און פון יעדנס פאָר אויגן קוקן שוין ביידע דיך אָן: 

דער שטן, דער נישט גוטער און אַ גאָט, אַ דערלייזער. 


ס'איז צעמישט געװאָר אונזער בלוט מיט אַלע בלוטן ! 
ווו אַ האַרץ נאָך, אַז טראָפן אונזערער זאָל נישט רינען ? 
ווען נישט דאָס זידיק פאַרגאָסענע, דאָס פאַרגליווערטע, 
קיינמאָל שוין מער דעם וועג צו זיך נישט צוריקגעפינען. 


זיינען מיר נישט געשטאַנען ביי דער וויג פון יעדן פאָלק, 

עס געשטילט ווען פון אימה אין געוויינען פערגאַנגען ? 

און ווען אויפגעגאַנען דער שרעק פון זיין גורלישטערן, 

געקעפט אונז, געטרעפט אונז, קאָפּ אויף קאָפּ --- אים דערלאַנגען. 


דֹ 


יאָ, ווערטער ווערן פאַרזשאַװערט, וי מענשן פאַרדאָרבן, 
קלאַנגען -- אָפּגעריבן און פאַלש, וי אַ האַרץ צעשפאָלטן -- -- 
זיצן בלייבן וי יענער פאַרשטומטטער מדבר-פויגל, 

קינדער אָדלער צוגעװאָרפן, זיך אַלײן פאַרשאָלטן -- 


אַ סאָװוע אין פינסטערניש מיט װויסטע, גרויסע אויגן, 

אַ שטיל-שעלטנדיקע, שעפטשנדיק אַ טויטן-תפילה ? 

אַזױ פּאַרביטערט אין צער, גאַנץ פאַרגליווערט אין צווייפל, 
וי גרויס איר אומגליק, זי אַליין ווייסט עס נישט אפילו; 


איידער פאַרבן-שרייערישע ווערטער זיך אויסלערנען, 
שפלדיק נאָכשנאָפלדיק --- לאַנגע נאָז קרום-פאַרבויגן ! 
אויף די פרעמדע יאַרידן, פלוידערנדיק, גאָרגלדיק --- 
גרויסע גולם-אויגן : נישט געשטויגן, נישט געפלויגן ! 


318 


אַ צוגעקייטלטע, פרעמדע גורל-קוויטלעך ציען, 
צעלאַכנדיק זיך מיט אַזאַ זויער-זיס געלעכטער -- --- 
אַז קיין שריד ופליט פון אַזאַ פויגל נישט בלייבט, 
שוין געווען, חלילה, אַ סד עכטער, צומאָל גערעכטער, 


ה 


װיאַזױ קינדער איינוויגן מיט יידישע לידער, 

אַז אין די צען-טויזנטער זיי דערשטיקט אין די וויגן ! 

אין די טויזנטער קעפלעך געשליידערט אין די מויערן --- 
געברידער-גרים מעשהלע, ;מיט איין קלאַפ זיבן פליגן", 


;סאַראַ, סאַראַ, פאַרשטעק די קינדער, די נאַציס קאָמען וי 
וועלף-װואָיענדיק געלעכטער, וויסט-ווילדע העלדן לידער, 
די שטיינער אויפגעשוידערט אונטער זייערע געיעג --- 
אַ סקרוך געגאַנגען איבער זיי, וי דורך מיינע גלידער. 


דאָס שווערע גורל-ראָד געגאַנגען איבער מאַמע לייב, 
מיט בלוטיקע געזאַנגען,. מיט גענאָגלטע שטיוול, 

וויאַזױ נאָך זינגען ס'ראָזשנקעס מיט מאַנדלעןי-לידל, 
שרייבן דאָס זיסע ,בריוועלע צו דער מאַמען*-בריוול ? 


מאַמע יידיש, וועלכע ;יידישע? װאַגט נאָך אַצינד, 
איר קינד מיט אַ יידיש וויגן-לידל איינצווויגן ? 

און ווערט נישט עופ'עלע איינגעווגט מיט יידש ליד, 
וויאַזױ האַרץ זיך נאָך וויגן אין יידישן ניגון ? 


ו 


קלאָר ווייס ציגעלש אונטער וויגעלע, מיט גרויס געציר, 

וי קלוג מיט שפיציק בערדעלע ס'קוקט ווינקענדיק אַפיר { 
נישט סתם אַ קרעמערל, ציט אַ שטרוי פון פוירישער פיר --- 
אַ יידעלץ אויף אַ יאַרידעלע -- אַן אדיר אַ גביר } 


און ערשט, ווען אויף שטרויענעם שול-דאַך -- די פיס אַ צעפיר ; 
קהילהשער צאַפּ, נישט עפעס אַ ציג אויף אַלע פיר, 

אויף צוויי ! פאָדערשטע כשר געװואַשן הינטן ביים כיור ‏ 

אַ ברכה מיר געמאַכט, המוציא מיט האָניק מיר כ'שמיר. 


און איצט, אַז מלאך מיט טויזנט אויגן שטייט שוין ביים טיר, 
גיט זיך גילדענש פאַווע פונם צוקאָפנס קיין ריר, 
שטיל, איין פעדערל, חלילך, זי טאָר נישט טון קיין פאַרליר ; 


9 


זע, נישט מלאך-המות שטייט געבויגן איבער דיר, 
ניין, ס'עקט זיך נישט --- מיין עק ברייט-צעשפרייט, מיט אויגן אָן'שיעור! 
אין מיין מינדסט גרין-פעדערל דיין לעבנס-אָטעם איך שפיר, 


ן 


אין סקאַלעס אױיסגעהאַקטע היילן -- פאַרטיפטע ווערטער, 
ווי ווונדערלעך, וי ווייט, אַ נאַכט-וואַנדלער װאָלסט געוועזן; 
פאַרחלומט פון העכסטער הייך נישט אַראָפצופאלן -- 
וואָר-פתרון פון לעבן מיט זיי קלאָר אַרױסצולעזן. 


פאַרשוויגענע ווערטער ווידער, וי זשיוויעצע וועלדער, 
מיט טשוויטשערנדיקע שװאַלבן וויגן דיך איין די צווייגן } 
אַ קילער קװואַל צעוויקלט זיך אין אַ פליסנדיק טייכל --- 
איר דיר ס'װואָלט געזעסן ווער פאַרטראַכט אין טיפן שווייגן : 


עלפנביין געדרעקסלט, בערגלט זיך קאַנטיק דער שטערן, 
צעגלאַנצער גראַניט אין בליק, קוקט אַזױ קלוג-פאַרשוויגן ; 
חלום און פתרון, סוד פון לעבן און יסוד פון טוט -- 
איין פאַרטראַכט-ציענדיקער שטיל-וויגנדיקער ניגון, 


הער, וי הילכיק עס זינגט אין דיר, מיט היילן, מיט וועלדער, 

אַ בת-קול פון לויטערן הימל לאָזט עס זיך הערן; 

ווי גלאַנציק, ווי גרויס, אות נאָך אות שטעלט זיך פינקלדיק אויס --- 
ווייס, װאָס פינסטערער די נאַכט, אלץ ליכטיקער די שטערן. 


חֹ 


פון משה'ן, איבער ישעיה'ן, ר' שמעון בר יחאי, 
איין טיפער געשריי פון גרויסע חבלי-לידה-ווייען ; 

זע, פון מדבר סיני אָן גייט ווער איבער וויסטער וועלט, 
טראָגט האַרץיטראָבעס שטערן-זוימען, אַקערס אויסצוזייען. 


אַזױ גייט ער, הלוך-ילך, מיט טרערן און געזאַנג, 

צייטיק באַלד אויפצוגיין און באַלד פאַרשניטן צו ווערן ; 
פאַלנדיק איף קני, אויף אַלע פיר אָפּגעטאַנצטע צייט, 
קלאַפנדיק אין דער ערד שוין טיף-צעאַקערטן שטערן. 


ווי ווערט אַ ים-התלמוד-אינזל אַרומגערינגלט, 
זאַנגעןדגעזאַנגען, שטיל-וויגנדיקער תבואה-ניגון ; 

צו די טרויבן-גלויבן:הענגלעך, אונטער קזשאַקעס-צוימען, 
דעם כיטרעדיקסטן פוקסל שווער זיך אַדורכצוקריגן, 


00 


צזמאָל יענער באַראַן, מיט די גרויסע שעפסן-אויגן, 
שרעקט זיך די הערנער דורך די דערנער אַדורכצושטעקן : 
וזאָס שוין עקידה, האַלז אויסשטרעקן צו שאַרפן מעסער, 
קייגן אייגענע עינויים-און סיגופים-שרעקן ? 


ט 


{,.. ר' יהודה החסיד, אר"י הקדוש, בעל שם -- 

איין טרערנדיק-און פרייד געזאַנג פאַרן מענשנס וועגן! 
די שטייענדיקע פעלדער אַרום בוקן זיך זאַטע, 

געשניטן צו ווערן נאָך שווער-פאַלנדיקן רעגן. 


עס זינגען דערפון שוין די פייגל אויף אַלע דעכער, 

אין אויסגעטרונקנטן גראָז די הונגעריקע גרילן : 

ווער איז יענער, װאָס פון אַלע קרייץ-וועגן ציט ער אָן 
שוואַכסטן, אומבאַהאָלפנסטן דעם הונגער שוין צו שטילן ? 


גאָט איז זיך נתגלה אין גלות אויף-און אונטערגאַנג, 
פו אונזערע צרות אַרױס פו גאולה רעדט ער -- -- 
איז ימים חבלי-לידה-בלוט גייט אָטפ טראַכט פון דער וועלט, 
אָבער אַ טויט עופ'לע ס'ווערט געבוירן איר רעטער ! 


און אַז אַ יינגעלע, ער שפילט זיך מיט גיפטיקער שלאַנג ? 
אָבער ווייסט ווער, אויב גרויס ווערן און אױיסװואַקס וועט ער, 
צום טאָג ווען װאָלף און לאַם ער זאָל פיטערן שוין צוזאַם ? 
גלויביקסטער געטער-געזאַנג, גרעסטן װײיטאָג פאַרגלעט ער. 


לֹ 
דאָס חיה'שע געקריך, כיטרע אויפן עץיהחיים -- --- 
תחינות-רחמים, חכמה'ס שכל -- מיט כוח אַלץ דערגרייכן ! 
און װאָס טיפער דערגריבלט, תהומדיק דערגראָבן, 
ס'פאַלט דער שעיר-לעזאזל אַלץ פון העכערע הײייכבן, 


ס'טאַנצט איבער דער גאַנצער וועפלט שוין דער עגל-המשולש, 
געקרוינט מיט גילדן הערנדל פון אונזער גזע, 

אונז צו. צעטרעטן װואַקסט ער אויס אין אַ שור-הנסקל, 
געדריילינגט, געדרייאייניקט אין אַ דריי-עק-סינטעזע. 

און קריסטוס, שפינאָזא בענעדיקטוס און קאַרל מאַרקס, 
נשמות צו דערהייכן, אַלע מענטשן אוסצוגלייכן, 

איבֿער טיבער-עברא-ריין ביז טעמז-ווייסל-װאָלגאַ, 

מיט אונזער בלוט צוצעפליסן איבער אַלע טייכן. 


221 


בלויז פון אַ לעצטן טראָפּ בלוט נאָך פונם ;בדמיך חיי", 
בליען ווונדן ווידער אויף אין ווונדערלעכע בליטן, 

און דאָס גילדן ציגעלע און די גאָלדענע פאַווע, 

וואנדלען מיט אין שװוערסטן װאַנדער-װאָגל אונז צו באַהיטן. 


יא 


שפיציקער צאָן, פונק-שפריצנדיקער -- די ,גאָלדענע צייט", 
שלאַנגען-צונג-געציש, געשפאָלטענער -- די שייטער-פלאַמען ! 
אבן גבירול, יהודה הלוי, אבן עזרא -- 

געטריף פון גין-גאָלד-געשמעלץ און זשיוויצע פון שטאַמען. 


פרץ, מענדעלע, שלום-עליכם, שוין צומאָל, 
קרעמאַטאָריע-רויך-געסלינע נישט גענוג געוועזן -- -- 
יאָ, כאָטש צו מאַכן א ברכה, וי איבער דער תורה, 

ווען מען װעט אונזערע קלאַסיקער סדרה-ווייז לעזן ; 


און פון ביאַליקן, פון ראָזענפעלדן, פון יהואש, 
די ריכטיקע הפטורה-קאַפיטלעך אויסצוקלייבן ! 
און מיר אַלע, אַ אין וועלכן זכות נאך זוכה געווען. 
לויטן אלף-בית דעם איכה-הגדולה צו שרייבן? 


לאָגלען-געוויין, גסיסה-געזאַנג, גלות-אונטערגאַנג -- 
אַ גערין פון בלוט, אַ שקיעה-געשפיגל אין טרערן } 
שווערער נגינה-טראָפ פון וויי-פאַרגליווערטע הערצער, 
צי קאָן עס דען ענדיקן ווען, חלילה, אויפהערן ? 


יב 
גאַנצע טעג פאַרשרייב איך אין זאַמד-ברעג מיינע חלומות, 
אין די נעכט אונזער גורל פון די שטערן כ'קאָן לעזן, 
און אין די באַגינענס פאַרלאָשן זיינען די הימלען, 
און די זאַמדן אויפן ברעג נאָך גלאַטער ווי געוועזן. 


אויב די שטערן אין הימל עס קאָן קיינער נישט ציילן, 

און נישט די זאַמדלעך ביי די ברעגעס פון די מים, 

איז ווער שוין די פונקן פון די קר עמאַטאָיריע-קױמענס, 
און די שטויבלעך אַרױסגעקומען פון די פלאמען ? 

כ'האָב געזען דאָס פייקל געמאַכט פון קינדישע הױטן, 

אַ פייקל פאַר א דייטש-קינד אין זעלנער זיך צו שפילן, 
שטייט עס איצט צווישן די פושקעס פון ר' מאיר בעל-נס, 
מען זאָל עס מיט גראָשנדיקע מטבעות אַנפילן. 


322 


אין לאָפּ-שירעם געמאַכט פון הויט פון אַ קינדס פנימל, 
גאָט, שטעל דאָך אַריין די זון א נשמה-ליכט-קנייטל -- -- 
און אַז אַרױסרײסן מיין האַרץ און שרייבן נאָך אַ ליד, 
עס וועט זיין אין אַ בוך -- צוט פאַברענען --- נאָך אַ זייטל ! 


א 
יג 


;שיר --- אַ געזאַנג, השירים --- איבער אַלע געזאַנגען", 

פון אַלע שבעים-לשונות, אין וועלכן לשון, 

אַזױ לייבהאַפטיק פאַרטייטשט, מיט לייב אוֹן לעבן צעטליישט, 
דעם ;,מי זאת עולה מן המדבר כתמרות עשן" ? 


סעדער-סודות צעבליט, בשמים-קנאָספענדיק צעשמעקט. 
די גין-גאָלד גלעקלעך-קולעכלעך פון די חדר-יינגלעך, 
ווו זיינען זיי, און זייערע געזאַנגען ווו זיינען ? 
אויפגעגאַנגען און צעגאַנגען אין קטורת-רינגלעך. 


און אז די ליבע אַזױ ביזן טוט טיף דערזינגען, 

אויף שייטערהויפנס, אין קרעמאַטאָריעס נישט פאַרלאָשן, 
אזוי פייערלעך הימליש, אַזױ ערדיש פייערדיק -- -- 

די נקמה, חלילה, אָפּטוישן אויף מחילה-גראָשן ? 


אונזער פאַרגאָסן בלוט -- צעגאָסן גאָלד איבער פלאַמען ! -- 
דער אויפגעגאַנגענער קלאַנג צו די זידיקע געזאַנגען ; 

און דער ריטם -- שווער-אויסגעהעמערטער װאָגיקער טראָט --- 
װאָגלדיקער גאַנג ביז צו גאַזדקאַמערן דערגאַנגען. 


יך 


נאָך טויזנט און איין שטעטל דעם בערדיטשעווערס עקדיש"? 
אפשר גאָר ;אלי אלי" תחינהדיק זיך צעזינגען? 

,מיין שטעטעלע בעלז" ?! אַ שטײַן אין הימל אַרױפװאַרפן, 
אין בלוט 6,000,000 --- נול אין נול זיך רינגלען די רינגען! 


אויב יהושע שוין אין גבעון די זון אָפּגעשטעלט ? 
זאָל זי שטיינבלייבן איצט אַ צעקריצט פה-נטמן-ברעטל ! 
אַזאַ ,מלא רחמים* שרייבן, אַז ווער אים דערהערן, 
אַלײין ר'זאָל ווערן דער קדוש-יתום נאָכן שטעטל, 


ס'וואַשט זיך נאָך ווו אַ גרעטל איר לייב מיט שטיקל זייף, 

פון לייב פון אונזער לייב געטון זיי האָבן אויסזידן -- 

,די דויטשע זאובערקייט" ! --- און שוין רייבן זיך פרומע הענט, 
קרעמעריש צופרידן -- אשלום-עליישראל?? יידן, 


נישט פאַרטיידיקן קיינעם, נישט קיין דיןיתורות פירן, 
ביי גאָט אפילו קיין גערעכטיקיט נישט מער זוכן; 

אָ, און זאָל ער זיך צעהילכן איצט מיט אַ תוכחה, 

זיך אליין, כביכול, חלילה, נאָך צו פאַרפלוכן. 


א ואר אמ א אט אע יי עי אי אי אמ אאמ אאֲֲר ‏ מאאאר אה וא 


טו 


,.. די װאָס האָרכן זיך צו אין טיפסטן אינעווענדיקן, 
צו שטילסטן באַוועג, און נאָך שטילער דאָס זיך צוהערן ! 
אויף קיין רגע אין אייגענעם האַרץ ס'טוט נישט אויפהערן, 
דאָס געשריי אין די גאַזדקאַמערן ביים ,,פאַרענדיקן"; 


פון קולות, אזעלכע, ווילדע לייבן צו בענדיקן, 
טענער-תנועות גיפטיקע שלאַנגען שוין צו באַשװערן, 
מוזן געזאַנגען, לעצט-אָטעמדיקע, אויסגעהויכט װוערן -- 
קײינמאָל נישט אויפצוהערן, אײיביק נישט צו ענדיקן. 


און נישט אויף אַ בלאַט-פאַפיר זיי ווערן אויפגעשויבן -- 
אויף אַ קופער-פלאַט מיט הייסער נאָדל איינגעקריצט -- 
אין אייגענעם האַרץ ! און איז װאָס, אַז זידיק בלוט אויפשפריצט ? 


טראָפ נאָך טראָפ פאַרגאָסן, אות נאָך אות צונויפגעקליבן! 
וי ירמיה'ן, ווייאיק-טיף, גלויביק-גליאיק, ס'מוז געלינגען, 
אַז אונזער געזאַנג, מיט איכה-ניגון, ס'פאָלק זאָל זינגען. 


סאוטענד אױגוסט 1959 


324 


0 סאָנעטן 


איבער דער טעמזע דער שװאַן מער פון אַלטקײט שוין ווייס, 
פעט דער בויך, פויל די גלידער, די פליגל וי שווער, 

צום פלי, זיי ווילד-צוצעפאַטשן ער קען נישט מער, 

און מיט אונטערגעהאַקטע פיס פון אַ בייז-גרויען גרייז, 


נאָכשלעפנדיק נאָך זיך ברייט-כלאַפטשענדיק יעדן שפריין, 
עבר-בטל ואַקלען אויף ברעג אַהין, אַהער, 

אויפהויבן אַ גלױביקן לאַנגען האַלדז : אויב ווער 

וװאַרפט מיט איין אויג, גנעדיק אים צו אַ ברעקעלע שפייז? 


בלויז וי לאַנג קאָן אַ שווייגנדיקער גאַנצע טעג, 

צווישן ברעגעס אײיביק ציען אַ װואַסער-װעג ? 

און פלוצלינג, אַ זינקנדיקער, הויך ער צעזינגט זיך ! 

ער זינגט, ער הערט זיין קול -- -- בלויז זיך איינגעהאַלטן ! 
שווער אָנגעזאַפט צו װוערן, טייך זאָל זיך שפאַלטן -- -- 
אַלץ, טיפער, טיפער, וי אַלץ אַזױ לייכט פאַרגרינגט זיך. 


א 1 : 


נאָך האַלבער נאַכט. װוי ווונדערלעך-װואַך ס'װואַרפט זיך די שטאָט -- 

אַ לעבעדיק האַרץ װאָס קלאַפט ציילנדיק צום טאַקט ; 

יעדער אָטעם-צוג צו דער רגע -- וי עקזאַקט } 

זי ליגט געשטילט אַ קינד װאָס שפילט זיך: ,דראָד און דרים, דראָד* --- 


נאָר ראַפטים --- ביים אײינשלאָפן אפנים עס האַלט גראָד! -- 
דאָס ריטמישע קלאַפן מיט אַמאָל אַפּגעהאַקט, 
אַ קאַץ אין פאַרבונדענעם זאַק אַרײנגעפאַקט, 
גיט זיך אַ װאָרף --- שטאָט אויפגעציטערטער ראָד אין ראָר ! 


וי אין-סופיק וויסט די ווייט, װי תהומיק דער דנאָ, 

נעגל און גראַטשעס אין אויפגעריסענעם גראָ -- -- 

וי עס צאַפלט דאָס האַרץ און וי פינסטער עס רייסט זיך, 

רויט-אויפגייענדיק, נישט-דערשלאָפענע פאַרטאָגן, 

ווילד איילנדיקער ריטם, קוים אים צו דעריאָגן, 

ביים ציילן --- זונ'ס אויבער-ליפ, ביז בלוט, בייז פאַרבייסט זיך, 
1: אָנ * 


לאָנדאָן, די שטאָט, ביזט דו נישט די מוטער פון די שטעט ? 

זע, פון מאָסקװע ביז נוי-יאָרק איבער פאַריז, 

איין ריר פון אַ פינגער, איין קרענקלעכער קאַפריז, 

און קיין שטויבעלע ס'בלייבט פו דער ערד אויף וועלכער כ'טרעט. 


שפרייזנדיק פון דער אָלדגעט-פלומפ ביז צו מיילענד-געט, 
אין זון אויפגיי כ'װואַקל, קוים שלעפנדיק די פיס, 

מיין שאָטן שפאַנט פאָראויס, אַזאַ פינסטערער ריז, 

און מיין טרויעריק שריט גייט-איבער מיט געבעס : 


גאָט, האָסט דו אונז פערזאַמלט אַזױ אומבאַשיצט, 
וי אין די געטאָיס, אין שטעט אומצוקומען איצט, 
דעם ,תמות נפשי עם פלישתים" אויסצושרייען? 
גאָט, מיר ווילן קיין שמשון-העלדן נישט זיין -- ניין! 
העלף אונז אין די סדומ'ס די צדיקים צו זיין, 
און די שטעט פונם לעצטן עונש צו באַפרײיען. 
אל אל אי 
וי צווישן כװואַליעס װו, אויף װאַקלדיקער בריק : 
די מענטשן, די אױטאָס, די באַסעס אַזאַ געלויף, 
יענער װאָס טויכט פון ,אונטערגרונד" טיפעניש אַרױף : 
גראָד אין צייט! דאָס גליק זיינס אין שווימענדיקן בליק -- 


נישט אויף דער ערד, ער גייט אין צירקוס אויף אַ שטריק ! 
ביזן הימל אַרױף אַ מין אומענדלעכע שרויף, 

עס דרייט זיך אַ שפינגע-דעגינגעדיקער אין-סוף, 

פון אַ שװאַרץ-קינסטלער אַזאַ באַװיזענער טריק. 


און איז נישט ביול אַלײן, כל-יכול גאָט, 

אָנגעדרײיטער פערפעטואום-מאָבילע-ראָבאָט -- -- 

עלעקטריק-צוק דורך מיין רוקן ביז װאַקל פון קני ! 

מיין האַרץ ווערט גליאיק-שטיל --- אַ פאַרגליווערטע טרער, 

אין דעם טריפנדיק כװאַליעדיקן אָנאויפהער, 

כ'הער טאַטנס פאַרדבקהט תהילים זאָגן אין דער פרי. 
: :: :: 

טויזנט יאָר געהאָלפן די שטעט אויפצובויעןי 

האָט מען דאָך אַרײנגעלײגט אונזער חלק -- -- 

װאָלט דען צומאָל געווען אַ קלויסטער הייליק, 

אַ פאַרלוירן האַרץ געפינען גאָט-פאַרטרױען, 


אין דעם גאָטיש-געציש-גולמדיקז-גרויען, 

וי קופאָל-קיילעכדיק, וי קונציק-זײליק? 

עס װאָלט זיך געצויגן אַזאַ לאַנגװײליק, 
פאַטשערקע-געפרעפל פון צעפלאָגטע פרויען, 


אָן שם-המפורש אונטער צונג אונטערגעקלעבט ? 
ווי האָבן אונזערע, צרופימדיק באַלעבט, 
דאָס מאַטעמאַטישע לוציפער-געציפער = 

32 


צייל זיי בלויז אָפ אין לאָנדאָן אוניווערזיטעט ! 
אַזױ הימל-קראַצער-הויך דערהויבן די שטעט, 
זי זאָלן פאַרזינקן וי בבל נאָך טיפער ? 

3 שָ 6 
בעטאָן-געגאָסענער, שטאָל-שלאַנקער, פירעק, 
שווינדלדיק-שוועבנדיק אויפגעהויבן, 
קװאַדראַט-צעפלאַטערט מיט טויזנט שויבן --- 
אָט הויבט ער זיך אַליין אויף און פליט אַװעק, 


דעם קאָפ פאַרשטעקט, איינגעצויגן דעם עק, 
אַ רויב-פויגל טשאַטעװעט אויף רויבן --- 
איבער דעם געביי די טשאַטעס טויבן 
פלאַטערן פאַרביי מיט אַזאַ בייזער שרעס ; 


אָן קראָקוועס, אָן געזימס -- אַ מין פלאַך !' 
אונטער דורכזיכטיקן גלאָזיגלאַטן דאַך 
װואָסער טייבעלעך קאָן מען שוין אויסבריען?... 
ביז אויף דעם הויך-שטייפן קװאַדראַט פירעקל, 
אַרויפצוברענגען אַ ברייזעלע-ברעקל, 
וועלן זיך עופעלעך דערווייל צעפליען... 

א : א 


וי געפאַנגענע װאָס פון תפיסות אַרױסלופן, 
יאָגן זיי אײיליק איבער איינער דעם צווייטן ; 
נאָך גוט אַרױסגעקומען, גענוג באַצײטן, 

פונם מאַרק עפעס ביליקס מיט אַהיים צו קויפן. 


יענער צווייטער, וויל נאָך דווקא, בכל-האופן, 
זיין באַס כאַפן, דערקענט דעם נומער פון ווייטן, 
און ביז אַהיים ער מוז אים נאָך איבערבייטן, 
אויפן דושנעם אונטערגרונדס אַראָפּ-און-אַרױפן, 


און די מיט די קאַרס שלעפן זיך וי אַ לויה, --- 

אויף געקריך פון רעדער סאָפעט אַ מין חיה! -- 

פון פאָרנט, מין הסתם, פירט מען דעם בר-מנן} 

מען האָט אים דאָרטן אין אַ תפיסה-צעל געקעפט. 

און יענער מידער, קוים נאָך זיינע פיס װאָס ער שלעפט, 
מאָדנע װוי דערפרישט ער וערט מיט יעדן פרישן שפאַן. 


' א "ֵ 


די שטאָט זי ליגט נאָך אַלץ אַזױ וי געלעגן, 
אַ פעט-אויסגעפרעסענע, שווער-בייכיקע שפין ; 


227 


איר שנעל-ספריטנע שנעבעלע, וי שטאָלן, וי דין, 
שפרונזענע-פיס --- שטריק-שפיזלעך פלינק זיך באַװעגן. 


אַ גרוי-געוועב פון פעדים ציען זיך וועגן, 
איינס איבער אַנדערן, אהער און אַהין, 
געװאָרפן, געשליידערט ביז אַרױס אינם גרין 
דריוולען זיך פראַנזןיגרעזער אין זון און רעגן. 


וי אָפגעװיקלטע שוין, קולערלעך-גאַרן, 
לויפן פלינקע קאַרס, וי זשוקלעך פון געפאַרן, 
זיך צו ראַטעװען דרויסן צווישן ביימער און גראָז, 
אַ ,קאָטעזש?, אַ גאַראַזש, װאָס קאָן שוין זיין בעסער ? 
בלויז ער פילט : זיין טאַטע, דער ווייטשעפלער פרעסער, 
אין זיין הייזקע, געוועזן אַ שענערער באַלבאָס. 
אֵ א א 
פון אַלע אידעען, פון אַל אידעאַלן, 
געבליבן בלויז די מיטלען װאָס פירן צום צוועק + 
די פרומע געשטאָרבן, פאַרטײי-פירער אַװעק, 
פונקט וי די שולן פוסטעווען אויך שוין די זאַלן. 


מען בעט איצט צו גאָט מאַמאָן, וי אַמאָל צו בעל'ן! 
אונזער תורהלע באַהענגט מיט גין-גאַלד-געגלעק, 

וי להבדיל קלויסטערלעך אין וויירויך געבלעק -- -- 
מ'מאַכט דאָ צומאָל פון מאַרקס ,קאַפיטאָל* קאַפּיטאַלן. 


יאָי צייט איז געלד" פאַר אָפּשטאַם פון אוראַנג-אוטאַנג ! 
און אַ האַרץ ווען עס צעגיסט זיך שטיל אין געזאַנג, 
גלויבט זיך אַלײן שוין נישט מער, בלייבט פערגאַפט וי אַן אַף! 
כאָטש נעמען קלעטערן אויף אַלע פיר פון צווייג צו צווייג, 
ניסן קנאַקנדיק, בליק הויל-אויפגעריסן, פול געשווייג, 
אַ הויט-גערונצלטער שטיק-שרעק אינמיטן באַשאַף. 

ִ* :1 3 


איז נויטיק רייד אַזויפיל ווערטער אַ סך, 

אַז מיט איינעם אַ פאָרמול, אַ ציפער, אַ װאָרט, 
טייוול פאַרזיווגט, פון שאָטן צונויפגעפאָרט, 

און אין איין רגע חרוב דער גאַנצער כרך ? 

און אַז שבעים לשונות שוין דעם תנ"ך, 

מיט לייב און לעבן געטראָגן פון אָרט צו אָרט, 
און וויפיל פון קרייץ-צוגן, פון שאַפאָט געשפאָרט, 
אויסגעשאָכטן אין די שחיטות פון שנת ת"ח -- -- 


328 


נאָך געבליבן לעצט הייפעלע אש אַצינד, 

גאַנץ צוצעפלאָשן אַזױ פון מינדסטן ווינד, 

אַן אײביק וויירויך-שטויבל צעפלאַטערט מיט גאָט. 
ווער ברויך דען ווערטער א סך, רייד אַזוֹיפיל --- 
אַ צאַנקנדיקער נר-תמיד אין דער שטיל : 

;אדוני אלוהינו אדוני אחד" -- --- 


נאך פיר סאנגעטן 


1 
אַז פאַרלאָשן שטיקעלע הימל איבער קאָפ, 
װוי גרויס, רחבותדיק ברייט אונטער דיר די ערד, 
מיט אַלע אירע אוצרות, װאָס פאַר אַ ווערט ? 
װאָס טיפער תהום, אַלץ פינסטערער דער אַראָפ ! 


פון ים דער פאַרלוירנסטער, װײיט-פאַרשפריצטער טראָפ, 
אַ שטערן צו ווערן ס'קאָן זיין אים באַשערט, - 

וי דאָס מינדסטע זאַמדל קערנדל גאָלד ווערט, 

פון הימל אַראָפּ זון שפיגלט זיך אין אים אָפ. 


בלויז װאָס איז דער הימל אין זיין גאַנצער גרויס, 

נעמט מען דיר דעם גאָט-חלום פון אים אַרױס ? 

דו ווערסט דעמלט אַ זעמדל אין שטורעם-ווינט } 

קיין ברעג מער פאַר דער אָנאויפהער ברויזיקער טרער ! 
בלויז, שפיגלט זיך גאָט אין מיין האַרץ אָפ, און איך װוער 
אין דער פינסטערסטער נאַכט אַ פאַרחלומט קינד, 


2 
איז עס ווייל מען האָט מיך איינגעוויגט דערמיט, 
מיין מאַמע, מיין יידישע, מן-הסתם ? 
און ווער איינגעוויגט דעם שטורמישן ים ? 
דעם בעז-בוים אין פרילינג ווען ער שטייט אין צוויט ? 


און אַצינד געוויין-װיאַנענדיק וויגן-ליד ? 

נישט האַלב-נאַקעט שטייט אַ דעמבענער בוים, --- 
ס'איז זי, ווקסיקע מאַרושיא, מיין אם, 

;סמוטנאָ מי, מאָי באָזשע", וויגט זי זיך און קניט. 


צומאָל געטלעך איינגעלוליעט בלויז װוי גוט, 
און אַז נאָר אַ חלום בלויז, ווי װויל ער טוט, 
דאָס לעבן וי פינסטער צעואַקסן, וי מאוס. 


329 


2 


ס'קאָן דער ערגסטער נישט פאַרגעסן זיין גאָט-טרױם, 
וי דער דערװואַקסענער פאַרגעסן קאָן קוים, 
זיין וויגנ-ליד אַזױ איינשטילנדיק זיס. 


3 


װאָס מער מיר װועלן דערפינדן און ענטדעקן, 
געוואַלטיקער בלויז די ווונדער וועלן זיין ; 

דער יסורים-וועג פון די ווונדן און פיין 

ווייטער בלויז און לענגער, גרויס זיך אויס צו שטרעקן. 


צי ווייסן מיר דען די צילן און די צוועקן, 

און דעם פארװאָס ווער משיג זיין און פאַרשטיין ? 
אַ לעבן-לאַנג דעם טוט אַקײיגן מיר גיין, 

װאָס שטילער די שריט אַלץ רוישיקער זיי שרעקן. 


איבער מיין קאָפּ דאָס רוישן פון די ביימער, 

און אין האַרץ אַלץ שוידערדיקער געהיימער -= - 
װידוידיק סוויגט ער ווו, זוי װיאַנענדיק וויינען. 

עס מישט זיך אַ בוך מיט בלעטער פאַרגעלטע, 

דאָ און דאָרט לעזן מאַנכע אויסדערוועלטע, 

ביז צום לעצטן בלאַט ס'וועט קיינער נישט דערלייגען. 


4 


דעמלט ווען זי איז נאָך יונג געווען, אַ קינד געווען, 
הויה אַלײן אויף ווינד-וויכערס געוויגט די וועלט! 
שבעה-ימים-װועל זי געצװאָגן זוניק-צעהעלט, 

אין די נעכט ביים לבנה-וויגל מ'האָט גאָט געזען -- 


נאָך אויף רחבות-ווייטע ממרא-פליינען ס'איז געשען! / 
האָט מען בבל-טורעמס, פיראַמידן אויפגעשטעלט, 

דעם וועג צו אים מיט ספינקסן און מיט צלמים פאַרשטעלט, 
און איצט צו לעצט געראַנגל מיט ראָקעטס כאָטש גענען. 


צווישן חלום און װאָר װאַקלט שווער דאָס לעבן! 

נאָך גוט װאָס וויגנדיק װאַכט גאָט װו דערנעבן -- -- -- 

עס זעט אים בלויז דער, ווער אַ קינד-פאַרטרוימט האַרץ נאָך האָסי 
און מיר --- אַלע שטרויכלונגען איבערצוווינדן, 

איבער אַלע שבעה-ימים-וויכער-ווינדף . | 
ברענענדיק אויף שייטער-לייטער -- קלעטערן צו גאָט. 


20 


,קורץ-שלוס*-סאנעטן 


*ִי א א 


איך װועל דאָך נאָך מיר קיין אלמנה נישט לאָזן, 

און קיין יתומים מען זאָל פאַר זיי נדבות קלייבן, 

זאָל כאָטש, ווייטשעפל, אַ בוך נאָך דיר איבערבלייבן, 
נאָך דיר, װאָס דו ביזט וי איך אַזױ פאַרלאָזן. 


קיינער אויף מיין קבר נישט ברענגען מימאָזן, 
צו לייגן אויף אים אַ קוויטל קיינער נישט שרייבן } 
גישט האָבנדיק מיט װאָס קיין קאַטאָוועס צו טרייבן, 
אַן איינזאַמער ווינט אויף מיין קבר װועט בלאָזן, 


אַן עסק 1 אַראָפּ פון מאַרק ! געשטאָרבן, באַגראָבן ! ! 

און די מייז צו גריזשען װילאַנג וועלן זי האָבן ! 

טאָ זאָל כאָטש בלייבן נאָך מיר אַ קופע ביכער ; 

נישט, חלילה, פאַר לעזער --- פאַר די מייז צום פרעסן } 
אַ הונט אפילו וויל, מ'זאָל אים נישט פאַרגעסן, 

ערשט, מחילה, אַ דיכטער -- זיכער נאָך ניחה'ער. 


+ א אי 


איין באָמבעלע, צוויי, אַ האַלב טוץ ס'איז גענוג, 
דעם אינזל דאָ פון דער ערד גאַנץ אָפּצװױשן, 
אַז אין גןדעדן דאָרט, ווו ס'רוט דער נהר פישון, 
די טעמזע אױיסאָטעמט אין לעצטן אָטעם-צוג } 


דער צעקראַכטער כרך, אַ מין צעבראָכענע קרוג, 
געבליבן פון דער צייט פון אדם הראשון -- -- 

אַ צעקאַלטשעט'ס, צעקיילט'ס מ'וועט דאָס בוך מישן : 
איז עס נישט אַ קייל-שריפט-נאָכגעמאַכטער בעטרוג? 


ווער איז ער דאָס דער שעקספיר פון וועמען ער רעדט ז 
עפעס אַלץ אויסגעמישט װי אין הינערפלעט -- -- 
מען װועט מישן און מישן, לעזן און לעזן: 
פון ווו ראַפּטים אַ שטאָט לאָנדאָן זיך גענומען?... 
בלויז צו איין מסקנא אַלע מוז קומען : 
געוויס, אַ ווייטשעפל ערגעץ-דאָ ווו געוועזן. 
8 8 8 
נישט פאָכאָזשע אויף איר באָבען, זעט זי שוין אויס, 
מער וי עפעס אַ דראָשקע װאָס גייט אויף רעדער , 
אין איר טשיפעק שטעקט נאָך גרויס די מאָדנע פעדער, 
אובער במחילה פון פאָרנט --- אין גאַנצן בלויז } 


ווען נישט ס'ביסל שמינקע, פודער, ס/הינטל אין שויס, 
די שפרודל-װאַנע, די עלעקטרי זון-בעדער 

די ניילאָן זעקלעך, די שיבלעך -- פלאַסטיק-לעדער, 
געווען שוין לאחר מעשה -- אינגאַנצן אויס ! 


די ראָק-ראָלער, די צוויי פיסיקע חיות, 
קאָנען זיך גאָר נישט דערװואַרטן אויף דעם נייעס -- == 
אפנים, ס'פעלט נאָך צום נדן די לעצטע נול. 
ס'לויפט נישט מער אָפּגעבליאַקעװעטע רעקלאַמע, 
פון די גרוי-פאַרזעסענע יידישע-מאַמע -- 
כאָטש זי חתונה מאַכן מיט אַלטן זשאָן בול ! 

3 { + 
יאָ, אויפצורייסן די ערד צום פערזיי, 
אַז הונגעריקער מענטש זאָל זיך שפייזן, 
גענוגט אַ געקאָװועטער אַקער-אײיזן -- -- 
ס'בלוטיקט די זון ביים אויפגיי און פאַרגַיי, 


און מענטש טובלט זיך אין שווייס ! אָבער כדי, 
גאַנץ צו לויטערן אונז און דערלייזן, 

אַז מענטש זאָל נישט קענען מער באַװוייזן -- 
שװערדן פון סאָכעס אויסשמידן אויפסניי, 


אַנשטאָט פייגל פיקן קערנער -- ראָבן 

די פגרים װאָס ליגן נישט באַגראָבן ! 

גאַנצער ערד-קיילעך איצט ראָקעט-אויפגעריסן, 

ווו אויסזייען ס'וועט גאָט זיינע שטערן, 

ווונדערלעכע וועלטן וועלן ווערן -- -- -- 

פון װאָפּן מער, פון געווער, ווער װעלן וויסן? 
+ א א 

וויפיל רעגן-טראָפן און וויפיל זון-שיין, 

ביז איין פאַרזייט זוימענדל אויפגעבראָכן ; 

קעפל הויך פון ערד-בויך אַרױסגעקראָכן, 

פיסל-װאָרצל זעצט זיך אין איר שויס אַרײן. 


ערשט דאָס זריעה-קערנדל : ;וי זיך אַלײן 
יעדער איינער ליב האָבן זאָל זיין שבן", 

דורך האַרץ-טיפעניש זיך אַדורכגעשטאָכן -- -- 
דערנדל פאַרבלוטיקט פון יסורים-פיין ! 


איין זוזדשטראַל, איין רגע צו דערבליקן = 

וויפיל לעבנס אָרום זיך מ'מוז דערשטיקן -- 

געראַנגל ביי מינדסט זוימענדל שוין אַזױ ! 
232 


ערשט אויפגיין עס זאָל די גוטסקייט, ווי אַרױז, 
פון פינסטערסטן שוין מענטשלעכן אויג אַרױס, 
זוניק אַרױסלױכטן מיט טרערעלע טוי. 


אי אי + 


כ?שפיר איבער פלאַסטער נאָך פון בעטאָן און צעמענט, 
די טריט פון מיין טאַטן און מיינע זיידעס } 

הויך איבער די הימל-קראַצער-געביידעס, 
גלאָז-געגאָסן אין שטאָל-און אייזן-פונדאַמענט, 


כ'זע ווונדערלעך אויפלויכטן דעם אין-סוף-אָןדענד, 
אויפגעציטערט מיט חזיון חבלי-לידות, 

אויב נישט פון גאָטס-גוטסקײט זיי זאָגן עדות, 
בלוטיקן שוין איבער אונז דעם שטנ'ס צוויי הענט. 


די ווענט וי געװאַלטיק הויך זיי הייבן זיך נישט אויף, 

זי קאָנען נישט פאַרשטעלן דעם אָזדענד-אין-סוף, 

וי דעם זון-אויפגאַנג פון ווונדערלעכן באַגינען, 

און מינדסט גרעזל װאָס רייסט זיך פון אַ פלאַסטער-שפאַלט. 
גאָט, זע וי מיין אַלט-פאַרשטײנט הארץ אין תפילה פאַלט, 
מיינע גלאָז-פאַרגלײיזטע אויגן טרערן צערינען. 


* * א 


נאָך גוט, װאָס עס איז יסורים פאַראַנען, 
נאָך גוט, אַז ס'איז דאָ פון טויט דער שרעק, 
אויב נישט צי װאָלט דען געוועזן אַ ברעג, 
צו די שלעכטיקייט אויף וועלט באַגאַנען? 


און איצטער פון ווו װעט קומען, פון װאַנען, 
לעצטע האָפּענונג אין אונזערע טעג ! 

נישט רחמנות, נישט גוטסקייט ‏ מ'טאָרנישט ? מ'מעג ? 
ווייל אַלע מענטשן האָבן שוין פערשטאַנען, 


אַז יעדע שטאָט קאָן אַ האָרישימאָ זיין -- --- 

יאָ, אויב דער דאָזיקער שכל, דאָס אַלײן, 

דער זכות-הקיום פון אונזערע שטעט, 

װאָס שוין אויב זי בלייבן שטיין, אויב אונטערגיין ? 
און אויב נישט איבערבלייבן קיין איין שטיין, 

פון טראָטואַר דאָ אויף וועלכן איך טרעט ! 


3 4 44 
ווייט דרויסן רוישן וועלדער, נאָך ווייטער ווילדער ים, 
אַ פליגל שטיל-אויסגעשפרייט -- דער הימל אין פרילינג } 
33 


אין אַ ביליגן קינאָ פאַר לעצטן שילינג, | 
זיצן און איין פינסטערער ריי מיט דער ,מויד" מסתם. 


אַלע אָװונט די לעצטע פענעס קראַצט זי צוזאַם, 

דער מאַמען זי לאָזט איבער איר ממזר-צווילינג ; 

און וי זי אויפצאַפּלענדיק מיט איר ליבע-פילינג, 

איך --- מיט מיין בענקשאַפט נאָך הימל, ים, צערוישטן שטאַם. 


שפעט כ/הער זי קומט אַהים, דער צווילינג צעוויינט זיך 
און דאָס ליד װואָס איך האָב אָנגעשריבן, ליינט זיך 
אַזױ טרויעריק, עס שפיגל זיך אין אים סמוטנע בלייך, 
די אַלטע מאַמע געבויגן איבערן וויגל -- 
אַ מלאך מיט אַן אונטערגעבראָכענעם פליגל -- 
אַ ווערבע אין פרילינג געבויגן איבער אַ טייך. 

:: +4 + 
ס'סישטיקעלע הימל איבערן געסל גענוג גרויס, 
פגומהדיקע לבנה מחדש צו זיין ; 
אויף קליין הויפל מיט זיין עניוותדיק שטיין, 
וי געװואַלטיק שיין דאָס ביימעלע עס זעט אויס. 


דער מיד-פאַרמאַטערטער, דער שווער-יוסטער גאַנג בלויז, 
װוען פון דער אַרבעט טאַטע געקומען צו גיין ! 

און ערשט ווען מאַמע געברענגט דעם שבת אַרײן, 

און געזעצט זיך מיטן טייטש-חומש אין איר שויס. 


מיט אָפּן מויל ער הערט זיך שטיל צו, ווען די מאַמע 
ליינט אַרױס די מעשה פון לבן האַרמי, 

יעקב שיר"השירימט צו רחלען זיין פאַסטאָך-ליד --- 
אינמיטן אַ צעטומלטער, צערוישטער וועלט, 

האָט גאָט אַ געצעלט, אַ שטילינקס, זיך אויפגעשטעלט, 
שטיל געזעסן דערין, זי באַשיצט און באַהיט. 


46 8 8 
אין לאַנדאָן איז דאָ אַזאַ סקווער" 
יענע זאָגערקע אין שול אין צעלעכצטן פאַס, 
די ווייבער שאַקלען מיט די קעפ און הערן אויס, 
זיצט ער אויף גאָרטן-באַנק ס'רעדל אַרום אים איז גרויס 
און לעזט די צייטונג פאָר מיט אלט-פאַרלײגטן באַס. 
װאָס עס טוט זיך נישט אַלץ אויף דער וועלט -- אַ שפאַס ! 
און אין די אַלטע קעפ -- אין טעפ ס'מישט זיך אַלץ אויס : 
334 


ס'כרושטשעוו'ט איבער װאָלקן-קראַצער און ס'אייק'ט אַ מױז} / 
;װאָס געשען ס'קאָן אין איין רגע, חלילה-וזס", יי 


רייסט זיך שווער אַרױס אַ טיפער זיפץ ביי איינעם -- 
אָט װועט ער זיך ווי אין ווייבער-שול צעוויינען, 
און מיט אַ וויץ ענטפערט אַ צווייטער דעראויף ; 
;מיר וועלן דאָך צומאָל נישט הערן דעם קנאַל, - 
ווען דאָס באָמבעלע װעט טון אַ פאַל".., 
דאָס רעדל דערשראָקן רוקט זיך ענגער צונויף, 

8 ט 4: 
ספרי-תורה צענדליקער געשיקט קיין ישראל, 
אין אַ באָן-סטר, אַנטיק הענגט נישט איין כתר און יד, 
און פרוכת בראָקאַט מיט אױסגעהאָפּטענעם פרט, 
פונם ווייטשעפעלער נגידישן אַמאָל, 


כמעט אױסגעשטאָרבן, אַװעקגעצױגן גאַנץ קהל, 

אין אַ חלוץ-קיבוץ עולה געווען אַ יאַט ; 

פון די װאָס וי מייז וו פאַרקראָכן, צי גלאַט געשמדט, 
ווער ווייסט, ווער געציילט, אפשר נאָך גרעסער די צאָל, 


ווי אַמאָל, נישט פון איין קירך נישט איין שול געמאַכט, 
איצט נישט פון איין שול אַ ,פאַקטאָרי" איבערנאַכט, 
און פון די פאָר געציילטע װאָס זיינען נאָך פאַראַן, 
דער קזה השער", דער ,אנשי לאָשיק", ביידע ביינאַנד, 
ביז צום ביין אָפּגעקראַצט דרויסן פון דער פּראָנט-װאַנד, 
אַז ווער ברויך דען וויסן, װאָס און ווען און פון װאַן. 

+ 4 1 
זי שטייען וי אַרום אַ זליוו מידע פערד, 
מעלה גירהן אין אַ צייטונג דעם , געווינער", 
איינער אַ ידען און דערצו אַ פאַרגינער, 
רעדט, און דער צווייטער מיט קאָפ זיך צוהערט ; 


{זעץ אויף אים, איך קען אים, אָ ער האָט די ווערט ! 
זעסט האַלדז-נאַקן, אַ מוסקולירטער דינער, 

און די שלאַנקע פיס, וי פון אַ שפין, אַ שפינער, 

ווען צעריסן פלוצלינג זיין שפין-נעץ ווערט". 

באַץ! דעם לעצטן שילינג ביידע שוין איינגעשטעלט ! 
ס'איז דאָס װאַרטן, די אויסזיכט -- אַ רוח אינם געלד } 
און אַ גאַנצן טאָג זיי צאַפּלען וי אין אַ געץ. 

אויף קאַר-און באַס-רעדער עס העצט די גאָס פאַרביי, 


35 


יענע, איין שילינג אויף איין פערד געזעצט, די צוויי, 
שפירן איבער לייב פון דזשאָקײס פיס יעדן זע?י 
4 4 א 
דרויסן פּאַר פיין-געפלעגטן פאָרשטאָט-הױז, 
דער שכן מיט זיין גרויסער גאָרטןישער ; 
;ווער איז ער דער, געקומען דאָ אַהער ?* 
דרייט ער זיך שטייף מיט דער שער צוריק אויס. 


טראָציק בליצט טעכטערל דורך שויב אַרױס, 

און אוב אַ ;דזשו בוי" ער איז, ,אי דאָנט קער" ! 
מיט יעדן טאָג ער געפעלט מיר אַלץ מער, 
מי'שערט נישט איבערן דאָרן אָפּ -- די רויז. 


ווען נישט ער מיט איר אין דער קירך אַרײן, 

וועלן זיי ביידע אין דער ,טאון-האָל* גיין ! 

די חופה איז אין ליבעראַל-שול געווען ! 

זי, ,צלמל" בלויז מיט , מזל" פאַרביטן ! 

פאָטער מיט שער אַ רויז זיך אָפּגעשניטן, 

און דער שענטסטער מחותן ער איז געווען. 
צָ צִ 

ס'האַלט נאָך קוים צוזאַם אַ מינין אין שול, 

אין הויז, אַ פערטע האַנט צו אַ קערטל, 

אַ יידישלעכער וויץ, אַ גלייך-ווערטל, 

און יום-כיפור --- מיטן ,כל-ינדרי-אפיל". 


עפעס אַ מין געמישט- און געהיים געפיל, 

גיט נאָך אַ טאָרע אין האַרץ, אַ צערטל, 

ווען דער ראַבײ אָן אַ סימן בערדל, 

מאַכט דאָס שטייף-,איינשטודירטע" צערמאָניע שפיל. 


וי רירנדיק, דאָס נישט וועלן זיך פאַרלירן : 
ווייט-אויפגעפראַלט, אָפּן, שטייען טויזנט טירן, 
און איינע פירט צום דעם הייליקן לאַבירינט -- -- 
שטילער בליק, פון שייד אַרױס שאַרפער קלונג -- 
אונטער קופע אַש עס גליט נאָך אַ פונק! -- 
פון זיידע צו. אייניקל, פון טאַטן צום קינד. 

:: 46 ++ 
ניין, מיר וועלן זיך נישט פאַרלירן, 
און װוי גרויס דער כרך זאָל נישט זיין, 
און פאַרן שריט --- דער שטרויכל-שטיין ! 
צו אונזער ציל אונז צו דערפירן, 


36 


דער שליאַד -- דאָס בלוט אין אונז מיר שפירן ! 
שווערן וועג מיר װועלן דערגיין, 

וויפיל פאַרמאַטערט ס'בלייבן שטיין, 

וִויפיל פאַרפיר-ליכטלעך ס'פאַרפירן, 


פון אָנהױיב פון דער וועלט פירט דער וועג, 
און וי משופעדיק-שיף, וי שרעג, 
און וי תהומיק-טיף, וי פעלזיק-שאַרף. 
און די, װאָס בלייבן שטיין אין מיטן, 
מ'לעצטע רענדל שוין אויסגעביטן -- -- 
שװואַכע אויף שווער-ווייטן וועג ווער דאַרף ? 
: א + 
לעבעדיק, פריש-צאַפלדיק געווען דאָס געסל, 
חול-מועד מיט די קינדערלעך ס'האָט ניסלעך געשפילט, 
שבת, אַ ייד די געפילטע פיש טיף דערפילט, 
געזעצט זיך דרויסן אויף אַ צעקרעכצטן זעסל. 


ס'געסל האָט געשמייכלט : האַ, געווען אַ פרעטל ? 

און יעדן זיפץ אַזױ שבתדיק מיטגעפילט ! 

איצט זיינען ביידע שוין טויט, ער האָט זיך פאַרקילט, 
און זיין לעצטן אָטעם אויסגעהויכט ביים פרעסל ; 


ס'געסל -- אַ מתל, ווייט-ווו אַװעקגעטראָגן ! 

אויף זיבן אַזעלכע, מיט זייערע ראָגן 

אַ מצבה אויף זיי -- אַ 10 שטאָק געביידע ! 

עס קומט נאָך אַמאָל אַ בריוו אויף געסלס אַדרעס, 

אַן אייניקל איז נאָך מזכיר צום גוטן דעם מת : 

אַ גוט ,,דזשו" געווען דער ,אָלד מען", דער זיידע. 
8 צ ++ 

אַזאַ געסל נאָר אַהערגעברענגט ס'האָט עס ווער, 

צווישן פערענעס און טלית-זאַק און תפילין, 

איינגעפאַקט אין אַ בין השמשות אַ שטילן, 

גרענעץ אַדורכגעשװאַרצט און מיטגעבראַכט אַהער, 


אַ געסל אויפגעהענגט אין סוכה אַ לאַמטער, 

אין הימל אַ לבנה --- הינט זאָלן בילן }.., 

דורך פענסטערלעך -- דורך אַ פאָר באָבישע ברילן, 
קוקט זי טאַקע אַרױס מיט בלישטשענדיקער טרער : 


געשטאָרבן יענער, װאָס האָט עס אַהערגעברענגט, 
גישט מער אויף הימל, נישט אין סוכה -- -- זע, עס הענגט 
אויף אַ הייבער, צענומען ציגל אויף ציגל ; 

237 


אָבער די באָבישע ס'האָט ווער מיטגענומען, 
װאָרים אין נייעם פלעט זי װעט צונויץ קומען, 
פאַר אַ ,בעבי זיצער" צו וויגן אַ וויגל. | 


: + 8 


ס'ביימעלע אין טונקלען ווינקעלע אויף מיין הויף, 
ס'איז געבליבן אָפּגעראַטעװעט, וי על פי נס } 
צווישן רחבות-פלעטס, וי אַ פינטעלע אין א חת 
שטייט עס פאַריתומט און קוקט צום הימל אַרױף. 


וי גוט איז אים אין יענע טעג געווען, ;מה טוב", 

אין קליינעם הייפעלע, ווען אויפגעגאַנגען זיין בעז -- -- 
איצט קוקן טויזנט שויבן אויף אים, בלויז װער זעט עס. 
וי זיינע קנאָספן בלוי-פיאָלעטן גייען אויף ? 


אויף הייפל דורך איין פענסטערל זיינען אויגן -- 
זומער-פייגעלעך פלאַטערדיק אָנגעפלויגן, 
זיינע צווייגלעך בליען זיי האָבן געזען. 


ווען אין דעם חת-פירעק איצט אַ קאַר נעמט אָנפליען, 
איין שטיק שרעק דאָס שטאַמעלע, סישטאַמלט: פתח שין =- -- 
שאַ, נעמט עס טרייסלען : ס'זאָל נאָר קיין אומגליך געשען. 


+ א א 


פון די שולע די קינדער קומען צו לויפן, 

צווישן די צווייגעלעך עס פאַלט דער ערשטער באַלעם ; 
דאָס ביימעלע כאַפט זיך אויף: מסתם שוין נאָך אַלעם ! 
זע, הונדערטער קינדער פון הונדערטער הויפן, 


אויף דעם בייזן ווונדער זיך צוזאַמענלויפן -- -- 

דאָס ביימעלע שטאַמלענדיק צעשאָקלט אין אַ פסאַלם ! 
נאָר עפעס אַ יינגעלע, אַזאַ מין גבר-עלם, 

צעלאַכט זיך אַזױ הויך אויף אַזאַ מין אופן, 


אז ביימעלע בלייבט וי פריטשמעלעט אינמיטן, 
און עס פלאַצט פלוצלינג אויף מיט מיליאַסן בליטן, 
אַזש אַלע טויזנט שויבן צעלאַכן זיך מיט -- -- 
מיטן גבר-עלם יינגעלע ? מיטן ביימעלע, 

לוסטיק אָנגעטון אין פיאָלעטן שטריימעלע, 

אין צוויט אַזאַ, אין דעם רחבות אין דער מיט ? 


338 


אצ :ט 8 


גישט ווייל אין די באַסעס דאָס שטופעניש געדרענג, 
נישט ווייל דער געלויף פון דער אַרבעט, עס איו די שעה, 
די פאַרנאַכטן געמיטלעך-מידט ס'זיצט זיך אים דאָ, | 
ברייטן טראָטואַר דורכגעגאַנגען גאַנצע לענג. 


מאָדענע עפעס טראַכט זיך ווען איך גיי דאָ : איך דענק! 
דעם גאַנצן טאָג ביי דער אַרבעט אײינטאָניק גראָ -- -- 
געמיינט, דרויסן אַ פלעט : פייגל, זאָל זיין אַ קראָ --- --- 
אָבער אַלץ אַזױ טוט -- -- דאָ אין קאַפע, אין שענק, 


ביי אַ הייסע ;קאַפ טי", ביי אַ קאַלט גלאָז ביר, 
ס'קומט ווער אַרײן, ווער אַרױס, ס'עפנט זיך די טיר, 
דרויסן לויפן די באַסעס, פון מאַרק דער גערודער, 

אַ זופ, אַ זיפעלע, עס בענקט זיך עס טראַכט זיך, 
אַלץ אַזױ נאָנט, אַיױי אייגן היימיש, ס'דאַכט זיך : 
הומט נישט אַרײן דאָרט, עליו-'השלום, זיין ברודער. 


+ ג {. 


דער שכן פון רעכטס האָט זיך אַװועקגעצויגן, 
נישט חלילה אז ער האָט די יידן נישט גערן -- -- 
ס'גרילצט אין אויער זייער גלענציג ענגליש צוהערן! 
אַז װוי גאָלד-רענדלעך ס'ווערן ווערטער געווויגן, 


קומט עס נישט פון האַרצן, קומט עס פון די אויגן : 
זיסלעך-זויער, וי ווייך-געווייקט אין זאַלץ פון טרערן, 
און מיט אַמאָל שפיציק-שאַרף גאָר, װוי האַרט זיי ווערן, 
מיט אַ דריידל, ציק-צאַק, און קונציק געבויגן -- 


ממש מען זעט געשליפענע ציינדלעך פון אַ זעג ! 

מילא, אין אַ וואַריטע, אָבער נישט גאַנצע טעג., 

חלילה וחס, נישט ער האָט יידן נישט גערן -- -- 
טיילמאָל ווילט זיך זיצן אין גאָרטן און שווייגן -- 

צופיל צומאָל ס'שװאַלבן-געטשוויטש אויף די צווייגן -- 
און דאָס קאָן דאָך רעדן קיין רגע נישט אויפהערן. 


+ :: א 


וי אַ סוכה, ס',, געטאָ* צעלייגן געלונגען, 
אין יעדער געגנט אייגן געטעלע אויפגעשטעלט | 
וי פאַרן פסל-מיכה-געץ, אַ כהן פאַר געלד, 
אַ מין גלחיש מיניסטערל זיך געדונגען. 
39 


געהערט ווי ער /,געפרעיערט", דער כאָר געזונגעןי 
איבערן געביין געגאַנגען אַ גרוליקע קעלט -- -- 
ס'געבלעקעץ נישט צו הערן, די אויערן זיך פאַרשטעלט ! 
געגאָרגלט, געאָרגלט, ,דרילער" װאָלט געדרונגען -- 


ווי בשעת אויפגעריסן אין ווייטשעפל זיין גאַס ! 

אַ טרערן-קװאַל זיינע באַקן געמאַכט האָט נאַס : 

גאָט, זאָל אויך מיין געוויין, מיין תפילה פאַר דיר גיין, 
אויב מיר מוזן אונטערגיין, אויב דאָס דיין ווילן, 

דיין געטלעכן כעס איבערן מענטש צו שטילן, 

דאָס איבערבלייכץ, כאָטש, בלייבן באַשטײן. 


: + : 


וי דאָס ווייטע הינטערלאַנד זי זיינען געווען, 
די שטעטלעך, פאַר אַלע אונזערע שטעט אַצינד -- 
איך קאָן נאָך דערקענען יעדן טאַטנס אַ קינד, 
וי אָקאָרשט ערשט נעכטן אין דער היים געזען!-- 


אַזױ ווייטשעפל, דו, נאָכדעם װאָס ס'איז געשען, 

אַלע שטעטלעך אַװעק וי מיטן שטורעם-ווינד, 

ביזט דו ווונדערלעך אױסגעװואַקסן, וי געשווינד, 
כאָטש גאַנץ לאָנדאָן מיגרירן מיט דיין איין בריק-לעין. 


האָט ווער געזען אין שטורעם, וי ס'וואַנדלט אַ װאַלד, 

מיט צווייג און מיט װאָרצל נישט איין בוים פאַלט, 

נישט איין פויגל ווערט צעקוועטשט אונטער אַ שטאַם, 

אָבער אַ פאַרװאָרצלטער ווידער דער װאַלד ווערט, 

און װוי שװאַך, וי פישטשענדיק, איין שוועלבל בלויז מען הערט, 
עס וועלן אים באַגלײטן באַלד אַלע, צוזאַם. 


אדר 1960 


240 


דלד אמותדיק 


וי טיף מען זאָל נישט דערגיין, 
מ'בלייבט שטיין ביים אָפּגרונט --- טויט. 
און וי נידריק מען זאָל נישט זינקען, 
מ'האַלט זיך אַלץ ביים פּיצעלע ברוט; 


אָ, אַז גרעסטע טאַט שוין, 
אַ מעשה זיך אַליין אָנצוטון, 
באַגראָבן צו ווערן אונטער פּלױט. 


:: :: א 


גרויסער גאָט פון מיין הײיליקן טאַטן, 
ווי גרויס האָב איך דיך פאַרלאָזט } 

און די גוטסקייט פון מיין גוטער מאַמע, 
אֶן ידע פּניה, פּשוט און פּראָסט. 


און ווי אויסגערעכנט איצט און קליינלעך, 
אין מיין דלד-אמותדיקן פיריעק -- --- 
װאָס ענגער דעם צויבער-עיגול געצויגן, / 
פאַרװאָגלט כ'וועל אַלץ ווייטער אַװעק. 


ווי לאַנג קאָן מען שלאָגן קאָפּ אין װואַנט, 

און אַז אַדורכברעכן שוין אַלע פיר -- -- --- 

איז בעסער אַ הונט װאָס יאָגט זיך נאָכזעק, 

וי מענטש װאָס קריכט פאַר גאָט אויף אַלע פיר ? 


א . 8 
כ'ווער אַלט, איך האַלט שוין אין איין פאַרגעסן, 
כ'הער טויב אין מיין געהירן דאָרט פרעסן, 
אַ מאָל, 


איז נאָך װאָס לענגער נאָך אויסצוהאַלטן, 
צו קריגן אין שטערן מער נאָך פאַלטן, 
לוינט עס ? 


בלויז מיין אונטערשטע ליפּ אָנצוקוקן ! 
עס כאַפּט נאָך קיינער נישט דאָס צוקן, 


איך זע. 
41 


נאָך קאָן די אויבערשטע ליפּ פּאַרשטעלן! 
צו װואַרטן ביז אַלע אים דערזען װעלן, 
דעם צוק? 


נאָר אפשר, אַז כ'וועל נאָך עלטער וערן, 
כ'וועל שוין צו זען אויך אויפהערן . י. 
מילא, 

8 2 א 
מאַנכעס מאָל אין דער נאַכט אויף מיין געלעגער, 
זע איך מיך ליגן אַ טויטן אין קבר, 
כ'האָב מורא אַ ריר צוטאָן מיט אַן אבר. 


איך װאָלט פאַר שרעק אין דער נאַכט אויפגעשריגן, 
אָבער כ'בין דאָך טויט, איז וי אַזױ אויפשרייען ? 
און ווען כ'טו מיך אויף דער זייט איבערדרייען -- 


זע איך מיך נאָך אַלץ אויפן רוקן ליגן ; 
איך שפּיר אים, דעם מת, ממש מירדערנעבן, 
און בעט ביי מיר פאַר מיין לעבן פאַרגעבן. 

3 א + 
וי די מחיצה צווישן װאָר און חלום אין טרוים, 
אַזױ פיל איך נאָך אַ בלאַסן אונטערשיד קוים, 
צווישן לעבן און טויט. 


מאַנכעס מאָל רייד איך צו מיר וי פון יענער וועלט, 
כ/הייב אויף דעם קאָפּ --- אַ טויטער אויף הײיליקן-פעלד, 
איבער בית-קברות-פלויט, 


אין מיינע דלד אמותדיקע טריט, כ'טרעט -- 
ס'שפּאַנט געהויבן אַ פּאָעט-געשפּענסט -- אַ סקעאַלעט 
איבערצויגן מיט הױט. / 

8 +* 8 
אָ, איך האָב מורא אַזױ, 
איינציקע פרייד װעט מיר פאַרבלייבן, 
טרויעריקע לידער צו שרייבן.. 


בלויז יענער װאָס עס בייסט אים, 
און האָט שטאַרק הנאה פון קראַצן/ 
קאָן אַזאַ מורא-פרייד אָפּשאַצן. 


42 


און צום שלוס 


שוין אַ פערטל יאָרהונדערט באַלד עס ווערט, 
זוי אין די געסלעך דאָ מיך פאַרקליבן, 

קיין האַנט אין קאַלטן װאַסער נישט געטון, 
און מיינע יידישע לידער געשריבן. 


איך לעב נאָך, כ'גיי אָנגעטון, כ'בין דערנערט -- --- 
מום און מעגלעכקייט מיר געבליבן, 

אָפנהערציק אַ דאַנק קענען זאָגן, 

גאַנץ פון האַרץ, און נישט איבערטריבן, 


1 
פון די גאַסן פון די הייזער, פון די מענטשן, 
פון מיין אייגענער שטוב, פון מיר אַלײן, 
אַ באַהאַלטענער אונטער אַ בוים איך זיץ דאָ, 
און צום געמיש פון די בלעטער כ'הער מיך איין. 


וויפיל ספרים כ'ליין, מער נאָך, מחשבות געטראַכט, 
סוד פון טוט און פון לעבן צו דערגיין, 

אָבער מיט איין שטילן שאָרך פון איין בוים-בלעטל, 
גיט גאָט אַלין אַלצדינג שוין צו פאַרשטיין ; 


אָפּגעריסענע שטיינער -- גאַסן און הייזער, 

דאָס מענטשלעכע האַרץ אויך נאָר אַזאַ שטיין ! 

עס ווערט פאַרואַלגערט ווו און עס ווערט פאַרשטינערט, 
און קלאָר ס'צעקוואַלט אין זיין לויטער געוויין, 


פון שפּיץ-בוים אַ פייגעלע טרעלערט און ווערט שטיל, 

זיין הערצל וי אַ טרער וויל אַזש צעגיין : 

צס רייסט זיך פריידיק דער בוים מיט צווייג און מיט בלאַט, 
און איך מיט געוויין אין הימל אַרײן... 


2 
גאָט, איך קאָן מיך נישט אַרומגאַרטלען מיט אַ גאַרטל, 
און פאַלן כורעים אין תפילה פאַר דיר ; 
אַ ליד דעראויף צו שרייבן, כ'נעם אַרױס פון בוזעם, 
גלייך וי מיין האַרץ -- אַ פאַרוויקלט בלעטל פּאַפּיר. 
איך קאָן מיך נישט צעזינגען אַ פויגל אויפן בוים, 
איך שטיי נישט וי ער אויף אַ גרינעט צווייג; 
אָבער וי ביי אַן ערלעכן בעל מלאכה פונקט,. 
ס'איז די פעדער אין מיין האַנט --- מיין געצייג. 


243 


,תפילה לעני כי יעטוף* וי ס'פלאַטערט מיין האַרץ --- 
אין גאָטס האַנט אַ פייגעלע ס'װאָלט געווען! 

אפשר וועט װער שטיל תפילה טון, הויך זיך צעזינגען 
מיינע ווערטער אויפגעשריבן דערזען. 


ווייסט דער פויגל אַז איך הער מיך צו צו זיין געזאַנג ? 
אַרומגעגאַרטלט גרין האָט זיך די שטאָט, , 
און איך ביים ברעג פון מיינע טעג, וי אַ קינד אין זאַמד, 

זיץ דאָ און שרייב ווערטער אויף גאָטס באַראָט. 


3 
פונקט אַזױ וי די לבנה פון דער זון, 
געסל דאָ געווען פונם שטעטל דער אָפשײן, 
און אַז שטעטל דאָרט אונטערגעגאַנגען איזי 
האָט דאָך געמוזט דאָס געסל דאָ אויך אונטערגיין. 


צי קאָן דען פינסטערע לבנה אויפשיינען, 

ווען אויסגעלאָשן פון דער זון עס איז איר שיין? 
פון אונזער פלוצלינגען אונטערגיין איצט דאָ, 
אָט-אָ דאָס מסתם ס'איז דער באַהאַלטענער מיין. 


אָבער ער בין איך דען, אַז איך זאָל פרעגן : 

גאָט, פאַרװאָר, צי האָט עס דען געמוזט אַזױ זיין ? 

און ווער בין איך דען צו זאָגן, מכלומרלט : 

אַז אַלצדינג װאָס גאָט טוט איז גוט, איז ווויל און פיין. 


און אין די נעכט, ווען די לבנה איז נישטאָ, 

אַ שװאַרצער אין געסל דאָ איך װאַנדל אַלײן: 

װי ווונדערלעך די זון געשיינט האָט היינט װו -- = | 
כאָטש אַ שטראַלעכל, וי דורך אַ שפּאַלט סיפאַלט אַ שיין -- -- 


(אַ נישט פאַרענדיקטער סאָנעט) 


אַן אינזל איז נישט קיין שוועל, אַן אינזל איז אַ שפרינג ברעט : . 

אין אַלע פיר זייטן סאַלטאָ-מאָרטאַלאָ מיט אַ מאָל ! 

אַמעריקע, אַפריקע, אױסטראַליע, ארץ-ישראל -- 

צען זינקן אין תהום, איינער ס'צוגעזאָגטע לאַנד דערזעט. 

אונטער מיין יעטווידן טראָט אויף דער ערד דאָ װאָס איך טרעט, 

אַ פארשטיינערטער שטרויבל-שטיין מיין האַרץ מיט מיין אַמאָל, 
טיפער הימל הויך איבער פעלז, אָפּגרונד --- ביי ברעג דער טאָל 1 
בין איך שטיינגעבליבן אַזױ אינמיטן מיין געבעט. 


344 


זייטלשורה שטאָט מוז זיין 
0 }1 בענדיקט בענעדיקט 
81 פעלט שורה 13: אונטער פאַרשװויצט, שװאַרץ פאַרשאַרצטן קאַפל. 


5 קומט שורה 3 פאַר ערה צװי 


8 2 שױיצן און זיך קנייטשן קניינטשן זיך און עווויצן 
0 8 דער פריששט דער פירטזט 

6 23 גײ איך זי גײ איך זי נאַך 

6 42 אלײןפאַרטראַכטער אַלײין פאַרטראַכט ער 
8 16 או דעם און דעם כח 

0 23 האַרץ-טראָבעס האַרץ-טאָרבעס 

3 1 לאָפ לאָמף 


0 אַרויסגעפאַלן די לעצטע 7 שורות (סאָנעט אָן אַן אָנהױיב). 


ווען אַטאָם-ראַקעט וועט שוין זיין אויפגעריסן -- 
וועט נאָך זיצן א שרייבערל ליפ-פאַרביסן, 

צוטראַכטן די נייעס װאָס ער האָט אויפצושרייבן, 
און פליאָדערדיקע טראַקטאַטן און טיפע לידער, 

מיר װועלן, צוויי-צי איין-פיטיק שוין, זיך ווידער 
נאָרען אין דער קופע מיסט, װאָס װועט איבערבלייבן,